אין די לעצטע צייטען קומען פאר גזירות שונות אויף כלל ישראל, איך וויל נאר נעמען צוויי פין די גזירות און דאס צונעמען.
1. מציצה בפה.
ווען מען האט פאר פינף יאר צוריק געמאכט א מחאה און זיך נישט געוואלט אדורך קומען מיט דער העלט קאמישינער (ווען דער מוהל פין מאנסי האט אינפעקטירט קינדער), בעת ההוא האט דער אגודה געטענה'ט אז מען זאל זיך אדורך קומען מיט דער גאווערמענט, און די עסקנים פין ווילי האבען געשריגען ניין, און מען האט "געוויזען" דער העלט קאמישינער אז אונז זענען א פאלק וואס וויל אפילו נישט רעדען וועגען דער ענין.
דאס האט גורם געוועהן אז זיי האבען געוואלט ארבעטען אויף א מהלך קעגען אונז, ווי איידער מיט אונז, און האט דערווייל אנגעברענגט דער ערשטער טייל פין דער גזירה אויף מציצה בפה, וואס הגם עס איז אין אקט, טוט מען דאס דערווייל נישט אינפארסירען, און הש"י לכאורה מיט דער כוונה, אז איין טאג וועלען זיי עס גענצליך אסר'ן, מיט דער טענה אז אונז זענען נישט קיין נארמאלער מענטשען, און אפילו קיין חתימה קען מען זיי נישט הייסען געבען אז זיי נעמען אחריות אויף זייערע מעשים.
2. גזירת הגיוס.
אהן אריין גיין אין דער עמקות הטענה צו עס איז יא א גזירה אדער נישט, איז עס לכאורה נישט א גוטע זאך אז בחורים זאלען גיין אונטער א פרייע מפקד ביי דער זיבעצען יאר. אויב שוין יא וואלט עס געדארפט ווען געשעהן שפעטער נאך די חתונה, ביי דער צוואנציג, ווען מען איז שוין מער געסעטעלט.
ווען עס האט זיך אנגעהויבען די שמועסען האט מען געקענט סעטלען, די פרטים זענען נישט בגלוי, אבער זיי זענען געוועהן אפען פאר סעטלען, ווייל זיי האבען נישט געוויסט צו זיי וועלען האבען א קואליציע בכלל. נאר די חרדים האבען גענומען דער קאפ אין וואנט מהלך און זיך "צוקריגט" מיט לפיד, און יעצט שטייט עס אסאך ערגער.
אויב דאס איז אונזער מהלך אויף ברענגען גזירות אויף כלל ישראל, צו זאל מען מסופק זיין אז אמאהל זענען גזירות אויך צושטאנד געקומען א דאנק די מהלך פין קאפ אין וואנט?
איך בין נישט אזוי באקאנט אין היסטאריע, אבער למשל דער שחיטה גזירה אין פוילין, איז אפשר אויך געוועהן א דאנק דער היימישער עסקנים?
זענען אונז אייביג שולדיג געוועהן אין די צרות?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
זענען אונז אייביג שולדיג געוועהן אין די צרות?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
בא הכתוב לחלק.......
די סיסטעם ארבעט אזוי, ווען עס קימט א צרה אדער מען איז אין א צרה, נישט קיין חליוק, אייביג אבער אייביג וועלען די רבנים און רעבעצינס באשילדיגען די המון עם, יא ענק זענען שילדיג, ווייל ..... מען גייט מיט מעיקאפ, ווייל מען שיקט טעקסט מעסיטשעס, ווייל מען האט נישט געניג רעספעקט פאר רבנים, ווייל איהן און ווייל אהער, אין איין ווארט, מיר פשוט'ע אידעלעך זענען אין אלעם שילדיג,
כאטש מיר ווייסען אז בזמן חז"ל בעת צרה האבען די "רבנים און גדולי הדור" געפאסט, אבער היינט זענען זיי נישט פאראנטווארטליך אויף גארנישט, נאר מיר זענען שילדיג אין אלעם
האבען ענק שוין אמאל געזען א נערוועזער טאטע קימט אהיים נאך א טאג פון 20 דארעכפעלער ביי די ארבעט? ציפליקט אין ציזעצט? ער גייט שפאצירען אזוי נערוועזערהייט פון קאך צי די דייניגראם מיט זיין קאווע, און א קינד רח"ל לויפט עם דארעך די פיס אין די קאווע גיסט זיך אויס, וואס גייט דער טאטע טין? אריינמאקלען דאס קינד, נקמה נעמען פאר אלע זיינע צרות במשך די גאנצע טאג, ווי כאילו דאס קינד איז אין אלעם שילדיג,
אבער איז עס טאקע אזוי? אך! וואס ווען ווי, דער טאטע איז א שטיק ליצנות, א בטלן א לא יוצלח, א שלאמיאל וואס האט צוויי לינקע הענט אנשטאט פיס, און ציליב זיין מרה שחורהישער מאד, זיכט ער א קרבן
אט אזוי ממש זעען מיר אויס מיט אינזערע שיינע רבנים, בעסער געזאגט ליצים, זיי ווייסען אז זיי פירען די דור אין די אדמה אריין, אלעס גייט פינקאפויער נאר ציליב זייער נישט גיטע האנדלונג, זייער פארנאכלעסיגטקייט, אבער אנשטאט זיך צי פארבערעסען, אנטשאט אז די רבנים זאלען גוזר תענית זיין נאר אויף דיר רבנים, גייט מען אויסגיסען די נערווען על שארית הפלטה, די אומבאהאלפענע אידען, וועלכע קענען זיך נישט אנריפען קיין ווארט קעגען די רבנים, זיין קענען זיך נישט אויפשטעלען אינמיטען א דרשה אין שרייען צים רב "קאט די קרעפ", הער אויף צמי פארקויפען אז די גזירות קימט וועגען אינז,
אפשר קימט די גיזרות אז אינזערע רבנים פייטען זיך ווי קליינע בעיביס?
אדער ווייל זיי לעבען א שוואוילטאג אויף די חשבון פון ארימע?
אדער ווייל זיי טיען גארנישט מיטען טאג צי טיען עפעס זאכלעך צי העלפען א פראבלעם?
ניין!
מיר די אימבאהאלפענע קינדער, מיר זענען אלעס שילדיג, יא, ווייל מיר גייען נישט אין ערכאות, ווייל מיר זענען זיך משתתף ביי שמחות פון ברידערס און שוועסטערס, ווייל מיר פירען זיך על פי תורה, נישט די עיני העדה, אך!
אנטשאט צי מקיים זיין די פסוק ביי עגלה ערופה: וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל יִרְחֲצוּ אֶת יְדֵיהֶם עַל הָעֶגְלָה הָעֲרוּפָה בַנָּחַל. וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שפכה [שָׁפְכוּ] אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ.
גייען זיי באשילדיגען אינז

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:אויב דאס איז אונזער מהלך אויף ברענגען גזירות אויף כלל ישראל, צו זאל מען מסופק זיין אז אמאהל זענען גזירות אויך צושטאנד געקומען א דאנק די מהלך פין קאפ אין וואנט?
איך בין נישט אזוי באקאנט אין היסטאריע, אבער למשל דער שחיטה גזירה אין פוילין, איז אפשר אויך געוועהן א דאנק דער היימישער עסקנים?
עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין היסטאריע אזא תקופה ווען אידן האבן געהאט די חוצפה זיך צו קעגנשטעלן אפן מיט די רעגירונגס גזירות. אזעלכע מיטלען ווי גיין פראטעסטירן אין מאנהעטן און רופן די רעגירונג אין געריכט איז זיי נישט איינגעפאלן אין שענסטן חלום, נישט ווייל זיי זענען געווען אנדערש, נאר ווייל ס'איז פשוט נישט געווען מעגליך. ווען עס איז אמאל ארויסגעקומען א גזירה האט דער איד איינגעפאקט. ער האט גוזר תענית געווען, געגאנגען צום פריץ מיט א גרויסע זעקל רובלען, און זיך געווארפן צו זיינע פיס און געבעטן רחמים. ווער וואלט זיך גע'חלומ'ט פון אזעלכע לוקסוס'ן ווי אפעלירן אן אורטייל אדער אן אפענער פראטעסט?
מיר האבן גע'ירשנ'ט די מענטאליטעט פון די אמאליגע אידן, וואס האבן, מיט רעכט, באטראכט די רעגירונג אלס א רשעות'דיגע גרופע וואס וויל אונז בלויז אונטערברענגען, און אלס רעזולטאט פירן מיר זיך אויף ווי קליינע קינדער. עסקנים, אויב איר ליינט דאס, עס איז די איין צוואנציגסטע יאר הונדערט, איך פארשטיי אז איר לעבט נאך אין קישינעוו תרמ"א, אבער די אלגעמיינע סאסייעטי האט זיך שוין פאראויס גערוקט א היבש ביסל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:יא. אלס איז דער עירוב פון ווליאמסבורג שולדיג
און וואס איז מיט די ציונים. קוק שר"י עפ"ל וכו'...?
זיי זענען א תוצאה פון דעם עירוב. ואין מוקדם ומאוחר ב...(רשעות).
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
איך ווייס נישט וואס די רעדסט מציצה איז בכלל נישט געווען קיין דורכפאל איך האב געזען אויף א ווידיא (פוי) ווי גאלאנטע רב פראקלאמירט נאך דעם וואס מען האט "מצליח" געווען ארויסציגעבען די קול הקורא אז מען זאל נישט חתם'נען האט ער געאזאגט בזה הלשון ""מיר האבן מנצח געווען""
און די פרעגסט נאך אויף אונזער מנהיגם???
און די פרעגסט נאך אויף אונזער מנהיגם???