וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מיינע ''צוויי צענט'' אין אזא ''רייכע'' אשכול ווייל איך האב טאקע נישט צופיל מער. איך באגרייף נישט וויאזוי א מעגא עושר קען אנגיין מאראליש אן גילטי פיעלינגס וויסענדיג אז ס'דא אזויפיל אידן וואס פלאגן זיך און כאפן נערוון בראכן צוליב געלט פראבלעמען ווען ביי זיי אין קאנטע ליגט מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן. ס'דא וואס טיילן אסאך אויס אבער ווייט נישט וואס מ'וואלט געקענט זייער אסאך טיילן ממש גארנישט.
איך זאג נישט אז איך בין זיי דן , איך זאג נאר וויאזוי איך וואלט נישט געקענט אזוי לעבן.


איידער דו ביסט דן א מיליאנער וויאזוי ער שלאפט רואיג ווען אידן פלאגן זיך אויף א דאלער:

איך וויל דיך נישט דן זיין: איך וועל רעדן צו מיר.
ווען א איד קומט צו מיר נאך געלט אינדערהיים אדער אין שול, און איך געב אים א טאלער. אויב אויב בעט ער זיך מער, געב איך 5 טאלער. איך שפיר זיך שלעכט פארוואס איך געב נישט מער, אבער דאס איז עס. פארוואס?

ווען א איד קלאפט אין מיין טיר, איך "קלער" געוואלד דער איד איז אפשר הונגעריג... איך שפיר זיך געפערליך שולדיג, אבער איך נעם נישט אריין דעם איד אין שטוב עסן... פארוואס?

יעצט, פרעג איך מיך אליין, ווער זאגט אז אויב איך וואלט געווען א מיליאנער וואלט איך געטיילט וויפיל עס קומט זיך פאר די ארימע אידן?

איך קען האבן איין קליינע לימוד זכות אויף די מיליאנערן, אז די משולחים/שנארער לויפן זיי נאך יומם ולילה, און זיי פילן אז זיי האבן נישט קיין מנוחה... קיין תירוץ איז עס נישט אבער אמת איז עס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דאכט זיך מיר אז איינע פון די גרעסטע הנאות וואס אלגעמיינער עשרים ספענדען זייער געלט איז און מאחורי.
זיי צאלן אפאר טויזענט פאר א נאכט.
ביי אונדז שומר נשג''ז ורבינו גרשם, פאלט אוועק אט די גרויסע הנאה וואס געלט קין ברענגען.
אפי' מותרדיגע הנאות לאזט נישט אונזער סאסייעטי. ווער פארמאגט א יאכט ביי אונדז ? ווער פאר א מענטשען ?
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

הילל האט געשריבן:אבער יעצט וויל איך צוקומען צו די הויפט און וויכטיגסטע נקודה וועגן געלט:

כאטש עשירות מוז לאו דוקא מאכן העפי, איז קלאר אז ארימקייט קען ברענגען אסאך פראבלעמען און קען שטערן פון זייער אסאך זאכן, וואס אויטאמאטיש ברענגט צו ווייניגער העפינעס און מער עצבות. דא דארף מען אבער וויסן דעם וויכטיגן שליסל: איינמאל מען פארדינט העכער א געוויסע סומע, איז מען אריבער דעם שוועל און דעמאלט איז מען שוין פון די גליקליכע. בערך דריי יאר צוריק האט די סטאדי געוויזן אז די סומע איז 75,000, אבער בערך א יאר צוריק איז די סומע אראפ צו 50,000 דאלאר.

דאס הייסט אזוי, די מענטשן וואס מאכן מער ווי 50 טויזנט דאלאר א יאר זענען מער צופרידן מיט זייער לעבן אין אלע הינזיכטן, ווי חבירים, געזונט, וויאזוי זיי פארברענגען די צייט, ווי די וואס מאכן ווייניגער פון 50 אלפים. ביי דעם פונקט פון 50,000 איז דער גרעניץ וואס מען זעט אן ערנסטע חילוק אז מענטשן זענען מער העפי ווי די קלענערע פארדינער.

אבער דא קומט דער גרויסער אבער, פון 50,000 און העכער זעט מען מער נישט קיין ערנסטע חילוק. אפילו דו מאכסט 80,000 דאלאר, וועסטו נישט וועגן דעם זיין מער העפי ווי דעם וואס מאכט פופציג טויזנט.

ביי אונז אידעלעך וואלט איך געמיינט אז א ריזיגע פראצענט מאכט נישט ווייניגער ווי 50 אלפים א יאר, נאר דער פראבלעם איז אז אין א פלאץ אדער קולטור וואו דאס לעבן קאסט אסאך מער, איז דער פארדינסטן נומער וואס מאכט העפי אויך העכער. א איד, דערצו אין ניו יארק, איז זיכער דער העפי-נומער אביסל העכער.

אבער אפילו מען דארף מאכן אביסל מער, איז דער יסוד וואס מען נעמט ארויס פון דעם סטאדי נאך אלץ קאי וקיים: אמת אויב מען פארדינט קוים ברויט אויף הויזן איז מען אויף צרות און עס קען שטערן דאס לעבן, אבער איינמאל דו מאכסט א דיסענט עמאונט דארף מען אויפהערן חלומ'ען אז מען וועט ווערן אזויפיל מער פרייליך אויב מען וועט פארדינען דאפלט. דער פאקט און די סטאדיס ווייזן אנדערש.
דארף מען נאר יעצט קענען אנאליזירן וויפיל עס איז דער הכנסה נומער פון חרדישע אידן (מיט פינף קינדערלעך און באגיבאס) וואס אויב פארדינט מען יענע סכום איז מען ביי דעם פרייליכן פונקט וואס א גרעסערע סומע וועט שוין נישט העלפן ווערן העפיער.


רעב איד: איר רעד פון אייער קוק-ווינקל, פון אייערע ברילן.

דער מציאות איז קלאר: א איד וואס איז אויפגעצויגן אין א ריח פון בטחון, אמונה און סיפוק א פולן הויפן. אזא איינער קען זיין ארים ווי די נאכט און דאך זיין העפי בין הימל.
עס האט מיט די אפברינגינג. דא אין אונזער סביבה איז טאקע אזוי, אז גער וואס מאכט נישט קיין 50,000 איז צעקלאפט. אבער איך קען מענטשן אין ירושלים וועלכע האבן 14 קינדער, אן קיין לחם לאכול און די קינדער און די עלטער לאכן און לאכן און לאכן, און לאזן נישט דאס דלות זיין באהערשן.

איז עס גרינג: ניין.
איז עס מעגליך: יא.

לעומת זה קען איך מיליאנערן וועלגע זענען גארנישט העפי. האבן נישט קיין רואיגע מינוט, און מיינען אז מ'איז העפי אויס מ'גייט פון ניו יארק קיין מאמי, פון מיאמי, און פון דארט קיין ארץ ישראל, גלייך נאך ארץ ישראל פליט מען קיין אייראפע און צוריק... אן צורירן צו א גמרא אין משך פון חדשים!

פארוואס? ווייל ער איז העפי מיט זיך?
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

נולד, זאגסט זייער א אמת'ע פוינט. א היימישער איד קען זיין רייך ווי קרח אבער ער האט נישט קיין פריוואטע פליגער, קיין יאכט, קיין צופיל גרעסערע הויז ווי דעם באלעבאטישן יונגערמאן, קיין וואקאציעס אין אלע עקן וועלט מיט אלע משונה'דיגע סערוויסעס, קיין פריוואטע רייכע קלאבס וואו ער באלאנגט נאר די זעלבע היימישע שול וואו ער פארברענגט איינאיינעם מיט די ארימסטע קלאס, און ניטאמאל האט ער עפעס מער ווי א יוקאן, און אין בעסטן פאל א טיפישע לעקסוס.
איז נאך מער די נקודה אז ווי לאנג מ'קען דעקן די בילס, איז א שאד צו פיבערן און חלומ'ען פון ווערן א מיליאנער.
אבער איין זאך האבן אונזערע עשירים געווענליך יא: כבוד. און איינמאל מען דעוועלאפט דעם טעם דערצו, קען דאס זיין נאך מער תאוה ווי אסאך אנדערע תאוות (און אסאך פאנדרעיזערס ווייסן וויאזוי דאס אויסצוניצן...), נאר דאס איז נישט געווענליך עפעס וואס די ארימע זענען דוקא מקנא.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

נאטרוליסט, איך עגרי מיט יעדן ווארט וואס דו זאגסט. איך האלט קלאר אזוי ווי דיר, אבער דאס איז שוין א מדריגה, און רוב מענטשן קענען נישט. דער פאקט בלייבט אויך אז ארימקייט מאכט שווערער דאס לעבן, נאר עס זענען טאקע דא מענטשן וואס קען באווייזן דעם קונץ און זיך האלטן פרייליך אזוי אויך, אבער נאך אלץ פלאגן זיי זיך געווענליך מער ווי דעם וואס פארדינט נארמאל אויף צום לעבן. דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיט דעם אז א איד מיט אמונה און בטחון קען באווייזן זיך צו האלטן פרייליך און אפילו שפירן גליקליך און צופרידן מער פון דעם מיליאנער.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

פיטומי מילי האט געשריבן:הילל,
סארי פאר פרעגן, ווער זענען די צוויי אויף די בילד וואס זענען זיך מנשק ...... mouth to moth ? It sounds


עס איז מיר קיין שום נפקא מינה ווער זיי זענען. ווי לאנג צוויי אידן האבן זיך ליב בין איך גליקליך און צופרידן און כ'בין זיי מקנא. הלואי זאל זייער טיפע חיבה זיך פארשפרייטן אויף אונז אלע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הילל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מיינע ''צוויי צענט'' אין אזא ''רייכע'' אשכול ווייל איך האב טאקע נישט צופיל מער. איך באגרייף נישט וויאזוי א מעגא עושר קען אנגיין מאראליש אן גילטי פיעלינגס וויסענדיג אז ס'דא אזויפיל אידן וואס פלאגן זיך און כאפן נערוון בראכן צוליב געלט פראבלעמען ווען ביי זיי אין קאנטע ליגט מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן. ס'דא וואס טיילן אסאך אויס אבער ווייט נישט וואס מ'וואלט געקענט זייער אסאך טיילן ממש גארנישט.
איך זאג נישט אז איך בין זיי דן , איך זאג נאר וויאזוי איך וואלט נישט געקענט אזוי לעבן.


עס איז זייער פארשטענדליך צו טראכטן אזוי, אבער דער ענטפער איז לכאורה ווי ביי יעדע זאך אין לעבן: יעדער זעט נאר זעט אלעס פון זיין אייגענע פערספעקטיוו. עס איז קיין ספק אז ווען דו ביסט דער עושר, וואלסטו געהאט פונקט די פארקערטע תמיהות: וויאזוי האבן די פאנדרעיזערס די חוצפה צו קומען יעדע וואך נאך אנדערע צוועקן? וויאזוי קען זיין אז כ'האב שוין צען מאל געזאגט פאר ראובן אז יעצט קען איך נישט געבן קיין צען אלפים און ער לויפט מיך נאך און דערקוטשעט מיך יעדן טאג נאכאמאל? בין איך ממש יעדנ'ס שמאטע? פארוואס מיינט יעדער אז ווייל איך האב אפאר טאלער (אויף וואס איך האב אזוי ביטער שווער געארבעט און געשוויצט און קומט זיך מיר ערליך) בין איך יעדן שולדיג די וועלט? ווייל איך האב אויסגעצאלט די חתונה פון משה'ס קינד, בין איך יעצט מחויב אויסצוצאלן אלע זיינע אנדערע קינדער'ס חתונות? און פארואוס קומט יעדע פראבלעם פון מיין גאנצע משפחה און פון מיין גאנצע גאס און פון מיין גאנצע שטעטל און פון מיין גאנצע חסידות אלעס קומט אן נאר צו מיר און יעדן איינעם מוז איך ארסהעלפן, און אויב נישט בין איך א שלעכטער, א קמצן, א רשע, און אפשר אויך א גזלן? פארוואס שטערט מען מיך יעדן טאג אין ביזנעס פאר אלע משוגענע צוועקן ווען איך האב שוין טויזנט מאל געזאגט אז איך וויל נישט? איך בין אפילו געווען א צדיק און באשטימט א זייגער אויפצונעמען מענטשן, אבער ווי איך בין זייער שפילצייג קומט מען פארטאגס און ביינאכט און מען צעשטערט מיר מיין לעבן?
אזוי וואלסטו אנגעגאנגען מיט אזא לאנגע רייע פון תרעומות אויף די ארימע שלעכטע אומגעפילישע סעלפישע פאראזיטן.
יעדער קוקט אויף די וועלט פון זיין ווינקל און באקומט לויט דעם זיין פערספעקטיוו, און מען פארגעסט אז יענער קוקט אויף די וועלט פונקט פון קעגנאיבער און האט פונקט די פארקערטע פערספעקטיוו און פארקערטע טענות.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

הלל אויך אמת. אבער איך בין א פאנטאזירער. און איך האב שוין אסאך ג'דמיונ'ט וואס איך וואלט געטון ווען איך האב איבער גענוג געלט. איינס דערפון למשל אריינגיין איין טאג אין א כולל ווי אינגערלייט לערנען באמת מיט א טשעק ביכל און שרייבן 1000 דאלעריגע טשעקס פאר יעדן. פון ווי נעמט מען אזעלכע עשירים מיט אזעלכע גוטע איידיעס?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

הילל האט געשריבן:נאטרוליסט, איך עגרי מיט יעדן ווארט וואס דו זאגסט. איך האלט קלאר אזוי ווי דיר, אבער דאס איז שוין א מדריגה, און רוב מענטשן קענען נישט. דער פאקט בלייבט אויך אז ארימקייט מאכט שווערער דאס לעבן, נאר עס זענען טאקע דא מענטשן וואס קען באווייזן דעם קונץ און זיך האלטן פרייליך אזוי אויך, אבער נאך אלץ פלאגן זיי זיך געווענליך מער ווי דעם וואס פארדינט נארמאל אויף צום לעבן. דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיט דעם אז א איד מיט אמונה און בטחון קען באווייזן זיך צו האלטן פרייליך און אפילו שפירן גליקליך און צופרידן מער פון דעם מיליאנער.

דעיס איז גאר גאר א גרויסע מדרגה, איך פארשטיי אינאנצן נישט דעי דרגה,
אפשר קענט איר מיר מסביר זיין די שכל דערפון ווי מ'קומט אהן צו אזא מדרגה,איז עס נישט סתם הפקרות ?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:הלל אויך אמת. אבער איך בין א פאנטאזירער. און איך האב שוין אסאך ג'דמיונ'ט וואס איך וואלט געטון ווען איך האב איבער גענוג געלט. איינס דערפון למשל אריינגיין איין טאג אין א כולל ווי אינגערלייט לערנען באמת מיט א טשעק ביכל און שרייבן 1000 דאלעריגע טשעקס פאר יעדן. פון ווי נעמט מען אזעלכע עשירים מיט אזעלכע גוטע איידיעס?

אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין את לבו לשמים. קענסט אפשר יעצט דאס נישט טוהן, אבער א קלענערער טשעק קענסטו אפשר יא. טאמער דו זעסט דאס צו באווייזען, קענסטו זיך אינרעדען אז בבא היום וועסטו רייד אויך טוהן.
ויהי נועם ה' אלקינו וגו'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:29 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך חולם »

נישט געגלייבט אז מיין אשכול וועט זיך אזוי ציוואקסן, דאס איז א הנאה וואס איך האב אויך נישט געוויסט כ'וועל אמאל האבן... ווער ווייסט אפשר וועל איך יא רייך ווערן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חולםת יעדע חלומ'ט ווי דיר און דעריבער מ'האט ליעב צו שמועסען דערוועגען. דער אמת איז איך פארשטיי דיר. דו זעסט דיין לעבען אלס א מער-ווייניגע צופרידענע, נאר א ביסל מער געלט, נאר א ביסל ווייניגער דאגה אויף דער צוקונפט און אלס וואלט געווען פערפעקט. דעריבער קלערסטו וועגען דער לעבען פון א מענטש וואס האט נישט די אלע דאגות. נאר ווי יעדע זאגט ס'איז נישט אזוי. אז מ'קען נישט טרעפען מנוחת הנפש אין די היינטיגע אומשטענדען קען מען עס קיינמאל נישט טרעפען. מנוחת הנפש איז פון אינערווייניג, און טאמער דער מצב איז נישט עקסטרעם (דאגות פון געלט געזונט שלום בית וכדו') דארף א מענטש זיך אויסלערנען וויאזוי קונה צו זיין אט דער מדה פון מנוחת הנפש ווייל נאר אזוי קען ער מצליח זיין. אגבת ס'מוז זיין גויישע וועבסייט'ס פאר מענטשען צו שמועסען און דורכצופלאנען זייער לעבען נאכ'ן געווינען דער לאטטער"י. טאמער איינער קען שיקען א לינק וואלט עס געווען אינטרעסאנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ס'וואלט געווען אינטערסאנט ווי אזוי א גרויסע רביש 'קרוין' קינד פילט, ער ווייסט אז ער איז פאר'געט'דיקט וואס ער זאל נאר טון, ער האט און וועט האבן וויפיל געלט ער דארף.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז מיר שווער צו זאגן ווי אזוי אן עושר פיהלט, אין די צייט וואס איך בין נאכנישט געווען אין זיינע שוך. אבער אויסערליך זעהט נישט אויס זיי זאלן זיין אזוי גליקליך און צופרידן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

טעד טאלק. וויאזוי רייכע מענטשען שפירען און טראכטען. Paul Piff: Does money make you mean? #TED : http://on.ted.com/iz8S
פארשפארט