אויף אייוועלט האט היינט איינער געפאוסט א שיינע באשרייבונג איבער דער מצב ווי אזוי אידן האבן דעבאטירט משה-רבינו'ס אנקום אויף מצרים און זיינע פעולות ווי אזוי ער האט געארבעט אויסצולייזן די אידן פון מצרים. אני כשלעצמי, האט גאנץ שטארק הנאה געהאט פונעם געדאנק פונעם ארטיקל, אפגעזען פון די אפענע און באהאלטענע קריטיק אויף אונזער שטיבל... דען, עס קומט דאך אזוי... אז מען וויל זיך אויפהייבן דארף מען דאך יענעם קליין מאכן... אט אזוי קוקט מען אויס ווען מען שפירט זיך הונטערשטעליג און דערנידערט. אבער לעצם הדבר איז דער נושא א פאסיגער לדיון, ארומצורעדן און צו דעבאטירן, מיט א קלוגע פוינט אוו וויו און מיט א געזונטע פערספעקטיוו. איך שפיר דעריבער פאר אינטערעסאנט דאס צו ווייזן פארן עולם, און אדרבה, זאל מען זען ביידע נקודות, הן ווי אזוי מען קען זיך נישט איינהאלטן אין יעדע געלעגנהייט צו מפרסם זיין און ארויסצוברענגען אונזער שטיבל אויפן אויבן-אן, און בעיקר לעיצומו של הדברים, וואס איז לדעתי ווערד צו דעבאטירן.
והנה:
"וואו איז די שכל פון די רבנים? - וואו איז אונזער שכל אז מיר לאזן דאס צו?"
אויפן זייט פון גאס שטייט א קופקע און מען פאליטיקירט איבער דער מצב הזמן והרוח, מען רעדט איבער די רבנים וואס עקש'ענען זיך און לאזן נישט קומען צו קיין פשרות מיט די באערדע, אין די צייט וואס עס קוקט אויס אז מען קען מיט זיי דורכקומען אויף א שיינעם אופן. "פארוואס שיקט מען נישט א דעלעגאציע צו די הויכע פענסטער, זיי צו ערקלערן אז די רבנים פאטרעטן אונז נישט, מיר האבן מיט זיי גארנישט?" שרייט א הויך ברייט-ביינערדיגע איד, וואס איז פון די מויל מאכער און שטענדיג פירט ער אן מיט די קופקעס, "מיר דארפן מפרסם זיין און זיך נישט לאזן פון זיי. מיר דארפן יעדן איינעם זאגן אז נישט אלע אידן זענען אזוי פאנאטיש, נישט אלע האלטן זיך ביי די אור-אלטע יסודות און טאנצן נאך אלעס וואס די רבנים זאגן..."
כלפי מה דברים אמורים?
אין די וואכנדיגע סדרות געפינען מיר ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט בשעת משה-רבינו האט פארהאנדלט מיט פרעה, און ווי אזוי די אידן האבן דאס אנגעקוקט מיט א גשמיות'דיגן בליק. אידן זענען נישט געווען דעמאלס ברום המעלה, זיי האבן טאקע געהאט מסירת-נפש פאר אידישקייט און פילע זכותים, לא שינו שמם לשונם מלבושם, איז דאך געווען צווישן זיי אויך אנדערע סארט, עובדי עבודה-זרה, מכשפים, זיי האבן אנגעפילט די בתי תיארטאוס, די דאזיגע אידן וואס זענען אויסגעשטארבן בששת ימי אפילה. צווישן די אלע אידן זענען געווען אזעלכע וואס האבן קריטיקירט משה און אהרן אויף זייערע באשלוסן ארויסצונעמען די אידן פון מצרים.
אין די וואונקלען פון די גאסן אין מצרים, קען מען באמערקן א קופקע יונגעלייט, ערליכע פיינע מענטשן וועלכע שמועסן זיך צונויף, און יעדער זאגט זיך זיין מיינונג: מען דערציילט די נייעס איבער די צוויי ברידער וואס האבן גענומען די פירערשאפט אין די הענט, איינער פון זיי איז גאר אפילו נישט משלנו... אן אנטלאפענער פאר פערציג יאר צוריק און איז בכלל נישט פון אונזערע קרייזן... "וואס ווייסט ער פון אידישקייט צו זאגן?" רופט זיך אן דער דארער אידל מיטן העל ברוינעם בארד, וואו טונקל בלויע אדערן פלעכטן דורך זיין שלאנקען האלז, "ער ווייסט דען וואס מיר ברויכן?" - אנדערע פראבירן צו ערקלערן אז פארט דארף מען שטארקן אזעלכע קאראזשפולע אידן... אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם, און אז איינער טוט עפעס איז שוין אויך גוט...
"האסט געהערט?" גייט איבער די שמועה פון מויל צו אויער, מען דיסקאסירט עס איבער א גלעזל שנאפס מיט הערינג און מען פאליטיקירט... "די צוויי אחים הקדושים, די זעלבסט געקרוינטע עסקנים פארן ציבור, האבן גענומען די דרייסט און אריין צו פרעה'ן אין פאלאץ צו שתדל'ן פאר די אידן... נו וואס מיינט איר? - דער פרעה האט זיי ארויסגעזארקעט פון דארט בשן ועין... פרעג בעסער נישט, אויף אזא דורכפאל האבן זיי זיך נישט געראכטן..."
- "וואס האבן זיי געקלערט, די צוויי ברידער? - איך פארשטיי באמת נישט וואס זייער חשבון איז געווען לכתחילה אן, אז זיי וועלן קומען פאר פרעה, און ער וועט זיך תיכף דערשרעקן און זאגן אז אלע אידן זענען פריי? - אפשר וועט ער זיך זאגאר אויפהויבן פון שטיל און זאגן אז משה קען ווערן קעניג פון מצרים פון היינט און ווייטער? - און אפשר גאר אז פרעה וועט אפערן אז ער וועט ארויסגיין ארבעטן אנשטאט די אידן און צושטעלן די ליים? - זיי זענען אויפן קאפ געפאלן? - כ'מיין, וואס איז דאס לצנות דא?"
"מיינסט אז ער האט זיי בלויז ארויסגעווארפן?" רופט זיך אן דער באקאנטער אלס-ווייסער און נייעס דערציילער, און יעדער ווערט שטיל און שפיצט אן די אויערן צו הערן וואס ער האט צו דערציילן, "פרעה האט זיך שטארק אויפגערעגט אויף זיי, און אויסגעגאסן זיין כעס אויף גאנץ כלל-ישראל, באפעלנדיג תיכף אז מען זאל דראסטיש פארשווערן די ארבעט אויף אידן, און הייסן זיי אליין צוזאמענקלויבן די שטרוי."
"וואו זענען די שכל פון די רבנים?" - האט דער באקאנטער מויל מאכער פון גושן העפטיג געדינערט, "פארוואס לאזן מיר צו אז זיי זאלן אונז פירן ביי די נאז? - מיר דארפן זיך פטר'ן פון זיי ווי אמשנעלסטן. זעסט נישט וואספארא צרות זיי ברענגען אונז אן?" - אויף די מצרי'שע 'קאווע שטיבל'עך (ודו"ק) זענען געווען העפטיגע דעבאטעס. די 'הוגה' דעות האבן געברענט און גע'טענה'עט אז משה און אהרן מאכן קאליע דעם בליק פון אידן ביי פרעה אין די אויגן, וואס אין רעזולטאט דערפון העצן זיי אן דעם פרעה קעגן די אידן. מען לייגט אריין אידן אין א סכנה, מען טאר דאס נישט צולאזן... זעסט דאך אליין די רעזולטאטן דערפון...
- "זיי זאגן אז מען האט זיי געשיקט פון הימל..."
- ""מע... פון הימל האט מען פונקט זיי געשיקט? חחחחחח... נישטא ווער ס'זאל לאכן... שוין צוויי הונדערט יאר אין גלות, מען ארבעט שווער, און דוקא אין דעם דור שפל וועט מען אויסגעלייזט ווערן? - דער זיידע ז"ל האט נישט זוכה געווען דערצו, און מיר וועלן זוכה זיין דערצו? - הלוואי, אבער איך שפיר נאכנישט אז דער דור איז גענוג אויסגעלייטערט פאר דעם... און ווער? - זיי זענען די שלוחים? - א מענטש וואס איז אויפגעצויגן געווארן ביי גוים, אן איידעם ביים מדיני'שע גלח, ער איז דער שליח פון גאט? - טוה מיר א טובה..."
עס גייט דורך א שטיק צייט, פרעה ווערט שוין געבראכן, ער איז גרייט ארויסצולאזן די אידן פון מצרים, ער פארלאנגט אבער אז די בהמות זאלן פארבלייבן אין לאנד אלס משכון. נו, גאנץ א גוטע פשרה און א פיינע וועג אראפ פונעם הויכן בוים פון וואו די מצרים האבן זיך ארויפגעשטעלט. משה און אהרן וואלטן זיך געדארפט צוכאפן דערצו, אבער ניין! זיי דערקלערן אז אפילו א שיכל פון א פערד וועט נישט פארבלייבן. נאכמער; זיי האבן די אומפארשעמטע חוצפה צו פארלאנגען פון פרעה'ן אז ער דארף נאך פון אים בהמות מיט מתנות... אזא התגרות באומות... ס'איז באמת אומפארשטענדליך וואס עס טרייבט זיי, און פון וואו האבן זיי רעכט צו פארטרעטן כלל-ישראל אריינצולייגן אלעמען אין א סכנה. ער כאפט נישט אז ער שלאגט זיך נישט דא מיט חדר-יונגלעך, עס איז דאך דער גרויסער פרעה, וואס גרעסערע ליייט פון אים האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן.... דער פרעה איז נאך א צדיק אז ער הרג'עט נישט אויס די גאנצע מעשה אויף איין מאל, און לאזט זיך דאס גענאר פון זיי.
האסט געהערט א חוצפה: אנשטאט צו זאגן יישר-כח פאר פרעה, פאר די קעסט וואס דו עסט אויפן קאנטע פונעם לאנד און דערויף וואס דו האסט וואו צו וואוינען, אנשטאט אים צו קושן די פיס אז ער האט אריינגעלאזט אונזערע זיידע'ס, נאך וואס אין כנען איז געווען א הונגער און עס איז נישט געווען וואו צו גיין, האט ער אונז אריינגעלאזט, אונז געבנדיג אלע בענעפיטן, גאנץ גושן, (עס קלונגט אייך ערגעץ די ווערטער?). נישט נאר אז ער האט אונז געלאזט וואוינען דא און זיין ווי געהעריגע בירגער, נאר ער לאזט נאך היטן די רעליגיע, ער האט אונז געגעבן גושן אז מיר זאלן קענען פאשן אונזערע שאף, טראצדעם וואס אין מצרים איז פאשען שאף אפיציעל פארבאטן... אבער די באערדע קוקן אוועק די אנדערע זייט און לאזן אונז טון וואס אונז ווילן. קומען זיך אן די אידעלעך, מאכן זיך באקוועם, און האבן נאך די העזה צו בונטעווען קעגן די מצריים. עטס פארגעסט אז זיי זענען דא געווען פאר אונז, זיי זענען די בעלי-בתים און קענען טון וואס זיי ווילן. אנשטאט זיך מכניע צו זיין און האבן רעסספעקט און הכרת הטוב, קומען זיך אן אזעלכע רבנים מיט לאנגע בערד, וואס האבן קיינמאל גארנישט געטאן פאר כלל-ישראל, געזעצן באקוועם און גענאסן פון די געלטער וואס איז אריינגעקומען, און זיי גייען אנזייען חרבנות ארום און ארום... א חוצפה.
לאמיר עס צוצולייגן: דער אהרן, האט ער אמאל אויפגעבויט עפעס? - ווייסט ער בכלל וואס ארבעטן מיינט? - נייע מעשה, א באקוועמע מענטש, א לוי, ער וויל נישט ארבעטן. זיצט ער באקוועם אין שטוב און טיילט דעות, פארט אראפ צום קעניג און מאכט א חרבן אין גאנצן לאנד... האט ער אמאל געדארפט גיין קלויבן שטרוי און ליים? - ווייסט ער בכלל ווי אזוי רעמסס קוקט אויס? - אויך מיר א מנהיג, זיצט זיך באקוועם אין זיין הויז (באקומען פון די גאווערמענט), דרייט זיך ארום מיט א גרויסן שטעקן, מעשה גדול-הדור און מאכט משוגע דאס גאנצע מענטשהייט. בכלל, ווער האט אים געשטעלט?! און מיר, אידן מוזן זיך נאך לאזן פון אים...
משה? - ווער איז ער בכלל, פון וואו קומט ער? - ער ווייסט בכלל פון אידישקייט צו זאגן? - זאל ער זיך צוריקגיין קיין מדין פון וואו ער איז געקומען, זאל ער זיצן אין מדבר מיט זיינע שעפעלעך און בלאזן דארט מיט זיין פייפערל, און אויב וויל ער נישט האט ער נאך אן אויסוואל, ער קען גיין קיין כוש וואו ער האט געוועלטיגט דארט (פארוואס איז ער פון דארט אוועק? - דער משה האט נישט קיין הצלחה אין ערגעץ, פון מצרים? - אנטלאפן! פון כוש? - אוועק! פון מדין? - אוועק - ער האט נאך צוריקגעשיקט זיין ווייב און קינדער...) דער משה זאל מיר מוחל זיין, אבער ער קען אפילו נישט רעכט רעדן, ער האט א פארשטאפטע מויל, מען פארשטייט קוים וואס ער רעדט, און ער גייט נאך מסביר זיין פאר פרעה'ען ווי וויכטיג ס'איז ארויסצולאזן די אידן פון מצרים - קאם אן, סארא לצנות?
בכלל, די מענטשן שטערן דאס אידישע פאלק, פשוטו כמשמעו. גיב א קוק, דער פרעה איז גארנישט אזא שלעכטער, מען קען זיך מיט אים דורכקומען און ער קען דערהערן וואס מען רעדט. פרעה איז שוין גרייט געווען אזויפיל, אז ער האט שוין געוואלט ארויסלאזן די אידן, ער פארלאנגט בלויז איין זאך. די בהימות זאלן דא בלייבן. וואס זאגן די צוויי זעלבסט-געקרוינטע עסקנים? - "בלא". זיי לייגן נאך צו מיט א פרעכע חוצפה "אפילו דו וועסט אונז מיטגעבן בהמות". איר קלערט טאקע אז מיט אזא מהלך וועט פרעה ארויסלאזן די אידן? - וואו איז זייער שכל, וואס קלערן זיי?
"פארוואס טראכט איר אז פרעה וועט נאכגעבן די אידן ביז צום סוף? פארוואס טראכט איר אז איר זענט שטערקער פון דעם גרויסן קעניג? - וואלט דען נישט מער ראטזאם געווען צו מאכן פשרות מיט דעם קעניג און איינגיין אויף קלענערע זאכן? - פארוואס מוזסטו ארויסווייזן אז דו ביסט דער שטארקער און פעסטער, דו ביסט דאך סך-הכל א גאסט... ווילסט פועל'ן ביי אים? - פיין, אלעס האט דאך א מהלך, מען קען נישט גיין מיט קאפ אין וואנט אריין..."
נו, וואס איז געווארן דער סוף? - די מנהיגים פארשטייען שוין איינמאל וואס זיי האבן צוטון.
אט אזוי האבן אויסגעקוקט די אמאליגע משכילים, אפגעפארענע א.ט.ד. וכל שם וחנוכה דאית להו.
(געשריבן פון א סארקאסטישע קוק-וואונקל)