מיר ווייסן אלע אז דער אלגעמיינער יודישער עולם אין אמעריקע זענען שטארקע ליבעראלע חברה. די דעמאקראטישע פארטיי ווייסט שוין פון אסאך יארן אז נישט קיין חילוק וואס דער רעפובליקאנער אפאנענט וועט נאר צוזאגן פאר די יודן בשעת די עלעקשאנס, און נישט קיין נפק"מ ווי שטארק א קאנסערוואטיווער וועט זיך אנעמען פאר איזראעל וועלן נאך אלץ די יודן בלייבן געשוואוירענע דעמאקראטן. פאקט איז פאקט.
נא פארוואס איז עס אזוי. עס קומען דאך כסדר צו גיין אזעלעכע רייסערס ווואס האלטן זיך פאר תלמידים מובהקים פון ראש לימבאו און פארדעם פון באב גרענט און אפי פון העניטי און קויפן אפ יעדעס ווארט וואס זיי זאגן פאר גוט געלט, און זיי טענהן אז דער קאנסערוואטיווער וועג איז דער יודישער וועג. זיי זענען גוט פאר יודן און נאך בעסער פאר חסידישע יודן אא"וו איי וואס וועט זיין מיט אלע פראגראמן וואס איז בכלל נישט תופס מקום ביים רעפוליקאנעם. דאס איז דאך נאר א קלייניגקייט קעגן די גאלדענע שיינער מהלך החיים וואס דער רעפובליקאנער שטעלט אהער און סאיז מתוק בדבש וויאזוי ער צושמירט די דעמאקראטן אה ממש א מחי און יעדע שטיק צייט קען מען טאקע זעהן ביי אונזער קומיוניטי א קליינער גרינער שטעלט זיך אהער ווי דער יודישער קאנסערוואטיווער. און סגיסט זיך פון אים שטיקער ראש לימבא מיט שטותים אינאיינעם נישט וויסענדיג ווי ווייט ער פארשטייט נישט קיין היסטאריע.
סאיז נישט מעגליך אריינצוקריכן אין אלע פאקטן און באשרייבן די היסטאריע פארוואס סאיז אזוי געווארן אז די יודן זענען געשוואוירענע דעמאקראטן אבער כוועל עס פרובירן צו שרייבן אין אפאר שורות. ועוד חזון אויף שפעטער.
די יודן נאכן זיך אנליידן פון שרעקליכע רדיפות און פראגראמן פלעגען זיך צאמנעמען און גרינדן פארשידענע פארטייען. פארשטייט זיך נישט די ערליכע. די יודן האבן געהאט א גרויס חלק אין אלע מיני פארטייען אנגעהויבן פון קאמוניזם און געענדיגט ביי ליבעראליזם. די חשבון איז זייער פשוט עס טאר נישט זיין קיין דיקטאטאר, יעדער איז איקוואל. יעדע גרופע מיז געהערט ווערן. די אלע סיוויל רייטס יוניאנס זענען אנגעפיקעוועט מיט יודען. צו איך האלט יא פון געיס צו נישט מיז איך מיך אנעמען פאר זיינע רעכטן. און אזו"וו האבן זיך יודן דערזעהן ארויסגעקראכן פון זייערע לעכער. נעם די נוי יארק טיימס יודן. זיי זענען פון די סארט וואס בויען זיך שוין איבער הונדערט יאר אויף די מהלך.
אין איין ווארט ליבעראליזם איז פרייהייט קיינער קען נישט אונטערדריקן. יעדער איז בארעכטיגט אויף אלעם. קאנסערוואעטיזם איז פשוט אום פראסט נאצים און שלעכטיגקייט קענסט עס באציקערן אויף א שטיקל צייט. קענסט זאגן אז די שטיצסט ארץ ישראל ווייל די האסט א פארקרומטע אגענדע אבער צום סוף ווייסן מיר וואס די ביסט.
נוגע לענינינו.
די ראש לימבא תלמידים פלעגן זיך פרייען מיט זייער שמוציגן טעבלויד די נ"י פאוסט. און די ליבעראלע טיימס איז געווען אראפגעקוקט. יעצט
נאדיר א גוטע עקזעמפעל וויזוי די פאוסט פליקט אונז אראפ שוין עטליכע יאר פאר גארנישט און פארנישט פלעין ווייל אזוי וויל איך. אמת מקען אסאך דעבאטירן איבער וואס כהאב געשריבן אבער די אלגעמיינע יודישע וועלט איז אויך נישט משוגע.
פון א תורהדיגן יודישן שטאנדפונקט איז שוין אלעס אן אנדערע מעשה.
פארוואס זענען יודן ליבעראל געשטימט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
בנוגע שטיצן ישראל: מסתמא ווייסטו, אבער די סיבה פארוואס זיי שטיצן עס האט גארנישט צוטוהן מיט אהבת ישראל.
די קאנסערווטיווען זענען בדרך כלל מער רעליגיעז, און על פי רוב קאטויליש, די קאטאליקן (און רוב קריסטן) גלייבן אז בעפאר די ''second coming of Christ'' פאר זייער משיח וועט נתגלה ווערן, וועלן די אידן הערשן אין ארץ ישראל.
די קאנסערווטיווען זענען בדרך כלל מער רעליגיעז, און על פי רוב קאטויליש, די קאטאליקן (און רוב קריסטן) גלייבן אז בעפאר די ''second coming of Christ'' פאר זייער משיח וועט נתגלה ווערן, וועלן די אידן הערשן אין ארץ ישראל.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
(מגידי אמת)
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
ימי קדם וואס דו שרייבסט איז נישט אינגאנצן ריכטיג, עס איז א אנגענומענע myth אס קריסטן וואס שטיצן ישראל האבן מיסיאנערישע אגענדעס, אבער עס איז נישט אייביג אזוי, עס איז דא א גרויסע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען cufi וואס איז א קריסטליכע קערפערשאפט וואס העלפט אסאך ישראל מיט p.r. און זיי מאכן כסדר קלאר אז די סיבה איז בלויז ווייל זיי האלטן אז אמעריקע דארף שטיין פאראייניגט מיט אזעלכע וואס טיילן די זעלבע ווערדן ווי די אמעריקאנע פאלק און ווי די קריסטן, און אין זייערע אויגן איז ישראל די איינציגע וואס קומט נאך די סטאנדארטן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שם-טוב:ייש"כ דו האסט אראפגעלייגט די קאנסערוואטיוו/ליבעראלע שיטה בקיצור נמרץ. נאך א קליינע הוספה'-לע האב איך צו באמערקן. רוב קאנסערוואטיוו-געשטימטע גויים, אויסער די מידיא-סטארס, האבן בטבע פיינט און עקלן זיך פון אידן. נעם למשל דעם אזוי-גערופענעם גלח. רעוו. וויילדמאן. ער זאגט לכאורה זאכן וואס שטימט זייער שטארק מיט ערליכע אידן, אקעיגן דאס הפקרות און אויסגעלאסנקייט פון האליוואוד. אבער אין די זעלבע צייט איז ער א געפערליכער רשע און אנטיסעמיט וועלכער סטאפט נישט צו העצן אקעיגן אללע אידן בכלל. נו. קענמען דען טראכטן פון גיין מיט אזא ימח-שמו'ניק?!
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:אמאל זענען אלע חסידישע אידן אויך געוועהן דעמאקראטען וועגן די פראוגרעמס. אבער טאלק רעידיא האט עס געטוישט
הונדרעט פראצענט גערעכט. דאס און נאר דאס האט אונז אלע פארדרייט א קאפ. א מין משוגעת מען נעמט און מען פאקט זיך אן פון רעכטס און לינקס אלע ערליי פראגראמן און מען שרייט אז מען איז קאנסערוואטיוו.
בד"וו היינט וואלטן זיך אסאך געווינטשן אז די שוואכערע בחורים זאלן הערן אביסל טאלק ראדיאו אנשטאט מנובלישע גוישע טרעקס ה"י וואס מען הערט זיך אלץ צאם און אנשטאט צו וואטשן איין מאווי נאכן צוויטען, און מען נוצט נישט דעם מח קיינמאל נישט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שם-טוב:ייש"כ דו האסט אראפגעלייגט די קאנסערוואטיוו/ליבעראלע שיטה בקיצור נמרץ. נאך א קליינע הוספה'-לע האב איך צו באמערקן. רוב קאנסערוואטיוו-געשטימטע גויים, אויסער די מידיא-סטארס, האבן בטבע פיינט און עקלן זיך פון אידן. נעם למשל דעם אזוי-גערופענעם גלח. רעוו. וויילדמאן. ער זאגט לכאורה זאכן וואס שטימט זייער שטארק מיט ערליכע אידן, אקעיגן דאס הפקרות און אויסגעלאסנקייט פון האליוואוד. אבער אין די זעלבע צייט איז ער א געפערליכער רשע און אנטיסעמיט וועלכער סטאפט נישט צו העצן אקעיגן אללע אידן בכלל. נו. קענמען דען טראכטן פון גיין מיט אזא ימח-שמו'ניק?!
וואס טראכט דער עולם ווער האט אונז געפייניגט און געשחטן די אלע יארן. די גלחים מיט זייערע העצערישע דרשות אין זייערע קירכעס. ספעלט נישט פארוואס פיינט צו האבן יודן ליידער. איר מיינט אז סהאט זיך געסטאפט. אמאל גיי איך אין א מאל קומט צו א יונגער שגץ און ער פרעגט מיר. וויי דיד יו קיל דשיסעס. וואז איט נעסעסערי. כהאב אפגעצויגען. זענען אבער געקומען יודעלעך סורווייווערס און זיי האבן אלעמאל פרובירט צו מאכן שווערער פארן גוי צו קענען טשעפענען יודן. און דעמאקראטישקייט און נאך מער די אלע ליבעראלקייטן איז א גרויסע חלק פון זייערע ערפונדינגען. לדעתם
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שם טוב, א גוטן נושא, און פיין באשריבן. אבער טאקע דאס, איז די סיבה פארוואס נישט נאר אידן שטימען אויף דעמאקראטישע ליניעס, נאר פארוואס די יוגנט, פרויען, און די טענדענץ פון דעם אלגעמיינעם באפעלקערונג לויפט אין שפאן מיט די דעמאקראטן. דאס הייסט אזוי: וויבאלד די קאנסערוואטיוון האבן אריינגעמישט רעליגיע, און אנדערע רעכטע אנטשואינגען אלס פארטיי פלאטפארמעס (מערסטנס ביים רעפאבליקאנעם פארטיי), איז די דעמאקראטישען פארטיי אויטעמאטיש געווארן די אלטערנאטיוו.
אמעריקע האט נישט וויינייגער פיסקל קאנסערוואטיוון ווי דייטשלאנד, קאנאדא, ענגלאנד, און נאך פילע לינקע לענדער וואס ווערן געפירט דורך קאנסערוואטיווע רעגירונגען. צאללאזע מענטשן וועלכע האלטן זיך סיי וואס פיסקל קאנסערוואטיוו, זענען געצווינגן צו אנטלויפן פון די קאנסערוואטיוון, בלויז צוליב דעם ווייל סאציאלע אישוס דאמאנירט די רעפאבליקאנער פלאטפארמע.
כהיום איז שוין ממש אזוי, אז דער רעפאבליקאנער פארטיי האלט בלויז ווייסע קריסטן, מילא פאלן אנדערע בל כרחך צום דעמאקראט. ליבערטעריענס ווערן גראדע שטערקער, און ס'איז צום האפן אז די וואנזיניגע צוויי פארטיי סיסטעם אמעריקע האט זאל שוין קומען צו אן ענדע.
כלפי פראגראמען, האבן אסאך אידן געהאט טובות פון פראגראמען רעפאבליקאנע פרעזידענטן האבן צוגעשטעלט, אינקלודינג סעקשאן אכט דורך ריטשארד ניקסאן.
רוב קריסטן אין אמעריקע זענען גראדע נישט קאטאליקן, נאר פראטאסטאנטן לבית אבותם. רוב רעכטע עקסטערמיסטן זענען דיקא עווענגאליסטן, פראטאסטאנטן.
אגב, דער איינציגסטער אמעריקאנער פרעזידענט וועלכער איז געוועזן א קאטאליק דערווייל, איז געווען קענעדי.
אמעריקע האט נישט וויינייגער פיסקל קאנסערוואטיוון ווי דייטשלאנד, קאנאדא, ענגלאנד, און נאך פילע לינקע לענדער וואס ווערן געפירט דורך קאנסערוואטיווע רעגירונגען. צאללאזע מענטשן וועלכע האלטן זיך סיי וואס פיסקל קאנסערוואטיוו, זענען געצווינגן צו אנטלויפן פון די קאנסערוואטיוון, בלויז צוליב דעם ווייל סאציאלע אישוס דאמאנירט די רעפאבליקאנער פלאטפארמע.
כהיום איז שוין ממש אזוי, אז דער רעפאבליקאנער פארטיי האלט בלויז ווייסע קריסטן, מילא פאלן אנדערע בל כרחך צום דעמאקראט. ליבערטעריענס ווערן גראדע שטערקער, און ס'איז צום האפן אז די וואנזיניגע צוויי פארטיי סיסטעם אמעריקע האט זאל שוין קומען צו אן ענדע.
כלפי פראגראמען, האבן אסאך אידן געהאט טובות פון פראגראמען רעפאבליקאנע פרעזידענטן האבן צוגעשטעלט, אינקלודינג סעקשאן אכט דורך ריטשארד ניקסאן.
ימי קדם האט געשריבן:בנוגע שטיצן ישראל: מסתמא ווייסטו, אבער די סיבה פארוואס זיי שטיצן עס האט גארנישט צוטוהן מיט אהבת ישראל.
די קאנסערווטיווען זענען בדרך כלל מער רעליגיעז, און על פי רוב קאטויליש, די קאטאליקן (און רוב קריסטן) גלייבן אז בעפאר די ''second coming of Christ'' פאר זייער משיח וועט נתגלה ווערן, וועלן די אידן הערשן אין ארץ ישראל.
רוב קריסטן אין אמעריקע זענען גראדע נישט קאטאליקן, נאר פראטאסטאנטן לבית אבותם. רוב רעכטע עקסטערמיסטן זענען דיקא עווענגאליסטן, פראטאסטאנטן.
אגב, דער איינציגסטער אמעריקאנער פרעזידענט וועלכער איז געוועזן א קאטאליק דערווייל, איז געווען קענעדי.