צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

טראץ דעם וואס איך בין נישט זיכער וואס די עוולה פון געבן צו זייגן ברבים איז (צוגעדעקט פארשטייצעך) דאך איז ראש הישיבה גערעכט מיט זיין יסוד. "אידישקייט" איז נישט הלכה און ראבאטישע קאודס, "אידישקייט" איז א מהות. צניעות איז די זעלבע סארט ענין. היות אבער עס נעמט צייט ביז מען אנקומען צו די שלימות אין די מהות האט זיך איבער די יארן געשאפן מנהגים און גיידליינס. מיט די צייט איז מען געבליבן נאר מיט די גיידליינס אן די מהות און דאס לערנט אונז די הייליגע הרב פאלק, און דאס לערנט מען אין אונזערע שולעס.

די הלכות פון ערוה, תפלה כנגד ערוה וכדו' האט נישט מיט צניעות.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

צניעות האט נישט דוקא מיט הלכה ס'האט מיט הבנה און זיך נישט נער'ן

די כלל איז יעדע זאך וואס קען רייצן מענער איז אסור יעדע זאך וואס איז פארקערט פון באהאלטנקייט און איידעלקייט פון פנימה איז אסור

א אידישע פרוי דארף זיין א איינגעוויקעלטע איידלקייט און הייליגע נשמה

דאס אלעס איז אויפ'ן גאס אבער אינדערהיים איז פארקערט זי דארף זיך אהער שטעלן ווי שענער און בלוםדיג ס'דארף זיין מראיך נאוה
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

גאנצל האט געשריבן:צניעות האט נישט דוקא מיט הלכה ס'האט מיט הבנה און זיך נישט נער'ן

די כלל איז יעדע זאך וואס קען רייצן מענער איז אסור יעדע זאך וואס איז פארקערט פון באהאלטנקייט און איידעלקייט פון פנימה איז אסור

א אידישע פרוי דארף זיין א איינגעוויקעלטע איידלקייט און הייליגע נשמה

דאס אלעס איז אויפ'ן גאס אבער אינדערהיים איז פארקערט זי דארף זיך אהער שטעלן ווי שענער און בלוםדיג ס'דארף זיין מראיך נאוה


יעדער מאן ווערט אנדערש אהנגערייצט. די פרוי דארף זיין אהנגעטוהן באטעמ'ט מיט א חן. דער מאן וואס האט פראבלעמען זאל ארבעטן פאר זיין שמירת עינים. לדעתי איז א חילול השם ארויס אין גאס אהנגעטוהן יאנטשי. א אידישע איז א בת מלך. א בת מלך גייט אהנגעטוהן אויף די העכסטע סטאנדארד (אין די ראמען פון באשיידנקייט).
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

און אז מ'זוכט שוין עצות פאר די פרויען אז זיי זאלן טון פעולות צו העלפן די lusty מענער וואלט נישט געקענט זיין עפעס בעסערס ווי איינפירן אז אלע היימישע פרויען זאלן דרייווען און נישט שפאצירן אין די גאסן.

מתאמרי משמיה פון די אמשינוב'ער רבי אז ער האט אפגערעדט א חסיד זיינער פון מאכן לייסענס זאגנ'דיג דערביי, "א יונגערמאן דארף זיך היטן די אויגן און ביים דרייווען איז שווער אראפ צו קוקן און זיך היטן די אויגן, ענדערש זאל דיין ווייב דרייווען אזוי אז דו זאלסט זיך קענען היטן און אין איינוועגס וועט זי אלעמאל קענען מקיים זיין די כבודה בת מלך פנימה און זיך נישט דרייען אין די גאס. דאס איז די spirit פון צניעות וואס די ראש הישיבה רעדט.

פארוואס פרעדיגען נישט די טויבער'ס קלוגהאפט'ס און ביק'ס אז אלע פרויען זאלן דרייווען? די תירוץ איז, ווייל עס גייט זיי ווייניג אהן צניעות, it's all about control און דערנידערן די תמימות'דיגע ווייבעלעך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

הגאון רבי יהושע בנימין זילבר זצ"ל אין ספר אז נדברו חלג י"ג סימן פ' שרייבט אויך אז סאיז מער צניעותדיג אז פרויען זאלן דרייוון פאר די זעלבע טענה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

@ נהורא נפישא און הוגה,
איר ווייסט וואס זיי (די היימישע רבנים) וואלטען געזאגט אויף די פסקים פון דער אמשינאווער רבי און ר' יהושע זילבער, "נע היינטיגע לינקע רבנים, א מין גערעדעכץ"
זיי די אלע וואס ניצן "קאפ און סענץ" און פראבירען מיטען גאנצע ווילען צי מקיים זיין די הייליגע תורה, די זענען "לינקע" אבער די אלע אדמורים ורבנים וואס פאשנענען זיך אן מיט יענעמס געלט און פירען א פריצישען לעבען, זיי זענען רעכטע....... פרעג איך, איז דאס נישט עיקש ופתלתול?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

און אין איינוועגס וועט זי אלעמאל קענען מקיים זיין די כבודה בת מלך פנימה און זיך נישט דרייען אין די גאס.


ווייל ווען פרויען דרייוון וועלן זיי נאר גיין אין גראסערי און צוריק זיי וועלן נישט גין ערגעץ אנדערש ווי זיי דארפן נישט אנקומען?
אין קאר קענען פרויען נישט עפענען די פענסטער און טון צולאזטע פירונגען?
אין קאר קען זיך מען נישט אנגעטון נאר נארמאל אז די מענער פון די אנדערע קאר זאלן נישט זעהן הא?

איך ווייס נישט קען זיין אז פרויען זאלן דרייוון איז א רפואה אבער מ'דארף קוקן אויף ביידע זייטן פון די מטבע
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אהא, הייסט אז מענער קען מען טראסטן אז זיי וועלן אוודאי נישט גיין וואו מען טאר נישט, נאר פרויען קען מען נישט טראסטן... Please...

פאקט איז אז מאנסי, וואו מער פרויען דרייווען, נוצן קאר סערוויסעס און באסעס זענען דא ווייניגער פרויען אין די גאסן ווי אין ב"פ אדער וויליאמסבורג, אסאך אסאך ווייניגער. און עס איז אסאך גרינגער זיך צו היטן די אויגן. ווי אויך איז נישט פארהאן אזא תחרות פון ווער עס קען גיין מיט די שענסטע קליידער, boots, קערידזשעס וכדומה. אדרבא, זאלן די מאנסיער איינוואוינער באשטעטיגן אז וואס איך זאג איז ריכטיג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

@הוגה, ס'איז מיר אינטערסאנט ווען און וויאזוי די מיטונג צווישן די טויבער'ס ביק'ס איז פארגעקומען, און ווער עס איז געווען די לעצטע ווארט דארט אז מען זאל אנהייבן דערנידערן יודישע ווייבלעך.

אויסער דעם, שטעל דיך פאר די רבנים קומען ארויס מיט א קול קורא צו אסר'ן מענער פון דרייוון משום שמירת עינים, וויפיל אשכולות וואלט דא געווען אראפצורייסן די פאנאטישע רבנים, און דו הוגה וואלסט זיכער געווען דער ראש המדברים, איינע פון דיינע טענות וואלט זיכער געווען, שמירת עינים באלאנגט פאר יעדן יחיד, וואס נאך דארף מען טהון וועגן די lusty מענער. מהיכן דנתני? פון איינע פון דיינע תגובות, וואס לפי רוח הטענה איז דיר גוט אויסגעקומען אזוי צו זאגן (מעק עס שנעל אויס).
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

איים סארי, צוויי מענטשן האבן מיר שוין געענטטפערט, און איך האב נישט פארשטאנען, העל איך טרייען נאך איינמאל.
איך זע יעדער איז מסכים אז צניעות האט נישט קיין הלכות, און נאכמער אפילו דו אלע הלכות פון ערוה האט אויך נישט מיט צניעות, אזאך וואס מען קען זיך לכאורה מחולק זיין אבער לאמיר זיך נישט שטעלן אויף דעם.
סך הכל איז צניעות א געוויסע געפוהל וואס שטייט נישט אין ערגעץ אראפגעשריבן, און מען קען דאס נאר געוואר ווערן אין די בית רחלס און אין בית יעקבס, (אין דו בית מושקעס איז עס מחמת אורך הגלות פארגעסן געווארן).

אבער געוואלד און געשריגן, ווער זאגט אז אין דו אידישע רעליגיע עקזיסטירט אזא זאך ווי צניעות =אינערליכע איידעלקייט עפעס ספעציעל ביי פרויען, ווי ווערט דאס דערמאנט, אויב האט עס נישט קיין מקור, ווער זאגט אז עס איז בכלל דא אזא מין זאך?
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ווען פרויען דרייוון ברענגט עס צו כעס און מחלוקת און ניבול פה. איך בין נישט איינמאל געזיצן אין א קאר און מיין דרייווער האט זיך גענומען זידלען מיט מיאוסטע לשונות און כעס צוליב וואס א קאר פון פארנט איז געפארן צו שטייט אדער א קאר פון פארנט האט גענומען א יובל אריינצופארקן אין ספאט און יעדעס מאל איז דער דרייווער א פרוי!
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ווען פרויען דרייוון ברענגט עס צו כעס און מחלוקת און ניבול פה. איך בין נישט איינמאל געזיצן אין א קאר און מיין דרייווער האט זיך גענומען זידלען מיט מיאוסטע לשונות און כעס צוליב וואס א קאר פון פארנט איז געפארן צו שטייט אדער א קאר פון פארנט האט גענומען א יובל אריינצופארקן אין ספאט און יעדעס מאל איז דער דרייווער א פרוי!

אויף דעים איז דא א גוט ווארט מיט א ראשי תיבות. מ'איז מתפלל "והסר שט"ן מלפנינו". די ר"ת איז : ש-אניטעישן, ט-עקסי, נ-שים. :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

א גוטן טייערע חברים דאס איז מיין ערשטע פאסט דא אין דעם הערליכען פארום ווי איך די ערשטע מאל באגעגענט אונזער היימישע'ן ציבור און געזעהן אז מיר זענען נישט עכט אזוי נאריש און קליינקעפיג ווי מיר פרובירן זיך צו מאכן אין בית מדרש,

לעניינינו פון צניעות

מקען נישט באהאנדלען די נושא פון צניעות אהן צו באהאנדלען בכלל די הימל-שרייענדע נארישע וועג וויאזוי מיר דיעל'ן מיט די גאנצע טאפיק פון ****, די קלוגהויפטס מיט די טויבער'ס זענען בלויז קליינע שרייפלעך אין די ריזיגע בנין פון נאנ-סענס וואס עס האט זיך אויפגעבויט.
מער ווייניגער האבן מיר בכלל נישט קיין סטראטעגיע וויאזוי צו העלפן אונזערע זכרים און נקבות זאלן זיך האלטן באשיידן און איינגעהאלטן, אלס וואס מיר טוען איז נאר אין די ריכטונג פון צודריקן צוקוועטשן, סטראשן, דעמאראליזירן, אראפקלאפן, מיר האבן אוועקגעווארפן יעדע ביסל לאגיק, פילינג, און נארמאלקיייט.

די סיסטעם ארבעט קודם ביי בחורים
מען פיטערט אים פון ווען ער איז געבוירן מיט שטותים איבער נישט "טאטשען" ווי מטאר נישט, און מפארציילט באבע מעשיות איבער געקויפטע בעיביס, עס ארבעט גאנץ פיין ביז א בחור קומט צו זיין עלטער ווי ער ווערט א עדאלט און זיינע הארמאנען הייבן אהן שפילן און ער ווייסט נישט וויאזוי זיך א עצה צו געבן מיט דעם "אבר קטן שיש באדם" ער פאלט אדורך אליין און פילט זיך שולדיג, ווייל ער הערט די שוידערליכע דרשות פון די מנהלים וואס לייגן אראפ דעם חומר העוון מיט זאפט און מיט אלע פארבן [אויך א סעקסועלע רעליף פאר זייערע פארפייניגטע נשמות] דאן ווארפט ער זיך ארויף אויף אלע חסידישע און מוסר ספרים, הערט שובבים תורה אין שטאפט זיך מיט עצות און סגולות און פאלט דורך און נאכאמאל חרטה וחוזר חלילה.
ווען ער האט חתונה וואלט נארמאל געווען אז מען זאל מאכן א סוף צו די גרויליגע אביוס און אים שיין ערקלערן די לעכטיגקייט און שיינקייט פון ליבשאפט. און אים זאגן א גרויסע "קאלארוואר" אויף די אלע נארישע רייד מיט וואס מ'האט אים געשטאפט און אים זאגן "שמח באשת נעוריך" האק א לעבן און האלט דיך ביי אידישקייט, אנשטאט זוכט מען אפור שרעקעדיגע טעקסטן פון ראשית חכמה און אנדערע ספרי מוסר [איך מיין נישט מזלזל צו זיין והמבין יבין] און נאך פאר ער האט ארויס די קאנסעפט פון ליבע און ווארעמקייט אינטימליכקייט און ראמאנטישקייט האט מען אים שוין נאכאמאל געהרג'ט און געשטאפט מיט גילט פילינגס.
די אונטערשטע שורה מען לעבט אין דענייעל צו די גאנצע ענין פון יומען פילינגס, מלייגט אריין די אויגן אין זאמד און מברעטשעט שובבים תורה'ס, די רבוש"ע האט אונז באשטראפט מיט א אבר קטן וואס מאכן פראבלעמען און מדארף קעמפ'ן ווי א לייב צו אונטערדיקן יעדע פילינג, אונטערוועגנס דארף מען אויך פארשטייט זיך אויסמעקן א שיין חלק פון מקרא און א היבש ביסל גמרות און עס קאטעגאריזרן אלס עדאלט סטאף וואס איז נישט פאר קיין בחורים, [נאר פאר עלטערע וואס פארשטייען אז סנישט פשוט און סמיינט העכערע זאכן....]

אצינד לאמיר גיין אין ווייבער שול

מער ווייניגער האט מען נאך נישט אינגאנצן מצליח געווען צו רי-קאנסטראקטשערן אונזערע נקבות, רוב מיידלעך זענען מער עדיוקעטעד ווי בחורים בכלל, און אין די נושאים בפרט, א מיידל האט ליב זיך אהערצושטעלן, און איר נטייה צו ליבשאפט איז שטערקער,
און דא געשעהט די קרעש, די ראציגע בחור האט חתונה, און די מיידל וואס האט געחלומט פון שמעקעדיג'ע רויזן און א ראמאנטיש לעבן באקומט אנשטאט דעם א אפגעריסענע בחור, אויפגעפרעסן און אנגעגעסן, און אנשטאט ער זאל זיך אנטוויקלען א לאוו עפעיר אנטוויקלט זיך בלויז א **** אפעיר, די בחור האט ענדליך ווי זיך אויסצוגיסן די מעשה, ער איז פטור פון די צרה פון זרע לבטלה, אבער ליבשאפט וואס ווי ווען.
די מיידל שפירט עס און דאן שפלט עס אויף איינע פון צוויי וועגן, אדער ווערט זי אבסעסד מיט זיך אנטוהן אויפגעריסן און עלעגאנט, אדער פארלירט זי די טעם אין לעבן און טוט זיך אהן נאכגעלאזט און קוקט אויס ווי א שמוציגע פעמפער נעבעך.
דא קומען אריין די אלע שרייעדיגע רעבעצינ'ס וואס געבן די הארמאני פאר די עקל'האפטיגע קווייער, געווענליך זענען זיי מיטל-יעריגע פרויען אין די עידש וואס פארלירן די אורח כנשים, און דאס איז זייער קרעאטיווע וועג פון זיך ספראווען מיט די אלגעמיינע מיטל-עידש דעפרעשאן מיט וואס פרויען אין די עלטער מוטשענען זיך.
אנשטאט וואס מיר זאלן זיין נארמאל און עדיוקעטן די יוגנט, מדריך זיין חתנים, באגלייטן פרויען, און לאזן לעבן, האט מען אויפגעבויט א גאנצע אינדוסטרי פון צדיקים, שקצים, מנוולים, מאלעסטערס, מוכיחים, שלום בית מאכער'ס, שרייעדיגע רעביצינס, וואס הצד השווה שבהן אז זיי האבן זייער סעקסועלע הנאה אויף קרומע אופנים, און דאס איז בלויז א טיפה מן הים ווי ווייט מיר זענען נעבעך אפפ-טרעק אויף א מיאוסע אופן,
עס איז אלץ ווייל מיר זענען נעבעך מיאוס פארקראכן אין פארלוירן יעדע סענס וואס איז מענטשליך תורה'דיג אבער אידיש'ליך און סאיז נעבעך "נתערבו דם בחורים עם בתולות" הצד השווה אז אלע ליידן פון דעם קראנקן עקלהאפטיגן סיסטעם, וואס די ענדע דערפון זעהט זיך נאכנישט אויפ'ן האריזאנט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זכיתי לתת לך הלייק הראשון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איש עברי, סי רעדסט צי די זאך, די געהערסט אהער!

:)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ליידער קען מען זעהן אז די נעראטיוו ארבעט אויך ביי א חלק פון די חברי הפארום, וואס מיט קעלבערנע תמימות שרייבן זיי אז די עיקר דארף מען זיין שיין פאר די מאן, דאס איז א תוצאה פון דעם וואס מיר קוקן אהן חתונה האבן ווי א זנות אינדוסטרי און נישט ווי א אינטימע קשר וואס שאפט זיך צווישן צווי יומען ביאינגס.

מיר קוקן נישט אויף פרויען וואס זענען בארעכטיגט צו זייער אייגענע לעבן אייגענע געפיהלן, און פונקט ווי א מאן האט ליב צו גיין אנגעטוהן עלעגאנט איז כש"כ א פרוי. און איר מאן קומט אינגאנצן נישט אריין אין פיקטשער.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך פיש כאפער »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך בין נישט איינמאל געזיצן אין א קאר און מיין דרייווער האט זיך גענומען זידלען מיט מיאוסטע לשונות און כעס צוליב וואס א קאר פון פארנט איז געפארן צו שטייט אדער א קאר פון פארנט האט גענומען א יובל אריינצופארקן אין ספאט און יעדעס מאל איז דער דרייווער א פרוי!

האב איך נישט געוואוסט אז אונז האבן אזא רייכער (פינטעל) איד ביי אונז מיט אן אייגענער דרייווער. אפשר זאלסטו ארויסהעלפען @חולם וואס וויל וויסן "וויאזוי פילט עס צו זיין רייך"....
ערנסט גערעדט, סטאטיסטיקלי זענען פרויען בעסערע דרייווירס ווי מענער. http://abcnews.go.com/2020/story?id=3148281&page=1
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

א ברייטע שלום עליכם פאר ר' איש עברי. א גרויסן שכח פאר אייער געשמאקע התחלה וואס איז נישט בלויז רייך אין תוכן נאר אויך שיין געשריבן. קיעפ איט אפ!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיש כאפער: נאט ריעללי! עכט נישט! :roll: 8-) :? :lol: :x
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איש עברי האט געשריבן:ליידער קען מען זעהן אז די נעראטיוו ארבעט אויך ביי א חלק פון די חברי הפארום, וואס מיט קעלבערנע תמימות שרייבן זיי אז די עיקר דארף מען זיין שיין פאר די מאן, דאס איז א תוצאה פון דעם וואס מיר קוקן אהן חתונה האבן ווי א זנות אינדוסטרי און נישט ווי א אינטימע קשר וואס שאפט זיך צווישן צווי יומען ביאינגס.

מיר קוקן נישט אויף פרויען וואס זענען בארעכטיגט צו זייער אייגענע לעבן אייגענע געפיהלן, און פונקט ווי א מאן האט ליב צו גיין אנגעטוהן עלעגאנט איז כש"כ א פרוי. און איר מאן קומט אינגאנצן נישט אריין אין פיקטשער.


די אידישע רעליגיע איז זיך עטוואס מחולק מיט אייך, נישט מיט דעם יסוד אז חתונה האבן איז אינטימע קשר (ודבק באשתו והיו לבשר אחד), נאר מיט דעם ענין פון א פרוי'ס (צו) שיין אנטון אויף די גאס. האסט שוין געהערט אמאל פון אזא זאך ווי צניעות? באשיידנקייט? פון דעם פסוק כל כבודה בת מלך פנימה? דוקא ווייל חתונה האבן איז א אינטימע קשר, פארלאנגט די תורה (און קאמאן סענס) אז איר שיינקייט זאל בלייבן בינו לבינה. גיין אנגעטון עלעגאנט איז אנדערע מין זאך און נישט דאס מיינט מען מיט צניעות אז מען זאל נישט גיין עלעגאנט אנגעטאן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
Sapir
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך Sapir »

איך האב קיינמאל פארשטאנען פארוואס ביי פרויען איידער זיי גייען ארויס שאפינג טיהן אהן די שייטעל מיט מעקאפ. פארוואס? ענדריש אין גאס גיין מיט א בירקע אין און שטוב זאל זיין פאפיצט אין פערפיאם.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

אזוי, אינדערהיים פיצט זי זיך יא אויס??????

שליחה דורך ראש הישיבה »

עס איז דא אזא לעגענדע ביי די וואס פארופן זיך אויף אלטרא צניעות קוד, (עס איז דא דערמאנט עטליכע מאהל אין דעם אשכול) אז פאר די מאן מעג מען און דארף מען זיין אויסגעפיצט, אבער אין די גאס, מוז מען זיין צניעות'דיג/יאנטשי. דאס איז א פאלטשע תירוץ פאר די גאנצע זאך. ווייל די מציאות איז אז די היימישע פרויען פיצן זיך נישט פאר די מענער. אינדערהיים זייענדיג א מטופל בבנים, איז מען פארנומען מיט ארבעט, און מען גייט אהנגעטוהן א טארבאן מיט א דאסטער, וזהו. זיי גייען אין די גאס יאנטשי ווען דו טענה'ט זיך מיט זיי, זאגן זיי אז פאר די מענער מאכט מען זיך שיין. לא דובים ולא יער! אדרבה דוקא דער פרוי וואס גייט אין גאס אהנגעטוהן מענטשליך, און אביסל באפיצט, האט נאך די סענס, זיך צו באפיצן פארן מאן. ביי די פרומע, וויבאלד זיי סורפרעסן די סענס פון וועלן געפעלן מענטשן, וועלן זיי נישט מעהר האבן די סענס זיך אהנטוהן שיין פאר זייערע מענער. זיל ובדוק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

שפתיים ישק ראש ישיבה טייערער
איך וויל צולייגן צווי נקודות
א יעדער נארמאלע מאן וויל זיין פרוי זאל ערשיינען עלעגאנט אין די עפנטליכקייט [און די וואס דרייען מיט די פינגער עלעגאנט יא! אבער צניעות'דיג, איז נישט מער ווי א פאלנע ליגנט] און עס גייט אריין אין שלא תתגנה על בעלה
צווייטנס א פרוי איז נישט א שטיק האלץ ואס מען קען אויסוועהלן ווען זי זאל זיך פוצן טאמער וועט מען איר נישט לאזן זיין אנגעטוען עלעגאנט אין די עפענטליכקייט פארלירט זי די טעם אין לעבן און וועט נישט גיין אנגעטוהן עלעגאנט אינדערהיים
פארשפארט