גויים זענען מחזיר בתשובה די וועלט!! קחו מוסר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

גויים זענען מחזיר בתשובה די וועלט!! קחו מוסר

שליחה דורך טיטאניק »

עס איז מיר יעצט אפיר געקימען א קליפ אויף די הייליגע וועב זייטעל "יו טוב" שליט"א, ווי א בארימטער "טי ווי" פיגור מיטען נאמען John Quiñones (דזשאון קינונעס) גייט ארים "אויפטיען" און מחזיר זיין בתושבה די אלגעמיינער וועלט!
ער האט געפענט א טשענל אויף יו טוב מיטען נאמען "TheWWYDShow" "וואס וואלסטי געטין"?
מה אומר ומה אדבר? אויב וועל איך געבען א קאמפלימענט פאר דער גוי וועט דאס זיין צי ווייניג!
מיר שמאלע קעפ מיינען אז גויים האבען נישט קיין "השגות" אין מידות טובות אדער אין צדקה, אדער גאר אין זיך אנעמען פאר א שוואכערען, אבער למעשה איז דאס בכלל נישט אזוי, עס כאפט א ציטער אז דער גוי פארשטייט דאס, און נישט נאר די "גרויסע וויכטיג מאכערס" נאר אפילו נידעריגע פראסטע גויים טראגען מיט זיך א נפש מיט העכערס און גוטס אין זיך
עס דארף אינז דינען אלץ א שרייעדיגע מוסר השכל, אויב דער גוי וואס שטאמט פון בשר חמורים האט די געוואלדיגע השגות, וואס זאלען מיר זאגען, קינדער פון אברהם יצחק ויעקב, אייניקלעך פון אידען בעלי השגות????

אבער, א שאד פאר יעדע איבעריג ווארט, כאפט א בליק אויף דעם קליפ
און נאכדעם גייט אדארעך זיין וועב סייט, און ווערט בעסערע אידען, זייט מקדש שם שמים
http://www.youtube.com/watch?v=ayKv91eeS_E

יעצט גייט העלפען "עזר למזון" און "תומכי שבת", זאל חלילה דער שטן נישט האבען וואס צי מקטרג זיין

יעצט קיקט צי זיין טשענעל אויף יו טוב, קחו מוסר!!!!!!
http://www.youtube.com/user/TheWWYDShow
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דאס דארף אינז אלע אויף שטורעמען,
וויפיל פון די סארט ציבראכענע נשמות זיצען אויף די 13טע עוועניא אין בארא פארק צי אין וויליאמבסורג, ווען איז געווען דאס לעצטע מאל די האסט זיי געגעבען א דאלער, אדער אפילו מער? וואס איז? ער מעג נישט האבען א גיט פרישטאג אמאל? ער פרירט אפ אין די גאסען, שוויצט זיך אינטער די היצען, האט נישט קיין שטיב קיין ווארימקייט אין זיין לעבען
איך זיך מיר נישט אויפציטין און איך בין נישט דער יונגערמאן וואס מאכט אזוי שיין דארעך דעם חודש, אבער איך האב שוין אריינגעריקט די סארט מענשטען אפילו א צוואנציגער אויף איינמאל, נישט ווייל איך דארף נישט די צוואנציגער, נאר די הארצרייסענדע צענע ווי א היממלאזער פארשוין בעט זיך פאר א שטיקל ברויט
אידען! מאכט דאס אויך נאך, גארנישט געשען, איר קענט אפילו זאגען אלקא דמאיר עננו

די זעלבע איז אין יעדע צייט ווען א מענשט איז געווען אין נויט, און קיינער האט זיך נישט אריינגעמישט יעדער איז געשטאנען און געצווייפעלט צי מען זאל זיך אריינמישען און העלפען דעם הילפלאזער מענטש, ביסטי געקומען פאווערד צי העלפען?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כ'האב נישט געקוקט די קליפ, אבער דאס איז א פשוט'ע tv reality show אויף abc, עס ווערט צוזאמען געשטעלט פאר אונזער\אייער פארגעניגען.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'האב נישט געקוקט די קליפ, אבער דאס איז א פשוט'ע tv reality show אויף abc, עס ווערט צוזאמען געשטעלט פאר אונזער\אייער פארגעניגען.

איך וואלט געזאגט נישט לשם רעאליטי שוי. נאר לשם ובכונת ממון וכבוד.
נאר איך האב אמאל צוגעזעען א סצענע ווי א גוי זאגט מוסר פאר א אידן. אבער אויכעט מיט זייטיגע פניות. ומעשה שהי' כך הי'. א איד א גרוש ל"ע, און נאכדערצו אן אויבער חכם און א פגע, וועלכער האט געוואוינט אין אן אפארטמענט בילדינג אקעיגן איבער מיין דירה בימים ההם ובזמן הזה. ר'איז ארויסגעגאנגען אויפ'ן גאס מיט זיין טלית ותפילין אויפ'ן וועג צו די ביהמ"ד. נאר פלוצלינג האט ער באמערקט דעם סופער פון זיין בילדינג. האט ער איהם אנגעהויבן פגע'ן און גיין אויף די נערוון. ביז דער גוי האטציך אויפגערעגט אויף איהם און געזאגט. "דו האסט דעיס". מיינענדיג זיין טו"ת. "גיי דאוונען". :roll: :x :P :oops:
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

טיטאניק, עס פעלן צדקה ארגאניזאציעס ביי אונז?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ייש"כ טיטאניק, די קליפ האט מיר אינספייערד. יאיר, ס'איז דא גענוג היימישע צדקה ארגאנעזאציעס "ביי אונז" אבער כ'בין נייגעריג וויפיל היימישע אידן וואלטן זיך אזוי מרחם געוועהן אויף פרעמדע גוים און באצאלט זייער ארדער. איך זאג נישט ס'איז נישט דא, איך אליינס וואלט אויך געגעבן, אבער א גרויס חלק וואלט זיך נישט וויסענדיג געמאכט. כ'האב שוין בארירט דעם נושא אין אן אנדערע אשכול.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך בין איבערצייגט אז רוב היימישע אידן וואלטן עס געטון. מיר זענען סוף כל סוף רחמנים בני רחמנים. און אזא אינצידענט שפילט אויף די געפילן ביי יעדן מענטש. חסידים זענען גארנישט ווייניגער מענטשליך ווי אנדערע, זיי האבן נאר אנדערע פריאריטעטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ווען א גוי האט מיר לעצטענס געבעטן געלט אין געז סטעשין ווייל ער האט נישט גענוג געלט פאר געז האב איך עם געגעבן א פינפער אן א קלער. איך בין נייגעריג צו אויב איך בעט ווען פון א גוי פאר געז צו ער וואלט מיר אפילו געגעבן א מינוט מחשבה וואס איך וויל.

אבי צו קריטיקירן אויף טריט און שריט. נעבעך אויף אייך אלע גילט-רידענד אידן!
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

עטס זענטס ביידע גערעכט, אבער פארט טוען נישט אידן קיין טובות (כמעט) פאר קיין גוים. פונקט נעכטן אזוי דרייווענדיג אראפ לי עוועניו זעה איך ווי א דעליווערי גוי פון איינע פון די גראסריס שטופט אן איבערוואגיגע הענד טראק מיט לכה"פ צען באקסעס. ער שטופט עס דורך די גאס און פלוצלינג... קראך! די גאנצע הענד טראק האט זיך איבערגעדרייט. מיין הארץ איז צוגאנגען צוזעהנדיג ווי דער גוי שטייט הילפלאז און פארשעהמט. ארום זענען געשטאנען עטליכע אינגעלייט אבער קיינער, יא קיינער, איז נישט איינגעפאלן פון צו גיין העלפן. איין ארטיסט וואס איז פונקט פארביי איז צוגעלאפן העלפן און בארואיגט דעם גוי. דער חילול השם איז געוועהן געפערליך.
דאס באדערט מיר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:ייש"כ טיטאניק, די קליפ האט מיר אינספייערד. יאיר, ס'איז דא גענוג היימישע צדקה ארגאנעזאציעס "ביי אונז" אבער כ'בין נייגעריג וויפיל היימישע אידן וואלטן זיך אזוי מרחם געוועהן אויף פרעמדע גוים און באצאלט זייער ארדער. איך זאג נישט ס'איז נישט דא, איך אליינס וואלט אויך געגעבן, אבער א גרויס חלק וואלט זיך נישט וויסענדיג געמאכט. כ'האב שוין בארירט דעם נושא אין אן אנדערע אשכול.

און איך האב מיט יארן צוריק צוגעזעען א סצענע אויף דרייצנטע עווע. א שעריף פון נ.י. סיטי האט געוואלט טאוען (אוועקשלעפן) א יונגערמאנ'ס קאר פאר א חוב פון $500. דער יונגערמאן האט ביז א פאר מינוט צוזאמגעשטעלט דאס געלט. מערנסטנס אלס הלוואות. האביך געטראכט . מי כעמך ישראל... ווייל ווען מ'זאל צו גיין צו א גוי בעטן געלט כדי מ'זאל ארויסראטעווען א צווייטן פון עגמת נפש. וואלט ער זיכער געענטפערט יענעם אז ער זאל גיין אויף קאפ ברעכעניש. ווייל אויב דער נישט איד רופט זיך אן צו העלפן א פרעמדן , איז דאס ח"ו א קטרוג אויף אידן.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אפטעמיסט האט געשריבן:עטס זענטס ביידע גערעכט, אבער פארט טוען נישט אידן קיין טובות (כמעט) פאר קיין גוים. פונקט נעכטן אזוי דרייווענדיג אראפ לי עוועניו זעה איך ווי א דעליווערי גוי פון איינע פון די גראסריס שטופט אן איבערוואגיגע הענד טראק מיט לכה"פ צען באקסעס. ער שטופט עס דורך די גאס און פלוצלינג... קראך! די גאנצע הענד טראק האט זיך איבערגעדרייט. מיין הארץ איז צוגאנגען צוזעהנדיג ווי דער גוי שטייט הילפלאז און פארשעהמט. ארום זענען געשטאנען עטליכע אינגעלייט אבער קיינער, יא קיינער, איז נישט איינגעפאלן פון צו גיין העלפן. איין ארטיסט וואס איז פונקט פארביי איז צוגעלאפן העלפן און בארואיגט דעם גוי. דער חילול השם איז געוועהן געפערליך.
דאס באדערט מיר.

כאפסט זיך ארויף אויף איין מעשה און אויף דעם שרייבסטו אז אידן טון נישט קיין טובות? ביטע. און הער צו ביטע. אויב מיין הארץ צוגייט אויף עפעס וואלט איך ארויס פון מיין קאר און ארויסגעהאלפן דעם גוי. דו ביזט זיך ווייטער געפארן מיט א "צוגאנגענעם הארץ". דער עיקר איז אז דיין ציל פון טרעפן עפעס שלעכטס אויף אידן איז ב"ה קאנפירמד געווארן. קען מען דאך ווייטער פארן.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
חביבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך חביבי »

איך האב נישט געחלומט אז עס קען זיין אזא זאך ביי דומה לחמורים איך האב געטראכט אז עס קען זיך מאכען איין אדער צוויי אזאלעכע אבער ער זאגט אז יעדער האט געגעבען חוץ דער וואס האט נישט געהאט
אבער דאנט ווארי אויב דער איינקויפער וואלט געווען א איד וואלט ער נישט געזען קיין רויטער גראצער ווייל זייער גוט הארץ איז שוין גארנישט אזוי גוט עס איז מער א מענערס סטייל
אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אט דאס זענען גוים ווען זיי ווערן נישט רעקארדערט פאר א טעלעוויזיע פראגראם! א איד קען דאס נישט באווייזן

SEE IT: Customers walk over dead body after Michigan man killed in store doorway
Recently released surveillance footage shows the moment Jheryl Wright was shot and killed in the doorway of a Kalamazoo convenience store — and the five minutes customers walked over his body to get in and out

http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.1564163
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

חביבי האט געשריבן:איך האב נישט געחלומט אז עס קען זיין אזא זאך ביי דומה לחמורים איך האב געטראכט אז עס קען זיך מאכען איין אדער צוויי אזאלעכע אבער ער זאגט אז יעדער האט געגעבען חוץ דער וואס האט נישט געהאט
אבער דאנט ווארי אויב דער איינקויפער וואלט געווען א איד וואלט ער נישט געזען קיין רויטער גראצער ווייל זייער גוט הארץ איז שוין גארנישט אזוי גוט עס איז מער א מענערס סטייל

און דו ווייסט דאס וויאזוי?
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אט דאס זענען גוים ווען זיי ווערן נישט רעקארדערט פאר א טעלעוויזיע פראגראם! א איד קען דאס נישט באווייזן

SEE IT: Customers walk over dead body after Michigan man killed in store doorway
Recently released surveillance footage shows the moment Jheryl Wright was shot and killed in the doorway of a Kalamazoo convenience store — and the five minutes customers walked over his body to get in and out

http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.1564163

ששששששששש אבער איך האב אפאר הערות
1 ווער זאגט אז זיי האבען געזען אז ער איז געשאסען, אפשר האבען זיי געמיינט אז ער איז סתם א שיכור, שווער צי גלייבען אז מענטשען וואלטען נישט מורא געהאט זיך צי דרייען אין א פלאץ ווי עס ליגען געשאסענע מענטשען, געווענטליך אפילו אן די רחמנות טבע איז דא א פחד טבע און ווען מען זעט געשאסענע מענשטען נעמט מען זיך מאכען געוואלדעס, און די מעשה קען גיין אזוי, דער איז געשאסען געווארען ערגעץ ווי אין די געגענט, קיין בליט האט זיך נישט אנגעזען אויף עם, און ער איז אריין קוים מיט צרות צי די סטאר צי בעטען פאר הילף אבער דארט איז ער ציזאמען געפאלען, דער עולם ארים האט געמיינט אז מען האנדעלט מיט א שיכור, א זאך וואס פאסירט אפט
2 אין הכי נמי אז ביי א שיסעריי איז דאס זייער זייער זעלטען אפילו ביי שווארצע גויים, אבער וויפיל מאל פאסירט אז א איד ווערט געפייניגט דארעך אנדערע אידען און קיינער נעמט זיך נישט אן, אמת יענער לעבט ער אטעמט אבער מען פארגיסט עם די בליט אויף אן אנדערע משמעות ואין פוצה פה ומצפצף קיינעם גייט עס נישט אן, פארקערט מען לייגט נאך צי א שמייכל, האט דאס נישט אזא פנים???
3 ליידער ליידער כאטש מיר זענען טאקע די פאלק וואס זענען רחמנים בני רחמנים אבער מיר האבען אסאך אסאך אסאך וואס צי פאררעכטען, ומאויבי תחכמנו א מוסר השכל אין יעדע וועג, די גאנצע רעיון פון דער דזשאון פון פירען אזא פראגראם אפגעזען וואס פארא אייגענע אינטערעסען ער האט דערין, אבער למעשה איז דאס א געוואלדיגע אויפטי? ווען גייט זיין אזא פראגראם ביי אינז אפילו ווען יענער מיינט עס נישט לשם שמים, נאכדעם האבען מיר זיך צי לערנען די פארלוירענקייט פון דער נפגע ווי שטארק מען ברויך צי רחמנות האבען אויף א נפגע נרדף ארימאן און אד"ג, און זיך צי לערנען פון גיטע מידות, הדבק במדותיו מה הוא רחום אף אתה רחום, אפילו ווען א גוי בעט א דאלאר, עס איז מיר א שטאלץ צי זאגען אז עס איז מיר שוין אויסגעקימען אזא סארט מצב, איינמאל א קאלטע נאכט בין איך געגאנגען קויפען אין א 24 סטאר, ארויסקימענדיג זעה איך א גויאיש יונגאטש וויינען פאר עסען, איך האב ארויס גענימען א 10 און געגעבען, דער האט אויפגעלאכטען און ער זאגט מיר "אסאך גייען אדארעך און קיינער גייט עס נישט אן אבער איר אידען זענען די בעסט!" די קידוש ה' און די מצוה פון ורחמיו על כל מעשיו גייט אויך אן ביי אידען, און מען איז מחויב אלץ דער עם הנבחר מער צי טראכטען די וועג, סיי צי העלפען אידען און להבדיל אויך גויים, א מצוה וואס ברענגט אסאך אסאך בענעפיטס פאר יעדעם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך האב שוין אסאך קליפס געקוקט פון דעם שאו, אסאך מאל קענען מען נתרגש ווערן, און אסאך מאל קען מען ווערן פארגליווערט און משוגע ווערן פון די גלייכגילטיקייט פון די צוויי-פיסיגע באשעפעניש.
לאמיר זעהן ער זאל דאס איבערשפילן מיט האר-באוואקסענע מענער, שמוציג אנגעטוהן, לאמיר זעהן צו פארבייגייער וועלן געבן נדבות.
דער שוי האט א קליפ ווי א שיינע נקיבה ליגט אויף די ערד, און ביז דריי סעקונדען רופט מען 911, משא"כ א מאן, וואס האט גענומען איבער 40 מינוט ביז איינער - א היימלאזע - האט געבעטן מען זאל רופן פאר הילף.
אויך האט ער א קליפ ווי א בעבי איז איינגעשפארט אין א קאר, מענטשן גייען דורך כאילו לא היה. - ברענג מיר איין אזא מעשה, פון א איד וואס דאס צוגעזעהן, אפילו א גויאיש קינד, און געגאנגען ווייטער אן רופן פאר הילף.
אונז האמיר פראבלעמען, אבער נישט אין די פעלד.
מיר אידן זענען איין פאמיליע, מיר העלפן ארויס איינער דעם צווייטען, אין איין וואך שחרית און מנחה גיב איך מער צדקה ווי דער פרוי וואס גיבט א צענער אין די גראסערי, ווען ס'מאכט זיך, איינמאל א שמיטה.
אונז האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען.
Under influence
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאכט זיך ס'איז דא אן עפיזאד ווי א איד מיט א קאפעל קערט צוריק אן "אבידה" פון קעש, אן בלינקן פאר א סעקונדע.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב שוין אסאך קליפס געקוקט פון דעם שאו, אסאך מאל קענען מען נתרגש ווערן, און אסאך מאל קען מען ווערן פארגליווערט און משוגע ווערן פון די גלייכגילטיקייט פון די צוויי-פיסיגע באשעפעניש.


איך האב נאכנישט געקוקט די קליפס, אבער סתם צו בארואיגן אביסל דיינע נעגאטיווע געפילן כלפי די מענטשהייט ביי אזעלכע סארט סצענעס, איז כדאי צו דערמאנען אז נישט אייביג האט עס דייקא מיט רשעות פון דעם צוקוקער אז ער טוט גארנישט צו העלפן, נאר אמאל אויך מיט אנדערע פאקטן, ווי למשל א גאר בארימטע קעיס איז געווען לאנגע יארן צוריק וואס האט אויפגערודערט די וועלט, ווען טאקע דא אין ניו יארק איז א מענטש נאכגעלאפן א פרוי און איר געשטאכן עטליכע מאל במשך א האלבע שעה, און העכער דרייסיג מענטשן האבן צוגעקוקט די סצענע פון די פענסטער, און קיינער האט נישט פרובירט העלפן אדער אפילו גערופן פאליציי.
די צייטונגען האבן געמאכט מטעמים דערפון און גלייך געצויגן מסקנות אז די וועלט ווערט א געפערליכע, א נארסיסטישע, און יעדער איז נאר אריינגעטון אין זיך און מען זארגט נאר פאר זיך. בשעת עס קען אויך ליגן דערין אמת, האבן פסיכאלאגן געקוקט טיפער אין די מעשה און בקיצור נמרץ האט זיך ארויסגעשטעלט אויך פון אנדערע סטאדיס אז טאקע ווייל אסאך מענטשן האבן געקוקט, דאס האט געברענגט אז יעדער זאל פילן אז דער עול ליגט נישט אויף אים צו טון עפעס. נאך מער, מענטשן קוקן אייביג וואס אנדערע טוען, און אויב יענער טוט גארנישט, מסתמא דארף גארנישט געטון ווערן, אפשר ליגט דא עפעס מער וואס איך ווייס נישט, וכדו', און קיינער וויל נישט עקטן דיפרענט.
דאס האט אויך אינטערעסאנטע מסקנות ואוס סטאדיס האבן קלאר איבערגעוויזן, אז אויב א מענטש דארף הילף האט ער סאך מער שאנסן אז ער זאל געהאלפן ווערן אויב איין מענטש וועט דורכגיין, ווי אויב דריי מענטשן צוזאמען זאלן דורכגיין (סיי ווייל איינער קען זיך נישט ארויסדרייען ופן שפירן אז אויף אים ליגט יעצט דער פליכט צו העלפן, און אויך ווייל ביי דריי וועט יעדער ערשט וועלן קוקן וויאזוי די אנדערע רעאגירן און אויב יענער טוט גארנישט טוט ער אויך גארנישט, אזוי קענען אלע בלייבן ביים נישט טון.)
בקיצור ס'איז א לאנגע סוגיא, נאר כ'געוואלט ארויסברענגען אז אסאך מאל קען ליגן אונטער אזעלכע סצענעס מער ווי עס קען זיך דאכטן במושכל ראשון.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אונז האמיר פראבלעמען, אבער נישט אין די פעלד.
מיר אידן זענען איין פאמיליע, מיר העלפן ארויס איינער דעם צווייטען, אין איין וואך שחרית און מנחה גיב איך מער צדקה ווי דער פרוי וואס גיבט א צענער אין די גראסערי, ווען ס'מאכט זיך, איינמאל א שמיטה.
אונז האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען.

קאווע!!
:like :like :like
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

גוים זענען אונז מחזיר בתשובה?????!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
א ווידיאו פון דעם זעלבער WWYD סעריע!!!!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Nd6ImYIwcEk[/youtube]
Under influence
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

אזוי ווי טייערע זיסע ניקעלעך דא האבען דערמאנט די ווארט "ארגאניזעישאנס" וועל איך זאגען א ווארט צוויי


די מענשטען וואס געבען דא צדקה זענען נישט אינטער א פעיראל פון א ארגאניזאציע


און די ארגאניזאציעס אינזערע רובם ככולם איז טאקע לכתחילה געגרינדערט געווארען לשם מצוה אבער איינמאל זיי ווערען גרויס מאכען די איינגעשטעלטע ביי די ארגאניזאציעס און כש"כ דער פירער און גרינדער פון די ארגאניזאציע אסאך אסאך געלט, און טאקע זיי ארבעטען פאר די ארגאניזאציע און יעדער וואס ארבעט פארדינט זיך א פעיראל אבער פארט איז עס נישט כולו לשם צדקה און ווי נישט ווי ווען ער לייגט אריין די זעלבע שעות אין א ביזנעס בין איך נישט זיכער אז דאס טשעקל וואלט געווען אזוי גרויס ואין כאן המקום להאריך בזה

ווען איינער געבט געלט פאר א ארגאניזאציע באקימט ער אסאך כבוד, כבוד איז ווידער א גרויס שטיקעל טובת הנאה, צי א ארגאניזאציע געבט געלט איז עס אויך נישט אזוי לויטער ריין אסאך פן די נצרכים מיזען די אויסטיען נאקעט צי באקימען פון זיי א דאלער און מען בלייבט זיי שילדיג דאס לעבען (כ'מיין נישט אלע, אבער רובם) ווי א איד האט מיר געזאגט "רוב ארגאניזאציע מנהלים פירען די זעלבע שוואוילטאג לעבען ווי די גרויסע רעבישע משפחות"

דער וואס געבט דא פאר א נצרך וואס האט זיך נעבעך געטראפען ביי די רעדזשעסטער מיט צי ווייניג געלט, און שטילערהייט ריקט ער אריין א מטבע וואס דעקט זיין ברויט, דער ווייסט אז "קיינער" אויסער גאט האט נישט אראפ געשריבען זיין חסד וצדקה
און כל שכן ווען מען געבט פאר א שנארער וואס קלאפט מיטען גלעזעלע אין גאס פאר א קוואדער, דער נעבעכדיגער מענטש האט נישט גארנישט ער קען דיר נישט ער מאכט נישט קיין דינערס ווי מען גייט דיר אנערען פאר דיין צדקה און די גייסט און די ריקסט עם אריין א צוואנציגער איז דאס צדקה לשמה ואין יותר גדול מזה

אבער מיין ציל מיט עפענען די אשכול איז לאו דוקא געווען אז די נושא פון צדקה זאל זיין אויפען שפיץ, איך האב געהאט אפאר צילען, איינס די גאדאנק אז א גוי גייט מחזיר בתשובה זיין, און מעורר זיין דעם ציבור, צוויי: די רעיון פון זיך שטעלען לימין אביון ולהושיע משופטי נפשו, זעסט ווי מען פייניגט איינעם איינער איז אין א נויט צי פון געלט צי פון שונאים צי פון בזיונות און אזוי ווייטער, קווענקעל נישט און לויף זיך אננעמען פאר יענעם
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

אין די סעריע: גוים זענען אונז מחזיר בתשובה....

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א קינד אליין אין גאס, וויינט, בעט זיך פאר הילף, נאר 47 פון 1700 מענטשען שטעלען זיך אפ!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1MNBNghdzOw[/youtube]
Under influence
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

א גוי איז א גוי
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פארשפארט