יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)

שליחה דורך הילל »

מען הערט אפט ווי מענטשן רעדן זיך אפ וועגן אונזער שידוכים סיסטעם. היתכן מען האט חתונה איינער מיט'ן צווייטן סתם ווייל ביידע זענען וויזניצער חסידים אדער ווייל ביידע מחותנים טראגן ווייסע זאקן, און די הויפט סיבה פון יעדן שידוך ביי די אכצן יאר איז נאר ווייל ביידע ווילן האבן קינדער. איך וויל זיך יעצט נישט אריינלאזן אין די עצם סוגיא, נאר איך וויל דא ברענגען וואס איך האב לעצטנס געזען עפעס וואס קען זיין אינטרעסאנט אויף דעם ענין.

אין די היינטיגע וועלט קוקט מען מיט קרומע פארדעכטיגטע אויגן אויף די וואס האבן נישט חתונה פאר "לאוו". היתכן דו ווייסט נישט אז טיפע אמת'ע ליבע איז די איינציגסטע סיבה וואס מאכט א שידוך אלץ א ריכטיגע זיווג הגון און נאר דעמאלט מעג מען חתונה האבן?

ערשט איז כדאי צו דערמאנען אז אמאל איז ליבע נישט געווען די סיבה צו חתונה האבן דוקא מיט יענע פרוי, ווייל אזוינס קען נאר זיין נאכדעם וואס א מענטש האט אלע אנדערע זאכן אין לעבן, און מען האט שוין די לוקסוס צו קענען אויסקלויבן דוקא די יעניגע וואס איז שטארק באליבט. אבער ערשט זענען דאך געקומען אזויפיל אנדערע זאכן ואוס האבן געשטופט צו חתונה האבן, פשוט צו אנגיין מיט'ן לעבן, באקומען א שותף, א ברויט-ברענגער, א קינדער-מאכער, האבן א דאך איבער'ן קאפ, צוזאמען פירן א לעבן, אויפציען קינדער, און אזוי ווייטער און ווייטער. וויאזוי האט דען סתם א מענטש, מיט אלע שוועריגקייטן אין לעבן, געקענט האבן די לוקסוס פון ווארטן און זוכן דוקא די אויסדערוועלטע צו וועמען מען שפירט עפעס א געוואלדיגע נאנטשאפט?

דאס האבן קינדער איז אייביג געווען א פאקטאר פארוואס מענטשן האבן חתונה געהאט, אבער ביז בערך צוויי הונדערט יאר צוריק האבן מענטשן אין די מערב לענדער חתונה געהאט מער פאר פאליטישע אדער פינאנציעלע סיבות ווי פאר ליבשאפט. שפעטער ווען די וועלט איז געווארן מער ראמאנטיש-געשטימט (וויקטאריען תקופה) און די אינדוסטריעל רעוואלוציע אין די 1800'ער יארן האט געברענגט טעכנאלאגישע פארשריט און גרינגער געמאכט דאס לעבן, דעמאלט האט זיך ריכטיג אנגעהויבן די זאך פון חתונה האבן לשם ליבע, און טאקע דעמאלט האט זיך אויך אנגעהויבן די זאך פון גיטין. ביז דעמאלט זענען די גיטין געווען זייער זעלטן.

שפעטער האט זיך אויך אנגעהויבן מיט פרויען רעכטן, נאו-פאלט דיווארס (געזעצן וואס האבן ערלויבט א גט אן דעם וואס מען זאל דארפן איבערווייזן אז איינער האט געטון עפעס וואס האט געבראכן זייער אפמאך), און די מער פארגעשריטענע וועלט האט געגעבן די געלעגנהייט פאר מענטשן צו זיין אריינגעטון אין זיך און נאכלויפן תענוגים און זוכן צו לעבן א גוט לעבן, וואס דאס אלעס האט אין די 1970'ס געעפנט די טיר צו מער אפציעס, און אויטאמאטיש צו מער גיטין. די גיטין ראטע איז טאקע דעמאלט ארויפגעפלויגן צו ארום 50 פראצענט און האט זיך נישט צופיל געטוישט אין די לעצטע פופציג יאר.

קומט אויס אז די טעכנאלאגישע וועלט האט טאקע געמאכט גרויס פארשריט און מיר לעבן אין א מאדערנע פארגעשריטענע וועלט, אבער וואס טוט זיך מיט די פארהייראטע ליבשאפט-ליבנדע קולטור? א גוטע פארהייראטע לעבן מיט א צוגעפאסטע ווייבל איז נאך היינט ווייטער דער גרויסער וואונטש פון מענטשן, איז וואס גייט פאר מיט די ריזיגע צאל געגעטעכצער? וואס מיינט דאס אז כמעט איינס פון יעדע צוויי מערידזשעס ענדיגן זיך מיט צוועלף שורות?

טענה'ן געוויסע עקספערטן אז דורך דעם וואס מיר האבן פרובירט צו מאכן די מעריעדזש שטערקער דורכ'ן הייבן דעם סטאנדארד און זוכן צו באקומען אונזער העכסטע ליבע און ראמאנטישע געברויכן, טאקע מיט דעם זיך ערנסט אפגעשוואכט דער סיסטעם. ווייל די ביידע זאכן זענען געפילן וואס טוען זיך שטארק טוישן: ווען די ליבע וועפט אויס, הייבט די מערידזש אן זיך צו שאקלען. ווען די ראמענס הערט זיך אויף, איז זייער גאנצע חתונה אפגעשטארבן. אויב דאס איז געווארן די הויפט זאך אויף וואס די צוויי האבן זיך פארקניפט איינער אין אנדערן, איז ווען דאס ווערט פארשוואונדן עפנט זיך דער קניפ און געענדיגט מיט די קייט.

אבער די מענטשן וואס זייער הויפט סיבה צו חתונה האבן איז פאר עפעס אנדערש ווי לאוו (ווי למשל צו האבן קינדער מיט איינעם וואס זיי גלייבן וועט זיין א גוטער טאטע, צו שפירן פארזיכערט פינאנציעל, אדער כדי צו האבן א גוטן פריינט), אזא סארט מערידזש טוט געווענליך לענגער אנהאלטן און אפשר האבן זיי אפילו אויך א בעסערע מערידזש, ווייל זיי האבן אויסגעקליבן דעם שותף צוליב א באשטימטע ציל. און ווי לאנג דער ציל איז ווייטער דא, האט זיך די חברותאשאפט ווייטער אויף וואס אנצוהאלטן.

אויסער דעם איז זייער ציל וואס זיי ווילן מער ממשות'דיג און מער רעאליסטיש, און דאס וואס זיי ערווארטן פון זייער מערידזש און פון זייער שותף איז ווייניגער אומרעאליסטיש. זיי האבן נישט ערווארטעט אז זייער חתן וועט זיין "דער אויסדערוועלטער", די וועלטס-זיסקייט וואס וועט אים/איר מאכן גליקליך ביז'ן הימל, און דער וואס וועט זיי יעדן טאג אין לעבן און יעדע מינוט אין טאג מאכן שפירן ווי אין יענע ערשטע גליקליכע מינוטן. אזא ערווארטונג איז דאך נאר א פאנטאזיע, א פעירי-טעיל, און דערנאך ווען עס קומט א שווערע תקופה, אדער סתם ווען די נאטורליכע הייפער-איבערגעטריבענע געפילן וועפן אויס, איז דער באלון געפלאצט און עס איז אוממעגליך צו פארנייען. מען קוקט ארויס נאר אויף יענע מאמענטן אבער זיי זענען א פארגאנגנהייט.

לאוו איז נאך אלעם א געפיל וואס טוישט זיך, און פונקט אזוי שנעל ווי מען פאלט אריין דערין, קען מען ארויספאלן. איבערהויפט ווען מענטשן זענען נאר מענטשן און פארשידענע זאכן קענען זיך טוישן. איז וואס בלייבט נאכדעם ווען מען איז ארויסגעפאלן? אדער ענדיגט מען די גאנצע רילעישאנשיפ אדער ווערט עס א בייסיגע און א דערביטערטע. אויב סתם בלינדע ליבשאפט איז די גאנצע יסוד, איז עס אפשר טאקע געווען זייער זיס יענע טעג אדער חדשים, אבער ווען עס וועפט אויס אדער גייט אוועק איז נישטא וואס עס זאל זיי ווייטער צוזאמהאלטן. און ווער וויל זיך איינרעדן אז די שטארקע לאוו פון יענע ערשטע טעג קען בלייבן אויף אייביג, נאכדעם וואס מען לעבט צוזאמען יעדן טאג, נאכדעם וואס מען איז פארנומען מיט'ן טעגליכן לעבן, און כל שכן נאכדעם וואס מען האט קינדער? במילא קען עס נישט זיין דער הויפט יסוד אויף וואס מ'זאל ערווארטן צו לעבן צוזאמען כל ימי חייהם.

ווידער ביים רעאליסטישן מערידזש, דארף נישט דער מאן/ווייב זיין "מיסטער פערפעקט", נאר עס איז גענוג אז ער איז "מיסטער גאנץ-גוט". און דאס איז גרינגער פאר ביידע צו ארבעטן דערויף און פרובירן זיך האלטן צו דעם לעוול. דער גרעסערער ציל פון ביידן איז נאך ווייטער דא און דאס קען זיי ווייטער האלטן צוזאמען און אפילו זיי שטופן זיך כסדר צו פארבעסערן.

יעצט אויב איינער שעצט שטארק יענעמ'ס פרומקייט, יענעמ'ס חסידות, אדער יענעמ'ס תורה, און אז ביידע זענען ערליך און זייער ציל איז בעיקר צוזאמען אויפציען ערליכע אידישע דורות, איז דאס די רעסעפי וואס האלט זיי צופרידן אפילו אין שווערע צייטן און דאס קען דינען אלץ די קלעבעכץ וואס קען זיי בלייבן צוזאמהאלטן א גאנץ לעבן. און אפשר איז דאס א טייל פון די סיבה פארוואס אזא גרויסע פראצענט בלייבן צוזאמען (דאס מיינט נישט אז עס איז אויך דא אנדערע סיבות, אבער דאס קען העלפן ערקלערן א חלק דערפון).

בכלל איז לאוו נישט גענוג אלס דער יסוד פון א מערידזש. מען דארף האבן רעספעקט איינער פאר'ן אנדערן, א שותפות'דיגע צילן אין לעבן, און זיך קענען פארשטיין און אויסקומען איינער מיט'ן צווייטן, מער ווי מען דארף האבן לאוו צו קענען האבן א גוטע, לאנג-אנהאלטנדיגע רילעישאנשיפ. דאס זענען די וויכטיגע אינגרידיענטס פאר א לאנגע מערידזש, און דאס קענען מיר אויך האבן פונקט אזוי. ווען ביידע רעספעקטירן דעם צווייטן, ווען ביידע האבן די זעלבע צילן אין לעבן, און דערצו האט מען אביסעלע פון די אנדערע חלקים וואס פעלן זיך אויס, קען מען האבן א געזונטע שלום בית לאורך ימים ושנים.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הילל, מורא'דיג! דו שרייבסט אייזן שטארקע נקודות!!
דער געפיל וויל אפשר נישט מסכים זיין, אבער דער שכל שרייעט: פארפאלן, גערעכט איז גערעכט!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

הילל די האסט עפעס געדאנקען איינס אין די וועלט איך קלער זאלסט אנהייבען געבן ערנסטע לעקציעס אין אלע נושאים פאזיטיוו פאר'ן ציבור היהודי דיירי שטיבעל'לינו, און צוביסלעך העט זיין נייע ניקים דא מיט פרישערע פאזיטיווערע מיט ווייניגער האס אויף יהדות,
קענסט אסאך אויפטון מיט דיין גילדענעם בליי
קיפ אן!
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

הלל טייערער, עס זעהט אויס אז דו האסט פארגעסן אז מיר מאכן די ברכה אשר ברא וכו' אהבה ואחוה ושלום וריעות, ביי עדער חופה. נישט ביי נאר ביי די חופה מאכן מיר דער ברכה, נאר גאצנע זיבן טעג מאכן מיר די ברכה.
אויב אהבה איז נישט די עיקר ווען מיר גייען חתונה האבן דעמאלס וואס איז יא.
די תורה לערנט אונז אויס צו זיין נארמאלע מענטשן. די געז פון פירן א געזונטע שטוב, אויפציען גוטע ערליכע קינדער איז די אהבה צווישן מאן און ווייב. יעדער שטוב האט טשעלענדזעס וואס איז שווער צו דורך טראגן צו פרנסה חינוך געזונט וכו'. די געז וואס העלפט און געבט כח דאס דורך צו מאכן איז די אהבה בין איש לאשתו. אהבה מיינט נישט אז איך האב איר ליב ווייל... (וואס לויט דעם אויב עס פעלט עפעס, וועט פעלן פון די אהבה). אהבה מינט אז איך האב איר ליב ווייל איך האב איר ליב (כמ"ש אהבה שאינו תלויה בדבר unconditional love).
ווען א געזונטע קשר בויט זיך אויף צווישן א מאן און ווייב (ביי חסידישע קען עס געשעהן נאך די חתונה, ביי אנדערע געשעהט עס פארן חתונה), וועלן זיי זין גרייט צו וואס נאר פארן צווייטן. א אמת'ר אהבה מיינט אז ביידע אינוועסטן אין דער אהבה. אינוועסטן מיט אמת'ר איבערגעגעבנקייט בכל פרטי החיים. די שיא האהבה קומט נאכדעם צו צו די אמת'ר הנאה פון זיווג. ווען ביידע אינוועסטן מיט א אמת אין די אהבה ברענגט צו דעם וואס דו רופסט לאוו. און נאר מיט לאוו ביסטו אהנגעקומען צו די אמת'ר הנאה המיוחל פון חתונה האבן. דורך אזא שטוב קען מען דורך גיין גאהר שווערער טשעלענדשזעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

הילל,

אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה״. דאס זאגט מען ווען בשעת חתונה האבן אין נישט לאנג נאכן חתונה האבן.
זעיט זיך אויס אז ליבשאפט האט יא געשפילט א ראלע ביי א שידוך
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיטומי מילי האט געשריבן:הילל,

אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה״. דאס זאגט מען ווען בשעת חתונה האבן אין נישט לאנג נאכן חתונה האבן.
זעיט זיך אויס אז ליבשאפט האט יא געשפילט א ראלע ביי א שידוך

אינז ערליכע אידן פונ'ם אכשר דרא זאגן עס טאקע נישט. דאס האבן די אויפגעקלערטע, אפגעפארענע שרייבערס אין קאווע שטיבל אויסגעטראכט.פרעיג נאר הערשל קלאר און צימערמאן. ס'איז א פירצה נוראה. זיי פלאנען טאקע מוחה צו זיין אויף דעים נישט ערליכן מנהג. נאר זיי זענען יעצט זייער שטארק ביזי מיט ווארפן פאשקווילן און מוחה זיין אקעיגן די אלע רעפארמער. אזוי ווי: הרב שטיינמאן. אדמו"ר מתולדות אהרון. אדמו"ר מדושינסקיא פרויען קליידער געשעפטן רעסטאראנטס וכו'. :roll: :lol: :x :oops:
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הילל זייער שיין, האסט אבער פארטוישט "לאוו" מיט "לאסט".
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

הילל, זייער שיין!
פאר די אלע וואס ברענגען וועגן די ברכה.. איך פארשטיי אז הילל'ס פוינט איז בכלל נישט אז מען האט נישט חתונה וועגן לאוו, ער ברענגט נאר ארויס אז מען האט חתונה וועגן פיל אנדערע סיבות, און נישט ווייל מען פארליבט זיך ווייל זי איז שיין צי וואס, און דורך דעם איז די לאוו פיל שטערקער און פיל לענגער, און די מערידזשעס האלטן זיך לענגער.
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

פיטומי מילי האט געשריבן:הילל,

אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה״. דאס זאגט מען ווען בשעת חתונה האבן אין נישט לאנג נאכן חתונה האבן.
זעיט זיך אויס אז ליבשאפט האט יא געשפילט א ראלע ביי א שידוך

אהבה האט גארנישט קיין שייכות מיט נארישע מושגים פון לאוו יעדע שטארקע נאנטע קשר בין אב לבנו בין ידיד לידיד ווערט מוגד מיט די נאמען 'אהבה' די אויסטרעף פון דאס מקשר זיין האט געווע ליך מיט די וואס האבען שטארקע פראצענטן 'שנאה' צו ערליכקייט,

און ס'מיינט נישט דעם כותב הנ''ל נאר פילע אנדערע וואס מיר באגענען זיך אפט מיט זיי
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וויאזוי זאגט מען אהבה אין ענגליש?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

זייער שיין הילל.
די שטעלסט אוועק די סיבת פארוואס מענטשען זענען בוחר חתונה האבן.
לאוו vs די אמאליגע מהלך, קונדער, פיינענשעל סיקיארטי etc.
מיר פאלן נישט אריין און קיין איינע פון די קאטעגאריעס. מיר ווייסען נישט פארוואס מ'האט חתונה, 18 יאר אלט מזארג זיך נישט פאר געלט און מדארף נישט קיין קונדער. סאיז דא נאך א סיבה פארוואס מ'האט חתונה, ווייל מיין חבר/תה האט חתונה , מיין טאטע האט אזוי געזאגט, אן קיין פארוואס.
ווי זענען די מעלות און חסרונת פון אזא מערידש?
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

ראש הישיבה האט געשריבן:הלל טייערער, עס זעהט אויס אז דו האסט פארגעסן אז מיר מאכן די ברכה אשר ברא וכו' אהבה ואחוה ושלום וריעות, ביי עדער חופה. נישט ביי נאר ביי די חופה מאכן מיר דער ברכה, נאר גאצנע זיבן טעג מאכן מיר די ברכה.
אויב אהבה איז נישט די עיקר ווען מיר גייען חתונה האבן דעמאלס וואס איז יא.
די תורה לערנט אונז אויס צו זיין נארמאלע מענטשן. די געז פון פירן א געזונטע שטוב, אויפציען גוטע ערליכע קינדער איז די אהבה צווישן מאן און ווייב. יעדער שטוב האט טשעלענדזעס וואס איז שווער צו דורך טראגן צו פרנסה חינוך געזונט וכו'. די געז וואס העלפט און געבט כח דאס דורך צו מאכן איז די אהבה בין איש לאשתו. אהבה מיינט נישט אז איך האב איר ליב ווייל... (וואס לויט דעם אויב עס פעלט עפעס, וועט פעלן פון די אהבה). אהבה מינט אז איך האב איר ליב ווייל איך האב איר ליב (כמ"ש אהבה שאינו תלויה בדבר unconditional love).
ווען א געזונטע קשר בויט זיך אויף צווישן א מאן און ווייב (ביי חסידישע קען עס געשעהן נאך די חתונה, ביי אנדערע געשעהט עס פארן חתונה), וועלן זיי זין גרייט צו וואס נאר פארן צווייטן. א אמת'ר אהבה מיינט אז ביידע אינוועסטן אין דער אהבה. אינוועסטן מיט אמת'ר איבערגעגעבנקייט בכל פרטי החיים. די שיא האהבה קומט נאכדעם צו צו די אמת'ר הנאה פון זיווג. ווען ביידע אינוועסטן מיט א אמת אין די אהבה ברענגט צו דעם וואס דו רופסט לאוו. און נאר מיט לאוו ביסטו אהנגעקומען צו די אמת'ר הנאה המיוחל פון חתונה האבן. דורך אזא שטוב קען מען דורך גיין גאהר שווערער טשעלענדשזעס.

דו זאגסט זייער גוט, און איך בין בכלל נישט מחולק. אוודאי איז אהבה איינע פון די אינגרידיענטס אין א מערידזש און אוודאי העלפט עס זייער שטארק ארויס, קיינער קען מיט דעם נישט מחולק זיין, אבער איך האב ארויסגעברענגט אז אין די זעלבע צייט איז עס נישט די איינציגע אדער וויכטיגסטע שליסל צו א גוטע מערידזש וואס קען אנהאלטן לאנגע יארן. רעספעקט, קאמפעטיביליטי און אן אייניגע ציל אין לעבן איז פונקט אזוי וויכטיג, און נאך אפשר וויכטיגער אין די long run.
נאך מער, לאוו אליין וועט אפט נישט אנהאלטן צו לאנג, ווייל עס איז דא די טשענס פון כאשר בא כן ילך, און ווען עס פאלט אוועק יענער געפיל בלייבט גארנישט איבער וואס עס זאל זיי ווייטער צוזאמהאלטן.
דו זאגסט אויך אז ביידע דארפן אינוועסטן אין דער אהבה, וואס מיינט אז מען רעדט נישט פון קיין "פלוצלינג'דיגע אהבה" וואס מען שפירט און מען מיינט אז דאס איז שוין גענוג זיי צו חתונה האבן און וועלן לעבן די נעקסטע זיבעציג יאר ווי צוויי טויבן, ווייל דאס קען גרינג קומען צו א פריצייטיגע טויט, נאר מען דארף אינוועסטן דערין, ארבעטן דערויף, האבן נאך אסאך אנדערע אינגרידיענטס און יסודות וואס וועט זיי ברענגען צו בלייבן צוזאמען.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

הלל טייערער, עס זעהט אויס אז דו האסט פארגעסן אז מיר מאכן די ברכה אשר ברא וכו' אהבה ואחוה ושלום וריעות, ביי עדער חופה. נישט ביי נאר ביי די חופה מאכן מיר דער ברכה, נאר גאצנע זיבן טעג מאכן מיר די ברכה.

אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה״. דאס זאגט מען ווען בשעת חתונה האבן אין נישט לאנג נאכן חתונה האבן.
זעיט זיך אויס אז ליבשאפט האט יא געשפילט א ראלע ביי א שידוך

מ. גליקמאן האט מיך אויסגעכאפט:
איך פארשטיי אז הילל'ס פוינט איז בכלל נישט אז מען האט נישט חתונה וועגן לאוו, ער ברענגט נאר ארויס אז מען האט חתונה וועגן פיל אנדערע סיבות, און נישט ווייל מען פארליבט זיך ווייל זי איז שיין צי וואס, און דורך דעם איז די לאוו פיל שטערקער און פיל לענגער, און די מערידזשעס האלטן זיך לענגער.

און אויסער דעם קען מען נישט ברענגען א ראיה דערפון ווייל דער אמאליגער באגריף פון "אהבה" ביז די היינטיגע איז גאר אנדערש, ווי שוין געזאגט פריער איז די היינטיגע באגריף פון אהבה געווען פון די לעצטע סיבות פארוואס מען האט חתונה געהאט, עס זענען געווען אזויפיל אנדערע און וויכטיגערע סיבות (און ווען איינער האט מקדש געווען זיין טאכטער אלס קליין מיידל צו אן אנדערן, איז עס נישט געווען "בלינדע לאוו"...).

moti107 האט געשריבן:הילל זייער שיין, האסט אבער פארטוישט "לאוו" מיט "לאסט".

לאסט, זיכער. אבער אויך לאוו, ווי לאנג עס איז בלויז דאס, ווי לאנגע עס איז בלויז דער געפיל, האט עס נישט אזיפיל שאנסן זיך צו האלטן אויף לאנגע יארן ווי ווען עס זענען דא די אנדערע אינגרידיענטס.
און דאס קען פארענטפערן די גרויסע פראגע פארוואס אין די אמעריקאנער גאס איז די גיטין ראטע אזוי משונה'דיג הויך. אויב יונגלעך און מיידלעך גייען ארויס רעכטס און לינקס מיט אנדערע, נאכדעם קומט איין טאג און מען טרעפט איין יונגל אדער מיידל וואס מען שפירט עפעס א געוואלדיגע ליבליכע געפיל צו יענעם, קלערט מען אז דאס איז עס, מען האט געטראפן די "מיידל פון מיין חלום", און מען לויפט חתונה האבן. אבער אויב שטימען נישט די אנדערע עיקרים וואס זענען וויכטיג פאר א לאנג-אנהאלטנדיגע רילעישאנשיפ, האבן יענע געפילן גרויסע שאנסן זיך צו ענדיגן און אויסוועפן נאך א געוויסע תקופה, אדער קומט אונטער איין שווערע קאפיטל און די גאנצע "אויפגעבלאזענע" געפיל פלאצט און ווערט פארשוואונדן. דעמאלט האבן זיי מער נישט קיין סיבה פארוואס צו בלייבן צוזאמען און האבן מער נישט דעם געפיל וואס איז געווען די גלו וואס האט זיי ביז יעצט צוזאמגעהאלטן. די גאס איז דאך גרויס, איז פארוואס ארבעטן שווער און פרובירן אויפבויען א פרישן קשר מיט איינעם וואס מען האט פארלוירן דעם גאנצן ערשטן גוטן געפיל, אנשטאט גייט מען זוכן א צווייטן. וועגן דעם דארף מען די אנדערע אינגרידיענטס פונקט אזוי וויכטיג וואס זאל צוזאמהאלטן אויפ'ן לאנגען טערמין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הילל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

נולד מאוחר האט געשריבן:זייער שיין הילל.
די שטעלסט אוועק די סיבת פארוואס מענטשען זענען בוחר חתונה האבן.
לאוו vs די אמאליגע מהלך, קונדער, פיינענשעל סיקיארטי etc.
מיר פאלן נישט אריין און קיין איינע פון די קאטעגאריעס. מיר ווייסען נישט פארוואס מ'האט חתונה, 18 יאר אלט מזארג זיך נישט פאר געלט און מדארף נישט קיין קונדער. סאיז דא נאך א סיבה פארוואס מ'האט חתונה, ווייל מיין חבר/תה האט חתונה , מיין טאטע האט אזוי געזאגט, אן קיין פארוואס.
ווי זענען די מעלות און חסרונת פון אזא מערידש?

ביסט אפשר גערעכט מיט דיין אבזערוואציע, אבער למעשה נאכדעם וואס מען האט חתונה ווייסן רוב פרומע פארלעך זייער קומענדיגער פאראייניגטע ציל. זיי פארשטייען אז זיי מוזן זיך יעצט אנהייבן ליב האבן איינער דעם אנדערן, וואס באמת איז דאס אויך א געוואלדיגער געמיינזאמער ציל ואס העלפט למעשה צו וועלן אז דער מערידזש זאל ארבעטן, וואס דאס אליין קען העלפן פארמיידן אסאך פאטענציעלע פראבלעמען, ווי מוותר זיין און זיין גרייט צו פארקוקן אויף יענעמ'ס חסרונות, וואס זענען געפערליך וויכטיג אין א מערידזש, אלעס ווייל מען ווייסט אז לכאורה וועט מען אויסלעבן די יארן מיט דעם יעצטיגן שותף אין לעבן. נישט אז איך זאג אז אונזער שידורך סיסטעם איז בעסער, נאר פאקטיש אז גייט אזוי ברענגט דאס מיט יענע מעלה. די קאפל האט דעם ציל פון אויפציען אן ערליכע שטוב, זיי זענען מחשיב איינער דעם אנדערן, זיי קומען פון די זעלבע בעקראונד און אפילו ענליכע משפחות ממילא שעצן זיי אויך בערך די זעלבע זאכן און האבן אייניגע אינטערעסן, זיי האבן דעם שטארקן געמיינזאמען ציל פון האבן קינדער, און צו אויפציען ערליכע קינדער, וואס דאס איז ווידער א גאר שטארקע גלו, וואס העלפט איבערקומען א שווערע תקופה ווייל מען ווייסט אז דער גרעסערער ציל איז צו בלייבן צוזאמען און אויפציען א געזונטע שטוב, ממילא זוכט מען שטערקער לייזונגען און מען טרעפט א וועג צו לינדערן די פראבלעם און זיך בעסער אויסקומען בעתיד, אנשטאט ווי עס וואלט געווען ווען נישט די גלו וואס מען וואלט אין דעם כעס'יגן מאמענט געמאכט א פליטה און פארטיג. אויך דאס אליין אז ביידע ווייסן און ווילן אז די מערידזש זאל בלייבן אויף אייביג, וועט מען נישט קומען צו טון קיין צו משוגענע און עקסטרעמע זאכן איינער קעגן אנדערן, וואס מען וואלט יא געטון אויב מען טראכט נישט פון קיין זיכערן עתיד צוזאמען.
בקיצור, די סיבה פארוואס מען האט חתונה איז טאקע ווייל דער חבר האט חתונה, אבער למעשה ווען מ'הייבט אן דאס לעבן קען מען פונקט אזוי האבן די יסודות צו לעבן, און וועלן לעבן צוזאמען ביז אייביג, ממילא האט מען די פאטענשעל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

הילל האט געשריבן:
הלל טייערער, עס זעהט אויס אז דו האסט פארגעסן אז מיר מאכן די ברכה אשר ברא וכו' אהבה ואחוה ושלום וריעות, ביי עדער חופה. נישט ביי נאר ביי די חופה מאכן מיר דער ברכה, נאר גאצנע זיבן טעג מאכן מיר די ברכה.

אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה״. דאס זאגט מען ווען בשעת חתונה האבן אין נישט לאנג נאכן חתונה האבן.
זעיט זיך אויס אז ליבשאפט האט יא געשפילט א ראלע ביי א שידוך

מ. גליקמאן האט מיך אויסגעכאפט:
איך פארשטיי אז הילל'ס פוינט איז בכלל נישט אז מען האט נישט חתונה וועגן לאוו, ער ברענגט נאר ארויס אז מען האט חתונה וועגן פיל אנדערע סיבות, און נישט ווייל מען פארליבט זיך ווייל זי איז שיין צי וואס, און דורך דעם איז די לאוו פיל שטערקער און פיל לענגער, און די מערידזשעס האלטן זיך לענגער.

און אויסער דעם קען מען נישט ברענגען א ראיה דערפון ווייל דער אמאליגער באגריף פון "אהבה" ביז די היינטיגע איז גאר אנדערש, ווי שוין געזאגט פריער איז די היינטיגע באגריף פון אהבה געווען פון די לעצטע סיבות פארוואס מען האט חתונה געהאט, עס זענען געווען אזויפיל אנדערע און וויכטיגערע סיבות (און ווען איינער האט מקדש געווען זיין טאכטער אלס קליין מיידל צו אן אנדערן, איז עס נישט געווען "בלינדע לאוו"...).

הלל,

האסט פארגעסן פין די גמרא וואס רב יודא אמר רב זאגט אסור לאדם לקדש את בתו כשהיא קטנה תוס׳ איז מסביר ווייל ווער זאגט אז טאמער זי וואלט ווען געווען יעצט א גדולה ווער זאגט זי וואלט געוואלט.
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

הלל,

In any event קיינער האלט נישט אז סאיז א נארמאלע זאך חתונה האבן נאר פאר בלינדע לאוו נישט קיין חילוק ווער פרומע, נישט פרומע, אידן, גוים אף גם אחד האלט נישט. וואס מרעדט דא אז עס אויך נישט נארמאל אז מהאט חתונה אן קיין שום פילינגס סאיז נישט אידישליך אין אויך נישט נארמאל. דאס איז געהעריג געצווינגן.
איך פארשטיי אז מהאטיך איינגערעט אין די ווייסט עס אויך מיינט נאך נישט אז אזוי דארף עס צוזיין
!!I might be a psychic, But I am not a profit
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

נולד מאוחר האט געשריבן:זייער שיין הילל.
די שטעלסט אוועק די סיבת פארוואס מענטשען זענען בוחר חתונה האבן.
לאוו vs די אמאליגע מהלך, קונדער, פיינענשעל סיקיארטי etc.
מיר פאלן נישט אריין און קיין איינע פון די קאטעגאריעס. מיר ווייסען נישט פארוואס מ'האט חתונה, 18 יאר אלט מזארג זיך נישט פאר געלט און מדארף נישט קיין קונדער. סאיז דא נאך א סיבה פארוואס מ'האט חתונה, ווייל מיין חבר/תה האט חתונה , מיין טאטע האט אזוי געזאגט, אן קיין פארוואס.
ווי זענען די מעלות און חסרונת פון אזא מערידש?

יא יא! ווען מען האט חתונה נאר מיט די גערדאנק ווייל איך בין אינג אין קוק מיינע חברים האבן אויך חתונה אין מיט דער מחשבה האט דער בחור'ל אדער מיידל חתונה פארשטייסטו נישט אליין אז דאס א הכנה צו קאטעסטראפע? עני קליינע מיספארשטענינש צווישן די צווי אין ער אדער זי הייבן אן טראכטן מה לי ולצרה הזאת?
ווייל מיין חבר איז געווען א נער דארף איך זיין א נער?
אין דאס איז נאר די אנהייב אין די יסוד פון א נייע לעבן
אויב געט מען זיי עדויקעישין אדער זיי פארשטיין אליינס פארוואס זיי ווילן חתונה האבן עני פון די אויבענדערמאנטע סיבות דאן גייט מען אריין אין וויכוח וועלכע סיבה איז בעסער
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

הילל האט געשריבן:דו זאגסט זייער גוט, און איך בין בכלל נישט מחולק. אוודאי איז אהבה איינע פון די אינגרידיענטס אין א מערידזש און אוודאי העלפט עס זייער שטארק ארויס, קיינער קען מיט דעם נישט מחולק זיין, אבער איך האב ארויסגעברענגט אז אין די זעלבע צייט איז עס נישט די איינציגע אדער וויכטיגסטע שליסל צו א גוטע מערידזש וואס קען אנהאלטן לאנגע יארן. רעספעקט, קאמפעטיביליטי און אן אייניגע ציל אין לעבן איז פונקט אזוי וויכטיג, און נאך אפשר וויכטיגער אין די long run.
נאך מער, לאוו אליין וועט אפט נישט אנהאלטן צו לאנג, ווייל עס איז דא די טשענס פון כאשר בא כן ילך, און ווען עס פאלט אוועק יענער געפיל בלייבט גארנישט איבער וואס עס זאל זיי ווייטער צוזאמהאלטן.
דו זאגסט אויך אז ביידע דארפן אינוועסטן אין דער אהבה, וואס מיינט אז מען רעדט נישט פון קיין "פלוצלינג'דיגע אהבה" וואס מען שפירט און מען מיינט אז דאס איז שוין גענוג זיי צו חתונה האבן און וועלן לעבן די נעקסטע זיבעציג יאר ווי צוויי טויבן, ווייל דאס קען גרינג קומען צו א פריצייטיגע טויט, נאר מען דארף אינוועסטן דערין, ארבעטן דערויף, האבן נאך אסאך אנדערע אינגרידיענטס און יסודות וואס וועט זיי ברענגען צו בלייבן צוזאמען.

אהבה איז נישט 'איינער' פון די אינגרידיענטס. אהבה איז די מעין אינגרידיענט.
אויב עס איז נישט דא איז נישט דא קיין מעריעדזש. אהבה איז די געז פאר א מעריעדזש, אויב האט מען זיך נישט ליב איז עס א סאשעל פארטנער, אויף צו האבן קינדער און צו פירן א שטוב.

א מעריעדזש מיינט א מאן אין א ווייב וואס האבן זיך ליב וואס די תוצאה איז א ז זיי לעבן כדרך כל הארץ, א נספח צו א מאריעדזש איז האבן קינדער פיינענשעל סטעביליטי ועוד.

ביי אונז וואס די התחלה הייבט זיך אהן בלי אהבה (אולי אהבת מחותנים), איז אבער דא א הסכמה ביין הצדדים אז 'וידורו באהבה ואחוה ושלום ורעות', דאס מיינט אז חתן כלה וועלן טוהן יותר מכפי יכולתם צו דיוועלאפען אהבה ביניהם. איינער וואס איז נישט מצליח זאל גיין זיכען העלפ.
ציגעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:48 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך ציגעלע »

אויף דעים זאגט מען עס הייבט זיך אן מיט תאווה און עס ענדיגט מיט אהבה
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

ראש הישיבה האט געשריבן:
הילל האט געשריבן:דו זאגסט זייער גוט, און איך בין בכלל נישט מחולק. אוודאי איז אהבה איינע פון די אינגרידיענטס אין א מערידזש און אוודאי העלפט עס זייער שטארק ארויס, קיינער קען מיט דעם נישט מחולק זיין, אבער איך האב ארויסגעברענגט אז אין די זעלבע צייט איז עס נישט די איינציגע אדער וויכטיגסטע שליסל צו א גוטע מערידזש וואס קען אנהאלטן לאנגע יארן. רעספעקט, קאמפעטיביליטי און אן אייניגע ציל אין לעבן איז פונקט אזוי וויכטיג, און נאך אפשר וויכטיגער אין די long run.
נאך מער, לאוו אליין וועט אפט נישט אנהאלטן צו לאנג, ווייל עס איז דא די טשענס פון כאשר בא כן ילך, און ווען עס פאלט אוועק יענער געפיל בלייבט גארנישט איבער וואס עס זאל זיי ווייטער צוזאמהאלטן.
דו זאגסט אויך אז ביידע דארפן אינוועסטן אין דער אהבה, וואס מיינט אז מען רעדט נישט פון קיין "פלוצלינג'דיגע אהבה" וואס מען שפירט און מען מיינט אז דאס איז שוין גענוג זיי צו חתונה האבן און וועלן לעבן די נעקסטע זיבעציג יאר ווי צוויי טויבן, ווייל דאס קען גרינג קומען צו א פריצייטיגע טויט, נאר מען דארף אינוועסטן דערין, ארבעטן דערויף, האבן נאך אסאך אנדערע אינגרידיענטס און יסודות וואס וועט זיי ברענגען צו בלייבן צוזאמען.

אהבה איז נישט 'איינער' פון די אינגרידיענטס. אהבה איז די מעין אינגרידיענט.
אויב עס איז נישט דא איז נישט דא קיין מעריעדזש. אהבה איז די געז פאר א מעריעדזש, אויב האט מען זיך נישט ליב איז עס א סאשעל פארטנער, אויף צו האבן קינדער און צו פירן א שטוב.

א מעריעדזש מיינט א מאן אין א ווייב וואס האבן זיך ליב וואס די תוצאה איז א ז זיי לעבן כדרך כל הארץ, א נספח צו א מאריעדזש איז האבן קינדער פיינענשעל סטעביליטי ועוד.

ביי אונז וואס די התחלה הייבט זיך אהן בלי אהבה (אולי אהבת מחותנים), איז אבער דא א הסכמה ביין הצדדים אז 'וידורו באהבה ואחוה ושלום ורעות', דאס מיינט אז חתן כלה וועלן טוהן יותר מכפי יכולתם צו דיוועלאפען אהבה ביניהם. איינער וואס איז נישט מצליח זאל גיין זיכען העלפ.
?וואס איז שייך פאר א געזנטע בר דעת צו זוכן העלפ פאר אהבה
[ :) חוץ אויב איר טוהט עס פר פרנסה..]
לפי ראות עיני איז יעדע שלום בית געבויט אויף אנדרע יסודות
ביי איינעם איז דא מער אהבה אין דאך איז דא אנגעצויגענקייט,
אין ביי איינעם איז דא ווייניגער אהבה אין איז דא רהיגקייט, וכדמה
Sapir
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך Sapir »

פיטומי מילי האט געשריבן:הילל,

אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה״. דאס זאגט מען ווען בשעת חתונה האבן אין נישט לאנג נאכן חתונה האבן.
זעיט זיך אויס אז ליבשאפט האט יא געשפילט א ראלע ביי א שידוך

אהבה שאינו תלויה בדבר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

איתא במסכת כלה דף ב', הרהור מביא לידי תאוה, ותאוה מביא לידי אהבה. עיי"ש.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
פארשפארט