אין ליכט פון די טראגעדיע: קבלות טובות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

אין ליכט פון די טראגעדיע: קבלות טובות

שליחה דורך [NAMELESS] »

די הארץ איז צושוידערט און דערציטערט נאך די שרעקליכע טראגעדיע מיט האברך היקר והחשוב הנגיד ר' מנחם משולם שטארק ז''ל הי''ד בן הרבני היקר והחשוב הרה''ח ר' ישראל שטארק שליט''א. די געמוט איז אזוי צוקלאפט און צובראכן, און עס איז אזוי שווער צוזאמענצונעמען די מחשבות. אבער דאס יא, מיר קענען - יעדער פאר זיך - טראכטן איבער די שרעקליכע טראגעדיע, און מיר קענען דאס אויסנוצן אויף טראכטן איבער דאס לעבן וואס קען אוועקגעריסן וועגן בפתע פתאום, און אז מיר קענען קיינמאל נישט וויסן ווען דער סוף קומט.

מיר דארפן זיין גרייט צו אנטפאנגען דעם בי''ד של מעלה, מיט מצוות למעשים טובים, למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד.

די מיאוס'ע ערשטע זייט פון די נ''י פאוסט איז אויך א לימוד. עס ווייזט אונז ווי אזוי מען קוקט אויס אויב מען האט נישט קיין געפיל פאר א צווייטן. מיר דארפן זיך פארנעמען צו זיין פונקט פארקערט - ליב האבן יעדעם, און ארויסווייזן געפיל פאר אנדערע מענטשן.

הרינו מקבל עלי מצות לאהבת לריעך כמוך ביתר שאת וביתר עוז, לע''נ ר' מנחם משולם בן ר' ישראל.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

זיך פארצונעמען צו שטיין ווייט פינעם שמוציגער גוי און זיינע צייטונגען אין אזא צייט ווען זיינע טמא'נע קאלירען קומען ארויס מיט'ן גאנצען תוקף וואלט אויך געווען א קבלה טובה לעילוי נשמתו,

זיך פארצונעמען אויפצוזיכען מעשים טובים פון א יוד וואלט אויך געווען א שטארקע קבלה,

ובפרט הערנדיג פון די פילע גוט'ס וואס דער נפטר האט געטון מיט אנדערע וואלט זיכער געווען א טובה אז מען נעמט זיך פאר כאטש עפעס נאכצוטון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער א גלייכע זאך. איך קען יעצט נישט אינטערנעמען עפעס לאנג טערם, אבער איך וועל געבן $180 פאר די בוני עולם דיננער לע''נ ר' מנחם משולם
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

א וויכטיגע זאך, מ'טאר נישט לאזן אזא התעוררות פארפאלן גיין. איך נעם מיך אונטער בל"נ צו אינסטאלירן א קאמערא אין פראנט פון מיין הויז און ביזנעס. און אויך מעורר זיין אנדערע אויף די וויכטיגקייט פון דעם.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
פארשפארט