וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
חולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:29 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?

שליחה דורך חולם »

איינע פון די זאכן אויף וואס איך האב שוין אויפגעגעבן אין לעבן איז צו עקספיריענסן די הנאה און רואיגקייט שלות הנפש פארזיכערטקייט וואס א עושר אדיר מוז שפירן. אזא געפיל פון אז ס'נישט דא גארנישט קיין צוריקהאלט וואס ער זאל נאר וועלן וואס געלט קען ברענגען. נישט דא א זארג פון וויאזוי גיי איך באצאלן דאס אדער יענץ, נישט דא א זארג פון חתונה מאכן קינדער אדער אייניקלעך, מ'האט שווערע פארזיכערטע מיליאנען מיט וואס מ'קען יעדן אייניקל אפילו שטאפירן מיט אן אייגן הויז. וויאזוי פילט עס צו וויסן אז בדרך הטבע איז מען פינאנציעל פארזיכערט עד סוף כל הדורות אפילו ער זאל לעבן 1000 יאר? דער עושר האט נישט קיין שום מענטשליכע דאגות חוץ פון זאכן וואס זענען אויסער זיינע הענט ווי למשל קינדער און נחת, מלך פורץ גדר איז פאר אים נישט דא קיין שום שטרויכלונג, אפגערעדט פון די כבוד וואס ער קען האבן אויב וויל ער און אפילו אויב וויל ער נישט קומט עס נאטורליך ווייל מענטשן האבן א רעספעקט פאר אן עושר.

וויאזוי שפירט עס פארן עושר אויפצושטיין יעדע צופרי צו זען יעדן לויפן צום ארבעט צו קענען קויפן ברויט ווען ער קען מיט איין טשעק אפקויפן א סקווער בלאק און עס פארוואנדלען פאר ביליגע דירות אדער בויען א שול פאר זיין חסידות. ס'מוז דאך זיין עפעס א טעם שלא מעלמא הדין.
אלעס האט טאקע צוויי זייטן. און מ'וועט זאגן אז צו זיין א ריזיגע מיליאנער קומט מיט זיינע חסרונות מ'איז נישט רואיג און אז מ'האט 100 מיליאן וויל מען צוויי און אזוי ווייטער. דאס איז אלעס זאכן וואס איך קויפ נישט אפ (איך בין דאך ארעם קען איך נישט קויפן...)

איך ווייס נישט אויב איך וויל טאקע זיין א ריזן מיליאנער איך וואלט אפשר מורא געהאט דערפון. אבער דעם טעם גן עדן וואלט איך געוואלט אפילו שפירן פאר איין טאג. ווען איינער קען עס ווען מיר אראפלייגן... אפילו וויאזוי עס שפירט צו זיין א זון פון אזא עושר איז אויך נישט אוועקצומאכן. דאס איז עפעס וואס איך בין שוין ענדערש מקנא. קודם האט ער א דירה און נאכדעם אויב וויל ער עפענען א ביזנעס האט ער אפענע טירן מיט געלט וואס טוט דען נישט א טאטע פאר א קינד?

זאלן די עשירים דא אדער קינדער פון רייכע פרובירן דאס בעסטע וואס שייך עס אראפצוגעבן מיטן פולן זאפט...

לעצטענס בין איך געווען אויף א פלאץ וואו עטליכע גאר גרויסע עשירים זענען געווען אנוועזענד. ס'כאפט אן א יראת הכבוד צו זען א מענטש וואס השם האט אים באשאנקען מיט אזא זאך ווי עשירות. נישט אומזיסט האט רבי מכבד געווען עשירים. ס'קומט אפילו אינסטינקטיוו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין געשריבן [tag]חולם[/tag]. שלום עליכם ביי דע וועי.
די חולם חלום'סט פון זיין א עושר, הא?

איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשען רעספעקט'ן א עושר, איך האב קיינמאל נישט געפילט יראת הכבוד פאר זיי. חוץ אוודאי אויב מ'רעדט פון א מענטש ווי ביל געיטס וואס מ'האט כבוד פאר אים נישט נאר פאר זיין געלט נאר אויך פאר זיין חכמה וואס האט אים צוגעברענגעט צו זיין געלט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

בדרך מוסר: דער דאגה פון מרבה נכסים מרבה דאגות, עפ"י רוב קענען עשירים יא באהערשן זייערע דאגות, אבער אמאהל קענען די דאגות זיי ממש אראפ שלעפן פון דער גלייזן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

איך רעספעקטיר אן עושר בלויז אויב ער געט עפעס צו פארן ציבור, צי איז עס ווען ער טוט גוטע זאכן מיט זיין געלט, אדער פרובירט נישט צו הערשן איבער אנדערע טראץ זיין איבערגעפילטער באנק קאנטע.
אנדערש איז ער פונקט ווי דער בלוטיגער ארעמאן וואס צוליב וואס זיין פיי סאמעך קארטל האט זיך שוין אויסגעליידיגט וויינט ער נאך א שטיקל ברויט און דעריבער גייט ער נישט ארום מיט פיינטליך גרויליגע אויגן ווי דער אויסגעפיצטער רעקל וואס באהאלט א פאר'סמ'טער קאפ מיט הויכע פערדלדיגע אויגן.
אה, און אויך גלייך איך דער עושר וואס ברוב חסדו וטובו געט ער א ברייטהארציגע מילכיגער תיקון ביים יארצייט פון זיינע עלטערן...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?

שליחה דורך גאנצל »

לכאורה פילט עס גאר גוט?
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך האב נאכנישט געטראפען א עושר ווי דו לייגסט אראפ רואיג אן קיין דאגות
רוב מאל האבען זיי אסאך מער און גרעסערע דאגות ווי אינדז
אפילו אויב נישט אין ביזנעס דאן אין אנדערע זאכען זיי האבען סאך מער קאמפלעקסן און ליידן אסאך אסאך אפט הערט מען מיליאנערען נעמען זיך דאס לעבען
מרבה נכסים מרבה דאגה איז א פאקט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זיי לאכן פון אונזערע דאגות.
זיי קוקן אונז (ארימעלייט) אן אין א בחינה ווי גרויסע טאטעס קוקן אן קינדער מיט שפילצייג פראבלעמען... זיי רעדן פון מעלאנעס און בענק און מיליאן זאכן צו ארלעדיגן, דו ביסט ס"ה ביזי מיט אביסל שכר לימוד און מיט אפאר דאלער קען מען דיר צעפרידן שטעלן...

בקיצור הדברים, זיי זענען טאקע רואיג מיט דעם חלק וואס דו זאגסט, חתונה מאכן וכו', אבער די אנדערע דאגות נעמט זיי איבער דאס לעבן.

אביסל מער באריכות: יעדער מענטש איז מקנא אנדערע ווילאנג ער האט נישט די זאך. איינמאל ער באקומט עס (אויב ליידט ער אויף קנאה) ווערט ער בכלל נישט צופרידן, די מנה איז שוין, מ'שטיינס געזאגט, כלאחר יד, ער ווערט יעצט ביזי מיט די מאתים.
שטעל דיר פאר אז א בלוטיגער ארעמאן וואס האט ממש נישט קיין קליידער אנצוטאן. אזוי ווי דער היימלאזער גוי ואס א פאליציאנט האט אים געקויפט שטיוול לעצטע ווינטער. ער טראכט פון מר. חולם, און זאגט, 'אה! א מענטש וואס האט יעדן טאג וואס אנצוטאן, הלואי קען איך שפירן דעם טעם פאר איין טאג!! ער האט נישט קיין דאגה צופרי "וואס גיי איך היינט אנטאן"? און מארגן, און איבערמארגן?...'
און דו טראכסט ביי דיר, "נעבעך! מיט דעם איז ער מיר מקנא? קליידער?? ביג דיעל!!"...

והא ראי', מיר אפרישיעטן נישט גענוג וואס מיר האבן יא. אונזערע זיידעס אין לאגער האבן גארנישט געדארפט נאר א שטיקעלע ברויט, און ארום דעם האט זיך זייער קאפ געדרייעט א גאנצן טאג, און געשפירט אז אויב וועלן זיי דאס באקומען וועלן זיי זיין גליקליך. מען קען דאך נישט לעבן אנע עסן. אבער מיר האבן ב"ה עסן צו דער זעט, צי טוען מיר עס אפרישיעטן? אונזער ברכת המזון איז דען מיט כוונה און התעוררות מלא הכרת הטוב? אדער דאס נעמט מען פאר גרענטעד און דער קאפ זוכט אנדערע זאכן, ווי נאך געלט?

מיר האבן אלע ע"פ רוב עסן יעדן טאג 3 מאל א טאג. מיר האבן קליידער, מיר האבן הייזער, מיר האבן א ווייב און קינדער, און עכ"ז זענען מיר נישט פון די "פאזיטיווע מענטשן" וואס זאלן זיין ביזי זיך פרייען דערמיט און זיין דאנקבאר. נאר קאמפלעינען אויף וואס מיר האבן "נישט".

ממילא דער סך הכל איז, דער עושר איז נישט מער בשמחה און נישט מער רואיגער ווי דיר. נאר פארקערט. ער אפרישיעט בכלל נישט אז ער קען רואיג חתונה מאכן די קינדער, דאס נעמען זיי פאר גרענטעד בתוך שאר הלוקסוס'ן. און דאס מיינען חז"ל מרבה דאגה. דיין מנה איז פיצי ממילא גלוסטו און חלומ'סטו פון א קליינע מאתיים. אבער דער עושר האט גרעסערע השגות, און זיינע דאגות פאר זיין מאתיים איז גורם אסאך שלאפלאזע נעכט, משא"כ מתוקה שנת העובד...

שטייצעך דאס איז אלעס נאר אויב מען איז בטבע נישט קיין צופרידענער מענטש. דאס איז מער א פערסאנאליטי, נישט א חילוק א עושר צו ארעמאן. איינער וואס איז באמת אלס נאטור צופרידן, דער איז גליקליך. וכמאחז"ל איזהו עשיר השמח בחלקו. אפגעזעהן פון זיין באלאנס אין באנק קאנטע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

כעל ענק זאגן פין אייגענע עקספיריענס זייענדיג אן עושר׳ס קינד
טאטע וויל נישט געבן
קינד וויל נישט נעמען
ברעכטס ענק נישט דאס קאפ ווייל עטץ וועטס עס קיינמאל נישט פארשטיין
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

פיטומי מילי האט געשריבן:כעל ענק זאגן פין אייגענע עקספיריענס זייענדיג אן עושר׳ס קינד
טאטע וויל נישט געבן
קינד וויל נישט נעמען
ברעכטס ענק נישט דאס קאפ ווייל עטץ וועטס עס קיינמאל נישט פארשטיין

משום אינו ראיה. ווען איך האב א זון ווי דיר, וואלט איך אויך נישט געגעבן,
בד''וו מיין טאטע געבט מיך זייער גערן אין איך נעם אן נאך מער גערן
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב גערעדט מיט אן עושר וואס האט פליצלונג באקומען אסאך געלט. ער אעז געווען זייער פרייליך אז ער האט אסאך געלט. אבער זיין קאפ האט אים נישט געלאזט מנוחה. ער האט פליצלונג געוואלט אלעס און געדארפט אלעס.

Unlimited options can drive a person crazy.
You must be the change you want to see in the world
gergele
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:15 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

RICHES& how it feels

שליחה דורך gergele »

The ones who made their MILLIONS HONESTLY yes.....
But the SCHWINDLERS of today have MANY headaches.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב אן עצה: זאלן אלע וואס ווילן נישט זיין עשירים אוועקגעבן זייער איבריג געלט פאר די וואס ווילן יא זיין עשירים, אזוי וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]שמעקעדיג[/tag] !on the money.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך ווייס נישט אויב די עשירים זענען אונז מקנא אדער נישט, מיר זענען זיי זיכער מקנא.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
פיטומי מילי האט געשריבן:כעל ענק זאגן פין אייגענע עקספיריענס זייענדיג אן עושר׳ס קינד
טאטע וויל נישט געבן
קינד וויל נישט נעמען
ברעכטס ענק נישט דאס קאפ ווייל עטץ וועטס עס קיינמאל נישט פארשטיין

משום אינו ראיה. ווען איך האב א זון ווי דיר, וואלט איך אויך נישט געגעבן,
בד''וו מיין טאטע געבט מיך זייער גערן אין איך נעם אן נאך מער גערן

סאיז זייער נישט קיין שיינע זאך וואס דו טיסט מיט מיר הרב שטילע יונגערמאן,
ביסט מיך אזוי שטארק מבזה ברבים על לא דבר, נאר ווייל מיין עלטרען ווילן אז זייער קינדער זאלן שטיין אויפן אייגן פיס (וואס ב״ה אלע פין אינז זענען סוקסעספול) אין נאר ווייל קינדער זענען נישט קאמפרטאבל מיט קיין נהמא דיכסופא (וואס פאר דעים איז א יעדע מענטש באשאפן געווארן ווי די זוה״ק זאגט) דארפסטו מיך אזוי אינטערייסן? עס טוט מיר זייער שטארק וויי איספעשולי אזא שטילער איידעלע יונגערמאן ווי דיר טוט עס, איך וועל מיך שעמען זיך ציווייזן מיין פנים דא אין קאווע שטיבל,
!!I might be a psychic, But I am not a profit
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

חולם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איך וויל טאקע זיין א ריזן מיליאנער איך וואלט אפשר מורא געהאט דערפון. אבער דעם טעם גן עדן וואלט איך געוואלט אפילו שפירן פאר איין טאג.


ווען דו וועסט עס שפירן נאר איין טאג בין איך נישט מקנא ווי אזוי דו וועסט שפירן א טאג שפעטער, ווי די אלע לאזער עשירים וואס האבן דערלייגט די הויזן ביים סטאק מארקעט קראכט (אבער פארן נאך מיט די גרויסע יוקונס און מען שטעלט זיי צוזאמען די געלט צו קענען צאלן די געז...)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

לאמיר קודם רעדן פון רייכקייט. ריסוירטש ווייזט אז כאטש עשירות געט די מעגליכקייט פאר'ן מענטש צו קענען קויפן אסאך זאכן, טוט עס אבער אין די זעלבע צייט שטערן די מעגליכקייט פון דעם מענטש צו אינדזשויען די זאכן.

איין סטאדי האט געוויזן אז ווי רייכער די ארבעטער אין א פלאץ זענען געווען, אלץ ווייניגער האבן זיי געקענט שפירן א טעם אין די פאזיטיווע זאכן אין זייער לעבן. די סיבה איז מסתמא ווייל וויבאלד רייכקייט ערמעגליכט מענטשן צו הנאה האבן פון די בעסטע לוקסוס וואס שייך אין לעבן, טוט עס צום סוף שטערן זייער מעגליכקייט צו קענען הנאה האבן פון די קלענערע הנאות אין לעבן. איינמאל ער האט געהאט די געלעגנהייט צו פארוויילן אין די טייערסטע האטעל און פליען אין א פריוואטן פליגער איז אים שוין נישט אינטערעסאנט א גוט שטיקל טשאקאלאד און ער שפירט שוין נישט דעם פארגעניגן פון א זוניגן טאג נאך א וואך פון רעגן.

דאס זעלבע האט מען געזען אין א שטודיע אויף לאטערי געווינער אז די וואס האבן געווינען צווישן 50,000 און א מיליאן דאלאר זענען געווארן ווייניגער אנטציקט פון די געווענליכע סארט פארגעניגנס וואס מענטשן האבן אין לעבן ווי סתם מענטשן. איינמאל ער האט געשפירט אזא געוואלדיגן טעם, פארלירט ער דעם פשוט'ן. דאס הייסט אין קורצן אז מען ווערט געספוילט און זיין מוח עקספעקט אים צו שפירן ווידער יענעם טעם, אבער עס קומט נישט צוריק און כמעט גארנישט קען ערפילן דעם חלל אויף וואס ער קוקט אזוי ארויס.

בכלל בלייבן די אלע מיני הנאות נאר אויף א קורצע צייט אבער נאכדעם וועפן זיי אויס און זיי געבן מער נישט קיין תענוג פאר'ן מענטש, דאן גייט ער צוריק צום זעלבן אלטן געפיל ווי פאר ער האט געהאט יענע זאך. יעדער קען זיך דאס איבערצייגן ווען מ'קויפט א נייע קאר, וכדומה. אפילו קויפסט א לעקסוס, וועט דיר דאס געבן א גוטן געפיל פאר א חודש-צוויי, אבער נאך זעקס חדשים וועסטו מער כמעט גארנישט שפירן פון יענעם ערשטן גוטן טעם. אלע סטאדיס ווייזן דעם אפעקט אז עס געט הנאה אויף גאר א קורצע צייט, דערנאך איז צוריק צום אלטן.

דאס הייסט אז אויב איז דער מענטש נישט קיין צופרידענער אן געלט, וועט אים געלט נישט טוישן צו קיין פרייליכער מענטש. איך האב אויך געקענט אן עושר מיט אסאך אסאך געלט, אבער קיין שמץ פון צופרידנקייט און העפינעס האט ער נישט געהאט, כאטשיג ער האט אסאך שכל, נאר ער האט נאר געלאקערט נאך מער און מער געלט. (בדרך אגב דערמאן איך זיך וואס אן אנדערער רייכער איד האט מיר אמאל געזאגט, אז זיין סאושעל לעבן איז אים זייער שווער געווארן זייט ער איז געווארן אן עושר, ווייל ער קען מער נישט האבן קיין איין עכטן חבר וואס ער טראסט, ווייל אויף יעדע ווארט פון א צווייטן צינדט זיך אן זייער אינערליכע בעל און ער טראכט "וואס וויל יענער פון מיר?, ווי צילט ער מיט זיינע ווערטער? איז דאס סתם חנופה? וואס גייט ער מיר מארגן בעטן?" וכדומה.)

דער סך הכל איז נישט אז געלט קען נישט מאכן דעם מענטש מער העפי, נאר אז געלט איז ווייט נישט קיין גאראנטי צו זיין העפי, עס ברענגט אויך פרישע שוועריגקייטן, און עס איז זיכער נישט די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו העפינעס.

געלט איז נישט דער ציל, עס איז איין אופן וואס העלפט אנצוקומען צו העפינעס, אבער מ'קען פונקט אזוי ניצן אנדערע בריקן אנצוקומען צו דעם זעלבן ציל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

אבער יעצט וויל איך צוקומען צו די הויפט און וויכטיגסטע נקודה וועגן געלט:

כאטש עשירות מוז לאו דוקא מאכן העפי, איז קלאר אז ארימקייט קען ברענגען אסאך פראבלעמען און קען שטערן פון זייער אסאך זאכן, וואס אויטאמאטיש ברענגט צו ווייניגער העפינעס און מער עצבות. דא דארף מען אבער וויסן דעם וויכטיגן שליסל: איינמאל מען פארדינט העכער א געוויסע סומע, איז מען אריבער דעם שוועל און דעמאלט איז מען שוין פון די גליקליכע. בערך דריי יאר צוריק האט די סטאדי געוויזן אז די סומע איז 75,000, אבער בערך א יאר צוריק איז די סומע אראפ צו 50,000 דאלאר.

דאס הייסט אזוי, די מענטשן וואס מאכן מער ווי 50 טויזנט דאלאר א יאר זענען מער צופרידן מיט זייער לעבן אין אלע הינזיכטן, ווי חבירים, געזונט, וויאזוי זיי פארברענגען די צייט, ווי די וואס מאכן ווייניגער פון 50 אלפים. ביי דעם פונקט פון 50,000 איז דער גרעניץ וואס מען זעט אן ערנסטע חילוק אז מענטשן זענען מער העפי ווי די קלענערע פארדינער.

אבער דא קומט דער גרויסער אבער, פון 50,000 און העכער זעט מען מער נישט קיין ערנסטע חילוק. אפילו דו מאכסט 80,000 דאלאר, וועסטו נישט וועגן דעם זיין מער העפי ווי דעם וואס מאכט פופציג טויזנט.

ביי אונז אידעלעך וואלט איך געמיינט אז א ריזיגע פראצענט מאכט נישט ווייניגער ווי 50 אלפים א יאר, נאר דער פראבלעם איז אז אין א פלאץ אדער קולטור וואו דאס לעבן קאסט אסאך מער, איז דער פארדינסטן נומער וואס מאכט העפי אויך העכער. א איד, דערצו אין ניו יארק, איז זיכער דער העפי-נומער אביסל העכער.

אבער אפילו מען דארף מאכן אביסל מער, איז דער יסוד וואס מען נעמט ארויס פון דעם סטאדי נאך אלץ קאי וקיים: אמת אויב מען פארדינט קוים ברויט אויף הויזן איז מען אויף צרות און עס קען שטערן דאס לעבן, אבער איינמאל דו מאכסט א דיסענט עמאונט דארף מען אויפהערן חלומ'ען אז מען וועט ווערן אזויפיל מער פרייליך אויב מען וועט פארדינען דאפלט. דער פאקט און די סטאדיס ווייזן אנדערש.

דארף מען נאר יעצט קענען אנאליזירן וויפיל עס איז דער הכנסה נומער פון חרדישע אידן (מיט פינף קינדערלעך און באגיבאס) וואס אויב פארדינט מען יענע סכום איז מען ביי דעם פרייליכן פונקט וואס א גרעסערע סומע וועט שוין נישט העלפן ווערן העפיער.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

הילל,
סארי פאר פרעגן, ווער זענען די צוויי אויף די בילד וואס זענען זיך מנשק ...... mouth to moth ? It sounds
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מיינע ''צוויי צענט'' אין אזא ''רייכע'' אשכול ווייל איך האב טאקע נישט צופיל מער. איך באגרייף נישט וויאזוי א מעגא עושר קען אנגיין מאראליש אן גילטי פיעלינגס וויסענדיג אז ס'דא אזויפיל אידן וואס פלאגן זיך און כאפן נערוון בראכן צוליב געלט פראבלעמען ווען ביי זיי אין קאנטע ליגט מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן. ס'דא וואס טיילן אסאך אויס אבער ווייט נישט וואס מ'וואלט געקענט זייער אסאך טיילן ממש גארנישט.
איך זאג נישט אז איך בין זיי דן , איך זאג נאר וויאזוי איך וואלט נישט געקענט אזוי לעבן.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך האב אמאל געהערט א ווארט פון א גרויסן עושר וואס האט זוכה געווען צו אויפשטעלן א שיינע שטוב האט ער געזאגט "געלט האט מיך קיינמאל נישט געמאכט גליקליך, געלט איז א באקוועמע זאך, גליקליך, דאס איז מען וועט מען האט וואוילע קינדער"

ביי אונז אידעלעך מיט א שטוב פון 5 קינדער, אונטער 100000 דאלער א יאר איז מען זייער טייט, חוץ אויב מען האט פון די שטאטישע הילף דאן ווענדט זיך שוין וואס און וויפיל
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יענער עושר האט פארגעסן אז מיט געלט איז גרינגער צו האבן גוטע קינדער

און אגב אויך גרינגער צו ענדיגן שס.. .
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווי דער גוטען בוך זאגט: ס׳איז נישט אזוי זיס מיט געלט ווי ס׳איז ביטער אן געלט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט