על מה עשה ה' ככה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

על מה עשה ה' ככה?

שליחה דורך נח בער »

נאך יעדע טראגעדיע זענען דא וואס ווייסן פונקטליך פארוואס און וואס דער סיבה און דער גורם צום שרעקליכן פאסירונג.

דער אשכול איז געווידמעט ספעציעל פאר די וואס האבן באקומען א געטליכע ידיעה און זיי האבן גראדע קאנעקשענס מיט די וואס ווייסן די מעסעדזש וואס ווערט געשיקט מיט די טראגעדיע.

יעצט בעת עס האט פאסירט א זעלטן גרויזאמע פאסירונג אינעם מקודש'דיגער וויליאמסבורג און דער ווייטאג איז נאך גרויס, זענען שוין דא וואס זאגן און אנדערע געבן נישט ארויס דעם מעסעדזש וואס גייט געזאגט ווערן ביי די לוי' וואס גייט פארקומען געציילטע מינוטן ארום.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

פאסט נישט.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

כתר מלכות האט געשריבן:פאסט נישט.

דאס מיין איך טאקע.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

דאס איז א בחינה פון אן עני המהפך בחררה, דו ווילסט צו נעמען די רבנים'ס ביזנעס, לאז זיי טוען די ארבעט, זארג נישט יעדער פון זיי וועט האבן א סיבה.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

נח בער האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:פאסט נישט.

דאס מיין איך טאקע.

איך מיין נישט דאס וואס דו מיינסט.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

מיר זענען נישט אין הימעל אבער דער רבוש"ע טיט פעולות אז מיר זאלען יא מאכען חשבונות און תשובה טיען, יא דאס איז אינזער אויפגאבע
און נישט אימזיסט שטייט ביי די עגלה ערופה אז די זקני העיר דארפען א כפרה
יא יא ליידער די זקני העיר די אדמורים ורבנים זיי וועלען יעצט קימען מאכען פרישע תקנות וועגען צניעות אינטרענעט ציונות וכו' גזירות גיוס און וואס נישט?
אבער זאל זיך איין רב אויפשטעלען איין אדמור זאל עפענען זיין מויל און מודה זיין ברבים "יא מיר זינדיגען מיר פירען מחלוקותער גרויסע און קליינע אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען זייט חורבן בית המקדש און אפשר איז דארט געווען ווייניגער ווי עס איז דא אין וויליאמסבורג, יא יא זייטס מודה! קיינמאל האבען רבי'ס נישט אזוי געשטיפט מחלוקות אויף אזא שרעקליכער גרויסער פארנעם א בושה פאר איזנער דור אז די זענען אינזערע אויבענאנן אידען א בושה"
אדער די פרשה פון צניעות וואס מען האט דא דן געווען, וואס פה אחד איז דער עולם מודה אז די אדמורים ורבנים האבען דא א ברייטע ליסטע פון אייגענע אינטרעסען וואס שטיפט זיי צי פארקעוועטשען כלל ישראל און איר פארוואנדלען צי א אומה ישמעאלית

זאל איין רב איין רבי מודה זיין און זאגען "ידינו שפכו את הדם הזה"

איך טראכט בדרך מליצה אפשר פאר דעם שטייט אין תורה לכתחיל האזוי געשריבען "ידינו לא שפכו" ווייל די תורה האט שוין למפרע געוויסט אז די רבנים וועלען קענען פארטראגען און זען פולע קרבנות ה"י און נאך אלץ בלייבען קאלט און געפיללאז און שרייען מיט בכיות "ידינו לא לא לא לא שפכו את הדם הזה" מיר זענען ג-א-ר-נ-י-ש-ט שילדיג, מיר זענען נקי מכל וכל, שילדיג זענען די פרויען וואס האבען מעקאפ און טעסקט אויף זייער סעל

דור עיקש ופתלתול
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

משוגע איז נישט דאס ווארט.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

כתר מלכות האט געשריבן:משוגע איז נישט דאס ווארט.

אוודאי זענען מיר משוגע קלאר אזוי מיר אלע זענען גיט משוגע נישט סתם
אז מיר אלע ווייסען פון די 3 יאר אז די בית המקדש איז נאר חרוב געווארען ציליב שנאת חנם, שנאת חנם איז באדייט אז די האסט פיינט א צווייטען ציליב פרעזענדליכע נגיעות און מחלוקותער, די אנדערע שנאה איז אויך נישט אזוי easy מותר אבער די אנדערע איז א שנאה וואס א צדיק האט צי א בעל עבריה בהפרסיה וברבים
ציריק, שנאת חנם האט אינז געברעגנט אזא שווערע ביטערע גלות און מיר אלע ווייסען דאס, און מיט דעם אלעם געבען מיר נאך איין טראפ כבוד פאר די אדמורים בשעת ווען זיי זענען שילדיג אין די גרעסטע מחלוקות אין דעם אידישען פאלק זיי שטיצען דאס זיי בעקען דאס און לאזען בשום אופן נישט נאך, און ציליב דעם זענען מיר פשוטע אידען די קרבנות, מיר זיצען אין דעם פינסטערען גלות נאר און נאר ציליב די פילע מחלוקותער די מחלוקת פון סאטמאר צאנז באבוב בעלזא סלאנים און די קליינע נאכדעם, יא דאס איז שנאת חינם און ציליב דעם זענען מיר דא
איך פארשטיי אז די צדיקים זענען אייביג גערעכט מיט זייערע עבירות זיי מעגען טיען אלעס און אלעס האט א תירוץ און ראיה פאר וואס ער מעג יא און פארוואס "יענער" איז דער וואס איז עס גורם, אבער יעדער ווייסט אויך אז ווען מען וויל "באמת" שלום קען מען עס באווייזען והא ראי' קיקט אויף די צוויי וויזניצער ברידערס עס איז שא שטיל דארט שא שטיל, די ווייסט פארוואס? ווייל זיי "ווילען אזוי" זיי קיקען נישט אויף נגיעות זיי קיקען נאר אויף שלום
די אדמורים קימען האקען אין קאפ אז מיר דארפען מוותר זיין אויף אינזערע זאכען ווי סעל פאונס און מעיקאפ, אבער ווען וועלען זיי מוותר זיין??????? וווען וועלען זיי זיך אויפשטעלען און זאגען "ברידער מיר האבען זיך געניג געקריגט געניג קרבנות געפאלען ציליב אינזערע הייליגע מלחמות??"
יא מיר זענען גיט משוגע אז מיר שרייען נישט נאך די אדמורים אויף די גאסען "רשעים! ציליב ענקערע וויסטע עקשנות, ציליב ענקערע מחלוקות ליידען מיר זיך ציזאמען אין דעם גלות"! יא חז"ל זאגען דאס, און מי יותר גדול לנו מדברי רבותינו ז"ל???
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עוד מישהו האט געשריבן:דאס איז א בחינה פון אן עני המהפך בחררה, דו ווילסט צו נעמען די רבנים'ס ביזנעס, לאז זיי טוען די ארבעט, זארג נישט יעדער פון זיי וועט האבן א סיבה.

רויטע טורבאנס, מענער גייען מיט קעפ'ס, האבן שמאלע גארטלעך ביי מנחה-מעריב, האבן אינטערנעט, גיין אויף קאווע שטיבל, ליפא, וכו',.
יעצט סיבות פארוואס נישט: הרבות מחלוקות צווישן חסידות'ן. מעוות זיין דין תורות ביי (הת--- ה---, דורך איצ- שייגע-.). און גניבות וגזילות לעיני השמש וכו' :roll: :x :P :oops: :o
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

berlbalaguleh האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:דאס איז א בחינה פון אן עני המהפך בחררה, דו ווילסט צו נעמען די רבנים'ס ביזנעס, לאז זיי טוען די ארבעט, זארג נישט יעדער פון זיי וועט האבן א סיבה.

רויטע טורבאנס, מענער גייען מיט קעפ'ס, האבן שמאלע גארטלעך ביי מנחה-מעריב, האבן אינטערנעט, גיין אויף קאווע שטיבל, ליפא, וכו',.
יעצט סיבות פארוואס נישט: הרבות מחלוקות צווישן חסידות'ן. מעוות זיין דין תורות ביי (הת--- ה---, דורך איצ- שייגע-.). און גניבות וגזילות לעיני השמש וכו' :roll: :x :P :oops: :o

יא יא יא
יעצט קיקט וואס איינער שרייבט דא:
viewtopic.php?p=173354#p173354

חברה לא עת לחשות די ווינד איז נאך אפען, יעצט איז די צייט צי האקען שטקיער פון די מחולוקותער
זעסט א רבי אין גאס גיי צי צי עם און פרעג עם אין פנים אריין
האב נישט מורא פאר קיין שלעק ווייל בעסער איז די שלעק פון גבאים ווי די שלעק פון גאט
גייט קאנפראנטירט די רביס און פרעגט זיי אין פנים "פון ווי האט איר די היתר זיך צי קריגען? איר ווייסט אז איר זענט שילדיג אין אלע צרות? מחלוקות איז די יסוד פון אלע צרות, זע וואס חזל זאגען, פארוואס הערסטי דאס נישט אויף? פארוואס? נישט געניג קרבנות?"
ווען די אדמורים וועלען זען אז די חוצפהדיגע פראגעס כגון דא וועלען זיך צי שטארק פארמערען קען זייער מעגליך זיין אז דאס וועט עפעס ווירקען אויף זייער הארטער הארץ

האט נישט מורא פון די שלעק פון גבאים האט מורא פון די שלעק פון גאט, זעהסט זיי??? פרעג זיי!!!

ומדברי חז"ל ביי די מעשה פון קרח!
עיין רש"י שכתב: "בני ראובן - דתן ואבירם ואון בן פלת" וקודם לכן הוא כתב "מאתים חמישים ראשי סנהדראות, רובם משבט ראובן שכניו, והם אליצור בן שדיאור וחבריו וכיוצא בו). ומובא במדרש (במדב"ר):
"בוא וראה כמה קשה מחלוקת שכל העוזר במחלוקת הקב"ה מאבד את זכרו שכך כתיב 'ואש יצאה מאת ה' ותאכל את החמשים ומאתים איש', אמר ר' ברכיה כמה קשה המחלוקת שבית דין של מעלה אין קונסים אלא מבן עשרים שנה ומעלה ובית דין של מטה מבן י"ג, ובמחלוקתו של קרח תינוקות בן יומן נשרפו ונבלעו בשאול תחתית דכתיב ונשיהם ובניהם וטפם וירדו הם וכל אשר להם חיים שאולה", עכ"ל.

ויקח קורח
כתוב בפרשה "ויקח קרח" - התורה אינה מפרטת מה לקח קורח במחלוקתו, ועל כך אומר רש"י, וז"ל:
"ויקח קרח - לקח את עצמו לצד אחד להיות נחלק מתוך העדה לעורר על הכהונה, וזהו שתרגם אונקלוס ואתפלג נחלק משאר העדה להחזיק במחלוקת", עכ"ל.

מכאן אנו לומדים שמי שמכניס עצמו למחלוקת נבדל הוא מכל העדה. ועוד כותב רש"י:
"דבר אחר, ויקח קרח משך ראשי סנהדראות שבהם בדברים".

מדברי חז"ל ביי די דור המבול:

"ומשם הפיצם" - למד שאין להם חלק לעוה"ב וכי איזו קשה של דור המבול או של דור הפלגה אלו לא פשטו יד בעיקר ואלו פשטו יד בעיקר להלחם בו ואלו נשטפו ואלו לא נאבדו מן העולם אלא שדור המבול היו גזלנים והיתה מריבה ביניהם לכך נאבדו ואלו היו נוהגים אהבה וריעות ביניהם שנאמר שפה אחת ודברים אחדים למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום

איז דאס נישט געניג?????????

מדברי רשי הקדוש איז משמע אז מחלוקות איז ערגער פון כפירה רח"ל, עס ברענגט די גרעסטע עונשים וואס באשטייט און יעדער ליידט אפילו דער וואס איז אימשילדיג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דאס זאגען אז די רעביס זענען שולדיג איז פונקט אזוי נאריש ווי די רעביס וואס זאגען אז אונז זענען מיר שולדיג.

מען דארף אויך געדענקען אז בדרך כלל ווען רבנים זאגען זאכען מתקן צו זיין איז עס נישט ווייל זיי בלעימען אונז און זאגען אז זיי ווייסען אז דער צרה איז געקומען על דא ועל הא, נאר על דרך וואס שטייט אין רמב"ם אז א צרת הכלל מיינט אז פין הימעל שיקט מען א מעסעדזש מען זאל תשובה טוהן, זאגען זיי ענינים הצריכים תיקון.

ווי געפערליך דער מעשה וואס איז יעצט געשעהן איז, איז עס נישט קיין צרת הכלל, און מען שיקט נישט דא קיין מעסעדזעס פאר כלל ישראל זאל תשובה טוהן, תשובת היחיד איז אייביג א גוטע זאך, און יעדע קען זיך פארנעמען עפעס וואס ער וויל לזכות פין דער נשמה, אבער מען פארלאנגט נישט קיין תשובת הרבים, סא מען קען זיך בארואיגען אביסעל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

איינער קען אפשר מסבר זיין, ווי מחלוקה ווען מחלוקה, א גרויסע קהילה האט זיך צוטיילט, וואס איז נארמאל, קיינער איז נישט מחיוב יענעם צו דינען ווייל ער האט געדינט זיין טאטען, די ראשי (רשעי) הקהילה פון ביידע האבן זיך נישט געקענט צוטיילען מיט די נכסים זענען זיי ליידער אריין אין ערכאות ר''ל, פארשטייט זיך אז ביידע האבן געהאט התירים,

אבער וואס האט דאס צוטאן מיטן פריוואטע מענטש וואס האט קרובים און פריינט זלונים און ארונים און לעבט בשלום מיט ביידע?
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

outspoken האט געשריבן:איינער קען אפשר מסבר זיין, ווי מחלוקה ווען מחלוקה, א גרויסע קהילה האט זיך צוטיילט, וואס איז נארמאל, קיינער איז נישט מחיוב יענעם צו דינען ווייל ער האט געדינט זיין טאטען, די ראשי (רשעי) הקהילה פון ביידע האבן זיך נישט געקענט צוטיילען מיט די נכסים זענען זיי ליידער אריין אין ערכאות ר''ל, פארשטייט זיך אז ביידע האבן געהאט התירים,

אבער וואס האט דאס צוטאן מיטן פריוואטע מענטש וואס האט קרובים און פריינט זלונים און ארונים און לעבט בשלום מיט ביידע?

יא א גרויסע קהילה האט זיך ציטיילט זייער פיין
און אז משפחה לעבט זיך גיט על אף די מחלוקה פון די רשעי (ראשי) הקהל איז זייער פיין
אבער פארט זענען אינזערע מנהיגים פול אף איט זיי וועלען זיך באגעגענען מיט א ברידער אדער א נעפיא אדער א שוואגער וועלען זיי זיך נישט קיקען אין פנים, זיי וועלען זיך נישט משתתף זיין ביי שמחות און פארוואס פארוואס פארוואס?
זיי פירען אן א מחלוקות וואס עפעקטירט טויזענטע אידען

ידיהם שפכו את הדם הזה
עס איז גארנישט אזא פשוטער מעשה, דער ר' מנחם איז באקאנט פאר יעדעם אלץ א איש חסד אין פילען זין פון ווארט א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידען אזא איד איז א קרבן ציבור און א קרבן ציבור טיט מען וואס מען זעט ביי בינימין "בגדול היכל ובקטון כילה" הייבט אן מיט די גרויסע מיט די מנהיגים און נאכדעם גייט צי די קליינע מעיקאפ
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

מענין לענין. מען וואלט געדארפט איינפירן א תקנה אז מספידים דארפן זיך אביסל נאכפרעגן אויף דבריו של מת, חאטש אזויפיל וויפיל א בדחן פרעגט זיך נאך.
וואלט נישט פאסיג געווען צו הערן פון יעדן מספיד עפעס שיינע עובדות פונעם מת? דער ברודער האט אין די דריי מינוט ארויסגעברענגט אזעלעכע שיינע שטריכען.
דארף מען נישט מער רעדן פון די פשוטע ווייטאג פון קליינע עופהל'ך נישט האבן א טאטע? אנשטאט צו רעדן נאר אז ער זאל איינרייסן אויף זייער עהרליכקייט?
מוז טאקע דער רב(י) ווייזן יעצט זיינע אייגענע מדרגות, אז ביי אים איז דער עיקר צו רעדן וועגן די מצב הדור? איז יעצט די צייט צו רעדן פון שובבים , פון כלי משחיתים? פארוואס רייטן אויף יענעמס טראגעדיע?
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

טיטאניק, קאם דאן.
די סאטמאר מחלוקה איז קיין מחלוקה, עס איז א טיילונג, מיט געלט סיכסוכים. און ווי איחוד האט שוין געשריבען, יעדער זאל מתקן זיין זיינע מעשים און שלום על ישראל.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

how many mesires etc. did it bring
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך מיין אז פאר אלעם דארף מען מאכן א חשבון הנפש צו מיר זענען נישט שולדיג במישרין אין די טראגעדיע, דאס קומט פאר'ן זוכן סיבות בעקיפין און קריכן אין הימל, עס איז נאטורליך אז מען פרובירט אנלייגן די סיבות יעדער אין זיין "קאמפארט זאון" די רבנים אויף די ביל בתים מיט די אינטערנעט, די מענער אויף די אויסעלאסענע ווייבער, און די ווייבער אויף די מענער וואס פלוידערן לשון הרע.
דאס איז אלץ גוטע קבלות טובות אבער עס איז נישטא קיין שום אנדייטונג פון הימל אז דאס מיינט די פסוק, עס בלייבט שפעקולאציעס און יעדער ווארפט די שולד אויפ'ן צווייטן ומפטירין כדאתמול.

לאמיר א בליק טוהן וואס איז געשהען דא אין פרובירן צו זעהן וואס מיר קענען מתקן זיין

א יונגערמאן א איידעלער און א פיינער א נפש נקי וצדיק האט פרובירט צו אויפבויען א ביזנעס פון ריעל עסטעיט, זאכן זענען נישט גוט געפארן,
אבער ער האט נישט מיטגעטיילט מיט מענטשן און געבליבן אנשטעלן א נגידיש פנים און געטיילט צדקה און געזאמלט חובות,
זיין געדריקטע מצב האט אים געשטופט צו נעמען לאונס פון טונקעלע פלעצער,
ער האט געמוזט זיך צוקריגן מיט טענענטס ווייל ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו פאררעכטן די דירות און און האט אויך געדארפט העכערן רענט.
און איין פרימארגן האבן אויף אים געלאקערט צוויי פארשוינען און ער האט נעבעך נישט געקענט שטעלן קיין ווידערשטאנד און די סוף איז נעבעך געווען ביטער.

איז לאמיר פרובירן זעהן וואס קענען מיר ארויסלערנען פאר מיר הייבן אהן אריינקריכן אין כביכול'ס מוח אריין.

1) אפשר האט די יונגערמאן געליטן פון אונזער משוגענע סיסטעם אז מען מוז געפעלן פאר מעכיל און רעכיל [בעיקר פאר רעכיל] און נישט אראפגיין פון קיין סטאנדארט און בלייבן טיילן צדקה צו קענען הייסן א שיינע איד? דעריבער דארפן די רבנים מעורר זיין אז יונגעלייט זאלן נישט לעבן העכער די סטאנדארטן וואס מען קען זיך באמת ערלויבן

2) אפשר האט דעם טייערן קרבן געפעהלט ביזנעס טרעינינג און מענעדשמענט סקילס ווייל ער האט באקומען זיין עדיוקעישאן אין אונזער חינוך סיסטעם ווי מען וואקסט אויס גרויסע עם הערצים אין אלעס וואס איז נישט חומש אדער גמרא? דארפן די רבנים זיך אריינגלייגן צו ענדיגן די פירצה פון ווארפן טענדשערינס אויף ענגליש טיטשערס און מעודד זיין יונגעלייט צו גיין לערנען ביזנעס אויף א פראפעשינאלע וועג.

3) אפשר דארף מען מעורר זיין אז מען זאל זיך גיין לערנען אביסל סעלף דיפענס טאקטיקן מען זאל זיך קענען פארטיידיגן אין פאל פון א איבערפאל ח"ו?


אדרבא ווער עס האט נאך געדאנקן אין דעם ריכטונג זאל צולייגן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איש עברי האט געשריבן:דעריבער דארפן די רבנים מעורר זיין אז יונגעלייט זאלן נישט לעבן העכער די סטאנדארטן וואס מען קען זיך באמת ערלויבן

און גלייכצייטיג אויפהערן צווינגען און ארויסשלעפן געלט פאר יעדע דבר קודש, נישט יעדער קען זיך ערלויבן צו געבן שקלי קודש יעדן שני וחמישי, און אז דער "נדבן" זאגט אז דער מצב איז שווער יעצט, ביטע פארשטייט אים און לייגט נישט קיין דרוק!!!

וע"ע כאן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

איש עברי האט געשריבן:זיין געדריקטע מצב האט אים געשטופט צו נעמען לאונס פון טונקעלע פלעצער

און וואס האבן יענע טונקעלע פלעצער יעצט דערפון האבן זיי באקומען דע געלט?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ריכטיג רבי שמעקעדיג

די רבי'ס וואס ווייסן אז עמיצינס מצב איז שווער דארפ'ן די ערשטע זאך זעהן אז מ'זאל נישט רייסן קיין געלט פון אים, קיין אנדערע סיבה זעה איך נישט פארוואס מענטשן טוען זיך אויס נאקעט פאר די רבי'ס
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:און וואס האבן יענע טונקעלע פלעצער יעצט דערפון האבן זיי באקומען דע געלט?

נישט "דער" געלט, אבער געלט פון אנדערע וואס זענען אונטערשטעליג. אזא אקט שיקט א קלארע מעססעדזש צו די אנדער בארגערס.
(- - -)
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

איש עברי האט געשריבן:3) אפשר דארף מען מעורר זיין אז מען זאל זיך גיין לערנען אביסל סעלף דיפענס טאקטיקן מען זאל זיך קענען פארטיידיגן אין פאל פון א איבערפאל ח"ו?


אדרבא ווער עס האט נאך געדאנקן אין דעם ריכטונג זאל צולייגן


אפשר זאל יעדער ארומגיין מיט א ביקס, אדער גאר א קלאשניקאוו?
אפשר דארף מען לייגן דעם דגוש אויף מדות טובות אביסל מער!
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נאך א געוואלדיגע מוסר השכל viewtopic.php?f=24&t=5599
פארשפארט