berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן.

לאמיר מאכען א סך הכל פון משפחת פארטוגאל, א קליינע ראן דאון.
אבער תחילה למקראי קודש דארף איך מסביר זיין דברי בעל עגלה, מ'פרעגט א סקולענער פארוואס ביסטו א סקולנ'ער: ווייל ער איז געזעצן און ראמענישע תפיסה.
א ראחמיסטריווקא: ווייל ער טראגט אליינס ארויס דו גארביטש (גד'ל ביסט נאך דא מיט אונז? קענסט עס באשטעטיגען?...), וכו' וכו', זיי זענען פיינע וואוילע מענטשען,
אבער בלאז עס נישט אויף, ווייל קוק וואס איז געשעהן, דו באבעל האט געפלאצט.
ראש משפחת פארטוגאל, רבי אליעזר זוסיא ז"ל געוועהן א רב'עלע און קרוינהייטס, א וואוילע שטילע מענטש, נישט געהאט חסידים גארנישט, נישט געדארפט, נישט געוועהן אן עסק, ווען ער האט געזינגען און דער אנוועזענהייט פון אנדערע רבנים בימים ההם, האט מען זיך אונטערגעשמייכעלט, מ'דארף פארשטיין, בימים ההם איז נגינה נאך נישט געוועהן אן עסק, מ'האט נאך דעמאלס די רבנים געקענט פיין לערנען, נגינה איז נאך נישט געוועהן אין סטייל.
יעצט זיין זוהן די היינטיגע איז א קאפי פונעם טאטע, פיין און שטיל, קיינעם געבאדערט אדער געשטערט, זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע, און ממילא די קינדער האבען זיך געוואלגערט אויף דו גאסן, נישט געווען זייער צוזאמענגענומען, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי, מען האט זיך געמוטשעט צו טרעפן שידוכים פאר זיי, וכו', עפטער אלל וואס איז געוועהן? דעיס יא, ווי נעבעכס זיי זענען געוועהן, זענען זיי געוועהן מורא'דיגע עקטערס, פיסקעס. און יעצט ווען מ'האט עולה געוועהן לגדולה עקטען זיי אויף אן אנדערע אופן, ס'איז אלס א שאו שפיל, און קומען ווייטער צו גיין מיט זייערע מיאוס'ע חינוך זיי האבען באקומען, און צווינגען עס ארויף אויף יענעם, מיט א מסוה אז דאס מיינט צניעות. ניין, דאס מיינט מיאוס, גארנישט צו טוען מיט צניעות.
וואס דארף מען מער פון דער פאקט, אז ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני, האט זי געפאדערט ער זאל זיך אראפלאזען און שיין מאכען די פיאות, כנראה אז זי איז מער באלעבאסטע און ווייסט יא וואס שיין מיינט...
שקר החן והבל היופי האט אויך א שיעור....און איך נעם אן א גרויסע שיעור כשיעור חזון איש...
עכ"פ ווי האבען דו סקווירא בחורים און שיכון סקווירא געשריגן אויף ארי ראטטענבערג: סטאפ די טערראר נאו....