געלט האט געשריבן:קען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן
געלט האט געשריבן:קען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן
צניעות איז די קרוין פון אידישע קינדער עס איז גארנישט קיין נארישקייט
אויב מיינסטו צו זאגן אז די ווילסט אז זי זאל דיר צופרידן שטעלן אינדערהיים רעד צו איר און זיי איר מסביר און ווייז איר די גמרות ווי די פרויען האבן צופרידן געשטעלט די תנאים און אמוראים קויפן א סמארט פאון איז בכלל נישט די סמארט מאוו
אויב ח"ו מיינסטו אין גאס פארשטיי איך דיר נישט די האסט א תשוקה אז דיין ווייב זאל געפעלן דיין שכן און דיין חבר?
ר' סאו איך וויל טראסאן וואס דו שרייבסט וועגן משפחת פארטוגאל, אבער איין פראבלעם האב איך אז דו רעדסט וועגן א זיווג ראשן און שני, און אויף וויקיפעדיא זעה איך אז דער היינטיגער סקולענער רבי האט נאר געהאט איין רעביצין
ר' סאו איך וויל טראסאן וואס דו שרייבסט וועגן משפחת פארטוגאל, אבער איין פראבלעם האב איך אז דו רעדסט וועגן א זיווג ראשן און שני, און אויף וויקיפעדיא זעה איך אז דער היינטיגער סקולענער רבי האט נאר געהאט איין רעביצין
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
שיטה מקובצת האט געשריבן:ווי אזוי קענסטו בכלל אויפברענגען אזא זאך צו פאר'מיאוס'ן פרויען אין די אויגן פון זיינע מענער. דו ווילסט טראגן די אחריות פון זייער זנות?!
אויב די פרויען זענען פאר'מיאוס'ט אין די מענער'ס אויגן ברענגט עס אויך צו זנות.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
שיטה מקובצת האט געשריבן:דער אשכול איז זייער ווייטאגליך. ליידער איז דער וויכטיגער ענין פון צניעות געווארן אזוי צעדרייט אז מ'ווייסט שוין נישט וואס צו טוהן. צניעות איז גאר א הארבע זאך, אזוי ווייט אז דער חזו"א האט געזאגט אז אויב די סנהדרין וואלטן היינט געוועהן וואלטן זיי גע'הרג'עט פרויען וואס גייען מיט הויזן, ווייל דאס איז א שרעקליכע פריצות!
אבער לענין ווי משוגע דער ענין איז געווארן, מיט דעם איז מען עובר אויף לא תספו ולא תגרעו און דאס ברענגט קיינמאל נישט קיין גוטס. כ'האב אמאל געהערט פון מו"ר רבי אביגדור מיללער זצוק"ל ווי איינער האט אים געפרעגט וועגן אזא סארט נייע צניעות משוגעת וואס פרויען זאלן טוהן. האט רבי אביגדור געענטפערט "לא תנאף!" דער שואל האט געקוקט אזוי פארלוירן און האט נישט פארשטאנען די כוונה, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, מיר זענען אידישע קינדער און מיר טארן נישט זינדיגן, ווי אזוי קענסטו בכלל אויפברענגען אזא זאך צו פאר'מיאוס'ן פרויען אין די אויגן פון זיינע מענער. דו ווילסט טראגן די אחריות פון זייער זנות?!
אני הקטן האב געקלערט אז רבי אביגדור האט געהאט נאך א כוונה וואס ער האט נישט געוואלט יענעם זאגן אין פנים אריין. איינער וואס טראכט אויס אזעלכע צודרייטע אזויגערופענע "צניעות" גדרים איז בהכרח א נואף, עכ"פ במחשבה, שאין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה.
זאגט די הייליגע דף היומי מסכת יומא דף נד עמוד א: אמר רב קטינא, בשעה שהיו ישראל עולין לרגל מגללין להם את הפרוכת ומראין להם את הכרובין שהיו מעורים זה בזה ואמרו להם ראו חבתכם לפני המקום כחבת זכר ונקיבה. זאגט די הייליגע רש"י ד"ה הכרובים, מדובקין זה בזה ואוחזין ומחבקין זה את זה כזכר החובק את הנקיבה. רש"י ד"ה מעורים, לשון דיבוק.
ווי איז די וועד הצניעות ווען מ'דארף זיי?
אפשר וועגן דעם האט מען באהאלטן די ארון, די וועד הצניעות וואלט עס נאך געקענט צושטויסן...
ראש הישיבה האט געשריבן:נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.
במחילת כבו"ת הראש ישיבה שליט"א, אויב שטייט עס נישט אינעם קוד דאן פארוואס האט איר עס צוגעלייגט? כמיין אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס א גרויסע מחלוקת און זיי רעדן פון זייגן אויפגעדעקטערהייט בפני כל עם ועדה. פארוואס זאל זייגן א קינד אויף א צנועסדיגן אופן זיין א פראבלעם? אפשר איז ארגער פון א משתין בשוק וואס איז א הלכה מפורשת אז אויך א אשה מעג?
דאס האב איך טאקע געמיינט. עס קען זיין אז אל פי 'הלכה' (אויב עס איז דא אזעלעכע הלכות) מעג מען זייגן אין פאבליק, אבער א פרוי וואס איז א צניעה, זי האט סעלפ ריספעקט ווע עס נישט טוהן ברבים, ווייל עס פאסט איר נישט
הייסט ווען דו האסט גערעדט פון צניעות און גוטע חינוך, האסטו זאך הכל געמיינט אלגעמיינע סעלף רעספעקט, וואס האט גארנישט מיט יידישקייט? פארוואס זאל מען נישט מעגן טוהן אזאך וואס איז מותר על פי הלכה, און אנגענומען בנימוסי המדינה, בלויז ווייל עס "פאסט" נישט? זייט ווען איז דא אזא דערהער אין יידישקייט?