אליעזר בן יהודה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

אליעזר בן יהודה

שליחה דורך אפטעמיסט »

אליעזר בן יהודה איז געבוירן געווארן אלס אליער יצחק פערלמאן אין ינואר פון יאר 1858, צו זיינע עלטערן ר' יהודה לייב און פייגא, אין שטאט ווילנא.
זיינע עלטערן זענען געוועהן חסיד'ישע אידן, מדקדקים בקלה כבחמורה, האבן געפירט א תורה'דיגע ערליכע לעבנסשטייגער און געשטרעבט צו אויפציען א שטוב פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
אלט זייענדיג בלויז 5 יאר איז דער קליין אליעזר'ל פאר'יתום'ט געווארן פון זיין פאטער.
זיין מוטער האט שטארק פראבירט צו ערציען אירע 4 יתומים ע"פ דרך התורה און געשיקט דעם קליין אליעזר'ל לערנען אין חדר.
ביי די 13 יאר איז ער געפארן לערנען אין ישיבה אין שטאט פלאצק און איינגעשטאנען ביי זיין פעטער דוד, א ברידער פון זיין מוטער. דער ראש הישיבה (הרב יוסף בלאקער) וואס איז געוועהן א באהאלטענער משכיל האט אים באקאנט געמאכט מיט ביכער אויף שפראך און דקדוק, וואס איז דאן געוועהן אן אפגעפרעגטע לימוד אין די שטרענג היימישע קרייזן, און בן יהודה איז פארליבט געווארן אין דאס לשון הקודש'ע שפראך און איר גראמאטיק.
ווען זיין פעטער האט זיך דערוויסט פון זיינע מעשים האט ער אים פארשיקט פון פלאצק מיט'ן האפענונג אז ער וועט זיך צוריקערן צום חרדי'שע לעבענסשטייגער, אבער גארנישט האט נישט געווירקט.
אין יענע תקופה האט זיך בן יהודה באקענט מיט א מאדערענע איד שלמה נפתלי הערץ יאנאס, און פלעגט זיך דרייען ביי אים אין שטוב וואו ער האט ווייטער שטאדירט דקדוק און זיך אויך אויסגעלערנט רוסיש. בן יהודה האט שפעטער געהייראט יאנאס'ס טאכטער דבורה און ווען זי איז געשטארבן אין יאר 1891, האט ער געהייראט איר יונגערע שוועסטער ביילה.
אין יאר 1893 האט יאנאס געשריבן א מאמר אויף חנוכה וואס איז געדרוקט געווארן אין דעם צייטונג 'הצבי'. יאנאס האט פארענדיגט זיינע שורות מיט די ווערטער "לאסוף חיל ללכת קדימה", זיינע שונאים, פון די אנשי יישוב הישן, האבן אים פאר'מסר'ט פאר די טערקן, וואס האבן אויסגעטייטשט זיינע ווערטער כאילו ער וויל גרינדען א מיליטער וואס זאל איינעמען אר"י, און בן יהודה, דער עורך פון 'הצבי' איז פאר'משפט געווארן צו איין יאר טורמע.
נאך צוויי וואכן שמאכטן אין טורמע האט בן יהודא געשריבן א הערליכע בריוו צו זיין פרוי:
חמדתי, רעיתי, חיי נפשי ורוחי, מחר יום הדין. לבי אומר לי, תקותי חזקה, כי יראו השופטים בעצמם כי רק עלילת שוא העלילו שונאי עלי, והוציאוני לחפשי; אני מרגיש כי זה לי הלילה האחרון בבית האסורים, למחר בעת הזאת נהיה יחד בבתינו. מה אחבקך, בתי היקרה, מה אנשקך רעיתי המתוקה! מה נעים לי בית האסורים הלילה הזה, מה יקר לי חדר כלאי, בתקותי להיות מחר אתך יחד! אבל, רעיתי חמדתי היקרה, בכל זאת אין איש יודע מה יולד מחר. מקרה היתר קל יוכל לגרם איזה בלבול, איזה עכוב קטן, ודי בזה להשיבני שנית אל חדרי לאיזה ימים. עלינו לחשב תמיד היתר רע, ולהיות נכונים לקבל את הרע באמץ רוח, כיאות לאנשים כמונו, כיאות לאשה כמוך. ועל כן, חמדתי היקרה, בכל תקותנו להתראות מחר בביתנו, נהיה נא נכונים ומזמנים גם להרע. אל נא יפול לבנו, נתחזק בההכרה הזאת, כי מפני חבתנו ועבודתינו לטובת עמנו ולטובת הקדמה התגוללו שונאינו עלינו והעלילו עלינו עלילות שקר. ההכרה הזאת דיה לנו לשאת ולסבול הכל באמץ לב ורוח. ועל כן רעיתי היקרה, חזקי ואמצי, ודעי כי במנוחתך אמצא מנוחה גם אני ובעדתי כי את תגברי על כל צרה הזאת שבאה עלינו והיית בריאה, אמצא גם אני כח לסבול למען נוכל אחרי כן להיות יחד ולשוב לעבודתנו הגדולה לטובת הקדמה כמקדם. אחבקך בתי הנעימה ואנשקך.

ער איז טאקע דערנאך באפרייט געווארן, נאך בלויז צוויי וואכן אין טורמע.
בן יהודה איז געוועהן א מייסטער שרייבער און מומחה עצום אין דקדוק און שפה. ער האט איבערגעפרישט דאס לשה"ק שפראך און האט זיך געשלאגן אז עברית זאל ווערן די אפיציעלע שפראך אין ישראל און נישט אידיש.
ער פארבלייבט א גאר קאנטערווערסיאלער פארשוין. אין מדינת ישראל איז ער באקאנט אלס דער "מהחייה הלשון העברית" און ווערט פארעכענט אלס איינע פון די גבורי האומה וואס האט געהאלפן דאס אידישע פאלק בויען א זעלבסטשטענדיגע לאנד און אן אייגענע שפראך. ווידער אין די קנאי'שע קרייזן איז בן יהודה אן אראפגעקוקטע מאן, א "מחלל שבת און כופר", וואס איז "געשטארבן שבת מיט'ן פעדער אין די האנט".
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויף חילול שבת זאל אים גאט באצאלען כפי פעלו.

אבער פארן אויפלעבן דעם אלטען תנ"ך שפראך, קומט אים קרעדיט.
Under influence
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

וואס פארשטייסטע נישט? דער מחלל שבת רופט יענעם אן קנאי.
אדער דער קנאי טראכט אז דער מחלל שבת באטראכט אים זעלבסט פאר א קנאי
אדער קנאי איז אינאמת'ן א חושיבער טיטול, וואס מ'באקרוינט עמיצן וואס קעמפט פאר די תורה'ס וועגן. כמו שנאמר, בפנחס, בקנאו את קנאתי
אדער איז פשט אין די קנאישע קרייזן, וואו מ'שפייעט אויך אויף קליינע מיידלעך, האט מען אים כל שכן אראפגעקוקט צוליב זיין מחלל זיין דעם שבת, כאטש ער האט מכניס אורח געווען אסאך צעבראכענע נשמות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... :o :טראכט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... :o :טראכט

אבער די בני יששכר זאגט דאך אז איין נומער ארויף אדער אראפ מאכט נישט קיין חילוק, אזויווי די פסוק זאגט, אפרים ומנשה = כראובן ושמעון.
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... :o :טראכט

"ויהי כל הארץ שפה אחת ודברים אחדים". א קושיא אויף א מעשה, וועט מען מוזן זאגן אז דער תלמיד טועה הידוע לשמצה האט איבערגעלעבט דעם קריג און האט זיך געדרייעט ביים רעב'ן זכיסעליינו.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'מיין אז די בעל הטורים זאגט גאר אז שפה אחת וגו' איז בגימטריה לשון הקודש.
ואין אתנו יודע עד מה.
Under influence
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

פארוואס האט מען עס געמאכט אויף די ספרדישע הברה?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

מפני כמה טעמים. די ערשטע פשוט'ע סיבה איז ווייל די ספרד'ישע הברה איז די ריכטיגע (לכאורה) און בכלל איז בן יהודה אנציקט געווארן פון די ריכטיגע דקדוק און נקודות מיט וואס די ספרדים רעדן, און האט געוואלט אזוי זאל עברית אויסזעהן און זיך הערן.
נאך אן אנגעבליכע סיבה וואס פארשער געבן אן איז אז בן יהודה האט געוואלט א נייע פרישע שפראך, וואס זאל נישט דערמאנען די געליטענע אידן פון דער אמאליגע געטא, און האט עס דערפאר געמאכט אויפן ספרד'שע הברה.
ס'זענען דא נאך סיבות, אבל אין כאן המקום להאריך.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

טאמבל סאס האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

וואס פארשטייסטע נישט? דער מחלל שבת רופט יענעם אן קנאי.
אדער דער קנאי טראכט אז דער מחלל שבת באטראכט אים זעלבסט פאר א קנאי
אדער קנאי איז אינאמת'ן א חושיבער טיטול, וואס מ'באקרוינט עמיצן וואס קעמפט פאר די תורה'ס וועגן. כמו שנאמר, בפנחס, בקנאו את קנאתי
אדער איז פשט אין די קנאישע קרייזן, וואו מ'שפייעט אויך אויף קליינע מיידלעך, האט מען אים כל שכן אראפגעקוקט צוליב זיין מחלל זיין דעם שבת, כאטש ער האט מכניס אורח געווען אסאך צעבראכענע נשמות.


ילמדינו רבינו, וויאזוי האט מען אים אנגעקוקט אין די נישט היימישע קרייזן בנוגע זיין חילול שבת ?
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אדער פאר א פארלוירענע נשמה פון א צעבראכענע שטוב.

אדער פאר א שייגעץ משוקץ וואס מ'דארף דערטרענקען אין מקוה
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

נישט דא עפעס אין צווישן?
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... :o :טראכט

ענליך צו דעם קען מען זאגן, וואס איז די חילוק פון א 'איד' און אן 'אט"ד'? נאר דער איינער אחד יחיד ומיוחד...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און דער זעלבער חילוק איז דא פונעם 'אחד' (דער איין איינציקער, ערד און זיבן הימלען, און פיהר זייטן פון די וועלט...) ביז'ן 'אט"ד'.
ויהי המחנה כבד מאד.. ויבואו עד גורן האט"ד.. שרומז על ממשלת מצָרים שהוסרה מפני ממשלת האט"ד, כי ראו גורן, שרומז על ממשלת ישראל, שמלובשים בגדים עד הגורן.
וע"כ כתוב, ויספדו שם מספד גדול וכבד מאוד...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפטעמיסט האט געשריבן:ס'זענען דא נאך סיבות, אבל אין כאן המקום להאריך.

דאס אמת'ע סיבה איז, וויבאלד אין ארץ ישראל זענען געווען מער ספרדים ווי אשכנזים, און דאס איינציגסטע שפראך וואס ביידע האבן געקענט איז געווען לשון הקודש.
Under influence
אני-הק'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 11:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אני-הק' »

מער אויף אים קענט איהר ליינען אינעם ביכל "געבליבן אינדרויסן" זיין גאנצע לעבנ'ס געשיכטע אראפגעלייגט מהכל ועד כלה, און אויך איבער די ערליכע אידן וואס זיי האבן געהאלטן איבער אים, ועוד ועוד הרבה.
די ביכל איז שוין איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל, און ס'איז דא צו באקומען אין די ספרים געשעפטן.
אני הק' - איך בין איך, און איך הייס הק', הייליג אדער קליין? דאס קענסטו אליינס אויסוועלן
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

וואו קען מען קויפן די בוך?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אני-הק' האט געשריבן:מער אויף אים קענט איהר ליינען אינעם ביכל "געבליבן אינדרויסן" זיין גאנצע לעבנ'ס געשיכטע אראפגעלייגט מהכל ועד כלה, און אויך איבער די ערליכע אידן וואס זיי האבן געהאלטן איבער אים, ועוד ועוד הרבה.
די ביכל איז שוין איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל, און ס'איז דא צו באקומען אין די ספרים געשעפטן.

דער ביכל איז נישט היסטאריש אויסגעהאלטן און עס איז באווירצט מיט שווערע איינזייטיגע קנאי'שע איינרעדענישן וואס ציען ארויס דעם טעם פונעם ליינער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'זענען דא נאך סיבות, אבל אין כאן המקום להאריך.

דאס אמת'ע סיבה איז, וויבאלד אין ארץ ישראל זענען געווען מער ספרדים ווי אשכנזים, און דאס איינציגסטע שפראך וואס ביידע האבן געקענט איז געווען לשון הקודש.

און דעריבער האט ער געוואלט מאכן זיכער אז עס גייט ווערן די אפיציעלער שפראך, האט ער געמאכט דעם ניגון פון די שפראך ווי פראנצויזיש אז די אשכנזים זאלן עס גלייכן, און די הברה האט ער געמאכט אויף די ספרד'ישע, אז די ספרדים זאלן עס אויך רעדן.

למעשה איז דאס היינט צוטאגס געבליבן צוטיילט, און די שפראך הערט זיך ווי אראביש ווען עס ווערט גערעדט דורך די ספרדים און תימנים (א שטייגער ווי אמנון יצחק) און ווי פראנצויזיש ווען עס ווערט גערעדט דורך אשכנזים (די באסעס זינגען 'התחנה הבאה...')
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גראדע די הברה (מבטא?) פון די שטאנדאריזירטע עברית איז אויך רוב אשכנזיש, ס׳נאר די נקודות - וואס מ׳האט אדאפטירט די ספרדישע, די הברה פון די אותיות זענען כמעט אינגאנצן אשכנזיש (פויליש-ליטוויש). די אותיות, גימ״ל הרפה (אסאך ספרדים פלעגן עס זאגן ווי א גארגעלנדיגע רי״ש), וא״ו (ספרדים ווי א W), חי״ת (ספרדים: ), טי״ת (ס: ), עי״ן (ס: ʿ), צדי״ק (ס: ), קו״ף (ס: q), זענען אלע אשכנזיש, די רי״ש איז פויליש-ליטוויש, ה״א און יו״ד איז זייער פארשפרייט די ליטווישע אקצענט ווי אן אל״ף, נאר די תא״ו איז ספרדיש.

בנוגע די עהנליכקייט צווישן עברית און פראנצויזיש, דא מאכט איינער אן עקספערימענט צו פרעמדע קענען אידענטיפיצירן עברית, רוב טיילנעמער אידענטיפיצירן עס פאלש אלס דייטש, וואהרשיינליך צוליב דעם גארגעלנדיגען רי״ש (וואס איז מער פארשפרייט אין פראנצויזיש ווי אין דייטש).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

ניין: נאר איינער וועלכער איז א נארמאלער מענטש קען זעהן די מעלות און גוטע זייטן אויך פון א מחלל שבת ווי אליעזר בן יהודה. אפגעזעהן פון דעם רעליגיעזן שטאנדפונקט, איז ער געווען א געוואלדיגער ידען און ער האט טאקע געשריבן די שפראך עברית מיט א סאך קלוגשאפט און ידיעות פון אונזערע מקורות, ווי נ"ך, מדרשים און גמרא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע די הברה (מבטא?) פון די שטאנדאריזירטע עברית איז אויך רוב אשכנזיש, ס׳נאר די נקודות - וואס מ׳האט אדאפטירט די ספרדישע, די הברה פון די אותיות זענען כמעט אינגאנצן אשכנזיש (פויליש-ליטוויש). די אותיות, גימ״ל הרפה (אסאך ספרדים פלעגן עס זאגן ווי א גארגעלנדיגע רי״ש), וא״ו (ספרדים ווי א W), חי״ת (ספרדים: ), טי״ת (ס: ), עי״ן (ס: ʿ), צדי״ק (ס: ), קו״ף (ס: q), זענען אלע אשכנזיש, די רי״ש איז פויליש-ליטוויש, ה״א און יו״ד איז זייער פארשפרייט די ליטווישע אקצענט ווי אן אל״ף, נאר די תא״ו איז ספרדיש.

בנוגע די עהנליכקייט צווישן עברית און פראנצויזיש, דא מאכט איינער אן עקספערימענט צו פרעמדע קענען אידענטיפיצירן עברית, רוב טיילנעמער אידענטיפיצירן עס פאלש אלס דייטש, וואהרשיינליך צוליב דעם גארגעלנדיגען רי״ש (וואס איז מער פארשפרייט אין פראנצויזיש ווי אין דייטש).

רביה"ק זי"ע: דער סינטאקס הערט זיך ענדערש ווי פראנצויזיש...!
פארשפארט