איינער ווייסט די מקור פון די מדרש
.
בנערינו ובזקנינו נלך וגו' בבקרנו ובצאננו כי חג ה' לנו. הה"ד חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. שנו חכמים בשמחת בית השואבה חסידים ואנשי מעשה היו אומרים אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותינו. בבקרנו ובצאננו. כל מעשיך יהיה לשם שמים ואפילו בדבר רשות. כי חג ה' לנו. לפי שהקב"ה שנמשלה לאש שנאמר כי אש אכלה היא וגו' בוער בלבו של אדם
די מדרש איז א טיפישער חסידישער געדאנק פון נועם אלימלך וואו ער טייטשט עס אריין אין דעם פסוק.
נאר צוויי קליינע אינטערשיידן ער ריפט דאס נישט אן מדרש, און ער שרייבט עס נישט בלשון המדרש נאר מיט א פארקאכטן חסידישן שפראך, אבער נאך אלץ ס'איז די זעלבע געדאנק וואס מדרש טוט דהיינו אריינטייטשן אין פסוק א געוויסע געדאנק וואס איז נישט כפשוטו, און דאס ווערט געטאן אין צענדליגע ספרים ובפרט חסידישע.
אלא מאי די עולם דא האט נישט קיין פראבלעם מיטן טאן דאס זעלבע וואס דער מדרש טוט, ס'איז דוקא די פראבלעם דאס אנצורופן "מדרש" וואס דאס פאר'נער'ט דעם עולם אז דאס א יצירה פון אריבער טויזענט יאר.
יעצט די מדרשי פליאות זענען צוזייעטע מדרשים'לעך פון אנאנימער מחברים וואס מ'ווייסט אויך נישט ווען זיי זענען נתחבר געווארן, ממילא איז דאס מחבר זיין פליאותדיגע מדרשים און דערנאך פארענטפערן ממש אבסורד, ווי איינער זאגט, ווער הייסט דיר נישט רעדן צו די זאך, אז די זאלסט נאכדעם פרעגן און פארענטפערן.
איך וויל זיך אפשטעלן אויף אן אנדערע אינטערסאנטע נקודה, און דאס איז, אז די לה"ק פון חז"ל זענען פיל מער באגרעניצט אין שפראך ווען אפילו די אויסדרוקן פון תנכישער העברעאיש איז ביי זיי כמעט נישט אין באנוץ, משא"כ די לה"ק פון מיטלאלטער איז סאך מער בארייכערט געווארן מיט נייע אויסדרוקן, מושגים, און לשונות המושאלים, איז אינטערסאנט אנצומערקן ווי דער נוע"א טייטשט אריין כי חג ה' לנו, חג איז א לשון פון אש, באמת אבער איז נישט דא קיין שום פארבינדונג צווישען חג און אש, חג שטאמט מל' חוג (קרייז) נאר וואס דען די נוע"א האט געלערנט אין חדר חג א פייערונג, און באמת האט די דייטשע פייערונג אויך נישט קיין שום עטימילאגישע פארבינדונג מיט דאס דייטשע ווארט פייער, פאר מער קוקט
דא