איז אזוי:
יעדער ווייסט אז ווען א מענטש עפנט די אויגן אינדערפרי, נעמט עס א וויילע ביז ער גיבט א געניץ, א ציה איין און א ציה אויס, און דאן א גיס נעגל וואסער און ארויס פון בעט. עס איז נישט דער סדר זיך צו דערוועקן אן אויפגעשטאנענער מיט די פילע כוחות, עס געדויערט א מינוט. די שאלה איז, ווי לאנג דארף עס נעמען.
איך האב די פריווילעגיע אינדערהיים אויפצואוועקן מיינע קינדער און זיי גרייט מאכן צו גיין אין שולע, דאס האט די בני-בית ארויפגעווארפן אויף מיר, זייענדיג דער זבולון אין שטוב, דעריבער דארף דאך דער יששכר ארויסהעלפן מיט די עבודת-הקודש אז זי זאל קענען כאפן דעם באס באצייטנס. אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא, ווען איך וועק אויף מיינע בנים אינדערפרי, זעה איך אז מיינע קינדער שטייען אויף ווי מענטשן, עס נעמט א וויילע - איינעם מער איינעם ווייניגער - און מען איז אן אויפגעשטאנענער. איין קינד איז אבער אנדערש; אים נעמט עפעס זייער לאנג ביז ער איז פריש און אויפגעשטאנען. איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז פוילקייט גרידא, ווייל אפילו ווען ער ווייסט אז עס ווארט אים אפ א טריפ אדער א געלונגענער טאג אין חדר, וועט ער זיך נישט קענען באכלעפשען. אפילו מען זאל אים ארויסטרייבן פון בעט, וועט ער זיך ארומדרייען ווי א נשמה אן א גוף און עס וועט נעמען היבש אביסל ביז ער וועט זיין פריש כאחד האדם. איך וויל באמערקן אז דאס קינד איז גלייך מיט די אנדערע קינדער, דהיינו ער האט הנאה אין חדר ווי אלעמען, ער איז נישט דעפרעסט אדער עפעס, נאר אין די נקודה איז אים עפעס שטארק שווער.
עס האט מיר אויפגעברענגט צו שרייבן, נאך וואס איך האב אנגעהויבן שפירן ביי מיר די זעלבע זאך, אין די לעצטע פאר וואכן. דהיינו, אז אמאל פלעג איך אויפשטיין און נאך עטליכע מינוט בין איך געווען אן אויפשגעשטאנענער, לעצטע פאר וואכן איז געווארן א שינוי, איך שפיר זיך נישט אויפגעשטאנען ביז א היבשע שטיק צייט.
מיין שאלה איז אלזא:
איז פאראן עפעס א סכום וואס דאקטוירים זאגן ווי לאנג עס דארף נעמען? - און אויב יא, איז פאראן סיבות פארוואס עס נעמט לענגער? - ווייזט עס אויף אן אומגעזונטע סימטאם פון א קינד?
ביטע העלפן מיט זאכליכע ענטפערס.
ווי לאנג דארף נעמען פונעם זיך דערוועקן ביזן אויפשטיין?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
היינט גייט עס שוין התחת שמים אני?
וויפיהל שלאף א מענטש דארף, ווענדט זיך פון מענטש צו מענטש. זיי זאגן אז געווענליך דארף א חדר אינגל צווישן 9 און 11 שעה שלאף. און טינס צווישן 8 און 10.
א עדאלט זאגן זיי דארף צווישן 7 און 9 שעה.
אויב ווילסטו למשל וויסן וויפיל שלאף דו דארפסט, איז דא צוויי עצות אויסצוגעפינען.
1) שטעל אן דיין זייגער זאלסטיך אויףוועקן יעדן טאג דער זעלבער צייט פאר צוויי וואכן, מאך זיכער אויסצווועלן א צייט ווען דו שטייטסט במילא געווענליך אויף יעדן טאג. ביינאכט, גיי שלאפן ווען אימער דו פיהלסט אביסל אויסגעמיטשעט. האלט דיך נישט אויף, אויב פיהלסטו מידליך. נאך צוויי וואכן וועט דיין גוף זיך איינגעוואוינען יעדן טאג אויפצושטיין גענוי די זעלבע צייט, און וועט דעריבער אנהויבן פיהלן אויסגעמיטשטעט ביינאכט, לויט גענוי די צייט, וופיהל ס'דארף האבן צו שלאפן, דאס וועט דיך געבן די פונקטליכע סכום שעות דו דארפסט.
2) קלויב אויס צו גיין שלאפן אין א צייט וואס וועט דיך ערלויבן 9 צי 10 שעה צו שלאפן אהן איבעררייס. קלויב אויס אזא צייט ווען דו ווייסט אז דו פיהלסט שוין געווענליך אויסגעמיטשטעט און דו וועסט קענען איינשלאפן. למשל גיי שלאפן 11 אזוי אז אויב דארפסטו 10 שעה צו שלאפן זאלסטו זיך אויפוועקן 9 נאטורליך. שטעל נישט אן קיין זייגער ווען זיך אויפצווועקן.
אויב האסטו מורא וועסט שלאפן מער ווי 10 שעה, דאן שטעל אהן אן ערמערדזנסי וועקער זייגער. נאך א שטיק צייט וואס דו מאכסט דעם טעסט, וועסטו באמערקן אז דו וועקסט זיך נאטורליך אויף דער זעלבער צייט יעדן טאג. אזוי ארום וועט דיך דאס ווידער געבן דיין באשטימטע צאל שטונדן וויפיהל דיין קערפער פארלאנגט.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
ס'נישט געזונט ארויסצוגיין פון בעט גלייך נאכ'ן אויפשטיין. אויך איז לעצטענס געווען באריכט אז ס'נישט געזונט צו דריקן סנוז
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
נאר אגב ווייל ס'איז געווען אין נייעס לעצטענס ממש