היסטארישע מסע פון אדמור"י ארה"ק קיין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

''כינוס גדולי הדור'' אנשטאט מועצגה''ת
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

diff האט געשריבן:[tag]מנשה לוסטיג[/tag], please explain what you and your people were doing in five towns
http://www.jewishpress.com/blogs/dovbea ... 013/10/02/
. עפעס א פאפאראציע ארבעט צוליב פארטייען, נישט למען היהדות


[tag]מנשה לוסטיג[/tag] please answer
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

מ'זעט דאך קלאר מתוך הדברים, אז דאס איז א.ט.ד. מדברת מתוך גרונו.. א שיינעם משל וויאזוי אויסצוברעכן האס וואס קומט פון ייאוש און התאבדות
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

because he writes against your party. but
[tag]מנשה לוסטיג[/tag]
is kosher even when he write such low words on other rabbis
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל:

רבבות אלפי ישראל וועלן ארויסווייזן סאלדיאריטעט מיט יהדות החרדית אין ארה"ק, און שפאלטן הימלען בזעקה ותפלה ביי עצרת הרבבות להצלת התורה "להקהל ולעמוד על נפשם" בראשות גדולי ומאורי הדור שליט"א פון ארה"ק און איבער די וועלט

 
פרעצעדענטלאזע היסטארישע עצרת הרבבות וואס כמוהו לא נהיית – גרעסטע מנהיגי הדור ורועי ישראל קומען צופארן פון ארה"ק – אלע קהלות און קרייזן אנגעשלאסן אין מלחמת הקודש צו ראטעווען דאס יהדות החדרית – ריזן מעמד וועט צוזאמעננעמען זעכציג טויזנט אידן אין הייליגן מעמד זעקה ותפלה אין א גיגאנטישן היכל אין עדיסאן נוא דזשורזי
 

נוא יארק.

א געפיל פון היסטאריע שפירט זיך אין די לופטן אין די גאסן פון די חרדישע צענטערן, ווען עס לאזט זיך ארויס אין גאנג די גאר היסטארישע פרעצעדענטלאזע עצרת, ווי יהדות אמעריקע וועט זיך פארזאמלען אין א הייליגע עצרת למען הצלת התורה בארץ הקודש.

יעדער ווייסט און ווייטאגט איבער די שרעקליכע מצב אין ארצנו הקדושה, עס איז א מצב פון "כי הנה אויביך יהמיון, ומשנאיך נשאו ראש", שונאי תורה און מפירי ברית האבן פארכאפט די מאכט, כל המיצר לישראל נעשה ראש, און זיי זוכן צו גוזר זיין שרעקליכע גזירות קעגן די קיום התורה אין ארץ ישראל און באדראען די עקזיסטענץ פון יהדות החרדית, די עוקרי תורה ווילן חלילה פארפולקאמען "לכו ונכחידם מגוי ולא יזכר שם ישראל עוד" דורך מבטל זיין די ברית נצח פון אורייתא וקודשא ברוך הוא וישראל חד.

די יהדות החרדית אין ארץ הקודש קוקט מיט אנגסט און שוידער אויף די שרעקליכע סכנה וואס לויערט אויף די עתיד פון די תורה און אידישקייט אין ארץ ישראל, די מנהיגי ישראל וראשי הישיבות ציטערן באימה ופחד אויף די שרעקליכע גזירות וואס עוקרי תורה ווילן ארויפלייגן קעגן די ישיבות, די שווארץ אפעל פונעם אידישן פאלק. די פירערשאפט פונעם ערליכן ציבור האט שוין פרובירט אויף אלע סארטן וועגן צו משכנע זיין, בעטן און וויינען צו די ראשי השלטון, בדורון תפלה ומלחמה, אבער ליידער זענען זייערע הערצער פארשטאפט, די שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז גרעסער ווי די אידישע פונק און זיי גייען אן מיט זייערע וויסטע פלענער, היה לא תהיה, זממם אל תפק.

די ראשי ומאורי הדור, זקני גדולי וחכמי ישראל, די געטרייע פאסטוכער וואס פירן דעם ציבור אין ארה"ק כאשר ישא האומן את היונק, האבן פה אחד מחליט געווען אז מען דארף מעורר זיין רחמי שמים און מאחד זיין כלל ישראל, זיך ווענדן צו יהדות הגולה, די הונדערטער טויזנטער אידן אין חוץ לארץ, זיי מודיע זיין די שרעקליכע מצב, און צוזאמען, כאיש אחד בלב אחד, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל זיך מאחד זיין ביי א ריזן מעמד ווי מען וועט אויסשרייען די זעקת התורה, מען וועט זיך מחזק זיין למען הצלת היהדות החרדית בארה"ק און מילין לצד עילאה ימלל צו איינרייסן הימלען, מעורר זיין רחמי שמים מרובים און מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט די ווייטאג פונעם יהדות החרדית, און פריש שווערן געטריישאפט צו די תורה, אז קיין שום פון זייערע פלענער וועט חלילה נישט האבן קיין קיום, כלל ישראל איז שוין בייגעשטאנען גענוג און נאך גרויסע ביטערע נסיונות און זיך נישט געבראכן, כל זאת באתנו ולא שכחנוך, ולא שקרנו בבריתך, ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, ונצח ישראל לא ישקר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!

ביי אן אסיפת גדולי התורה והחסידות אין ארץ הקודש, דעם פארלאפענעם י"ג טבת, אין ירושלים עיה"ק האבן די אדמורים ומנהיגי ישראל מטכס עצה געווען וויאזוי צו נעמען די ריכטיגע שריט צו ראטעווען דאס יהדות החרדית מידי מפירי ברית, און די גדולי ישראל האבן מחליט געווען צו אונטערנעמען א היסטארישע רייזע, וואס איז גענצליך פרעצעדענטלאז אין די היסטאריע פונעם יהדות החרדית, אז גדולי ומאורי הדור נעמען אונטער א געמיינזאמע נסיעה קיין אמעריקע, ווי מען וועט אפרעכטן א עצרת בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, ווי מען וועט בע"ה מעביר זיין את רוע הגזירה דורך תפלה ותחנונים, דורך שטעלן א פאראייניגטן פראנט פונעם גאנצן יהדות החרדית, און לאזן הערן בקול ברור וחזק פאר די גאנצע וועלט אז כלל ישראל איז פאראייניגט פה אחד למען הצלת התורה והדת, און כלל ישראל וועט נישט לאזן קיין שום כחות הרשע צו באזיגן די ברית נצח פון עם ישראל והתורה הקדושה.

צווישן די גדולי הדור וועלכע קומען צופארן ציילן זיך די גדולי האדמורים וראשי ומנהיגי רבבות ישראל כ"ק מרנן מגור, בעלזא, האחים האדמורים מוויזניץ, צאנז, באיאן, סאדיגורא, און נאך גדולי הרבנים וראשי הישיבות פון מערערע קרייזן, דערונטער זקני וגדולי האדמורים פון מערערע ערטער וועלכע שפעקולירן איבער מיטהאלטן די ריזן מעמד.

די נסיעה פון די גרעסטע מנהיגי ישראל בדורנו וועט אויפשאקלען די וועלט און ברענגען טעג פון יום טוב ביי די טויזנטער חסידים, ימי אורה ושמחה, ימי אחדות והתרוממות הנפש, טעג וואס וועט פארשריבן ווערן אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

די שפיץ פון די גרויסע נסיעה וועט זיין די היסטארישע עצרת זעקה ותפלה "להקהל ולעמוד על נפשם", וואס וועט פארקומען במעמד רבבות ישראל בראשות גדולי הדור, אויף א מעכטיגן פארנעם אין א מעכטיגן ריזיגן היכל אין עדיסאן נוא דזשורזי, ווי אזויפיל ווי זעכציג טויזנט אידן וועלן קומען תחת שרביטם של גדולי הדור למעמד שכולו התרוממות, תפלה וזעקה, להצלת היהדות החרדית.

די מעכטיגע עצרת וועט אפגעהאלטן ווערן אונטער א פאן פון אחדות, פאראייניגנדיג אלע קהלות און קרייזן החוסים על דגל היהדות החרדית, אלע גדולי ומאורי הדור פון אמעריקע און איבער די וועלט וואס קומען צופארן, און מנהיגי הקהלות והעדות איש על מחנהו ואיש על דגלו.

ביים עצרת וועלן אויפטרעטן מיט היסטארישע דרשות די גרעסטע גדולי הדור פון אמעריקע און ארץ ישראל, די רבבות אלפי ישראל וועלן מקבל זיין עול מלכות שמים כאיש אחד בלב אחד, און מעורר זיין רחמי שמים בתפלה ותחנונים בקדושה וטהרה. די הייליגע רגעים וועלן איינגעקריצט ווערן אין די הערצער פון כלל ישראל אלס רגעים פון התרוממות הנפש, רגעים וואס וועלן אנטשיידן דאס עתיד היהדות החרדית אין ארץ ישראל.

די מעכטיגע היכל איז א נייע הערליכע ריזיג גרויסע צענטער, פארמאגנדיג א האלב מיליאן פיס שטח, מיט ריזיגע פארענטשעס און באלקאנען וואס וועלן געבויט ווערן ספעציעל לכבוד די מעמד. א ריזן פילשטאקיגער פלאטפארמע אויף די גאנצע לענג פון די ריזן היכל וועט אוועקשטעלן די גדולי הדור ברב כבוד ותהלה.

עס זענען ערווארטעט א גאר הערליכע השתתפות פון מאסן פאליטישע פירער און וועלט מידיא וואס וועלן לאזן הערן די צעקת התורה און דבר היהדות החרדית פאר די גאנצע וועלט.

צו קענען באקומען א זיץ ביים מעכטיגן מעמד וועט מען מוזן קויפן טיקעטס, וואס וועלן פארקויפט ווערן אין אלע אידישע צענטערן, און וועלן באריכטעט ווערן אין באזונדערע מודעות.

א ספעציעלע סעקשאן "נדיבי העם" ביים מעמד וועט דעזיגנירט ווערן פאר די נדיבי העם, וואס וועלן צאלן שיינע סכומים צו קענען האבן די זכייה צו זיין מהיושבים ראשונה במלכות און מיט דעם העלפן באצאלן די ריזיגע אסטראנאמישע סכומים וואס די מעמד וועט אריינשלעפן.

אין די הכנות צו די ריזיגע מעמד, וועלכע ווערט אנגעגרייט אין בליץ שנעלקייט, קומען פאר טאג טעגליך העפטיגע אסיפות אויף אלע פראנטן. באזונדערע מיטינגען מיט גרויסע פילאנטראפן און ראשי נדיבי העם באהאנדלען די פינאנאציעלע אנגעלעגנהייטן פון די ריזיגע מעמד. באזונדערע אסיפות פון רבנים און ראשי הקהלות שארפן אויס די קלארע מעסעדזשעס לחזק ולעודד ולרומם את רוח רבבות המשתתפים. באזונדער זיצן עסקנים און פאליטישע מבינים צו ברענגען דעם דבר היהדות החרדית צו די פאליטישע וועלט און צום אלגעמיינעם דעת הקהל אין די מידיא. די גבאים ועסקני חצרות הקודש ארבעטן אויף די לאגיסטיקס פון די ריזן אונטערנעמונג און מאכן זיכער אז דער מעמד וועט זיין א געוואלדיגע סוקסעס לכבוד ולתפארת לעתיד כלל ישראל.

גדול יהיה כבוד המעמד להצלת

Cp
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די איינציגסטע פאראגראף וואס קוקט אויס אביסעלע היפאקריטיש, איז אז די טעג וואס די מרנן וועלן זיין דא וועט פארוואנדעלט ווערן אין טעג פון יום טוב והתרוממות הנפש.

Just thinking
וירח ה' את ריח הניחוח
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

Boro park will feel like general assembly
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

שמעקעדיג האט געשריבן:די איינציגסטע פאראגראף וואס קוקט אויס אביסעלע היפאקריטיש, איז אז די טעג וואס די מרנן וועלן זיין דא וועט פארוואנדעלט ווערן אין טעג פון יום טוב והתרוממות הנפש.

Just thinking

מיר איז דאס אויך נישט געפאלן, ביזט נישט אליינס
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

@KolHaolam: HISTORIC TRIP: Reports coming in from Jerusalem, that the Belzer Rebbe won't be traveling to America next week, but he will send his son.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

מסע המועצת: האדמו”ר מבעלזא הודיע כי לא ישתתף במסע
לאחר שכבר היה נראה כי הכל מתוכנן ומסודר הודיע בשעה האחרונה כ”ק מרן אדמו”ר מבעלזא שליט”א כי לא ישתתף במסע ההיסטורי | האדמו”ר היה צפוי לצאת בארה”ב בטיסת האדמורי”ם ביום ראשון בלילה.

אהרן מילר | 14:13 | כ״ז בטבת תשע״ד

חנוכה תשע''ד בחצר הקודש בעלזא נר ה' צילום שוקי לרר (23)
לאחר שכבר נראה כי הכל סגור ומתוכנן, הגיע הודעה בשעה האחרונה מבית כ”ק מרן האדמו”ר מבעזלא שליט”א כי האדמו”ר שהיה צפוי להשתתף במסע ההיסטורי לא ייצא לחו”ל בטיסת האדמורי”ם.


יצויין כי בקהילת חסידי בעלזא בארה”ב מקבלים את העידכון בכאב, וזאת כי הפעם האחרונה שהאדמו”ר פקד את ארצות הברית היתה לפני כ-15 שנה, והם ציפו רבות לביקור זה, וכעת מצפים שביקור זה יגיע במועד אחר.

עוד יצויין כי מאות מחסידי בעלזא מארה”ק שתכננו להשתתף במסע ההיסטורי כבר קנו כרטיסי טיסה ובודקים כעת מול הסוכניות את עלות הביטול וצורת הביטול.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

בקיצור, ס'איז פרייליך

שליחה דורך שרייבער »

מסע המועצת: מסתמן המסע ההיסטורי לארה”ב ידחה
מסתמן כעת כי המסע ההיסטורי של כלל חברי מועצת גדולי התורה לארה”ב ידחה | כפי המתתמן עצרת ענק בארה”ק בהשתתפות כל גדולי ישראל מכל העדות והחוגים ביום שלישי ביום בו היה אמור להתקיים העצרת בארה”ב | סופת השלגים הכבדה בארה”ב היא שגורמת לדחיית המסע

אהרן מילר | 15:32 | כ״ז בטבת תשע״ד

מועצת
מסתמן כי מסע הקודש של חברי מועצת גדולי התורה שהיה צפוי לצאת ביום ראשון הקרוב לארה”ב ובמרכזו עצרת ענק בארה”ב ביום שלישי ו’ שבט, נדחה בשעה האחרונה.

לאחר שהבוקר הודיע כ”ק מרן האדמו”ר מבעלזא כי לא ישתתף במסע ובעקבות סופת השלגים הכבדה שצפויה לפקוד את ארה”ב בשבוע הקרוב, הוחלט על דחיית ושינוי תאריך המסע לעת עתה.

עדיין לא ידוע מתי יערך המסע האם כבר בתקופה הקרובה, או בחודשי הקיץ, או שהוא בוטל לגמרי.

כפי המסתמן כעת יתכן ותאורגן עצרת ענק בארה”ק ביום שלישי שבו היה צפוי להיערך העצרת בארה”ב, בהשתתפות כל בני היהדות הנאמנה בראשות גדולי ישראל מכל העדות ומכל החוגים, אך עדיין זה לא סופי.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

א פלא, די חברה קענען זיך נישט ספראווען מיט א שניי

זיי האבן דאך עס קוים געהאט אין א"י
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

כינוס עצרת איז אויס

שליחה דורך זלמן זאפיר »

לויט ווי ס'הייסט יעצט האט בעלזא רבי צוריק געצויגן פין קומען קיין אמעריקע
אין דער כינוס עצרת איז אויס
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שרייבער האט געשריבן:...בעקבות סופת השלגים הכבדה שצפויה לפקוד את ארה”ב בשבוע הקרוב,

ווי שניי, ווען שניי?
Weather.png
(- - -)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

און אזוי ווי איך האב פארויס געזאגט, בעלזער רב קימט נישט

שליחה דורך טיטאניק »

ער שיקט דעם בן החכם מיט ר' פנחס פרידמאן

איך האב אפאר פראגעס צים כבוד קדושתו של האדמו"ר מבעלז שליטא
1. אם מלכא אנא, אויב האסטי מילא נישט געהאט אין פלאן צי קימען (דאס איז די פלאן פון day 1, נאר יעצט עס ארויס געלאזט, ווייל אויב עס איז יעצט דא א געוויסע פראבלעם איז די פראבלעם שוין געווען מלכתחילה) פארוואס האטסטי משוגע געמאכט די גאנצע וועלט?
2. וואס טראכסטי? וואס טראכטען יעצט אידען ארים די וועלט אויף אינזערע מנהיגים, א באנדע וואס?
3. הייסט די גאנצע גזירת גיוס גייט דיר אן ווי די פאריעריגער שניי? הייסט אז איך בין געווען גערעכט? סא ביסט א מנהיג אזוי ווי איך בין א טשייניזער?
4. אויב האסטי מילא געהאט אין פלאן נישט צי קימען (רא"מ רוקח איז אין מאנטראיאל פאר א סיבה.... נישט אימזיסט איז ער דאהי שוין פון לעצטע וואך), פארוואס האסטי געלאזט דיין נאנסטער מענטש שמעון וואלף קליין צידרייט ווערען ביי די פילע אסיפות? וואספאראר פנים האט ער יעצט אין גאס?
5. פארוואס טאקע האסטי "אייביג" ליב צי מאכען פורים פון די וועלט, דרייען מיט דיין עולם, און מיט די עולם בכלל ווי א גראגער ביי המן?
6. וואס האסטי יעצט פארדינט? אפילו אויב די האסט מיט דיין צירוקציען געוואלט אפטיען גערער רבי, וואס גייסטי טיען טאמער דער גערער רבי וועט יא באשליסען צי קימען און ציזאמען מיט סאטמאר מאכען א מצב? וועסטי ווערען "אויס מנהיג הדור", סא מה הועיל החכם מקרית בעלז?
7. די עיקר, אין ווינדער מיר וואס איז דיין מעסעדזש צי די גאנצע וועלט מיט די האנדלונג? אז וואס? אז ביבי זיצט יעצט אין רייבט זיך די בייכעל פון ענקערע באכלעצפעניש? פון די פרימע לא יוצלח האנדלונג? וואס מיינסטי טראכט ער יעצט? איך וועל דיר זאגען, ער זיץ אין דייניגראם און ווארפט זיך פאר געלעכטער, טאקע די פרימע אליין זיי בעטען עם אויס די בעט, זיי אליינס מאכען שוואך די אמונת צדיקים, זיי אליינס ווארפען אונטער קלעצער אין די רעדער, זייער הצלחה וואקסט נאר ציליב דיר, נו? אויב האסטי געמיינט גזירת גיוס, וואלסטי לכתחילה נישט געדארפט מודיע זיין אז די קימסט, ווייל ס'איז אסאך אסאך ערגער וואס די האסט יעצט געטין, ווען די זאגסט ווען מעיקרא אז די קענסט נישט קימען אבער די ווייזט ארויס שטיצע, וואלט נאך געקענט זיין עפעס א פראסק פאר ביבי, אבער יעצט? האסט אלעס געהארגעט


היוצא לנו מכל זה
אויב איז דא צווישען די מועצת 1 חכם, איין באזעסנער מענטש, איין מנהיג, איז דאס דער בעזלער רב
דער גערער רבי איז דאך שטים, די צוויי וויזניצער רבי'ס נישט די גרעסטע חכמים, דער צאנזער רבי איז סתם א קלאון, די אנדערע פורים רבי'ס איז א שאד צי רעדען פון זיי, דער איינציגסטער וואס ביז היינט האט מען נאך אנגעקיקט פאר א שטיקעל סעמי חכם מנהיג, עכ"פ מער פון די אנדערע חכמים אין די מועצת, און כאטש אז דער בעזלער רב האט א ים מיט שונאים האבען אפילו זיינע שונאים געהאלטען אז ער האט שכל, און ער איז א מנהיג, אבער יעצט שטעלט ער זיך ארויס מיט די אמת'ער פארבען, ווי א טיפש גולם, וואס האט נישט קיין 2 טראפען שכל, א היפערקריט, א קראוזיער מענטש, און ווי גרויס איז די שאד

די אמת'ער רחמנות איז אויף די בעלזער חסידים פון אמעריקא,
פון צוויי זייטען, איינס די בושות וואס זייערע רבי מאכט זיי, צוויי, די פאקט אז זיי קענען קיינמאל נישט ציקימען צי עם, ווען זיי צאלען א הון תועפות צי פארען קיין ארץ ישראל-בעלז, געבט מען זיי נישט די געלעגנהייט אויסציטוישען א ווארט מיט זייער רבי, ווידער אהער, קימט ער קיינמאל נישט, יעצט האבען זיי זיך אזוי געפרייט אז ענדליך גייען זיי האבען די געלעגנהייט צי קענען רעדען א ווארט צי עם, אבער הנה, ער שיקט דעם בן החכם, וואס רוב חסידי בעלז וואלטען מעדיף געווען אז דער טאטע זאל עם איבערלעבען, און זיינע קינדער זאלען זיין די קימענדיגע מנהיגים (וק"ל), עכ"פ נישטא קיינער וואס טיט אזוי וויי די בעזלע חסידים ווי זייער רבי אליין, זיי האבען זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר עם און דאס געבט ער זיי ציריק, נעבעך נעבעך
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

ווי דער טיטאניק האט געזאגט שוין פון אנפאנג אן

שליחה דורך טיטאניק »

viewtopic.php?p=168659#p168659
viewtopic.php?p=169212#p169212

ני? אפשר כדאי אז איך זאל ווערען א "רבי'ס ריפארטער"? אזוי ווי עס איז דא "וועטער ריפארטער"?
:lol: :lol: :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די גאנצע עצרת איז גע'קענסעל'ט
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך פיש כאפער »

צה"ל האט געמאלדן אז נאכ'ן זיך צוקוקן צו די צוגרייטונגען צום פרעצעדענטלאזן היסטארישן כינוס האבן זיי באשלאסן נישט צו נעמען קיין איין חרדי'שן בחור אין מיליטער. זיי דארפן נישט אזעלכע אומבאלומפערטע מענטשן אינעם מיליטער
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

כינוס כלל ישראל איז פינקט פארקערט צד מהרז''ל פארענטפרט זיך ביזן היינטיגען טאג פארוואס זיי זענען געווען טראץ פין זייער אייגענע רבנים וואס זענען געווען דערקעגן אין צד מהר''א איז שטאלץ פארן נישט גיין,
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

ויבא אלעזר

שליחה דורך טיטאניק »

אמאל (פאר טבת עד) האבען מיר געהייסען "חרדים", היינט האט מען געטוישט אינזער נאמען צי "לוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען די בעזלע חסידים זיך שטאלצירט מיט זייער קליגער רבי, היינט זענען זיי "לוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען די פרייע נאך עפעס מורא געהאט פון אינז, אבער היינט קיקען זיי אינז אן פאר "לוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען כלל ישראל ארויף געקיקט אויף די מנהיגים למחצה ולשליש ולרביע, כאטש עפעס מנהיגים, אבער היינט שטעלען זיי זיך ארויס מיט די אמת'ער פנים אלץ "מועצת גדולי הלוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען מיר זיך אליין אנגעקיקט, אז מיר "קענען עפעס" מיר "זענען עפעס" אבער היינט ווען אינז קיקען זיך אין שפיגעל זעען מיר נאר "לוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען מיר זיך געקענט איינרעדען אז גדולי ישראל האבען א כח צי מבטל זיין גזירות אבער היינט זעען מיר אז מיט די סארט מנהיגים זענען מיר "כלל הלוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען מיר געהאלטען אז מיר האבען כאטש קליגע עסקנים, מעכטיגע שישקעס אין די הויעכע פענסטערס, אבער היינט האבען זיי זיך ארויס געשטעלט ווי א גרופע פון אומבאלומפערטע "לוזערס"
אמאל (פאר טבת עד) האבען די אמעריקאנער רעגירונג זיך נאך גערעכנט מיט א רב, אדער א רבי, אבער וואס א טאג ס'גייט אדארעך זעען זיי נאך און נאך מער אז א רבי מיינט א "לוזער"
אמאל (פאר טבת עד) האבען נאך ביבי און לפיד זיך געזארגט "וואס די חרדים קענען טיען" אבער היינט האבען זיי מער נישט קיין זארג, ווייל מיר זענען "לוזערס"
אמאל (ביז טבת עד) האט כלל ישראל געהאט א חשיבות אויף דער וועלט, אבער פון דעם טאג האט כלל ישראל פארלוירען איר רעספעקט, איר חשיבות, מיר זענען אלע אין דעם טאפ פון "לוזערס"

א בכיה לדורות, די גזירת גיוס כלשעצמה איז גארנישט קעגען די עצם חילול ה' וואס די אדמורים ורבנים אליינס האבען יעצט געמאכט, אויב איינער שלעפט אינז אריין אין גרוב זענען דאס די אנגעטרינקענע אדמורים ורבנים,
ס'אי שוין געקימען דער צייט זיי אראפ צי זעצען פון בענקל המנהיגות, און זיך נישט לאזען מער פארפירען
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אין אגב, מהר''א האט נאך בכלל נישט געגעבן א רמז אז ער פלאנט זיך צו באטייליגן, ער האט פארגעשעטלעט תנאים וואס מען האט אים צוגעזאגט אז מען עס לכאורה נאכגעבן אבער דערווייל זענען זיי נישט צירוקגעקומען אויף זיכער
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ענדערש איז דער לוזער דער לץ וואס האט ארומגעשיקט א פרעס רעליס צו אלע צייטונגען אז סקולען אין ר' לייבוש מיט די עדה וועלן נאר קומען אויב ער קומט
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

א באנדע לצים וואס עטץ זענט :like :oops:
פארשפארט