ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בעלעגלה: סאטמארער בלייבט סאטמארער. געבען א לייק פאר איינער וואס איז נישט היימיש און עסט נישט טאמעטא דיפ פרייטיג צונאכטס איז פארט צו שווער. ווי האסטו געזען אז איך רעד אויף פארשידענע מענטשען. איך האב געזאגט וואס דער קלויזענבורגער חסיד טראכט. אבער למעשה, פאר איינער וואס זיין סטאנדארד פון 'קענען לערנען' איז ר' משה פיינשטיין און חזון איש מיט ר' אהרן קאטלער, איז נישט דא קיין איין רבי (כאטש פון נאכ'ן קריג) וואס קען זיך אפילו פארמעסטען.
ליטוואק פון: לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון. איך בין אזא סאטמערער ווי דו. טאמעיטא דיפ עס איך גראדע נישט איך גלייך עס נישט. ענדערש חומוס און טחינה און באבאגאנוש אלס 'זראעילי. ווען איך האב געזאגט אז ס'פאראן רביס וואס זיי זענען א סאך גרעסער סיי אין לערנען, סיי אין צידקות ווי די וועלט ווייסט האב איך געמיינט דעם ליובאוויטשער רבי זצ"ל. און אז מ'רעדט שוין פון די סטאנדארטן פון קענען לערנען, מיין איך אז דער קלויזנבורגער רב זצ"ל וואלט זיך געקענט פארמעסטן אין לערנען מיט סיי וועמען פון די לעצטע 150 יאר.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בערעל דער דרייווער, זיי אזוי גיט, לערן פאר א סוגיא מיט די ראשונים און פוסקים. דערנאך קוק א תשובה אין דברי יציב דערויף און נאכדעם דער דברות משה. צייג זיך אליינס איבער. דער רעדעכט'ס פאסט פאר א בלינדער חסיד. דער קלויזענבורגער רבי איז געווען א גרויסע תלמיד חכם אבער נישט עפעס פון פריעדיגע דורות ווי א ר' חיים עוזר צו א מהרשם צו א לבושי מרדכי צו א מהרשג.
ליטוואק פון מאדיאר-ארסאג: הוא אשר דיברתי. "ליטוואק בלייבט ליטוואק". ס'איז די זעלבע מידה ווי א חסיד וואס גלייבט אין זיין רעבע בלינדערהייט. נישט זעען די מציאות אפילו ס'קלאפט אין פנים אריין. דו האלטסט דאך (כדאמרן) אז אלע רבי'ס זענען "תהילים-זאגער'ס" און קענען עפעס מער ווי אפ-ליינען די תורה'ס אויף די פרשת השבוע פון "צאינה וראינה". איך כאפ נאר אן איין משל אבער ס'איז על הכלל כולו יצא. איך זאג נאכאמאל אז דער קלויזנבורגער רב זצ"ל האט זיך געקענט פארמעסטן אין לערנען מיט סיי וועלכן פון די גדולי התורה פון פריערדיגן דור. איך זאג עס נישט אלס חסיד. נאר אלס איינער וועלכער אבזערווירט די מציאות.
ר' ליטוואק פון בודא-פעששט: דו זאגסט זייער גוט. ווען איך זאל קענען ארויסשאקלען פון די קעשענע א תשובות דברי חיים, אן אבני נזר און א קצות אדער א דברי יציב, וואלט מיין צו-נאמען נישט געוועין בעל עגלה און מיין אדרעסס (וואו מ'קען מיך געפונען רוב צייט פונ'ם טאג און א טייל פון די נאכט) וואלט נישט געווען אין קאווע שטיבל. נאר אין הוידו-נאנאשער בית המדרש אויפ'ן צווייטן שטאק. און מיין טיטל וואלט געווען ראש הישיבה. אבער אפילו אין דעם איצטיגן מצב ווייס איך אויך אז די אלע גדולי הרבנים, סיי חסידיש'ע און סיי ליטווישע ווען זיי האבן געשריבן א תשובה להלכה אדער אנדערע חידושי תורה האבן זיי נישט געברענגט קיין מקור להלכה פון די אידישע ליכט אדער דער אידישער קוואל. איך ווער פונקט אזוי נתפעל פונ'ם כח התורה ווען איך לערן א תשובה פון חת"ם סופר, כתב סופר, ר' וועלוול בריסקער, ר' משה פיינשטיין אדער קלויזנבורגער רב. אבער דו במחילת כבוד תורתך הרמה האסט אפ' גע'פסק'נט אז די חסידישע רבנים און רבי'ס קענען עסן קוגל און טרינקען א גלעיזל טיי ותו לא. טעירע שטייט נישט איין ביי זיי.
אויף לאטייניש זאגט מען reductio ad absurdum . איך האב גערעדט פון נאכ'ן קריג, איז ברענג מיר נישט פון אבני נזר, און איך האב נישט געזאגט אז זיי טויגען נאר צו קוגעל, איך האב געזאגט אז מיט ר' משה קענען זיי נישט פארמעסטען. מ'איז נאך א שיינע תלמיד חכם לאנג פאר מ'קען זיך פארמעסטען מיט ר' משה. און פון די היינטיגע רבי'ס, אדרבה די אלע וואס די גאס זאגט אז זיי זענען אנדעריש און זיי זענען נישט באשעפטיגט מיט מוסדות, נאר לש''ש וכדו', און ס'איז נישט שווער צו וויסען וועמען איך מיין, זענען זיי למעשה פארצייטישע בעלעגלות וואס זאגען תהלים ערליך ותו לא מידי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויף לאטייניש זאגט מען reductio ad absurdum . איך האב גערעדט פון נאכ'ן קריג, איז ברענג מיר נישט פון אבני נזר, און איך האב נישט געזאגט אז זיי טויגען נאר צו קוגעל, איך האב געזאגט אז מיט ר' משה קענען זיי נישט פארמעסטען. מ'איז נאך א שיינע תלמיד חכם לאנג פאר מ'קען זיך פארמעסטען מיט ר' משה. און פון די היינטיגע רבי'ס, אדרבה די אלע וואס די גאס זאגט אז זיי זענען אנדעריש און זיי זענען נישט באשעפטיגט מיט מוסדות, נאר לש''ש וכדו', און ס'איז נישט שווער צו וויסען וועמען איך מיין, זענען זיי למעשה פארצייטישע בעלעגלות וואס זאגען תהלים ערליך ותו לא מידי.
ליטוואק פון בודאפעסט: (לכאורה אן אקסי-מרן). אין הכי נמי אז רובא דמינכר פון די היינטיגע רבנים און רעבעס (אפילו די גוטע און וואוילע) קענען זיך נישט פארמעסטן מיט ר' משה, אדער מיט א ר' שלמה זלמן אויערבאך. ווייל צו זיין אין איין ליגע מיט זיי איז לאוו כל אדם זוכה. אבער דערצייל מיר נישט אז דער סאטמאר'ער רב, בעל דברי יואל און קלויזנבורגער רב, בעל שפע חיים זענען געווען עפעס קטלא-קניא'ס. נאכדעם איז פאראן די מיטעלע תלמידי חכמים, צי זיי זענען רבנים אדער אדמורי"ם. פארשטייצעך אז ס'איז פאראן די מעשה'לעך פארציילערס און קוגל עסערס אויכעט. אז מ'רעדט שוין פון אט די רבנים, איז פאראן אן אינטרעסאנטע מעשה'לע איבער איינעם פון אט די רבנים, בגן עדן תהא מנוחתו. ר'האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד (אין וועלכן שטעיטל וועל איך נישט זאגן, ווייל מ'וועט איהם גרינג קענען אידענטיפיצירן( און ר'האט אויסגעלאזט ביי מודים, "ברוך א-ל ההודאות"... ווען מ'האט איהם געפרעגט איבער דעם האט ער געזאגט. "וואס הייסט, ס'איז דאך מודים דרבנן, און איך בין א רב...... נ.ב.: איך אלס בעל עגלה קען איבערטייטשן דיין סענטענס אויף לאטייניש אויך: Reductio ad absurdum. means "Reducing (something) to an Absurd (level).
ליטוואק, דו האסט שוין א צייט צוריק מחליט געווען אז סאטמאר רב איז נישט געווען גענוג ת"ח, און יעצט בלעימסטו אים שוין דערפאר אויכעט, אז באמת איז ער געווען א בעל כישרון ער האט נאר נישט מחשיב געווען לערנען. ס'ארא געבראטענע שטותים.
אן אריין גיין אין די חילוקי מהלכי הלימוד, איז דאס אבער זיכער אז סאטמאר רב'ס חידושים בכלליות זענען פיל מער מוכרח ווי ר' משה. זיכער, פיל מאל שרייבט ער קלאר אז זיין פשט איז נישט מוכרח, און דער סך הכל דער שפיץ וואס ער קומט צו נאך די הנחות קען מען זיך דינגען, זענען אבער זיינע הנחות עכ"פ רוב מאל מוכרח, לעומת זה ר' משה אין די תשובות, וויפיל איך האב שוין געקוקט האב איך קיינמאל נישט געזען קיין דברים מוכרחים, אלעס מער ווייניגער אייגענע סברות און הנחות וואס ער וויל מכריח זיין. בקיצור דברים מכריחים נישט מוכרחים.
אמת, דברות משה איז אנדערש און ר' משה אליין האט כידוע פיל מער מחשיב געווען די דברות ווי די אגרות אבער סאם האו איז דאס נישט פיקד אפ. איך קען נישט רעדן וועגן דברות משה ווייל איך האב נאך כמעט נישט געקוקט דערין.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[center][justify]אדרבה ליטוואק נו אז די ביסט דא צו מוכיח זיין רבי משה'ס שטארקייט איבער אנדערע ביטע ברעג נאך א גדול נאך דעם צווייטען קריג וואס האט ארויסגעגעבן אן הוראה בדבר הלכה און אזויפיל לייבען זאלען אים וועלן צורייסען אלולי זיין גדלות ויגיעת התורה וקדושת נשמתו כידוע מיט די זיבען יאר אין רוסלאנד. שוין..[/justify][/center]
[justify]אז די רעדסט פון דברות משה איז שוין דאס א סוגיא בפנ''ע צוליב וואס אינגאנצען א קליין טייל פינעם אידנטום האט מקבל געווען עפעס א פרישער סארט דרך אין לערנען וואס דארט איז שווער פונקטליך אנצוצייגען ווער ס'גרעסער און ווער ס'קלענער ווייל עס איז באגלייט מיט אינטערסאנטע הגדרות
אבער אראפשרייבען ברורים בהלכה דאס איז דאך שוין מדור דור אנגענומען ביי כלל ישראל נו צייג איבער ווי נאך א גדול וקדוש זאל שרייבען אזא קאנטערווערשעל בירור וואס לבסוף האט ער מחמת הכרח אויכעט גע'אסרט משום פריצות אבער ווי קענסטו אים אפסטעמפלען אלס אין להרהר אחריו בזמן וואס אריות ונמרים האבען אים געוואלט ווייס איך וואס טון ווען ער האט אזוי אפ'געפסקנט אזעלכע דברים יסודיים בניגוד לכל גדולי הדור.[/justify]
ליטוואק געב א קוק נאר אחת מני אלף וואס פאר א חורבן עס איז ארויסגעקומען פינעם געדאנק להתיר דער נושא פון מלאכתיות וואס דאס וועט געבן א שטיקעל בליק אז טראץ בעניני ליטא איז מען פארעכנט אלס אן אדם גדול בענקים אבער למעשה קען מען אריינברענגען א פסק לדורות פאר חורבן והרס געב א קוק דעם קליינעם ציטאט פון א לענגערע בירור ווי מען האלט שוין היינט מיט דעם היתר
א. הקדמה
שאלת ההזרעה המלאכותית לנשים פנויות, הולכת ונעשית מעשית יותר ויותר בשנים האחרונות. נשים רבות, בארץ ובחו"ל, המוצאות עצמן לא נשואות בגילאי ה – 35 +, מחליטות שלא לוותר על אמהות, ובוחרות בדרך זו.
זעהן דעם תוצאה פון די בירור פון רבי משה האבען די וואס האבען נישט מקבל געווען די ליטאישע קנייטשען, זיי האבען דאס בעסער געזעהן ווי די וואס האבען יא געקאנט מאכען א גברא און חפצא פון פילע נושאים בש''ס (איך מיין חלילה נישט מזלזל צו זיין אין די וואס האבען יא רוב ימיהם זיך מטפל געווען אין גברא וחפצא אבער צו גיין קלענער מאכען די וואס האבען געוויסט וויאזוי למעשה צו דעליווערן די ברורי התורה, דאס איז שוין חוצפה און קליינקעפיקייט)
ליטוואק, דעתי העני' האט אויך דעם רושם אז ר' משה האט געקענט בעסער לערנען ווי דער דברי יציב, מיין פוינט איז עפעס אנדערש, די הוקרה וואס אידן טיילן צו צו תורה איז נישט צו די חלק הכשרון שבה, דאס איז נישט א געטליכע זאך, נאר צו די חלק היגיעה, דבקות וכו', און דאס קען מען נישט 'מברר' זיין מיט'ן צושטעלן א שטיקל דברות משה צו א תשובה אין דברי יציב.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אויס מענטש האט געשריבן:נאך א דרשה דא פון דעם חבדסקער געזאגט געווארן נאך די דרשה כ"ו אב תשמ"ב געדריקט אין מהר"ם ט"ב אדרבה לכו נא וניווכחה וראו למי החותמת ולמי הפסולים
איך וויל איר זאלט אפירקראצען אלע אלטע דרשות פון אלע אונגארישע תלמידים פינעם הייליגען חתם סופר כמדומה קיין איינע פון די קעגנער'ס האבען קיינמאל נישט גענטפערט דאס מינדעסטע וואס מען האט גערעדט נגדם
נו! נעם דיין פרוי שיק איר צום נשות הכותל פראגראם ווייל דארט זענען די וואס זייערע רביים האבען נישט גערעדט א כלשהוא וואס די תלמידים פון חת''ס האבען גערעדט נגדם
איך גיי נישט דא זאגען ווער עס איז יא אדער נישט בגדר תלמיד חת''ס אבער די וואס האבען גענימען דעם גאנג פון זיי אשרי להם עי' בספרי הרה''ק ר''ה קאלאמייער איבער די געוואלדיגער פליכט פון פארקוקען אויף די גדלות פון מענטשען במקום ווי דורך זיי קומט אריין פראבלעמען אין כלל ישראל אשרי להם וואס זענען בוחר צו גיין בדרכיהם ואוי להם די וואס טוען שעצן די נשות הכותל באוועגונג[/justify]
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לעניות דעתי, איז דער דברי יציב גאנץ א גוטע תשובה ספר, טאקע נישט אויף דער קוואליטי פון ר' משה, אבער גאנץ א גוטע היינטיגער ספר שו"ת פון חסידישע, נישט לומד'ישע, פוסקים. קאמפער עס למשל מיט מנחת יצחק אדער קני בושם וכדומה.
פון דעים קאליבער שו"ת ספרים איז ב"ה דא בשפע. נעם למשל די תשובות ספרים פון דעם יאקער רב שליט"א, וועלכע איז זייער געשמאק אדורכ=צו קוקן. ס'קומט אבער נישט צו צו א תשובות מהרש"ג, פארשטייט זיך. נאר דער אשכול פארקריכט שוין אין אנדערע געגנטן.
אויס מענטש האט געשריבן:נאך א דרשה דא פון דעם חבדסקער געזאגט געווארן נאך די דרשה כ"ו אב תשמ"ב געדריקט אין מהר"ם ט"ב אדרבה לכו נא וניווכחה וראו למי החותמת ולמי הפסולים
איך וויל איר זאלט אפירקראצען אלע אלטע דרשות פון אלע אונגארישע תלמידים פינעם הייליגען חתם סופר כמדומה קיין איינע פון די קעגנער'ס האבען קיינמאל נישט גענטפערט דאס מינדעסטע וואס מען האט גערעדט נגדם
נו! נעם דיין פרוי שיק איר צום נשות הכותל פראגראם ווייל דארט זענען די וואס זייערע רביים האבען נישט גערעדט א כלשהוא וואס די תלמידים פון חת''ס האבען גערעדט נגדם
איך גיי נישט דא זאגען ווער עס איז יא אדער נישט בגדר תלמיד חת''ס אבער די וואס האבען גענימען דעם גאנג פון זיי אשרי להם עי' בספרי הרה''ק ר''ה קאלאמייער איבער די געוואלדיגער פליכט פון פארקוקען אויף די גדלות פון מענטשען במקום ווי דורך זיי קומט אריין פראבלעמען אין כלל ישראל אשרי להם וואס זענען בוחר צו גיין בדרכיהם ואוי להם די וואס טוען שעצן די נשות הכותל באוועגונג[/justify]
נאר פרייליך באטשי: קודם, דער פיקטשער וואס דו לייגסט ארויף איז זייער קיוט. נאר איך האב נישט געוואוסט אז בימי הרה"צ ר' הילל קאלאמייער זצ"ל איז שוין געוועין אזא זאך ווי נשות הכותל. יא. נשים איז שוין געוועין. א כותל, מיין איך אויך. אבער דער מושג נאכנישט.
זיי האבען אן שטארקער אפשטאם די וואנזיניגע ביים כותל
ב.ד.וו. דעי וואך האט מען זיי שוין געלאזט מנוחה .... [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] גראדע האב איך געלערנט אין עטליכע מקומות פון די יוצאי ליטא בארץ ובגולה איך האב קיין איינמאל נישט געהערט פון די רמי''ם נאכזאגען א דברות משה קאן זיין אין בודאפעסט איז דא אנדערע סארט מהלכי הלימוד .... איבער די נושא פון מלאכתיות זעה איך יעצט אז זינט שנת 'תק''ב' איז שוין אנגעגאנגען דאקטורישע פריוונגען צו ערפינדען א מציאות פון מישען פרעמדע מיט אנדערע און הגאון רבי משה איז געווען דער ערשטער וואס זאל דורכברעכן אזא ענין איך ווייס נישט וויאזוי די טרויעסט זיך בכלל צו נעמען אזא סארט גדול און בכלל צושטעלן די גדולי אונגארין וואס האבען שומר געווען דעם קדושת ישראל וקדושת ההלכה במסי''נ, בכח תורתם
בעה"י כ"ב סיון תשכ"ב. מע"כ ידידי הנכבד מאד הרה"ג מוהר"ר משה חיים אפרים בלאך שליט"א. הנה קבלתי מכתבו הארוך מאד המלא דברי תוכחה על כל גדותיו על מה שלפי דעתו נדמה לו שתשובותי סימן י' וסימן ע"א מספרי אגרות משה על אה"ע יגרמו איזה פרצה בטהרת וקדושת יחוס כלל ישראל. וניכר ממכתב כתר"ה שהיה סבור שיהיה לי קפידא על דברי התוכחה שלו, ואני אדרבה אני נרגש מזה שאני רואה שנמצאים אנשים בעלי רוח שאינם יראים ולא מתביישים מלומר תוכחה. אבל האמת שאין בדברים שכתבתי ושהוריתי שום דבר שיגרום ח"ו איזה חלול בטהרת וקדושת ישראל אלא תורת אמת מדברי רבותינו הראשונים, והערעור של כתר"ה על זה בא מהשקפות שבאים מידיעת דעות חיצוניות שמבלי משים משפיעים אף על גדולים בחכמה להבין מצות השי"ת בתוה"ק לפי אותן הדעות הנכזבות אשר מזה מתהפכים ח"ו האסור למותר והמותר לאסור וכמגלה פנים בתורה שלא כהלכה הוא, שיש בזה קפידא גדולה אף בדברים שהוא להחמיר כידוע מהדברים שהצדוקים מחמירים שעשו כמה תקנות להוציא מלבן. ואני ב"ה שאיני לא מהם ולא מהמונם וכל השקפתי הוא רק מידיעת התורה בלי שום תערובות מידיעות חיצוניות, שמשפטיה אמת בין שהוא להחמיר בין שהוא להקל. ואין הטעמים מהשקפות חיצוניות וסברות בדויות מהלב כלום אף אם להחמיר ולדמיון שהוא ליותר טהרה וקדושה. ועתה נדבר מעצם ההלכה למאור תוה"ק. הנה עצם הדין הוא דבר ברור ופשוט שאיסורי עריות הם במעשה הביאה ואינו משום הזרע שיולדו מזה, דלכן אין שום חלוק בהאיסורים בין ראויה להוליד ובין אינה ראויה להוליד כעקרה ואילונית, וכן אף שלא כדרכה שאף בכל אשה לא שייך שיולדו מזה נמי הוא באותן האיסורים עצמם ובהעונשין שנאמר בהן. ואף באיסור אשת איש שנאמר בקרא לא תתן שכבתך לזרע שהוא מקום לרשעים לטעות שהאיסור הוא רק משום שתלד מזה כדהביא האבן עזרא בפירושו שכתב ואשר גברה תאות יצרם על דעת לבם תעו בפירוש לזרע עיי"ש, הוא טעות גמור שטועין רשעים בכוונה להתיר איסור א"א החמור מאד כשאינה ראויה לזרע, כי הדין הוא שלא שייך כלל האיסור לענין הולדה מזה אלא שהוא איסור על הביאה בכל אופן שהוא אף בעקרה ואיילונית ואף בשלא כדרכה. אלו דברי האגרות משה לתרץ דבריכם המטופשים לענין קדושתן של ישראל, ולענין שאר הדברים עוד חזון למועד. (אגב, דאס אז דו זאגסט אז ער האט חוזר געווען איז א שקר גס, וואס קיינער האט נישט געהערט פון איהם, און דער איינציגסטער וואס ברענגט עס, האט אין זיין לעבען נישט געזען ר' משה, און האט נישט קיין שום וועג פון וויסען דער זאך)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא