טאטי פליז קיש מיך נישט.

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

טאטי פליז קיש מיך נישט.

שליחה דורך ראש הישיבה »

מיין טייערע בחור'ל, קע"ה א צדיק'ל. ער איז אין כתה ט' א מתמיד, פון די בעסטע אין די קלאס. ער איז א בעל מידות, האט ליב צו לערנען. א 100 תלמיד. לויפט לערנען א גוטע קאפ. עבודה אויף די העכסטע סטאנדארט. דאווענען מיט א ברען, עבודת המדות וכו'. אינדערהיים איז ער א בעל אחריות, ער רוימט אויף נאך זיך, ער העלפט אין שטוב וויפיל מעגליך (ווייל ער לויפט אלץ לערנען ב"ה). בקיצור א ברכה מן השמים. איך שעפ אסאך נחת פון אים ב"ה.

איך פרוביר צו מאכן זיכער אז ער ווערט נישט צו עקסטרעם. איך פיר זיך ארויס צו ווייזען אפענע ליבשאפט צו מיינע קינדער. איך זאג זיי ווי שטארק איך האב זיי ליב, ווי גליקליך איך בין מיט זיי וכו'. מזמן לזמן געב איך א קיש. אזוי אויך פירט זיך ב"ב זייער מאמע. (דאס איז א זאך וואס איך האב נישט באקומען פון מיינע עלטערן. ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל האט מיך מיין מאמע תחי' געפרעגט ביי די בארדינג געיט 'ווילסט א קיש?' האב איך גענעטפערט ניין. חוץ מזה קיין שום אהבה.)

לעצטנס זעה איך אז מיין זוהן ווערנדיג פרומער, איז ער נישט באקוועם מיט א קיש, ממילא בין איך עס ממעט. אבער איך זאג אים אלץ וויפיל נחת איך האב, ווי איך האב אים ליב וכו'.

די וואך האב איך אים געוואלט געבן א קיש (נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט), זאגט ער מיר טאטי איך וויס דו האסט מיר ליב פליז קיש מיר נישט. ער פרעגט זיידי האט דיר געקישט? האסט אמאהל געזעהן די רבי שליט"א קישן?

איך זעה עס פאר איבערגעטריבענע פרומקייט. מיין שאלה איז זאל איך עפעס טוהן וועגן דעם? וואס?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אפשר באקומט ער הרהורים......

אויף א אמת גערעדט, טוסט עס בפני אנדערע? אויב יא איז עס א דבר מובן אז ער שעמט זיך
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

נאר אזאלכע דאגות פאר דיר און אלע אידן.
שטעל דיך פאר די מעשה איז ווען פארקערט, דו בעטסט זיך צו דיין קינד ווי א גזלן, לערן, דאווען, טראג א אחריות, און ער ענטפערט דיר, ״טאטי קוש מיך״......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כתר מלכות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

דערווייל איז ער נאך נישט educated כפי מיין הבחנה.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

כתר מלכות האט געשריבן:נאר אזאלכע דאגות פאר דיר און אלע אידן.
שטעל דיך פאר די מעשה איז ווען פארקערט, דו בעטסט זיך צו דיין קינד ווי א גזלן, לערן, דאווען, טראג א אחריות, און ער ענטפערט דיר, ״טאטי קוש מיך״......

Thank you for the blessing
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לדעתי האט עס נישט מיט פרומקייט, ס'איז פשוט נאטירליך אז teens זענען זייער אומבאקוועם מיט physical affection, ס'איז דא אסאך סיבות דערפאר. איינע פון די עיקר סיבות איז אז עלטערע קינדער פארשטייען קישן און גלעטן אלץ א זאך וואס האט צוטוען דייקא מיט אינגע קינדער, און ער פילט אז קישן און גלעטן (בפרט אויב אנדערע זעהן) נעמט אוועק פון זיין independent development. די וועג פאר עלטערן צו צייגן physical ווארימקייט אין אזא פאל, איז צו זיין physical אזוי ווי מ'וואלט געווען מיט א חבר, ד"ה א קלאפ אין ריקן, slap 5, fist bump, וכדומה, אפילו א גלעט אדער א קלאפ אויפן גענאק, צו דעם קען א teen אסאך מער relate'ן. אסאך נחת!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

ער טענה'ט אז קישן איז א זאך וואס נאר פרויען טוהן עס. און אזוי אויך גאהר מאדערנע מענטשן טוהן עס.

בנוגע צו סלעפ פייוו ער איז צו ערנסט פאר דעם.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך וואלט אויך נישט געוואלט מיין [tag]ראש הישיבה[/tag] זאל מיר קישן. ניטאמאל שטיין לעבן מיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

ליין דא מער
איבער דעי נושא גאר הערליך

רוף [tag]הילל[/tag] פאר א נייצע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נאר,,פרייליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ביסט מן הסתם נישט קיין וויזניצער חסיד, ווען יא וואלט ער עס געבעטען מער אפט, ווייל דער הייליגער רבי האלט דאך אין איין קישען אלעס, יעדע זאך וואס רירט זיך און וואס נישט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

יעצט געטראפן דעם ארטיקל איבער דעם, טינס בדרך כלל זענען אזוי, חסידיש, מאדערען, און גוים, יעדער ניצט נאר א אנדערע אויסרייד.
http://www.psychologytoday.com/blog/sur ... on-parents
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן און אפילו ביי קליינע קינדער קען מען זען חילוקים. למשל איך האב איין עלטערער קינד וואס וויל אסאך ענדערש א קוש (און קען עס אפילו פארלאנגען ביינאכט) ווי איינעם פון מיינע אנדערע קינדער וואס איז נאך פיל יונגער און האט נישט איבריג חשק דערצו. אבער דער ציל איז געבן און ווייזן ליבשאפט. יעדער לויט זיין מהות. אויב דיין בחורל איז נישט באקוועם דערמיט, איז נישט.
זיכער איז עס א נארמאלע זאך ביי קינדער ווען זיי ווערן אביסל עלטער און הייבן אן אפשטויסן די קושעס. טייל טינעידזשערס ווילן בכלל נישט קיין קושן, אנדערע קענען אוועקדרייען דעם פנים און לאזן נאר א קוש אויפ'ן שטערן, און זיכער לאזן זיי נישט אויף די ליפן (וואס עס זענען דא וואס טוען דאס אויך). דאס אז דער בחור'ל שפירט אזוי אלץ פרומקייט מאכט עס גארנישט אנדערש ווי אויב עס קומט אלס סתם א טינעידזש סינדראם, און דארפסט רעספעקטירן זיין געפיל. און עס איז אויך מעגליך אז באמת האט ער געשפירט אזוי נאטורליך, נאר ער האט געטראפן א גוטן לאגישן תירוץ אין וואס איינצוהילן זיין געפיל און דיר קענען איבערגעבן זיין פארלאנג.
מיט'ן פרובירן ארויפצווינגען א קוש קען מען דיפיטן דעם ציל, און עס קען נאך ערגער מאכן. אויב מאכסט נישט קיין אישו דערפון, נאר זאגסט "וואטעווער דו ווילסט, צדיקל, איך האב נאטורליך געשפירט אזוי גוט דאס צו טון, ווייל איך האב דיך אזוי ליב", וכדומה, איז דאס אויך א זאפטיגע נישט-פיזישע קוש, און האסט מער שאנסן אז ער וועט דיר אפילו בעתיד ווידער לאזן דורכשווערצן איינס דא און דארט. און דערווייל קענסט נאך אלץ זיין א ווארעמער טאטע מיט טאצן ליבשאפט אויף אלע אנדערע וועגן.
און גראטולאציעס פאר'ן האבן אזא צדיק'ל אין שטוב!
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

יישר כוח למחנך דנן [tag]הילל[/tag] פארן ריספאנדען אן טיים צו ראטעווען אינזער ליבליכער קשר לבנינו ולדורותינו

ס'איז א בחינה פון
#כל התורה כולה על רגל אחת
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב געוואלט שרייבן דאס זעלבע ווי הילל און וואנצעס, אבער כבר קדמוני חבריי און נאך בעסער ארויסגעברענגט.

עס איז פשוט א זאך וואס פאסירט ווען מען וואקסט אויף. רוב מענטשן קענען עס מעיד זיין אויף זיך. און איך האב עס אויך געהערט יארן צוריק אויף איינע פון הרב בראווערמאנ'ס קאסעטעס.
עס איז 100% נארמאל און עס איז נישטא וואס זיך צו זארגן.

זאלסטו האבן אסאך נחת פון אים און פון די אנדערע, מיט אלע אידן אינאיינעם פון זייערע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

יישר כח פא [tag]רויטע וואנצעס[/tag]
[left]Adolescence and Physical Affection with ParentsIt's more comfortable for a child to be cuddled by a parent than for a teenager
Published on November 26, 2012 by Carl E. Pickhardt, Ph.D. in Surviving (Your Child's) Adolescence

inShare.Separating from childhood to begin the journey of adolescence (around ages 9 – 13), young people reject many childish ways – interests and likes -- in order to act more grown up. In the process, they may elect to give up the expressing and the accepting of physical affection with parents (sometimes just the expressing, sometimes just the accepting, sometimes both) in order to show that they no longer want to be defined and treated as a child

In doing so, adolescents can create a loss that they never quite get over – the letting go of a powerful non-verbal intimacy with parents

What parents may encounter at this juncture is a more standoffish and physically unresponsive son or daughter who shies away from the old contact because now it feels inappropriate, even embarrassing, diminishing the older status that they seek. Also, after puberty,when the need for physical privacy is increased,the teenager often wants parental touch to be more circumspect so it is not, however unintended, experienced as sexually obstrusive. An affectionate parent can pat, physically play with, and wrestle with a child in ways that are simply off limits with an adolescent

Sometimes you can tell how much they miss the old parental touch and hug and kiss when they get angry seeing a parent cuddle a much younger child. “Why don’t you stop hugging on her?” Or, “You’re going to spoil him!” And a little later the teenager engages in some age inappropriate teasing of the much younger sibling. Why? The answer is, because it’s painful to witness what he or she has forsaken, but is still missing. Growing up requires giving up, and ceasing physical affection with parents can create a hard loss

It helps ease and lessen the loss when parents can do two things – continue to offer a lesser form of physical affection, and provide expression of caring through words when acts of physical affection are disallowed. Patting your teenager on the back, giving them a side hug, can often get through the painful wall of refusal that is keeping the teenager from the primal parental touch that they still miss. Remember, if you can keep some level of physical contact in place, then as the teenager grows older, and becomes more confident in being older, the acceptance, expression, and reciprocation of physical affection can open up again

Verbal contact that conveys caring is more important the less welcoming of physical contact the adolescent becomes. Using words to convey sensitivity, empathy, support, interest, attention, approval, and appreciation can all communicate the emotional warmth that physical affection so efficiently conveys. And never underestimate the power of a friendly smile to warm a beleaguered teenager’s heavy heart, as well as laughing with each other and making time to have fun together

Adolescent boys are particularly susceptible to giving up physical affection from parents because not only does that demonstration of caring feel childish, it also feels unmanly, at least according to the notion that to be a man means being proof against the childish need for parental touch. In response, parents usually back off to respect the more physically aloof definition he is after

Then, what I sometimes see happen in high school age young men going through a romantic break-up is a degree of devastation greater than for the young woman involved. These young men have been so needy for emotional intimacy and so body-hungry for caring touch, that to have them both intensely given and then torn away can feel overwhelming

By contrast, many young women have been cultivating same sex-friendships over the years in which emotional sharing and physical affection have been a natural part of the relationship. Maybe this is why young men often fall harder into first love than young women, and must contend with such a powerful loss when a romance is ended

Fortunately, there are many cases of teenagers, including young men, who keep the door to physical affection with parents open all through their growing up. They are mature or wise enough to understand how forsaking this primal connection is not some adolescent obligation. They do not treat it as a necessary loss. For most others, however, the degree of giving and receiving a loving touch, or hug, or kiss with parents is intermittently permitted depending on mood and circumstance, perhaps accepting and giving it more on close family occasions, for example, and resisting it when in front of friends

So physical affection from parents with their adolescent can be a hit or miss proposition. And when it is a miss, and the parental overture is turned away, it’s important that parents don’t take that as a personal rejection. It’s better, when refused to just assume the time or mood or circumstance isn’t right, take a rain check, and try again another time when, weather permitting, conditions will be more favorable

In the meantime, never forget to use that old verbal substitute for physical affection that never goes out of style and that is almost as primal as a hug or kiss in its way -- those three little words that you can never tell your teenager too often: “I love you.”

For more about parenting adolescents, see my book, “SURVIVING YOUR CHILD'S ADOLESCENCE" (Wiley, 2013.)Information at: http://www.carlpickhardt.com[/left]
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

נו אויב אזוי קענסטע עס ניצען פאר א סטראשע, "טאמער די ביהעיווסט נישט באקומסטע א קוש"...
הא הא,
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

האלטן די האנט פונעם קינד אויפן גאס

שליחה דורך מ גפני »

מענין לענין האלטן די האנט פונעם קינד אויפן גאס איז אויך א זאך וואס קינדער ווען זיי קומען אן צו א געוויסע עידזש ווערן זיי אומבאקוועם מיט דעם, איז דאס אויך ווייל זיי פילן אז דאס האט צוטוען דייקא מיט אינגע קינדער אזוי ווי @רויטע וואנצעס האט ערווענט?
Sapir
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך Sapir »

בנוגע דעם ענין, אויב איך מעג זאגען מיין מיינונג.
פראביר צי ווערן מקושר מער מיט דיין הארץ צים הארץ פין קינד.
אפשר שפירט ער נישט אזא אמת,דיג נאנטקייט. איך מיין נישט חס וחלילה צי קריטיקירען אדרבה איך זעה די ראש הישיבה ביסט ערענסט א גוטע טאטע, הלוואי מיר געזאגט אין הלוואי מיין טאטע וואלט מיר געוויזען אהבה.
עס איז אלעמאל דא א מקום להשתפר. ובפרט אז די ביסט אינטערעסירט אין דעם.
ליין וועגן emotional intelligence .
Daniel Goleman or Marc Brackett
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

וועסט מוזן מיט אונזער אויסגעטראטענעם מהלך און פאר די חוצפה וועט ער מוזן באקומען עטליכע קישן אחת למעלה ושבע למטה ברבים בפני כל העדה אז ס'זאל זיין אזיל חיורא....
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

ווען איך בין געווען קליין, האטב איך זייער געוואלט מיין מאמע זאל מיר קישן, פון מיין טאטע האב איך עס נישט געדארפט ווייל כ'האב געפילט ווי עס בעלאנגט פאר א מאמע נישט פאר א טאטע,
ווען איך בין עלטער געווארן, האב איך געפילט ווי איר קיש דארף איך אויך נישט,
איך עקל מיר בכלל פון א קיש, חוץ פון ...................................
חוץ מזה האב איך עס נישט געדארפט ווייל כ'האב געוואלט זיין גרויס, נישט קיין בעבי,
עס איז זייער א נארמאלע אז א בחור וויל זיך פילן קאנפדענט, ער פילט אז מיט די קוש פון עלטערן איז ער נאך קליין אדג
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

כ'ווייס נישט וואס דער עולם האקט ביי אונז אין די משפחה איז א נארמאלע זאך דאס קושן און יעדעס מאל די בחורים קומען אהיים פון ישיבה אדער מ'פארט צוריק אוודאי געט מען א קוש פאר טאטי און מאמי וואספארא סתירה מיט עידזש אפשר דיין בחור וויל נישט א קוש פון דיר יעדע צוויי מינוט יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ און מאס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דו רעדסט פון א קיש פאר טאטי אדער פון טאטי?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

פאר און פון יר"ש יוצא ידי שניהם ונתנו גייט אהין און צוריק
פארשפארט