אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך

שליחה דורך יאיר »

איר האט שוין זיכער אמאל געהערט דעם אויסדרוק אויף א רב אדער דיין אדער סיי ווער, 'ער איז באהאוונט אין דעם פינפטן חלק שולחן ערוך.' דער באדייט דערפון איז, אז אויסער די געשריבענע הלכות וואס שטייען געשריבן אין די פיר דיקע חלקים פון שולחן ערוך, זענען פארהאן נאך אומגעשריבענע הלכות וואס ווערן איבערגעגעבן נישט דורכ'ן פען און פאפיר, נאר דורך אנדערע אופנים, צומאל הינטער'ן באוואוסטזיין. מען קען זאגן אז געווענליך זענען די אומגעשריבענע הלכות פיל מער ווי די געשריבענע. דאס הייסט א דיין קען קענען אלע הלכות אין שולחן ערוך, אבער אויב ער האט נישט קיין הדרכה ווי אזוי צו באטראכטן א שאלה, ווי אזוי זיך צו רעכענען מיט די געפילן פון דעם שואל וכדו', קען ער זיין ערגער ווי א דיין אן עם הארץ.

כלפי מה הדברים אמורים?

אין דעם לעצטן שבת בלעטל איז ערשינען א דעטאלירטער ארטיקל איבער דעם שייכות צווישן חרדים/ארטאדאקסן און דער שולחן ערוך. כלשעצמי בין איך נישט קיין גרויסער חסיד פון שבת בלעטל, עס שיינט מיר ווי מען האט ארויסגענומען אלע נעגאטיווע קאמענטארן פון קאווע שטיבל און געמאכט דערפון א בלעטל. אבער דער ארטיקל האט מיר געצויגן דער נייגער. איך האב עס דרוכגעליינט פון אנהויב ביז'ן סוף אין איין אטעם, און עס האט מיר שטארק באאיינדרוקט. דער שרייבער, וועלכער איז קענטיג א היבשער יודע ספר, שטעלט צוזאם א טיילווייזע ליסט פון אלע הלכות אין שו"ע וואס מיר זענען נישט מקיים אדער פירן זיך דוקא קעגן דעם, און וויל דערמיט אויפווייזן אז ארטאדאקסיע איז נישט משועבד צום שולחן ערוך, און אויב אזוי נפל פיתא בביריה, גאנץ ארטאדאקסיע צוזאמען מיט'ן טיילונג און ר' ירמיה לעוו קענען שלאגן כפרות.

דער ארטיקל איז געשריבן כמעט ווי אן אקעדעמישע ווערק, נישט אויסלאזנדיג קיין שום דעטאלן און מראי מקומות, וואס גיבט צו צו די קראנטשאפט פון דעם מאמר. אבער למעשה איז ענטשאנען א שטורעם דא אין קאווע שטיבל, מיט טייל טענה'ן אז למעשה איז פארהאן דרייסיג הלכות וואס מיר זענען יא מקיים קעגן יעדע הלכה וואס מיר זענען נישט מקיים, ממילא זענען מיר די נענטסטע צו די שולחן ערוך ווי סיי וועלכע אידישע פראקציע.

דער טענה בעצם איז א גוטער. דאס הייסט, היות דער ארטיקל איז געבויט אויף דעם יסוד אז עס זענען פארהאן הונדערטער פאקטישע הלכות וואס מיר זענען נישט מקיים און דעריבער שניידט דאס אונטער גאנץ ארטאדאקסיע, האבן דערויף די קאמענטירער א גוטע ארגומענט אז די הלכות זענען למעשה בטל במיעוטם. כשלעצמי האב איך א שטערקערע טענה אויף דעם שרייבער. ער האט גענומען דעם שולחן ערוך פאר א ציל ברעט וויבאלד דאס ווערט די מערסטע באנוצט אין די אונגארישע קרייזן, אלס א דירעקטע ירושה פון הרב גרינוואלד, אבער למעשה איז דער פאקטישער אויטאריטעט פון די ארטאדאקסן נישט דער שולחן ערוך, נאר הלכה. היות דער שולחן ערוך איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, איז דאס די שטערקסטע אויטאריטעט אין הלכה, אבער דאס איז אודאי נישט דער איינציגער אויטאריטעט.

איינמאל מען אידענטיפיצירט זיך מיט דעם ברייטערן טערמין "הלכה", איז אויטאמאטיש פיל מער פארלייכטערט דער עול אויף ארטאדאקסן. אין הלכה איז געוויס דא אזא מושג ווי מנהג המקום, פוק חזי מאי עמא דבר, גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד, וכדומה. די גענויע גדרים פון הלכה זענען שווער צו שטעלן. פון איין זייט, אויב דער תוקף פון שולחן ערוך איז בלויז דאס וואס כלל ישראל האט איר מקבל געווען, קענען דאך די קאנסערוואטיוון זאגן אז זיי זענען מקבל די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אלס זייער שולחן ערוך. (א גוזמא, בארואיגט אייך). הוגה וועט אודאי פרעגן, וואס איז דער באזיץ פון דעם תוקף אז א ספר וואס גאנץ כלל ישראל איז מקבל מוז מען מקיים זיין. דעת תורה וועט ענטפערן, וואס הייסט, דאס אז גאנץ כלל ישראל האט מקבל געווען אז עפעס וואס גאנץ כלל ישראל האט מקבל געווען מוז מען מקיים זיין, לעיקוואוד וועט טענה'ן אז דאס איז צירקולער ריזאנינג. אבער מיר וועלן דאס לאזן פאר אנדערע אשכולות צו דעבאטירן. די פוינט איז אז הלכה האט פיל מער פלעקסיבל גדרים. אמת, די חרדים וועלן נישט אייביג מודה זיין דערין, אבער למעשה זענען זיי אויך נישט מודה אז אין שולחן ערוך אליין איז דא פיל מער פלעקסיבל גדרים ווי זיי גיבן אן, ווי דער שרייבער האט ריכטיג אויפגעוויזן.

אויסער דעם האב איך מינדערוויכטיגע השגות הראב"ד אויף דעם טאלאנטפולן שרייבער פון דעם שבת בלעטל ארטיקל, ווי למשל, פארוואס ער האט אויסגעלאזט דעם סאמע ערשטן הלכה אין שו"ע שיהא אדם מעורר את השחר, און אז ער האט זיך געשטעלט אויף הלכות וואס אפילו דער מחבר אליין האט געוואוסט אז מען איז נישט ממש מחייב יעדן, ווי למשל אז א קומה זקופה איז אסור, און אז געוויסע הלכות האבן דוקא יא א גוטער סיבה פארוואס מען איז נישט מקיים, ווי למשל בגדים אין שבת חזון איז דער עיקר טעם ווייל אמאל איז מען נישט געגאנגען באזונדערע מלבושים פאר שבת און אינדערוואכן. אבער מיין ציל איז נישט צו שרייבן השגות אויף דעם מאמר. למעשה האט דער שרייבער געשטעלט א טעזע פאר זיך, און ער האט דאס סובסטאנצירט מיט פאקטישע ראיות. די שאלה איז נאר אויב די מסקנא וואס ער ציט פון דעם טעזע זענען ריכטיג.

וואס האט מיר בעיקר געגעבן שטאף צו טראכטן, און איך וואונדער זיך פארוואס דער שרייבער האט נישט מער מאריך געווען דערין, איז אן אנדערע נקודה. נניח אז חרדים זענען מקיים רוב פון דעם שולחן ערוך, נניח אז אפילו די סעיפים וואס זיי זענען נישט מקיים האבן תירוצים אין דעם ברייטערן קאנטעקסט פון הלכה, איז פארט דא א פיל הארבערער אישו ביים בשר בהמה. און דאס איז דער אומגעשריבענער שולחן ערוך פון חרדים.

צו אילוסטרירן מיין פונקט וועל איך פארציילן א מעשה שלא היה.

א כינעזער אנטראפאלאג וועלכער האט נאך קיינמאל נישט געהערט איבער אידן איז געוואויר געווארן אז עס געפינט זיך א רעליגיע 'אידישקייט.' זיי זענען קליין אין צאל, אבער גרויס אין מאכט. ער האט אפגעמאכט אז ער מוז זיך באקענען מיט זיי. ער האט זיך נאכגעפרעגט וואו מען קען זיי געפינען, און ער איז געוואויר געווארן אז אין א ווינקעלע נעבן דעם וויליאמסבורג בריק געפינט זיך א גרופע אידן וואס טענה'ן אז זיי זענען די מערסטע אריגינעלע אידן אין דעם גאנצן כדור הארץ. נו, אז ער גייט פארשן אידישקייט, זאל דאס טאקע זיין ביי די וואס שטעלן פאר די אריגינעלסטע ווערסיע דערפון. דער פארשער האט געכאפט אן עראפלאן און איז געקומען קיין וויליאמסבורג און האט זיך איינגעשריבן אין פוינט פלאזא האטעל פאר עטליכע חדשים זיך צו באקענען מיט זיי פון דער נאנט. במשך די קומענדיגע חדשים האט ער זיך אראפגעשריבן זיינע נאטיצן און באאיינדרוקן פון דעם אידישן פאלק, און זייערע געזעצן און אויפפירונגען לויט זיין פארשטאנד.

(וויכטיגע באמערקונג: דער כינעזער פארשטייט נישט קיין תנ"ך, תלמוד, אדער שולחן ערוך. אלס וואס ער ווייסט איבער אידישקייט קומט פון וויילן עטליכע חדשים ביי די אריגינעלסטע גרופע פון אידן, די חסידים.)

    [center]די מצוות פון אידישקייט[/center]

    שטרענגע געזעץ: נישט אריינלאזן קיין פרעמדע (אליין בייגעוואוינט ביי פראטעסט קעגנאיבער האטעל).

    קליידונג געזעצן: מענער מעגן נאר גיין שווארצע מלבושים. זיי מוזן טראגן צוויי צודעקן אויפ'ן קאפ, א הארטע און א ווייכע, די הארטע קען זיין דריי ערליי פארמען, אבער די ווייכע מעג נאר זיין פון זעקס שטיקער צוזאמגענייט, און דוקא ווייך, אויב עס איז הארט איז עס פסול. אויסער דעם דארף מען אנטון א ווייסע העמד, א געלע וואלענע סחורה מיט שווארצע שטרייפן און פעדימער ביי די זייט, און לאנגע ווייסע אונטערהויזן. געוויסע משפחות האבן אנדערע סארט געזעצן, טייל פון זיי מוזן דוקא גיין קאלירטע קליידער, אנדערע מוזן גיין גאר ברייטע קאפ-צודעקער. די זעלבע משפחות טארן אויך נישט חתונה האבן מיט א געווענליכער איד אויסער זייערע משפחות, דאס וואלט געווען גאר א געפערליכע עבירה, און קיינער פון זיי איז עס נישט עובר אין קיין שום פאל. זיי וועלן ענדערש חתונה האבן מיט א נארישער אדער אומטויגליכער פערזאן ווי איינער אויסער זייערע משפחות. טייל אידן פון די משפחות האבן אויך מאדנע מנהגים, ווי למשל טאנצן און שפרינגען, גיין מיט א שטעקן אין גאס, בעטן געלט פון אנדערע מענטשן כאטש זיי דרייוון קעדילעקס און וואוינען אין רייכע הייזער, און נאך. (באמערקונג: מעגליך אז דאס האט א שייכות מיט די אור אלטע פאמיליע פון כהנים וואס לויט פראפעסארן האבן זיי אמאל געהאט אנדערע געזעצן ווי דעם גאנצן אידישן פאלק).

    האר: האר שפילט א צענטראלע ראלע אין די אידישע רעליגיע. מענער, פרויען און קינדער העכער דריי מוזן גענצליך אפשערן די קאפ. מענער מוזן לאזן לאנגע לאקן ביי די זייט. די איבריגע האר פון דעם קערפער איז פארבאטן צו אפשערן ביי מענער. פון די צוויי הארבסטע עבירות אין די אידישע רעליגיע זענען נוגע צו האר: פאר מענער איז פארבאטן אפשערן אפילו א קליין חלק פון די בארד. פאר פרויען איז פארבאטן לאזן וואקסן אפילו א קליין חלק האר אונטער דעם צודעק. פאר די צוויי עבירות קומט זיך די הארבסטע עונש: מען לאזט נישט די קינדער לערנען תורה (אידישע געזעצבוך). עס איז אומבאקאנט ווי אזוי די אויטאריטעטן געפינען אויס אויב די פרויען האבן האר אונטער די צודעק. די דריטע הארבסטע עבירה איז בויען הייזער אויף פלעצער וואו מען האט באגראבן מענטשן פאר דריי טויזנט יאר צוריק וואס זענען מעגליך געווען אידן, און מען איז מחוייב זיך צו לאזן שלאגן ביז בלוט עס צו פארמיידן. לויט ווי איך האב געהערט פון פראפעסארן אז עס זענען פארהאן דריי הארבסטע עבירות אין אידישקייט זענען דאס זיכער די דריי אויבנדערמאנטע עבירות. מעגליך אז די האר עבירות ווערן גערעכנט פאר איין, און די דריטע עבירה איז טראגן זאכן אין גאס אין דעם זיבעטן טאג (זע ווייטער), אויף וואס מען איז מחוייב נאכצושרייען אין די גאסן.

    זיבעטע טאג: יעדן זיבעטן טאג איז מען מחוייב צו גיין אנגעטאן אנדערש ווי א גאנצע וואך, (מענער) א פעלענעם הוט און גלאנציגע רעקל (פרויען) ווייסע צודעק אויפ'ן קאפ. מען איז מחוייב צו עסן לאנגע מאלצייטן, אריינגערעכנט פיש (דוקא סעלמאן) צעריבענע אייער, א מאכל פון באנדלען, און צעריבענע קארטאפל. דערביי דארף מען זינגען. די מאכלים איז מען מחוייב צו עסן דוקא אויף דעם סדר. מען טאר נישט טראגן קיין שום זאכן אויפ'ן גאס, און עס איז דא ספעציעלע חיוב אנצושרייען די וואס טראגן יא (באמערקונג: אין דערנעבנדיגע בארא פארק מעג מען יא טראגן, סיבה אומבאקאנט). נאך געזעצן פון שבת: מען טאר נישט ארבעטן, דרייוון קארס, און ארויסנעמען די ביינער פון די פיש.

    ספעציעלע טעג: אין אידישקייט זענען פארהאן פארשידענע ספעציעלע טעג וואס מען רופט ימים טובים. גאר אינטערעסאנטע מנהגים שפילן זיך אפ אין די טעג. פאלגנד איז א טיילווייזע באריכט: אנהייב זומער איז פסח. מען דארף צוויי חדשים פריער ארבעטן אויסצורייניגן אלע שמוץ, אפילו די שטויב פון די לעגאס. ערב פסח דארף מען צודעקן די קאונטערס מיט זילבער פאפיר, און פארברענען די איבערגעבליבענע ברויט. פסח אליין טאר מען גארנישט עסן אויסער קארטאפל, אייער, און דינע קרעקערס וואס מען רופט מצות. אויב די מצות ווערט נאס האט דאס א דין ווי אלע אנדערע מאכלים וואס זענען פארבאטן. די פרוכט און גרינצייג האבן אן אינטערעסאנטער דין, מען מעג נאר עסן עפעס וואס דער טאטע האט געגעסן (אומבאקאנט ווער דער ערשטער טאטע וואס האט געבראכן דעם מנהג איז געווען), שאלאכץ פון אלע פרוכט און גרינצייג איז שטרענג פארבאטן, און איז פונקט אזוי הארב ווי מצה וואס האט באגעגנט וואסער אדער פרוכט וואס דער טאטע האט נישט געגעסן אדער סיי וועלכע אנדערע מאכלים.

    אנדערע מנהגים פון ספעציעלע טעג זענען ווי פאלגנד: שבועות: מען מוז אויפזיין א גאנצע נאכט און עסן טשיז קעיק די טאג דערנאך. שמחת תורה מוז מען טאנצן הקפות, סוכות דארף מען עסן אין א האלצערנע שטיבל, אויב מען וויל קען מען אויך שלאפן דארט. יום כיפור איז מען מחוייב צו דאווענען אין שול א גאנצן טאג. פורים דארף מען טרינקען אסאך וויין. חמשה עשר בשבט דארף מען עסן אסאך פרוכט. די אלע מנהגים ווערן גאר שטרענג איינגעהאלטן. די וויכטיגסטע געזעצן בנוגע ימים טובים זענען: אויסרייניגן די הויז פון אלע שמוץ פאר פסח, וויבאלד אויף דעם מנהג גיבט מען אויס די מערסטע כוחות, און טאנצן הקפות, וויבאלד אויף דעם מנהג קומט מען צופארן פון איבעראל, מען טאנצט ביז די לעצטע כוחות, און מען קריגט זיך ארום מיט די הענט און פיס צו טאנצן דוקא אין די ריכטיגע געבעטס הויז וואס איז אויסגעהאלטן לויט די אידישע געבאטן.

    סעגרעגאציע: איינער פון די וויכטיגסטע געזעצן פון אידישקייט איז אז מענער און פרויען טארן נישט האבן קיין שום שייכות אויסער אויב ס'איז גאר, גאר וויכטיג. דאס רעכנט אריין אפילו אזעלכע נאנטע קרובים ווי שוועגערינס און שוואגערס אדער מומעס און נעפיוס. אפילו א קאפל וועט נישט אויסטוישן מער ווי עטליכע ווערטער איידער זיי האבן חתונה. אזוי אויך טארן פרויען נישט האבן קיין שום ראלע אין אלע פירערשאפט פונקציעס, און אודאי נישט אין רעליגיעזע אפטיילונגען. דערפאר לייקן איך גענצליך אפ דער באהויפטונג פון מערערע רעליגיע פראפעסארן אז אין די אידישע תורה טרעפט מען ווי פרעמדע מענער און פרויען פארברענגען צוזאמען און קושן זיך אפילו, און פרויען וואס זענען גרויסע פירערס און העלדן ביי אידן.

    יסוד פון אידישקייט: די עיקר יסוד פון די אידישע רעליגיע איז צו זיין וואס מער אפגעזונדערט פון די וואס האבן נישט די אידישע רעליגיע. דאס מיינט אז לויט די אידישע רעליגיע איז פארבאטן צו רעדן סיי וועלכע שפראך פון מענטשן וואס זענען נישט קיין אידן, וואס איז גאר מאדנע נעמענדיג אין באטראכט אז די אידן זעלבסט רעדן א פרעמדע שפראך פון די דייטשן וועלכע זענען לויט מיינע מקורות די גרעסטע שונאים פון די אידישע רעליגיע. אזוי אויך טאר מען נישט לערנען אין שולע קיין שום חכמה וואס קומט נישט פון די אידישע רעליגיע. דערפאר לערנט מען נישט קיין שום סייענס אדער קונסט אין שולע. טייל סייענס ווערט אפילו באטראכט אלס א דירעקטע סתירה מיט אידישקייט. דאס אלעס איז גאר מאדנע צוזאמצושטעלן מיט זייער טענה אז אלע חכמות קומען פון די אידישע רעליגיע. אבער דאס איז נישט די איינציגע מאדנע זאך אין אידישקייט.

    די הארבסטע עבירה אין די גאנצע אידישע רעליגיע איז האבן אינטערנעט. לויט די אידישע רעליגיע ווערט אינטערנעט באטראכט אלס די ערגסטע זאך וואס עקזיסטירט, ערגער ווי מאלעסטעישאן אדער טשיילד אביוז. אין א שטוב וואו עס געפינט זיך אינטערנעט טאר מען נישט אריינגיין. זייערע הויפט פירער האבן דערקלערט אז איינער וואס האט א סעלפאן מיט אינטערנעט איז נישט באגלייבט אויף קיין שום זאך, אפילו צו זאגן עדות אויב א קאפל האט חתונה געהאט, און אז מען טאר אפילו נישט זיצן מיט א קאמפיוטער וואס האט אינטערנעט אין איין שטוב. די מאדנע זאך איז: ניינציג פראצענט פון זיי האבן אינטערנעט.
    עס איז אויך אינטערעסאנט אז פראפעסארן באשטעטיגן אז אינטערנעט ווערט אפילו נישט דערמאנט אין קיין איינע פון די אידישע געזעץ ביכער. זיי זאגן אז דאס איז צוליב דעם וואס אינטערנעט האט נאכנישט עקזיסטירט ווען די ביכער זענען געשריבן געווארן. דאס מיינט אז דאס איז ממש א נייע געזעץ. דאס איז נאכמער אינטערעסאנט, וויבאלד די אידן טענה'ן אז זיי האבן נישט געטוישט קיין שום זאך זינט זיי האבן באקומען זייערע געזעץ ביכער פון גאט.

    שולחן ערוך: אויסער די הויפט געזעצן, זענען דא נאך פארשידענע טויזנטער דעטאלן פון אלע סארטן געזעצן וואס זענען רעלעוואנט צו די אידישע רעליגיע, און זיי זענען אראפגעשריבן אין עטליכע ביכער וואס זיי רופן 'שולחן ערוך'. אבער רוב אידן זענען בכלל נישט באקאנט אין דעם שולחן ערוך, פונקט ווי רוב אמעריקאנער זענען נישט באקאנט מיט די געזעצן פון אמעריקע. עס זענען דא ספעציעלע מענטשן וואס קענען די געזעצן וועמען מען רופט דיינים. די מאדנע זאך איז אז אפילו די מענטשן קענען אויך נאר א קליינער טייל פון די געזעצן. פאקטיש זענען קוים פארהאן געציילטע מענטשן, אפשר איינס פון צען טויזנט, וואס זענען באקאנט אין אלע געזעצן פון דעם שולחן ערוך. דאס איז א קלארע אנדייטונג אז שולחן ערוך שפילט א רעלאטיוו קליינע ראלע אין די אידישע געמיינדע. פאקטיש האב איך כמעט נישט געהערט דערמאנען דעם שולחן ערוך אין קיין שום דרשות, און איך האב נישט געזען דעם ווארט אויף קיין איינע פון זייערע צעטלען וואס פילן כסדר אן די ווענט צו מעורר זיין אויף די פריערדיג דערמאנטע געזעצן. נאכמער, ערפארענע פראפעסארן זאגן מיר אז רוב פון די געזעצן וואס איך האב דערמאנט ווערן בכלל נישט דערמאנט אין שולחן ערוך, און דאס איז טראצדעם וואס זיי טענה'ן אז דאס זיך פירן לויט'ן שולחן ערוך איז דער עיקר אונטערשיד צווישן דעם איד און נישט איד.
#אינגאנצןצומישט.


דער כינעזער אנטראפאלאג שלא היה ולא נברא וואלט נאך מסתם געהאט א לאנגע ליסטע פון באמערקונגען, אבער מיין כח הדמיון לאזט זיך שוין אויס. איך האף אז די נאטיצן פון דעם פארשער רעדן פאר זיך אליין. די איינציגע שאלה בלייבט נאר, פארוואס האט דער שרייבער פון דעם שבת בלעטל ארטיקל, א קענטיגער חסידישער איד וואס איז אויך א שטיקל תלמיד חכם, זיך געדארפט באמיען צו שרייבן א גאנצער ארטיקל מיט צענדליגער מראי מקומות אויפצואווייזן זיין פוינט, ווען א פרעמדער כינעזער וועלכער ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מען עפנט א שולחן ערוך האט געמאכט די זעלבע מסקנא נאכ'ן פארברענגען צווישן אונז בלויז עטליכע חדשים.
האדם לא נברא אלא להתענג
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

פתח דבריך [tag]יאיר[/tag]!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער שיין יאיר, ברענגסט ארויס זייער גוטע נקודות פונקט ווי די שבת בלעטעל שרייבער ברענגט ארויס אויף זיין סגנון. שוק א פערזענליכע קאמפלימענט צום כינעזער אנטראפאלאג פארן שרייבן אזא גרונטליכע און אקוראטער אפשאצונג.

אגב, איך האב שוין לאנג געטראכט אז עס איז צייט צו באגראבן די שו"ע. ווער דארף א הלכות שבת, אז מען האט א שאלה קוקט מען אין "גיליון מבאר רבותינו". אויב האט מען א חושן משפט שאלה קוקט מען אין גיליון הליכות חיים. אויף א שאלה בנוגע מועדים וזמנים קוקט מען אין מחזור או זמירות דברי יואל. די שו"ע איז שוין בעצם גענצליך איבעריג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א"כ אין לדבר סוף. די שו"ע האט איגנארירט אדער פארדרייט כמה הלכות פון די גמרא, די גמרא האט פאדרייט כמה פסוקים פון די תורה, און משה רבינו האט... די נקודה איז אז ס'איז זעכער אז היינט איז ארטדאקסיע פארדרייט כדברי יאיר, די שאלה פאר אונז איז נאר, ווי און ביי וועלכע הלכה הייב איך אן גלייבן אז די פארדרייעכץ איז פאלש, פון די אחרונים און ווייטער? די חסידים און ווייטער? וועלכע אחרון?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איינמאל מען אידענטיפיצירט זיך מיט דעם ברייטערן טערמין "הלכה", איז אויטאמאטיש פיל מער פארלייכטערט דער עול אויף ארטאדאקסן. אין הלכה איז געוויס דא אזא מושג ווי מנהג המקום, פוק חזי מאי עמא דבר, גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד, וכדומה.... אמת, די חרדים וועלן נישט אייביג מודה זיין דערין, אבער למעשה זענען זיי אויך נישט מודה אז אין שולחן ערוך אליין איז דא פיל מער פלעקסיבל גדרים ווי זיי גיבן אן, ווי דער שרייבער האט ריכטיג אויפגעוויזן..

כמה הערות לעצם הענין,
אפגעזען פון דיין פערזענליכע מיינונג וואס דו האסט אויסגעדרוקט מכבר, לאמיר נישט פארגעסן אז מ'איז יעצט דן איבער אולטרא-ארטאדאקסען, ממילא דארף מען באטראכטן צו קומען זיי נאך זייער אייגענע פארשריפטן וויאזוי זיי פארטייטשן הלכה,

יעצט לאמיר גיין ווייטער, איז דער 'פוק חזי מאי עמא דבר' עפעס וואס כשר'ט ביי חרדים, נו צו וואס האלט מען אין איין מוחה זיין אויף פירצות אויף וואס דער עולם איז געשלאגן, און נאך אלעם איז באמת אין הלכה דא גדרים און רעגולאציעס אויף מנהגים ווען און וויאזוי ס'האט א תוקף, וואס די חרדים נעמען דאס למעשה אן עכ"פ בשיטה, יעצט אויב מיר וועלן באטראכטן א הלכה פון א היסטארישן פרעספעקטיוו דאן וועט זיך בוודאי ארויסשטעלן אז ס'איז אדורך אן עוואלוציענערן פראצעס וואס קען לעגיטימירן דאס צופאסן הלכה צו אונזער צייט, און מיט דעם האט דער אזוי-גערופענער "איש ההלכה" הרב J.B. סולוביצ'יק ז"ל אן אויבערהאנט אז זיין רעליגיעזע פראקטיצירונג איז איינשטימיג מיט זיין הלכה'דיגע שטאנדפונקט.

בעצם האב איך נישט געליינט דעם מאמר ווייל ביים דאנלאודן איז מיר אויפגעקומען די שפראך פון דעם אנטראפאלאג, און איך בין חושש אז ער האט נישט אנגעכאפט די ריכטיגע דוגמאות, ווייל לויט ווי איך פארשטיי זענען אלע זיינע דוגמאות וואס ער ברענגט אדער אזעלכע וואס איז בעצם וואלטן די חרדים געזאגט אויף דעם "אה"נ מ'דארף טאקע", אדער זענען זיי אזעלכע זאכן וואס מ'האט זיך נישט געפירט אזוי מאז חיבור הש"ע, ווייל די תוקף פון שו"ע ליגט אין דעם וואס אלע רבנים שפעטער האבן דאס מקבל געווען אלס די אויטאריטעט וואס זיין הכרעה אין הלכה וועט זיין בינדענד, ממילא וויבאלד אין ארטאדאקסיע אנערקענען די רבנים אז די פריערדיגע דור איז געשטאנען גרעסער בחכמה האט דאס א תוקף מכח דעם דין פון אין בי"ד יכול לבטל דברי חבירו אא"כ גדול ממנו בחכמה ובמנין (א שטייגער ווי ס'דא אין די געזעץ סיסטעם די מושג פון פרעצעדענט), אבער אויף פארשידענע הכרעות וואס דער שו"ע האט געמאכט האט מען תיכף ומיד חולק געווען און מ'האט דאס למעשה נישט מקבל געווען פה אחד, ס'איז אבער פארהאן ריכטיגע דוגמאות פון פארשידענע זאכן, הגם נישט קיין סאך, וואס די חסידים בפרט טוען אנדערש ווי זייער כלליות'דיגע בליק פון הלכה און זיי קענען דאס נישט מברר זיין אז דאס זאל אויסקומען הלכה'דיג לויט ווי זיי אליין פארשטייען הלכה, און זיי זענען דווקא אזעלכע זאכן וואס ביי אנדערע קרייזן ווען זיי טוען דאס זעלבע זענען זיי מוחה אויפן אפנויג פון הלכה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

עס איז דא אמאל א שרייבער וואס וויל גיט צילייגען א זאך, וועט ער צילייגען אסאך זאלץ און פעפער (לייען: ליגיונות און גוזמאות) אבער דא ליידער איז ער איז מיט יעדע איינציגע ווארט גערעכט גארנישט מגזים געווען די היינטיגע מציאות איז אזוי פארדרייט, אזוי משוגע אז עס לאזט זיך נישט גלייבען,
נישט אימזיסט זאגט דער הייליגער טיטאניק זאל לעבען "דור עיקש ופתלתול" אזוי פארדרייט אז מען קען צידרייט ווערען
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאיר האט געשריבן:דער כינעזער אנטראפאלאג שלא היה ולא נברא וואלט נאך מסתם געהאט א לאנגע ליסטע פון באמערקונגען, אבער מיין כח הדמיון לאזט זיך שוין אויס. איך האף אז די נאטיצן פון דעם פארשער רעדן פאר זיך אליין. די איינציגע שאלה בלייבט נאר, פארוואס האט דער שרייבער פון דעם שבת בלעטל ארטיקל, א קענטיגער חסידישער איד וואס איז אויך א שטיקל תלמיד חכם, זיך געדארפט באמיען צו שרייבן א גאנצער ארטיקל מיט צענדליגער מראי מקומות אויפצואווייזן זיין פוינט, ווען א פרעמדער כינעזער וועלכער ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מען עפנט א שולחן ערוך האט געמאכט די זעלבע מסקנא נאכ'ן פארברענגען צווישן אונז בלויז עטליכע חדשים.

סדא צוויי נקודות וואס ביידע איז וויכטיג , איינס אז מיר זענען עובר אויףן הלכות וואס שטייט קלאר געשריבען אין שלחן ערוך , צוויי אז מיר האבן הונדרעט הלכות וואס מיר זענען מקיים מיט מסירת נפש, וואס קומט נישט פונעם שלחון ערוך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

[tag]יאיר[/tag] א שיין שטיקל ארבייט, מיר פארשטייער ברויכן טאקע זיך צינויף נעמען און אוועק ווארפען די יאך פון די בייזע מיט לאנגע וואנצעס, און מיט ליבע אפיר נעמען דעים הייליגען אריגענעילען שלחן ערוך אריין קיקען און לערנען די יסודות פון אידישקייט, פארגעסען די אלע היימישע הלכות וואס גרעינעצט זיך מיט אלע עכטע עבירות חמירות, א שטייגער ווי מען טאר נישט טראגען חלילה מיט א עירוב, און שפיכות דמים האט אויסנאם'ס, גילו עריות במקום חילול השם משתקין אותו ואת בנו.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:א"כ אין לדבר סוף. די שו"ע האט איגנארירט אדער פארדרייט כמה הלכות פון די גמרא, די גמרא האט פאדרייט כמה פסוקים פון די תורה, און משה רבינו האט... די נקודה איז אז ס'איז זעכער אז היינט איז ארטדאקסיע פארדרייט כדברי יאיר, די שאלה פאר אונז איז נאר, ווי און ביי וועלכע הלכה הייב איך אן גלייבן אז די פארדרייעכץ איז פאלש, פון די אחרונים און ווייטער? די חסידים און ווייטער? וועלכע אחרון?

גאר א גוטע הערה, מהאי טעמא האב איך ארויסגעברענגט אז עס איז שווער צו זאגן בכלל אזא זאך אז הלכה איז געווארן פארדרייט. אויב דאס איז געווארן אנגענומען ביי כלל ישראל, איז דאס די הלכה. נאר עס איז פארט פארהאן פארשידענע כללים. רבי יוסף קארו האט נישט ארויסגעזויגן הלכות פון פינגער, ער האט געבויט אויף די פריערדיגע, אביסל צוגעלייגט, אביסל אראפגענומען. מען קען נישט קומען מחדש זיין גאנצע נייע בנינים אן לכל הפחות שרייבן א גרונטליכע תשובה אויף וועלכע יסודות דאס בויט זיך.
דאס איז איין נקודה.
צווייטנס, והוא העיקר, אויב די חרדים האבן מחדש געווען אזויפיל נייע הלכות, נניח אפילו אז זיי האבן רעכט, זענען זיי פארט פונקט ווי די רעפארמער. מען האט געטוישט אלע יסודות פון אידישקייט כדי צו אקאמאדירן די טוישונגען אין דעם גייסט פון דעם מצב. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, נאר זאלן זיי אויפהערן שרייען אז זיי זענען די אריגינעלע אידן פון משה רבינו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דער כינעזער אנטראפאלאג שלא היה ולא נברא וואלט נאך מסתם געהאט א לאנגע ליסטע פון באמערקונגען, אבער מיין כח הדמיון לאזט זיך שוין אויס. איך האף אז די נאטיצן פון דעם פארשער רעדן פאר זיך אליין. די איינציגע שאלה בלייבט נאר, פארוואס האט דער שרייבער פון דעם שבת בלעטל ארטיקל, א קענטיגער חסידישער איד וואס איז אויך א שטיקל תלמיד חכם, זיך געדארפט באמיען צו שרייבן א גאנצער ארטיקל מיט צענדליגער מראי מקומות אויפצואווייזן זיין פוינט, ווען א פרעמדער כינעזער וועלכער ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מען עפנט א שולחן ערוך האט געמאכט די זעלבע מסקנא נאכ'ן פארברענגען צווישן אונז בלויז עטליכע חדשים.

סדא צוויי נקודות וואס ביידע איז וויכטיג , איינס אז מיר זענען עובר אויףן הלכות וואס שטייט קלאר געשריבען אין שלחן ערוך , צוויי אז מיר האבן הונדרעט הלכות וואס מיר זענען מקיים מיט מסירת נפש, וואס קומט נישט פונעם שלחון ערוך.

די נקודות בעצם זענען גוטע, אבער דער פראבלעם גייט פיל טיפער ווי דעם. מיר האבן אויפגעטוישט גאנצע יסודות פון אידישקייט פאר א נזיד עדשים. מען קען דאך נישט טאנצן אויף אלע חתונות און זיין סיי א חסיד, סיי א חרדי, און סיי אן ארטאדאקסישער איד. לויט די חרדישע אידעאלאגיע דארף אויסקומען אז עס זענען פארהאן דריי איסורים צו עסן חמץ אום פסח: א. חדש אסור מן התורה, ב. פסח עסט מען נאר וואס מען האט געזען ביי די עלטערן, ג. עס שטייט אין די תורה לא יראה לך חמץ. און די הארבקייט פון די איסורים גייט טאקע אויף דעם סדר, והא ראיה, חרדים זענען פונקט אזוי מחמיר אויף קטניות ווי אויף חמץ. אמת, אויב עס וועט זיך מאכן א פיקוח נפש פאל וועט מען ענדערש מקיל זיין אין קטניות, אבער אין פראקטישן לעבן איז באנדלען פונקט אזוי אסור אום פסח ווי חמץ. דאס איז ממש לעכערליך. עס איז פשוט פאר יעדן בר דעת אז חרדיזם איז א נייע מאוומענט וואס האט זיך אנטוויקלט לויט געוויסע פארשריפטן אין אידישקייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

זאגט גוט, אבער איך מיין אז די חילוק פון רעפארמער און חרדים, כאטש ביידע האבן געטוישט יסודות, איז אבער די נפקא מינה אין די כוונה דערביי, די רעפארמער האבן געטוישט צו צוברעכן אידישקייט און די חרדים אנצוהאלטן. פון וואנעט ווייס איך ? פשוט ווייל די חרדים היטן די תורה, און די רעפארמער זענען עובר דערויף.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

כתר מלכות האט געשריבן:זאגט גוט, אבער איך מיין אז די חילוק פון רעפארמער און חרדים, כאטש ביידע האבן געטוישט יסודות, איז אבער די נפקא מינה אין די כוונה דערביי, די רעפארמער האבן געטוישט צו צוברעכן אידישקייט און די חרדים אנצוהאלטן. פון וואנעט ווייס איך ? פשוט ווייל די חרדים היטן די תורה, און די רעפארמער זענען עובר דערויף.

מיט רעפארמער איז מעגליך אז דו ביסט גערעכט. א בעסערע ביישפיל איז די קאנסערוואטיוון, זיי האבן אויך געטוישט יסודות פון אידישקייט כדי עס צו קענען בעסער אפהיטן, (הענס, דער נאמען קאנסערוואטיזם). און מען קען נישט זאגן אז קאנסערוואטיוון היטן נישט די תורה ווייל זיי דרייוון קארס אום שבת, פונקט ווי מען קען נישט זאגן אז די וויליאמסבורגער אידן היטן נישט די תורה ווייל זיי לייקענען אין די עקזיסטענץ פון אן עירוב, ביידע היטן די תורה לויט זייער פארשטאנד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כיאיר ועוד, די רעפארמער טוישן געוויסע חלקים פון די תורה כדי צו היטען אויף דאס וואס איז ביי זיי די עיקר חלקים פון די תורה, (מארעליטעט, תיקון העולם, אדער וואטעווער) , פונקט ווי די חרדים טוישען געוויסע חלקים כדי צו היטען אויף דאס וואס איז ביי זיי דער עיקר (שטריימלאך, שטרימפ, אדער וואטעווער). דער מחלוקת איז וואס איז דער עיקר. צו טענה'ן אויף יענער וועגן זיינע כוונות איז אלעמאל די גרינגסטע וועג ארויס, ווייל עס איז נישטא קיין וועג דאס אפצופרעגן.
I have a dream
Martin Luther King ~
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

קודם כל וויליאמסבורג איז א טיפה מן הים לגבי די חרדישע ציבור (פון היינט און אמאל), ממילא איז דאס נישט די וועג פון שאצן זה לעומת זה, אבער אפילו מיט די נקודה, נישט טראגן מיט א עירוב האט נאך א מקום אין די תורה, למשל אויב סאיז פסול וכדו׳ דעריבער קען מען זיך נאך תולה זיין אלס א מקיים את התורה (איך רעד נישט פון נאכשרייען מענטשן....) אבער דרייוון א קאר אין שב״ק בדרך התורה ?
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

bottom line
מען מישט אויס חלקים פון שו"ע AKA הלכה וועלכע א גרויס חלק פון חרדישן ציבור האט אויסגמעקט צוליב אן אגענדע, וכמ"ש ידידי לעקוואד. און חלקים וועלכע זענען פשוט נתרשל מחמת זלזול או גודל הנסיון.
למשל, צוויי מענטשן דאוונען נאך סו"ז קר"ש, איינער ווייל ער פארשלאפט, דער צווייטער ווייל זיין רבי טוט אזוי, דער דריטער ווייל איך וויל ווייזן פאר די ליטוויקעס אז זיי זענען נישט בעה"ב דא אין די קאנטרי. דער ערשטער איז א (קרוב ל)אונס, דער צווייטער א שוגג, דער דריטער א מזיד.
און מה הדין ווען איינער ווייסט אז זיין רבי איז פשוט פארשלאפן אדער נישט גהאט קיין כח צו דאוונען אין צייט מחמת איזה סיבה שהיא, און ער טוט נאר נאך?

דאס איז איין משל, ורבות כהנה.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

היות איך בין נישט חושד די חשוב'ע שרייבער דא אין טפשות, מוז עס זיין בייזוויליגע איגנאראנץ. איר זענט דאך אלע גרויסע מבינים אין היסטאריע און סאציאלאגיע, איר ווייסט זיכער פון דעם טענדענץ ביי מענטשן זיך מוסר נפש צו זיין אויף א מנהג, בעת הארבע דאורייתא'ס ווערן פארקוקט. דאס איז א זאך וואס גייט שוין צוריק דורות לאנג.

עס איז באקאנט די מעשה מיטן שאגת אריה ווען מען האט אים אויפגענומען אלס רב אין מיץ ווי ער האט אריין געשריבן די עשרת הדברות אין די תקנות. (אגב פונקט לעצטנס געזען אז מען האט געבעטן סאטמאר רב צו מאכן תקנות פארן ניי געגרינדעטן שטעטל קרית יואל, האט ער געזאגט אז די ד" חלקי שו"ע זענען די תקנות).

עס איז אלס געווען געציילטע רבנים יחידים וואס האבן נישט מורא געהאט פאר א מנהג ווי דער גר"א און נאך. אבער ס'רוב רבנים משיבים און פוסקים האבן שטארק מורא געהאט פאר א מנהג.

ווי אויך איז ביים אשכנז'ישן אידענטום (דייטשלאנד - עסטרייך - אונגארן אויבערלאנד בעיקר) דאס געווען אפשר אין א געוויסן זין נאך מער יהרג ואל יעבור ווי אין פוילן רוסלאנד. אין די מקומות האט חסידות היבש מורד געווען אינעם גאנצן מנהג המקום קרי קולטור, נאר זרוק חוטרא לאוירא אעיקרי' קאי ביז צוויי דורות זענען חסידים גאר געווארן דער סימבאל פאר סטיקן צו זייערע מנהגים אויף א מאסשטאבליכן פארנעם. (כאטש וועמען עס איז שוין אויסגעקומען מיטצוהאלטן א מחלוקה אין א יעקישע שול איבער א מינדערוויכטיגע שינוי אינעם סיסטעם ווייסט אז זיי שטייען גארנישט אפ פון חסידים, נאר דאס איז סתם אזוי א דיסקאנטיניוד מאדעל).

נאכדעם איז נאך צוגעקומען אין די לעצטע הונדערט יאר פארן קריג א נייע זאך, די מלחמה מיט די משכילים וועלכע האבן בעיקר מערער געווען אויף די מנהגים און דער קולטור, טאקע ווייל זיי האבן גאנץ גוט באגריפן אז דאס איז די סאפט ספאט ווי מען קען גוט קלאפן פון איין זייט ווייל עס איז דאך נאר א מנהג, און פון די אנדערע זייט א בראך אינעם קולטור האט ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן אינעם עצם שמירת התורה והמצוה, און טאקע דערפאר לעומתם ברוך יאמרו האט זיך פארמירט די יהדות החרדית וואס שטייט אויף פרעזערווירן די קולטור וואס דאס איז פאקטיש א שטארקער גדר אנצוהאלטן די עצם תורה ומצוות ביי רוב הציבור. דאס איז חוץ די געהויבענע קדושה וואס צדיקים האבן מעיד געווען אויף א מנהג אבער אויף דעם בין איך שוין נישט קיין מבין.

בקיצור, בהא נחתינן ובהא סלקינן, רוב רובם פונעם ציבור האלט אידישקייט נאר ווייל דאס איז די קולטור, עולם התיקון וועט זיין בביאת משיח צדקינו בקרוב און דאן וועט זיין מלאה הארץ דעה את ה', דערווייל אינעם גלות הדעת איז דאס דער עסק. אבער כמובן מיינט דאס נישט אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, די פנימיות און יסוד פון אונזער אידישקייט וואס אונזערע רבנים און מנהיגים האבן אינזינען, דאס איז נאר דער בילד בעיני ההמון. אבער אודאי לאמיתו של דבר זענען מיר געבויט אויף "הלכה" (א נאנטע משפחה מיט שולחן ערוך).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

להוסיף קצת, פון וואנעט קומט אט די אלע חומרות, קפידות, ומנהגים, וואס איז דא אלץ ביי חסידים, כ'מיין די סיבה איז גאנץ פשוט ווייל ווי באקאנט איז חסידות א פאלקישע באוועגונג, דהיינו אז דער בעל שם זייענדיג א בעל שם וואס האט זיך אפגעגעבן מיט כלערליי פראסטע מענטשן און פאלקסלייט האט צוגעזען די מצב ביים עם שבשדות ווי זיי פאלן ממש ארויס פון אידישקייט, מיט דעם וואס אידישקייט פרי-חסידות האט גארנישט געהאט צוצוגעבן פאר זיי, מיט זיין ווארעם הארץ האט ער געזען אז דאס איז נישט ריכטיג און דאס זיי ווערן באקריוודעוועט שלא ביושר נאר פאר דעם וואס זיי זענען אפשר נישט די גרעסטע בעלי כשרונות, צו ווייל זיי זענען נישט ערצויגן געווארן אין די ריכטיגע אומשטענדן, די מעסעדזש וואס ער האט דערפאר פארשפרייט איז געווען דאס אז תורה און דקדוק הלכה כאטש זיי זענען וויכטיג זענען זיי גארנישט מיט נישט ווען ס'קומט מיט גיאות, און רוב פון די למדנים זענען דאך בעלי גיאה, און דוקא די פאלקסלייט וואס זיי ווייסן נישט קיין סאך, זאגן תהילים, און לעבן בתמימות, און האבן נישט קיין סיבה אויף וואס זיך צו גרויסן, דוקא זיי שטייען אויף א העכערע דרגא ווי די לומדים, נאך מער די בעש"ט האט געלייגט א דגוש אויף מיסטיציזם אלס אן אלטערנאטיוו צו די שטרענג קאלטע הלכה סיסטעם, אזוי אז דער פאלקס איד ווייסט אז מיט פארשידענע מיסטישע התנהגות'ער נעמט ער א חלק אין אידישקייט גענוי ווי די לומדים מיט דקדוק הלכה, ס'איז לאו דוקא געגאנגען אויף א סיסטעמאטישן אופן נאר דאס איז געווען די מעסעדזש בכלליות.
באמת בחייו פונעם בע"ש איז חסידות נאך כמעט נישט נתפשט געווארן, און פון בע"ש אליין איז נישטא קיין סאך חידושים וואס ער האט אריינגעשטעלט אין פראקטיק, דאס ביסל וואס מ'ווייסט איז אפשר די ענין פון טבילת עזרא ולתוס' קדושה, דאווענען נוסח ספרד, זאגן הודו, אפשר דאס טראגן א גארטל ביים דאווענען, פירן ס"ג בצוותא חדא, און אפשר נאך קלייניקע זאכן למעשה האבן זיך צוגעטשעפט צום בע"ש דוקא גאר געלונגענע מענטשן און דוקא למדנים וואס איז זיי געפעלן דעם מעסעדזש, און דער עיקר ווען חסידות האט ריכטיג אנגעהויבן נתפשט צו ווערן איז געווען ביי זיין גרויסן תלמיד די רבי ר' בער פון דארט איז נתפצל געווארן פארשידענע סארט חסידות'ער די רוסישע חסידות, די פולישע, און די גאליציאנע, וואס איז לא ראי זה כראי זה, פארשידענע צדיקים האבן אליין אנטוויקעלט עפעס א טיעפערן שיטה אין חסידות, יעצט די שפעטערע אדמורי"ם האבן גענומען פאלקסיזם צו די נעקסט לעוועל וויבאלד די עלעמענט איז זייער חשוב אין די אנטוויקלונג פון חסידות האבן זיי מקדש געווען אלע פאלקישע טראדיציעס פון די לעבנסשטייגער וואס האט זיך דעוועלאפט ביים אשכנזישן אידענטום אלץ א קולטור, ווי טראגן פארשידענע מלבושים, עסן יום טוב'דיגע מאכלים, וואס ס'איז ביז דעמאלטס לאו דוקא געטון געווארן בתורת מנהג ישראל, נאר א פשוטער לעבנסשטייגער, וואס מ'האט נישט מדקדק געווען כקוצו של יוד, נאר אדרבה ביז דאן איז נישט געווען קיין ספעציעלע ענינים גבוהים דערביי ממילא האט זיך עס געקענט בייטן מין די צייט און דורך דרויסענדיגע השפעות, שטריימלעך איז לאו דוקא א חסידישע לבוש, מ'איז שוין געגאנגן סאך פריער דערמיט, צדיקים האבן אבער געגעבן רמזים נשגבים אויף דעם לבוש, 26 שפיצן אקעגן שם הוי"ה, חסידישע צדיקים געבן אן טעמים פארוואס מ'שפילט דריידל, און מ'גיט חנוכה געלט, פארוואס מעסט קרעפלעך,  און פארוואס מ'שיסט פייל און בויגן אום ל"ג בעומר, פארוואס מ'קלאפט ביי המן און דוקא מיט א גראגער (איך ווייס וואס די רמ"א זאגט), און פארוואס מ'ווארפט ברעקלעך פאר די פויגל שבת שירה (עיין במג"א) און פארוואס מ'עסט די אלע שבת'דיגע מאכלים (וואס זענען לאו דוקא חסידישע מאכלים) וכדומה, (הגם מגעפינט שוין טעמים אין רמ"א אויף עסן מילעכיגס , עסן פשטידא אום שבת איז עס אבער נישט געווען אזא צענטראלע געדאנק ווי ביי די חסידים), ווי נאך קענט איר טרעפן אז א מנהיג העדה זאל שפילן דריידל, טיילן חנוכה געלט, שיסן פייל און בויגן, ברוב עם, אויב נישט ביי די חסידים (כ'האב אפילו געזען מוחה זיין אז מאנכע זענען נישט מדקדק און שפילן דריידל מיט א זילבערנעם דריידל בעת די טעם פון בני יששכר איז נאר שייך אויף א הילצערנעם דריידל) דאס זעלבע מיט אלע סארט מנהגים וואס איז פראבלעמאטיש מצד הלכה זענען מתחילה געווען פאלקישע און פראקטישע סיבות דערביי, נאר היות מ'האט דאס מקדש געווען און געגעבן טעמים דערביי איז דאס געבליבן אפילו נאכדעם וואס די ארגעניעלע סיבות זענען פארבייגעגאנגען, איך קאן געבן צענדליגע דוגמאות ואכמ"ל,.
סוף דבר חסידיזים איז מיסודו א פאזעטיווער באוועגונג מיטן געבן גלייכבארעכטונג פאר יעדן צוגלייך, כל העדה כולם קדושים, עם ככהן, א באוועגונג פון סאציאלע אידיאלן, א באוועגונג פון שמחה ושלוות הנפש, נאר ס'האט קאנסעקווענטלי בייגעשטייערט צו אסאך איגנארענץ.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

@דעת תורה, דו שרייבסט גאר גוט, אבער לויט ווי איך פארשטיי ביסטו נישט מחולק מיט דעם עיקר געדאנק פון דעם אשכול, דו טענה'סט פשוט אז דאס איז שטענדיג אזוי געווען. גראדע איך בין נישט אינגאנצן איבערצייגט דערין, ווייל דער חידוש פון חרדיזם איז נישט נאר דאס זיך שטעלן אויף מנהגים, נאר זייערע גענצליך פרישע אנשויאונגען. קיינער קען דאך נישט טענה'ן אז נישט האבן אן עירוב אין וויליאמסבורג אדער נישט גראבן קברים אין בית שמש איז א "מנהג". אבער אפילו אויב דו ביסט יא גערעכט, דעמאלט קומט דאך אויס אז גאנץ אידישקייט איז בעצם שטענדיג אזוי געווען, אלעס (לכל הפחות ביים המון עם) דרייט זיך ארום קולטור און מנהגים, וואס מען וועט מקיים זיין אפילו אויב דאס זענען קעגן מפורש'ע דאורייתא'ס און דרבנן'ס. און ווי געזאגט, ליגט א שטארקע אמת דערין. אבער אויב אזוי, וואסזשע פארפירט מען אזוי קעגן די קאנסערוואטיוון און לינקע מאדערן ארטאדאקסן? זיי האבן זיך זייערע מנהגים און מיר האבן אונזערע מנהגים.
אבער כמובן מיינט דאס נישט אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, די פנימיות און יסוד פון אונזער אידישקייט וואס אונזערע רבנים און מנהיגים האבן אינזינען, דאס איז נאר דער בילד בעיני ההמון. אבער אודאי לאמיתו של דבר זענען מיר געבויט אויף "הלכה" (א נאנטע משפחה מיט שולחן ערוך).

וועלכע פון אונזערע מנהיגים האבן אינזין דעם שולחן ערוך מער ווי די אלגעמיינע המון עם? אויב דו טרעפסט אזא איינעם, ביטע ווייז אים אלע הלכות אין שולחן ערוך אויף וואס דער שרייבער אין דעם שבת בלעטל ארטיקל איז מעורר, און בעט אים ער זאל רעדן דערוועגן ביי שלש סעודות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

כתר מלכות האט געשריבן:קודם כל וויליאמסבורג איז א טיפה מן הים לגבי די חרדישע ציבור (פון היינט און אמאל), ממילא איז דאס נישט די וועג פון שאצן זה לעומת זה, אבער אפילו מיט די נקודה, נישט טראגן מיט א עירוב האט נאך א מקום אין די תורה, למשל אויב סאיז פסול וכדו׳ דעריבער קען מען זיך נאך תולה זיין אלס א מקיים את התורה (איך רעד נישט פון נאכשרייען מענטשן....) אבער דרייוון א קאר אין שב״ק בדרך התורה ?

אודאי קען מען טרעפן א היתר אויף דרייוון א קאר. אדרבה, זאג מיר וועלכע מלאכה מען איז עובר ביים דרייוון א קאר (אויב מען צינדט עס אן פאר שבת). אפילו אויף פארן אין א וואגן האט אהרן חורין ארויסגעגעבן א גאנצער בירור עס צו מתיר זיין אום שבת. פאקטיש זענען די איסורים אויף רוב עלעקטראנישע כלים אזוי שוואך, אז עס שווער צו זאגן בהחלט אז איינער וואס נוצט א סעלפאן אום שבת איז א מחלל שבת.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דו מיינסט דעם אידישן שבת אדער דער קאטוילישע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

הרב יאיר, שיין אראפגעלייגט, און איך וואלט זיך גוט אונטערגעשמייכעלט, ווען נישט פון דיינע קומענדיגע תגובות קוקט עפעס אויס ווי ווילסט יא ארויסנעמען אן ערנסטע פוינט פון דיין מעשה'לע און איך זע אז האסט עס אריינגעלייגט אין "העמק דבר", נישט אין שמייכל פארום. אויב אזוי, וויל איך פארשטיין פארוואס דו האסט פארזען איין שורה וואס דו האסט אליין געשריבן, וואס דאס ווייזט אז דו ווייסט יא דעם ענטפער אויף דעם כינעזער'ס עם-הארצדיגן אנאליז. האסט געשריבן:
(וויכטיגע באמערקונג: דער כינעזער פארשטייט נישט קיין תנ"ך, תלמוד, אדער שולחן ערוך. אלס וואס ער ווייסט איבער אידישקייט קומט פון וויילן עטליכע חדשים ביי די אריגינעלסטע גרופע פון אידן, די חסידים.)

אויב אזוי, האסטו דאך שוין זייער שיין מקדים געווען אז מען זאל פארשטיין אז וויבאלד יענער כינעזער האט נישט קיין אנונג פון קיין אידן, פון זייער היסטאריע, פון קיין תנך, פון קיין שולחן ערוך, אוודאי איז אים דאס מאדנע און אוודאי קען אים אויסקוקן ווי פארשידענע אויסערליכע קלייניגקייטן זענען די גאנצע מעשה, ער ווייסט דאך גארנישט איבער דעם תוכן, איבער די השתלשלות, איבער די סיבות. וואס איז אונז א נפקא מינה וויאזוי דער באריכט פון אזא ליידיגן אנאליז וואלט אויסגעקוקט? אפשר פרעגסטו וויאזוי איינער פון מארס וואלט אנגעקוקט דאס לעבן פון אן אמעריקאנער פרעזידענט, איך גלייב עס וואלט אים אויך געווען גאר מאדנע!
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

דזשאסט פאר די פאן, לאמיך פרובירן בעסער אילוסטרירן די פראבלעם מיט דעם כינעזן מאן וואס קומט מיט מסקנות איבער אונזער אידישקייט. איך וועל ברענגען א צווייטע אנאליז וואס עס האט אפגעשריבן איינער פון די ווילדע שבטים אין די אמאזאן וועלדער וואס איז געקומען אויף א באזוך אין א קאלעדזש. עס איז אים אויסגעקומען צו וויילן אין א קלאס פון ביאלאגיע און מיטהאלטן ווי זיי פארברענגען אין זייער לאבאראטאריע. דא איז זיין באריכט:

(וויכטיגע באמערקונג: דער אמאזאן פארשוין ווייסט נאר פון א לעבן אין די דזשונגלען און פארשטייט גארנישט איבער היינטיגע קאלעדזשעס און זיכער נישט קיין ביאלאגיע. אלץ וואס ער ווייסט איבער אמעריקאנער סטודענטן קומט פון וויילן עטליכע וואכן אין די בעסטע אוניווערסיטי פון ביאלאגיסטן.)

[center]די מצוות אין ביאלאגישן לאבאראטאריע[/center]
קליידונג געזעצן: די ארבעטער מעגן נאר גיין אין ווייסע מלבושים, און דוקא א לאנגע ווייסע כאלאט, ממש ביז אונטער די קניען. אויב עס איז צו ווייך אדער צו הארט איז עס נישט גוט. אויב עס איז צו קורץ איז עס נישט כשר. אסאך מוזן טראגן א צודעק אויפ'ן קאפ און זענען ארומגעבינדן מיט עפעס אזוי ווי א ווייכע נעץ (ענליך צו דעם וואס מיר זיפן די מעל). אויב עס האט צו גרויסע לעכער אדער אויב עס שטעקט זיך ארויס האר, איז עס פסול.

האר: האר שפילט א צענטראלע ראלע אין טיילן פון דעם לעב. מענער פרויען און קינדער וואס קומען דארט אריין מוז מען זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין לאנגע האר, און אויב יא, מוזן זיי דאס פארבינדן. (באמערקונג: אפשר האט דאס צו טון מיט די כלליותדיגע האר אבסעסיע פון דעם קולטור וואס איך האב באמערקט. למשל אין זייער ארמיי לאזן זיי קיינעם נישט קיין האר, נישט אויפ'ן קאפ און נישט אויפ'ן בארד, זיי זענען אפילו מקפיד אויב עס איז קוים עטליכע אינטשעס. אזוי אויך זייערע פאליציי לאזן זיי קיינעם נישט האבן קיין האר. ווי מאדנע.)

ספעציעלע טעג: אין פארשידענע טעג האב איך געזען פארשידענע מאדנע זאכן. למשל , איין טאג איז מען מחוייב צו טון א גאנצן טאג מאדנע זאכן וואס קוקט מיר אויס ווי קינדערישע שפילערייען (ממש ווי אונזערע קינדערלעך שפילן מיט זאמד), זיי גיסן פון איין גלעזל צום אנדערן און צוריק צענדליגער מאל, ממש אומפארשטענדליך, און זיי טענה'ן אז עס האט א געוויסע סיבה וואס איז שווער מיר צו מסביר זיין. נאך מער, אפאר מאל זע איך זיי קוקן לאנגע שעות אין אזא גלאז, און הערט זייער תירוץ: עס איז עפעס וואס איך קען בכלל נישט זען מיט די אויגן... זיי קענען קלאצן און באטראכטן איין פלעשעלע איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל (איך שעם זיך צו זאגן, אבער איינמאל האט זיך מיר געדאכט אז די פלעשעלע וואס יענער באטראכט א לאנגע צייט איז געווען מי-רגלים...). אנדערע טעג האבן זיי די מאדנע מנהג, אדער אפשר סתם א ספארט, צו שפילן מיט מייזלעך אויף אלערליי אופנים. אסאך מאל קען זיי אנכאפן דאס משוגעת און הייבן זיי אן פייניגן אויף פארשידענע וועגן, ממש נאך ערגער ווי אונז טוען מיט די שלענג אין די דזשונגלען (און זיי הייסן גאר די "פארגעשריטענע" פאלק).

אנדערע מנהגים: באזונדער אינטערעסאנט איז ווען אין איין שיינעם טאג איז יעדער, סיי מענער און סיי פרויען, מחוייב זיך צו אנטאן אנדערע מינע קליידער און עס איז א מאדנער סצענע (עפעס האבן זיי עס גערופן "גראדועישן טאג", אזוי ווי אסאך טעג האבן ביי זיי ספעציעלע נעמען). אלע טוען זיך אן לאנגע שווארצע שלאף-קליידער, אדער פון אנדערע קאלירן. אויסער דעם טוען זיי זיך אן עפעס א גאר מאדנע היטל, ווי אן איבערגעדרייטע טאפ. און פון דעם מאדנעם היטל מוז אראפהענגען אזא ציצית'ל דערפון. אויב נישט, איז עס פסול. (איך האב באמערקט אז דער ציצית'ל קען זיין פארשידענע קאלירן, געוואנדן לויט דעם טראגער.) קוק דעם בילד פון זייער טראגע:
2222.jpg
2222.jpg (185.17 KiB) געזען געווארן 2859 מאל

א טאג דערויף האב איך ווידער געזען משונה'דיגע זאכן. נאכ'ן עסן און טרינקען און רייכערן האבן זיי זיך גענומען טאנצן אויף משונה'דיגע אופנים, ממש נישט ווי זיי וואלטן געווען פון אן אנדערן מין אנושי, און זיך געשאקלט און געווארפן און געשריגן און געבראכן און ארויפגעטאנצן איינער אויפ'ן צווייטן, ביז נאך עטליכע שעה זענען אלע געליגן באוועגלאז אויף די פלאר. דעם קומענדיגן טאג זענען זיי אלע געווען צוריק רואיג אין זייערע ווייסע כאלאטן (עס מוז זיין אז איינע פון די גייסטער (מעגליך טשוקיני) איז פשוט אריין אין זיי יענעם פארנאכט).

שולחן ערוך: כ'האב נישט געקענט ליינען זייער ביכל, אבער ווי עס קוקט מיר אויס פון דעם גאנצן הלך ילך האבן זיי אומצאליגע רעגולאציעס ממש אויף יעדן ריר. א גאנצע מגילה מיט אינסטראקשענס פאר מען גייט אריין אין לעב, מען טאר נישט עסן אינעווייניג, מען טאר נישט טרינקען, מען טאר נישט רייכערן, מען טאר נישט האבן קיין העמד וואס האט נישט קיין ערמל, די בויך מוז זיין צוגעדעקט, מען דארף זיין צוגעדעקט מיט ספעציעלע קליידונג, און איך מאך נישט קיין הלצה אבער מען האט מיר געהייסן אויסטון מיין שיך ווייל עס איז נישט דארט ערלויבט קיין שיך וואס איז אפן ביי די פינגערס. גיי פארשטיי. זיי האבן אויך ממש אן אבסעסיע מיט ריינקייט, די טישן מוזן זיין ריין פון יעדע איבעריגע אביעקט און אין געוויסע טעג דארף מען וואשן, רייבן, זויבערן, רייניגן איינמאל און נאכאמאל די זאכן אין צימער, אפילו איך האב שוין נאכ'ן ערשטן מאל נישט געזען קיין שום שמוצעלע. ממש אומפארשטענדליך. אויך זייערע הענט, אפילו עס איז בכלל נישט שמוציג, טוען זיי אפוואשן מיט ספעציעלע זאכן יעדעס מאל פאר'ן אנהייבן און אויך נאכ'ן ענדיגן זייער שפילערייען, און אפילו זיי האבן אנגעהאט הענטשקעס. אזוי האבן זיי נאך צענדליגער משוגעת'ן וויאזוי יעדע ריר מוז צוגיין, וואס מען זאל יא טון און וואס מען זאל נישט טון, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

אזא פנים האט דאס ברענגען אן אנאליז און נאך ציען מסקנות לויט וויאזוי איינער פון די אמאזאן שבטים וואלט אנגעקוקט סטודענטן פון ביאלאגיע אדער וויאזוי א פרעמדער כינעזער אנטראפאלאג וואלט אנגעקוקט אונזער אידישקייט!
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הילל, דיין באריכט אלס martian פון א וויסנשאפטליכע לאבראטאריע האט מיר געקאסט א שמייכל. איך בין אבער נישט קלאר אויב דו מיינסט צו מחזק זיין מיין אריגינעלע געדאנק פון מיין פאוסט אדער נישט. פון דיין באריכט קומט אויס אז ווען איינער דרייט זיך ביי א לאבראטאריע האט ער גאנץ א קלארער בילד איבער וואס זענען די אויפגאבן און פריאריטעטן פון די וויסנשאפטלער. זיי דארפן זיך שפילן מיט פלעשלעך מי רגלים און מייזלעך, זיי דארפן אכטונג געבן אויף ריינקייט, גיין מיט א ווייסע שירצל, וכדומה. דאס זענען אלעס פאקטישע אויפגאבן פון די וויסנשאפטלער. עס איז אויך ריכטיג אז אין קאלעדזש שפילט די גראדועישאן טאג א גרויסע ראלע. דער פראבלעם איז נאר אז דער martian פארשטייט נישט דער מיינונג פון די זאכן, ביי אים האט דאס נישט קיין פשט. אלזא, טאמער דו האלטסט אז דער באריכט פון דעם כינעזער אנטראפאלאג איז טאקע א ריכטיגער בילד וואס זענען די חיובים וואס ליגט אויף א איד און וואס זענען די פריאריטעטן (כאטש ער פארשטייט נישט די וויכטיגקייט דערפון), דאן איז דאס טאקע א גוטע צושטעל. אבער אויב דו ביסט פון די וואס האלטן אז אידישקייט באשטייט פון אנדערע געזעצן ווי וואס דער כינעזער האט אויסגערעכנט, דאן דארף מען ערפינדן עפעס א בעסערע צושטעל.
אגב, איך האב עטליכע הערות, אויב דער פארשער פון מארס איז נאכנישט צוריק ארויפגעפלויגן ביטע גיב אים דאס איבער:
קליידונג געזעצן: די ארבעטער מעגן נאר גיין אין ווייסע מלבושים, און דוקא א לאנגע ווייסע כאלאט, ממש ביז אונטער די קניען. אויב עס איז צו ווייך אדער צו הארט איז עס נישט גוט. אויב עס איז צו קורץ איז עס נישט כשר.

פון וואנעט ווייסט ער דאס? מען האט שוין אמאל אהיימגעשיקט א צעטל מיט אלע סייענטיסטן צו זייערע עלטערן וואו עס שטייט אין נאמען פון די סייענטיסטן אז זיי ווילן נישט די שירצל זאל זיין פון א הארטערע סחורה?
האר: האר שפילט א צענטראלע ראלע אין טיילן פון דעם לעב. מענער פרויען און קינדער וואס קומען דארט אריין מוז מען זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין לאנגע האר, און אויב יא, מוזן זיי דאס פארבינדן.

פון וואו האט ער געשעפט די אינפארמאציע? צו האט שוין אמאל פאסירט אז א סייענטיסט איז געקומען אין לאבראטאריע מיט לאנגע האר און מען האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון אוניווערזיטעט?

בילד
דער בארימטער ביאלאגיע סייענטיסט "שאן קעראל" מיט זיינע בא'חנ'טע לאנגע לאקן
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט