איך וויין נישט (געדאנקען)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

איך וויין נישט (געדאנקען)

שליחה דורך מאטי »

איך וויין נישט..... איך וויל נישט וויינען.....

פארוואס עפעס וויינען.... וויינען?? "וויינען" איז צו ארים און פוסט ארויסצוברענגען מיין פיין. מיינע גערוישן, מיין דערשיטערניש.  

אבער טרערעלע! טרערעלע!.. וואו שעמסטו דיר נישט זיך צו באווייזן אויף מיר אין אזא צייט. צו באנעמסטו דען וואס מיר קלעמט בכלל ? וואו פרעמד, וואו פרעך ביסטו אראפצונידערן אויף מיין צופאלענער אויסגעלאשענער געזיכט, צו באגרייפסטו דען ווי שטארק מיין צער איז אפגערוקט פון דיין באלזאם?

ניין, טרערעלע, ניין! די ווייסט נישט. מיין אויפשוידערניש איז פיל פיל טיפער פון וואס די באטרעפסט ארימע טרערעלע. אסאך אסאך ווייטער פון די ווייטעניש וואס די אליינס ביסט פונעם גרויליגער געלעכטער וואס דער פארצוקענדער וואלף, דער סוב-הומען האט ארויסגעזידט פון צווישן זיין צעיושעטע חי'שע פרצוף, בעת ער האט פארצוקט זיין צושראקענער קרבן. 

איך וויין אבער יא.. טרערעלע. אבער נישט ווייל ס'קומט זיך דיר, בכלל נישט, טרערעלע. די ביסט קיין רפואה צו מיין מכה. אבער וואס זאל איך טון טרערעלע, אז איך פארמאג יעצט א חוץ דיר בלויז א שטומעניש. "א שטומעניש" וואס לעכערט דורך אייזערנע טויערן, שטערקער וואו פארטייבענדע געשרייען. "א שטומעניש" וואס דערדריקט מיינע געפילן פון וועלן ווייטער שעפן זויער שטאף זיך צו דערהאלטן ביים לעבן. 

פארוואס זאל איך וועלן פארבלייבן אין אזא "שלעכטע וועלט" וואס האדעוועט אויף איר באדן אזוינע טונקעלע גרויליגע מענטשן. 

פארוואס זאל איך וועלן פארבלייבן אין אזא "אומבאהאלפענע וועלט" ווי אירע איינוואוינער שפירן פאר וויכטיג אוועקצורייסן פון איין מינוט צום צווייטן, א אינגער געזונטער פאטער פון אכט קינדערלעך צוליב א בלויזע רייץ פון נארישע געלט.

פארוואס זאל איך וועלן פארבלייבן אין אזא "אכזריות'דיגער וועלט" ווי איר מובחר הבריאה וואס פארמאגט א קאנטשעס, ערנערט זיך אפיציעל דורך לאזן אויסבלוטן צום טויט אירס א גלייכן, און גייט דערנאך אהיים "נאן טשאלאנט" צו זיין אייגן ווייב און קינד ווי נאך א געהעריגער סדר היום.  

טרערעלע הייסע, אויב האסטו שוין יא פרעכהייט צו פליסן אויף מיר. דערווארעם כאטש, און לעב אויף אביסעלע, מיין נשמה'לע וואס האט וואו אפגעפרוירן הערנדיג דעם ביטערן איוב בשורה, אז ר' מנחם ע"ה איז געטראפן געווארן א צוקאליעטשטער ליגן כדומם על פני השדה בחלל חרב. די בארבארן האבן אים צושטויסן און צוטרעטן מיט שאנדע און דערנאך אריינגעווארפן זיין קערפער אין א קאסטן כאשפה בעלמא.

ווערטער זענען ארים, שפראך איז פארריסן, געפילן זענען אפגעהאקט, צו באגרייפן דעם ווייטאג פון די נארוואס געווארענע אלמנה מיט אירע אכט שעפעלעך. במשך די לעצטע פיר און צוואנציג שעה האבן גרויסע קליינע און פיצעלע הערצער געצאפלט, נישט וועלנדיג טראכטן פונעם קאשמארישן ענדע, ווילאנג א פינטעלע האפענונג האט נאך געלעכצט צו וועלן זיין מיט ״טאטי'ן״ ווי גארנישט טוט זיך יעצט ארום זיי.

הוי "זיסער האפענונג", איי איי וויפיל מענטשן האסטו שוין אזוי בארבאריש צוריק געוויזן, און אפגעטון זייערע טרוימען בעת'ן זיך אזוי קלאמערן אין דיר. "האפענונג! האפענונג"! ווילאנג נאך וועסטו דיר לאזן אזוי צוטרעטן, אזוי שנעל זיך אונטערגעבן צום הארטן מציאות וואס פאטשט אכזריות'דיג אין פנים אריין, אוועקבלאזנדיג דיר "האפענונג" צו א ווייטער ווייטער אומבאקאנטער עתיד.

צו זעסטו דען נישט "זיסע האפענונג" ווי ביטער ס'ווערט אונז ווען די ווערסט אזוי טראגיש צובלאזן און צורינען? דרייסטו דיר בכלל אמאל אויס צוריק צו-קוקן וואס טוט זיך אפ ווען די לאזט אונז אזוי איבער אליינס פארן "מציאות" וואס נעמט זיך מיטאמאל קעניגן איבער אונז ווי א הארט-נעקיגער דיקטאטור?

רבש"ע, אויב מעג איך פרעגן, האסטו דען אונז טאקע געשיקט א זענדונג גרעסער פון אונזער יכולות? אדער דער ביטערער שאק מאכט דאס בלויז אזוי שפירן.

מיר ווילן דיר פארשטיין הארציגע טאטע! שיק אונז מיט דער אנדערער שטיקעלע פאזל, וואס פאסט זיך אריין אינעם לאך וואס מיר האבן אקארשט געקריגן אין הארץ. 

מיר ווילן זען און שפירן דיין ענדלאזע גוטס אנע פארענטפערונגען אז "דאס איז זיכער גוט ווייל מפי עליון לא תצא".... 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זייער גוט און צום זאך. הלוואי וואלטן מיר נישט געדארפט באווייזן אויף דיינע טאלאנטן דורך אזא טראגישע מיטל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

moti107 האט געשריבן:הוי "זיסער האפענונג", איי איי וויפיל מענטשן האסטו שוין אזוי בארבאריש צוריק געוויזן, און אפגעטון זייערע טרוימען בעת'ן זיך אזוי קלאמערן אין דיר. "האפענונג! האפענונג"! ווילאנג נאך וועסטו דיר לאזן אזוי צוטרעטן, אזוי שנעל זיך אונטערגעבן צום הארטן מציאות וואס פאטשט אכזריות'דיג אין פנים אריין, אוועקבלאזנדיג דיר "האפענונג" צו א ווייטער ווייטער אומבאקאנטער עתיד.

צו זעסטו דען נישט "זיסע האפענונג" ווי ביטער ס'ווערט אונז ווען די ווערסט אזוי טראגיש צובלאזן און צורינען? דרייסטו דיר בכלל אמאל אויס צוריק צו-קוקן וואס טוט זיך אפ ווען די לאזט אונז אזוי איבער אליינס פארן "מציאות" וואס נעמט זיך מיטאמאל קעניגן איבער אונז ווי א הארט-נעקיגער דיקטאטור?

Hope is a dangerous thing.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

Your argument is logically correct, unfortunately hope doesn't come about through logic.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

כאטשיג די לאגיק פון די ווערטער וואס די גרויסע רמח"ל שרייבט פון שכל צום נשמה, איז געשריבען געווארן צו אזוינע וואס ווילען עס פארשטיין, נישט נאר הערן.. דערהערט זיך עס נישט צו מיר..

וויבאלד די פרעגסט וויל איך עס מיטיילען מיט דיר, אפשר וועט די ווערטער דיך געבן א "לייט בולב מומענט" אינספערעשן, אז נישט פאר די א גאנץ לעבן, כאטש כוחת פאר נאך א טאג!

אמנם, הנה זה הוא מחוקו של הייחוד העליון לבדו ב"ה - להראות עוצם ממשלתו השלמה; שכל הזמן שהוא רוצה, מניח העולם להיות סוער והולך בילדי הזמן, עת אשר שלט הרע בעולם; ולא עוד, אלא שאינו מעכב על ידי הרע הזה מעשות כל אשר בכוחו לעשות, ואפילו מגיעות בריותיו עד הדיוטא התחתונה. אפס כי לא מפני זה יאבד עולמו, כי הממשלה לו לבדו, והוא עשה, והוא סובל, והוא מחץ, והוא ירפא, ואין עוד מלבדו. והנה זה יתד חזק לאמונת בני ישראל, אשר לא ירך לבם לא מאורך הגלות ולא ממרירותו הקשה, כי אדרבה, הרשה הקב"ה והניח לרע לעשות כל מה שבכוחו לעשות, כמו שביארנו. ובסוף הכל - כל יותר שהקשה הרע את עול סבלו על הבריות, כן יותר יגלה כוח יחודו ית' וממשלתו העצומה אשר הוא כל יכול, ומתוך עומק הצרות הרבות והרעות מצמיח ישועה בכוחו הגדול ודאי.

די ווערטער האט א אנדערע טעם ווען מ'הערט עס פון די באסאווע שטימע פון קעליש, מפי כהן גדול אליינס

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1E_fxCvR8SE[/youtube]
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארשפארט