דער צימעס איד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

דער צימעס איד

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז דא אידן וואס קומען דא אין קאווע שטיבעל און די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען איז פארברנגען די צייט אין "צימעעעעס". יעדע קיקט אויף זיי און פארשטייט נישט וואס ס'גייט פאר. איז דאס א נארמאלע מענטש מיט א ווייב און קינדער??

ס'אינטערסירט אים נישט קיין וועלטליכע נייעס, קיין וועלטליכע פאליטיק, קיין וויסענשאפט, קיין ביכער, קיין געזעלשאפט, קיין תורה, קיין חכמה, קיין ווערטלעך, קיין מידיא, קיין מוזיק, קיין עצות און הילף, קיין פיליזאפיע, קיין היסטארי, קיין שפראך , קיין טעכנאלאגיע, קיין קונסט, קיין שלחן ערוך, קיין צניעות, קיין ליפא, קיין נפטרים, קיין עקסידענטס, קיין בילדער, קיין נארט קאריע, קיין מאחורי, קיין שלום בית , קיין לינקס, קיין קליפס, קיין שובבי"ם, קיין מילק שעיק, קיין וועטער, קיין..... איך דארף נאך גיין ווייטער??? עס אינטערסירט אים קיין גאאאאאאארנישט!!

ער ווייסט נאר ווי אזוי זיך צו ווייקן אין די ברוינע געמויזעכץ און פארפירן נאכאמאל און נאכאמאל וועגן ר' אהרן, הגה"ק, הגז"ל, רא"ט, מהרי"י, בלא בלא בלא בלא, יא קעמפ'ס נישט קעמפ'ס, ארמארי נישט ארמארי, זאלי יא חוזק, ארוני נישט, ארוני יא, זאלי נישט, בלא בלא בלא, געלונגענע פראטעסט פון ארונים, דורעכפאל פון זאלוינים, אהרן איז חוזק, יעדער רעכענט זיך מיט מהרי"י, בלא בלא בלא. שיעור ג', שיעור ד', יאסי בראך, משה גבאי, פאני בילד פון זאלי (הי הי הי!!!), אהרן פיצט די נאז (כא כא כא!!!!)......

אויב קימט אמאל אויס אז מ'רעדט פון עפעס אין די געהעריגע נארמאלע פארום'ס ווייסן אפילו נישט די ברוינע ווייקער'ס אז איינער רעדט שוין פון דעם. זיי זיצן אין די ברוינקייט פון זייער נשמה און ווייסן נישט פון עפעס אנדערש. אבער פון זיצן אזויפיל אין די ברוינע סחורה האבן זיי זיך שוין אויסגעלערענט צו שמעקען צואה פון א מייל ווייט. אויב איינער דארמאנט בטעות אין די נארמאלע קאווע שטיבעל עפעס וואס קען משולב ווערן צו די זידיגע ברוינקייט, קימען ער גלייך צו רייטען און נעמט זיך גיסן עמער'ס פון סחורה.... און די שטינק פילט אהן די ריינע בלויע לופט ביז מ'איז זיך מרחם און מ'טראסקעט עס צוריק צו די ברוינע.

ווי אזוי זענען אזעלעכע מענטשן אין ריל לייף?? אז מ'פרעגט אים אויב אבאמא גייט זיך גט'ן, ענטפערט ער ר' אהרן אהין ר' אהרן אהער. אויב מ'פרעגט אים וואס די וועטער גייט זיין, ענטפערט ער עפעס וועגן פלארידע און פאלם ספרינגס. אז מ'פרעגט אים וועגן א האטעל אין ארץ ישראל, ענטפערט ער עפעס וועגן גזירת גיוס און א מעכטיגע פראטעסט אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני. איז דא א פיסכילאגישע נאמען פאר אזעלעכע מענטשען? אויף וואס ליידן זיי?

ווי אזוי קיקן אויס זייערע ווייבער? וואס טוט זיך מיט זייערע קינדער?? די מענטשען טוען אמאל עפעס אנדערש חוץ זייער גארביטש?? זיי זיצן ביי א סעודה? זיי שאוערן זיך??

נעעעעעעעעעעעעעעבעך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

דער אשכול באלאנגט אין צימעס...
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

כשר גערעכט, ראשעקאל, באמת א נעבעך אין וואספארא נארישקייטן מענטשן קענען ליגן (אפילו איך קען פארשטיין יעדן לויט זיין אייגן וועלטל), אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין ריכטיגע זאך צו לייגן ניק-נעמען. איך שטעל מיך פאר אז עס שמעקט זיי נישט. פארוואס וויי טון א מענטש? יעדער קען אליין קוקן ווער זיי זענען.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[tag]ראשעקאל[/tag]

אזא גערעדכץ מיט אזויפיל אהבת ישראל קומט פון זיך ווייקען טעג און נעכט אין צימעס

צו וואס באשרייט איר אזוי די שרייבער'ס וואס שטעלן דיר צו די הייסע מקוה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הילל האט געשריבן:כשר גערעכט, ראשעקאל, באמת א נעבעך אין וואספארא נארישקייטן מענטשן קענען ליגן (אפילו איך קען פארשטיין יעדן לויט זיין אייגן וועלטל), אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין ריכטיגע זאך צו לייגן ניק-נעמען. איך שטעל מיך פאר אז עס שמעקט זיי נישט. פארוואס וויי טון א מענטש? יעדער קען אליין קוקן ווער זיי זענען.

גערעכט. איך האב אראפגענימען די נעמען. די עיקר האב איך געוואלט אז זיי זאלן באקימען א מעלדונג וועגן די אשכול. דאס האבן זיי שוין מסתמא עניוועי באקימען
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

הילל האט געשריבן:כשר גערעכט, ראשעקאל, באמת א נעבעך אין וואספארא נארישקייטן מענטשן קענען ליגן (אפילו איך קען פארשטיין יעדן לויט זיין אייגן וועלטל), אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין ריכטיגע זאך צו לייגן ניק-נעמען. איך שטעל מיך פאר אז עס שמעקט זיי נישט. פארוואס וויי טון א מענטש? יעדער קען אליין קוקן ווער זיי זענען.


יישר כוח פאר'ן זיך אנעמען פאר ניק רעכטן
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:[tag]ראשעקאל[/tag]

אזא גערעדכץ מיט אזויפיל אהבת ישראל קומט פון זיך ווייקען טעג און נעכט אין צימעס

צו וואס באשרייט איר אזוי די שרייבער'ס וואס שטעלן דיר צו די הייסע מקוה?

כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס צימעס איז ברוין. יעצט פארשטיי איך. ס'איז א מקוה און מ'טוישט נישט די וואסער. א וואונדער פארוואס. קיינער פארלאנגט עס נישט דארט. :lol:
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זיי זענען מתנגדים פונעם מילקשעיקער, צוליב וואס ער האט אמאל געזאגט ביי שלש סעודות, אז אז אין מילקשעיק עסט מען נישט קיין צימעס, ווייל "צימעס" איז בגמטריא "רע".
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גד החוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:17 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

שליחה דורך גד החוזה »

[tag]ראשעקאל[/tag] ווי איך האב שוין געשריבען דא אז איך האב מיך ערשט צוגעוואוינט טרינקען געשמאקע קאווע, אבער ביז א קורצע צייט האב איך מיך אויסגעלערנט ווי אזוי דאס צו מאכען, אז דער קאווע זאל נישט זיין ביטער, דער מילך זויער, וואסער צו קאלט. מענטשען ווייסען טאקע נישט ווי אזוי צו מאכען קיין געהעריגע קאווע דא אין שטיבל?
יעדער ווארט וואס די האסטו געשריבען איז געוועהן פאר מיר ווי מים קרה על נפש עייפה, אזוי צום זאך.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך זעי נישט די חילוק פון זיין אגאנצער טאג פארנומען מיט צהלי ורוני פאליטיק אדער צו זיין פארנומען סיסטעם יא גוט נישט גוט אדמורים מיינען עס יא ערנסט אדער נישט אדער זיך האלטן פאר א חכם און זוכן צו דערגיין צו אונז שטאם מיר פון מאלפעס אדער חזירים צו מ'מוז גלייבן אין דעם אדער אין דעם יעדע זאך איז א האבי איינער האט ליב לאקשן און איינער ספיניטש א פערטער עקלט זיך דערפון

דער עיקר איז מזה ומזה אל תנח ידך לאז יעדן דיסקאסירן זיינס און לאך פון די וועלט
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אליבא דאמת האט געשריבן:די גוטע נייעס איז אז זיי זענען זייער ווייניג. זיי שרייבען טאקע אסאך פון זייערע גארביטש, אבער ס'איז נישט קיין סאך מענטשען.

אליבא דאמת אז די וועסט קוקען אויפען סכום צוקוקער און באזיכער זענען די ראטע ליינער העכער ביים הייסען מקוה מער ווי ביי די קאלטע קוקט אויס אז צוויי דריי נארישע מקוה הייצער באווייזען מער ווי די קילע פארברענגער דא כדברי גאנצל
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:זיי זענען מתנגדים פונעם מילקשעיקער, צוליב וואס ער האט אמאל געזאגט ביי שלש סעודות, אז אז אין מילקשעיק עסט מען נישט קיין צימעס, ווייל "צימעס" איז בגמטריא "רע".


טאקע א גוט װארט אבער בעיקר האב איך דיך געװאלט געבן דײן # 1100 לײק. מזל טוב
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]petergrifin[/tag] א דאנק!!! אז מ'רעדט שוין, ביסט געווארן ערענסט לעצטענס? שובבים? ווי זענען דיינע קראכעדיגע, לאכעדיגע, בויך דרייענישע, געהארגעטע, דזשוקס לעטלי?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]ראשעקאל[/tag] יעדע שורה פון דיין צימעס חוזק ארטיקל, איז זיסער ווי זיסע מיירען!!!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מיינע וויזיטס אין צימעס זענען גאר זעלטן, ממילא בין איך נישט דער פאסיגער קאמענטירער דא, אבער איך שטעל זיך פאר אז א שיינע צאל ניקים פון צימעס זענען באשאפן געווארן דירעקט מיט'ן ציל צו מישן אין דעם ברוינעם געמויזעכץ ווי קיינער וויל נישט אריינטאן א האנט, ממש ווי יאסעלע גולם בשעתו, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס די ניקים באזוכן נישט ערגעץ אנדערש. ס'וואלט געווען א הוצאת ניק לבטלה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

היינט דארף מען דען גיין ביז צימעס צו זליינען די אלע שטותיםוואס דו דערמאנסט? גיי אריין אינעם אשכול פון מועצת קיין אמריקא, ען עקל, א שטיק צימעס..
גד החוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:17 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

שליחה דורך גד החוזה »

בלויז 25 פון איבער 1375 ניקס האבן געלייקט [tag]ראשעקאל[/tag], דאס ווייסט ווי שלעכט דער מצב האלט.

באניצער וועלכע האבן געלייקט ראשעקאל פאר די הודעה (25 בסך הכל):
טעפל • טאמבל סאס • ונבנתה העיר • ודי למבין • פיש כאפער • petergrifin • פישל'ע העררינג • שעפטל • לעמיל • שיטה מקובצת • עוד מישהו • טיטאניק • מ גפני • אליבא דאמת • גד החוזה • ברסלבער • משה געציל • קאווע טרינקער • רויטע וואנצעס • איך אויך • שמעקעדיג • berlbalaguleh • דער (פינטעל) איד • הילל • אפטעמיסט
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זאגסט אז די גארבעדזש אויפ'ן בילד איז אויך היבש מער ווי די זויבערע גאס.
#גארבעדזשבילד#101
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

גד החוזה האט געשריבן:בלויז 25 פון איבער 1375 ניקס האבן געלייקט [tag]ראשעקאל[/tag], דאס ווייסט ווי שלעכט דער מצב האלט.

באניצער וועלכע האבן געלייקט ראשעקאל פאר די הודעה (25 בסך הכל):
טעפל • טאמבל סאס • ונבנתה העיר • ודי למבין • פיש כאפער • petergrifin • פישל'ע העררינג • שעפטל • לעמיל • שיטה מקובצת • עוד מישהו • טיטאניק • מ גפני • אליבא דאמת • גד החוזה • ברסלבער • משה געציל • קאווע טרינקער • רויטע וואנצעס • איך אויך • שמעקעדיג • berlbalaguleh • דער (פינטעל) איד • הילל • אפטעמיסט


וואס איז דיין פוינט? יעדע פון די 25 לייקירס קענען באקומען 1 גארביזש בעג אלס הכרת הטוב?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
גד החוזה האט געשריבן:בלויז 25 פון איבער 1375 ניקס האבן געלייקט [tag]ראשעקאל[/tag], דאס ווייסט ווי שלעכט דער מצב האלט.

באניצער וועלכע האבן געלייקט ראשעקאל פאר די הודעה (25 בסך הכל):
טעפל • טאמבל סאס • ונבנתה העיר • ודי למבין • פיש כאפער • petergrifin • פישל'ע העררינג • שעפטל • לעמיל • שיטה מקובצת • עוד מישהו • טיטאניק • מ גפני • אליבא דאמת • גד החוזה • ברסלבער • משה געציל • קאווע טרינקער • רויטע וואנצעס • איך אויך • שמעקעדיג • berlbalaguleh • דער (פינטעל) איד • הילל • אפטעמיסט


וואס איז דיין פוינט? יעדע פון די 25 לייקירס קענען באקומען 1 גארביזש בעג אלס הכרת הטוב?


1) ״בלויז 25 פון איבער 1375 ניקס האבן געלייקט ראשעקאל ״ רעדט װעגן די נושא דא און ״דאס ווייסט ווי שלעכט דער מצב האלט״
איז פאר די בילד
2) סתם װיל אן לײגן גארבעדז :D
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א קראנקייט וואס די צימעס אידן (יעצט רעד איך פערטיקעלער פון די צימעס אהרונים) האבן איז אז אויב רעדט מען פון א טענה אויף ר' אהרן איז מען גלייך א זאלי.
"ר' אהרן האט נישט געטארט זאגן דאס און דאס"
"הא!! און ווען ענקער זאלי האט געזאגט יענץ און יענץ איז יא גוט געוועהן, הא???"

קיק אין די אלע אשכולות וועגן ר' אהרן'ס דרשה אויף די דריי בחורים. עס גייט נישט דורך אפאר מינוט ביז די אהרונישע ניקס ברענגען אויף די ווארט "זאלי".
ווי קימט דא אריין זאלי פאר גאד'ס סעיק???

פון איין זייט איז ר' אהרן די גדול הדור וואס די גאנצע וועלט רעדט וועגן אים, און יעדער האקט אויף אים פינקט ווי מ'האט געהאקט אויפ'ן דברי יואל, אבער פון די אנדערע זייט איז יעדער וואס האט א טענה אויף אים א זאלי.
דאס מיינט:
א) עס איז דא אסאאאאאך מער זאליס ווי אהרונים
ב) קיינעם אינטערסירט נישט ענקער רבי נאר אויב מ'איז א זאלי און מ'האט א פערזענליכע פייט מיט אים.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אבי געהאקט, ווען יענער קריטיקירט אים נארמאל ביזטו גערעכט אבער ווען יענער אטאקירט אים פערזענליך מיט קללות, בשעת דער ניק האט זיך קיינמאל נישט אנגערופן ביי א ענליכע פאל בעבר ווי מהר''א איז נישט געווען אויפן טיש דארף מען זיין בלינד נישט צו זעהן יענעם'ס אגענדע
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

גם אני בין איך נאך עד היום און קיין צימעס נישט געוועין, נאך דארט נישט קאמענטירט אפילו פעם אחת.

על כן האב איך נישט קיין מילה בלשוני אויף די מחלה פון צימעסייטעס

אבער וואס קריכט יא אויף די נערווען איז אז די מחלה האט זיך פארשפרייט, עס האט זיך איבער געכאפט אויפן האריזאנט פון די נישט צימעס ליידענדע

עס קימען ארויף יעדען טאד צימעס דיגע אשכולות וואס מיר זענען בכלל נישט אויסן צי ליינען

עס אינטערעסירט מיר נישט וואס רעבארן האט געזאגט, אויף וויפיל פארשוינען ער האט היינט געוואלט קאטערן, אדער וועים איינער האלט דא אז ער ברויך איבערבעיטן, איך גיי נישט דערפאר, סארי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט