"העפפי שובבים"
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:47 am
- געפינט זיך: אונטערן טשעפס הוט'ל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
"העפפי שובבים"
ס'שובבבים בחורים! ס'געווען צאדיקעם וואס האבן נישט אויסגערעדט פון איין מת לעס צום צווייטן. ס'געווען געוויסע פשוטע אידן אפילע וואס האבן געפאסט ראשקע בה"ב. מ'גייט טיילן רציפות קארטלעך פון כמה מינים פארבן וקאלירן, יעדע האלבע שעה וואס מ'האלטזעך איין (מיין רעבע האט געזאגט אז מ'טאר זיך נישט איינהאלטן) קען מען אריינקאטשקענען אין די באלי די לינקע זייט אנגעהויבן פון אויבן אראפ, אויב האט מען ארויסגעקאטשקעט קאסט א נייע צעטל א צוויי ניקל.
בקיצור שובבים אין שוואנג, אה די רביים זינגען זיך אונטער די העט ער דען געוואווווווסט.. מיטן באקאנטן דינעם קול ווער ווייסט צו ס'העלפט א תשובה.... וויי ווי האלט מען אויף דער וועלט,
מוסר צעטל הייבן אן ארויפוואקסן אויף די היכל התורה טישן ווי כאילו איינער ליינט עס, און ווען ער נעמט עס שוין יא נוצט ער עס פאר א קאפי אונטערלאנער אדער גאר א טינט האלטער, ווארום ער ברויך דאך מקיים זיין דעם שפריך ווארט דער פאפיר איז דער גרעסטער סבלן. האט עס גאר די זכי' אין א קלענערעם אינגל'ס האנט אריינצווואנדערן דאן האט עס די מעגליכקייט אין א פאפירענעם פליגער פארוואנדלט צו ווערן. די עיקר איז די האבן געטראפן וואס צו טוהן ביזי מיטן אויסקלארן די שובבים טעיפס, איבערצודריקן די ביכער מיטן באקאנטן אות ה' תש" טשאדעלע באדעלע הייבט זיך אן די מוצאי שבת'ן מיט אראפגעלאזטע נעזער און דערדריקנדע שטימונגען זיצן נעבעך די עופה'לך צוגעשמידעט אונטערן שטרענגן מנהל'סקע בליק און הערן אינדע בעקראונד די גבאים זיך בלאזן די נעזער, אינמיטן קומט די הייזעריגע קול אריין שא, שא...
שוין עכ"פ צוריק צום ענין, נא קאווע סעקאנד ס'דאך נישט אידיש מעג מען דאך אויסרעדן. נו צוקער אה אה! קיצור זוי גייט עס ביזן נעקסטן פארטאגס ער קומט אן אין ישיבע ווען מ'האלט שוין ביי קאפיטל ע"ט, ער ווארט צו אביסעלע גייט צום סינק, באדט זיך די פיאות, אה! מ'האלט שוין ביי צ', פון דא און ווייטער איז שוין גרינגע קאפיטלעך, לכו נרננה און געגאנגען, מי יתן ברוך השם אפגעאטעמט. מ'שטעלט זיך דאווענען.
פאר הודו א האסטיגן קלאפ אויפן הילצערנעם שטענדער. די משגיח גייט זאגן אפאר ווערטער: קוים וואס ער רירט זיך דער אזוי אויסגעשלאפענער שוין נישט הונגעריגן עסן האלטער קומט שוין אן מיט אזא האלב פארשטאפטע נאז, פאנגט ער אן מ'זאגט נאך פונעם דזשעליכאווער אדער פונעם ראגאטשאווער, די עיקר איז נישט ווער, די עיקר איז די נקודה אז אינדי ימי השובבים קען מען אויפטוהן דעס וואס מ'טוט נישט אגאנץ יאר וכו' וגו', רצופות און נאכאמאל רצופות און נאכאמאל, ווער ס'וועט האבן אויסגעפילט זיבן קארטלעך וועט אריינגיין אין א גורל פון א סעט שניים מקרא אזוי ווי ס'שטייט טאקע נאכגעזאגט פון געדענק נישט אויף די מינוט פינקטליך אז 'שמות' איז ראשי תיבות ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום. אה וואס טוט מען מיט תת'? געדאנק: ת'רומה ת'צווה נוטריקון תת', בחורים זאלט עטץ וויסן ס'גארנישט אזוי פשוט ס'געווען א גזירת ת"ח ות"ת ל"ע וואס די קאזאקן הנגזלים זענען נאכגעלאפן אונזערע זיידעס מיט נאגייקעס ר"ל ס'האט נישט געהאלפן קיין בעזעם און שטעקן מ'האט געהאקט שטיקער, נאר אין זכות פון שובבים זענען געבליבן די פליטים ב"ה און מ'האט געקענט גיין פון ערשטן וועלט קריג צום צווייטן & פון דארט קיין טמא'נעם אמעריטשקע אויף וואס די רעבעזעכיתעיגןאליינו האט אזוי געוויינט, און נאר אין זיין זכות זענען מיר נאך יעצט דא און הערן זיינע טעיפס. שיין אראפגעלייגט אבער אמת אין די ווערטער בלייבט זאל זיך יעדער זעהן צאמנעמען & ארויפגיין צום ציון און עכ"פ גנב'ענען 2 לעכט מיט א באקס מעטשעס און אויספועלן אלעס גוטס, זאל השי"ת אונז אריינשיינען די ריכטיגע אמונה & בטחון מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א תשובה שלימה.
אין צדיק בארץ ולא יחטא איז א פאקט & מיר ברויכן אלע ישועות & רפואות,
בלייבט מיר נאר צו וואונטשן: א "העפפי שובבים" מיט כל מילי דמיטב.

באקן באקט דער לעצטער! מאכט זיכער נישט אפגעבאקן צו ווערן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:47 am
- געפינט זיך: אונטערן טשעפס הוט'ל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יא, יא. #פרידיש דויערט נישט לאנג זיך אויסצולערנען. עס לוינט זיך, שר האופים. מען דארף נישט קיין ראזעטע סטאון פאר עס, מען דארף נאר ליינען במתינות וואס רעב [tag]פרישער[/tag] האט צו זאגן און ס'לערנט זיך פון זיך אליינס.
מערצאשעם מיט די צייט אבערר יעצט איז מיר שוין שווער געווארן נאך א קשיא וואס דאס ראזעטע סטאון ?
באקן באקט דער לעצטער! מאכט זיכער נישט אפגעבאקן צו ווערן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
דער ראזזעטא סטאון איז א שטיין וואס האט געהאט אויסגעקריצט אויף איר עפעס א סיפור הדברים אויף פארשידענע שפראכן. דורך דעם שטיין האט מען צום ערשטן מאהל זיך געקענט אויסלערנען אור אלט עגיפטיש, דורך משווה זיין די אור אלטע שריפט צו דאס וואס שטייט אויף די שפראכן וואס מען האט יא געקענט ליינען. היינט איז דא א קאמפאני וואס לערנט אויס שפראכן, מיט די נאמען.
(- - -)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:47 am
- געפינט זיך: אונטערן טשעפס הוט'ל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:דער ראזזעטא סטאון איז א שטיין וואס האט געהאט אויסגעקריצט אויף איר עפעס א סיפור הדברים אויף פארשידענע שפראכן. דורך דעם שטיין האט מען צום ערשטן מאהל זיך געקענט אויסלערנען אור אלט עגיפטיש, דורך משווה זיין די אור אלטע שריפט צו דאס וואס שטייט אויף די שפראכן וואס מען האט יא געקענט ליינען. היינט איז דא א קאמפאני וואס לערנט אויס שפראכן, מיט די נאמען.
וואוו געוואלדיג במקום שאין הערינג ווייסעך נישט וויזוי כ'וואלט מיך אן עצה געטאהן