כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ממרום שלח אש האט געשריבן:קשה כשאול קנאה

ווער דארף דעם פאוסט ווען מיר האבן די זשואיש פרעס, די פאוסט זאגט כאטש אז זיי האלטן נישט אז ס'קומט אים מיתה, די זשואיש פרעס זאגט אז עס קומט אים א מיתה משונה...


http://www.jewishpress.com/news/breakin ... 014/01/06/

We couldn't find what you were searching for
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוהב ספרים האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:
קאווע ברוטער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט

אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער

שומו שמים

און וועלעכע ת״ת פונקטליך ?
פאפא!
נו שוין

די קויפסט אף עניטינג ענד עני טיים !


ניין, אבער ווען א אינגל קומט אהיים פון חדר און תמימותדיג זאגט איבער וואס די רבי האט אויפגעקלערט איבער די טראגעדיע, עס איז שוידערליך אז אזא יונגערמאן איז א מלמד צווישען אונז


איך ווייס נישט אויב פון דעם רעדט [tag]אוהב ספרים[/tag] , אבער איך האב געהערט אז א מלמד האט מסביר געווען פאר די קינדער אז אזוי זעהט מען אויס ווען מען לויפט נאך געלט א גאנץ לעבען, ער האט געמאכט א פענסי בר מצוה און וואס איז יעצט געבליבען פון די פענסי בר מצוה, וכו'. אקיצער ער האט כמעט ווי געגעבן גערעכט פאר די רציחה פון דעם יונגערמאן.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב פון דעם רעדט [tag]אוהב ספרים[/tag] , אבער איך האב געהערט אז א מלמד האט מסביר געווען פאר די קינדער אז אזוי זעהט מען אויס ווען מען לויפט נאך געלט א גאנץ לעבען, ער האט געמאכט א פענסי בר מצוה און וואס איז יעצט געבליבען פון די פענסי בר מצוה, וכו'. אקיצער ער האט כמעט ווי געגעבן גערעכט פאר די רציחה פון דעם יונגערמאן.


טאקע דאס מיין איך, ער האט מיאוס אונטער געברענגט דעם יונגערמאן נאך לויף נאך גשמיות און געלט, און אויסגעפירט ווואס קען מען שוין ערווארטען פון אזא מהלך החיים
קודם כל וואס דאס איז שקר, אבער אפילו אז נישט דאס זאגט מען פאר 12 יעריגע תשב"ר אשר לא טעמו, די קינדער זענען אהיים געקומען כאילו עס איז נישט אזוי געפערליך וואס איז געשעהן

וואס קומט אריין אויפן געדאנק איז דער מאמר חז"ל: תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו

קאמענטארען זענען איבעריג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אוהב ספרים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/menachemstark

פעטעציע האט שוין איבער 4000 לייקס!


8000!


שטעל דיך פאר ווען חסידים האבן ווען אינטערנעט ווי הויעך די פעטיציע וואלט ווען געהאלטן.... ;)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די משפחה האט געמאלדען א באלוינונג פון 25,000$ פאר ווער עס ברענגט אינפא
קאווע ברוטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:29 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך קאווע ברוטער »

אוהב ספרים האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב פון דעם רעדט [tag]אוהב ספרים[/tag] , אבער איך האב געהערט אז א מלמד האט מסביר געווען פאר די קינדער אז אזוי זעהט מען אויס ווען מען לויפט נאך געלט א גאנץ לעבען, ער האט געמאכט א פענסי בר מצוה און וואס איז יעצט געבליבען פון די פענסי בר מצוה, וכו'. אקיצער ער האט כמעט ווי געגעבן גערעכט פאר די רציחה פון דעם יונגערמאן.


טאקע דאס מיין איך, ער האט מיאוס אונטער געברענגט דעם יונגערמאן נאך לויף נאך גשמיות און געלט, און אויסגעפירט ווואס קען מען שוין ערווארטען פון אזא מהלך החיים
קודם כל וואס דאס איז שקר, אבער אפילו אז נישט דאס זאגט מען פאר 12 יעריגע תשב"ר אשר לא טעמו, די קינדער זענען אהיים געקומען כאילו עס איז נישט אזוי געפערליך וואס איז געשעהן

וואס קומט אריין אויפן געדאנק איז דער מאמר חז"ל: תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו

קאמענטארען זענען איבעריג

נו שוין עס ברענט אים די קנאה!!
זעיטס צאמצישטעלן אפאר דאללאר פאר אים ער זאל אויך קענען מאכן אזא בר מצוה וועט ער מסביר זיין כבד את ד׳ מהונך
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ראן קובי האקט יעצט אויפן פאוסט אז זיי זענען אנטיסעמיטיש ראסיסטיק
קורטיס סליווע רעדט פון שומרים
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

ממרום שלח אש האט געשריבן:קשה כשאול קנאה

ווער דארף דעם פאוסט ווען מיר האבן די זשואיש פרעס, די פאוסט זאגט כאטש אז זיי האלטן נישט אז ס'קומט אים מיתה, די זשואיש פרעס זאגט אז עס קומט אים א מיתה משונה...
http://www.jewishpress.com/news/breakin ... 014/01/06/


דערווייל קוקט אויס ווי די דזשואיש פרעס האבן אראפגענומען די ארטיקל פון זייער וועבסייט (אפשר טאקע צו פאררעכטן דעם לשון).
פאר די רעקארד, אפילו זיי האבן טאקע געשריבן געמיין, האבן זיי אבער נישט געשריבן אז עס קומט אים א מיתה משונה (זיי האבן זיך אויפגעטון אז זיי האבן אפי' געשריבן "ז"ל" אויף אים, און זיך געדארפט פארענטפערן דערויף), נאר אז נאכדעם וואס ער האט געליטן פון א מיתה משונה דארף מען זען ארויסצונעמען א מוסר השכל דערפון. אבער ווער בעט אים צו געבן מוסר-השכל'עך אויף יענעמ'ס חשבון, איבערהויפט יעצט ווען די בלוט קאכט נאך?
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

זיי מאכן אויך מוסר השכל'ס ווען א צה"ל חייל ווערט געשאסן צו טויט דורך א לבנון סולדאט?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

קאפי פעיסט:

אבל אשמים אנחנו!!!!

לאמיר איבערהיפן די ערשטע פאר שורות פון באוויינען דעם עצם מצב פון א טראגעדיע אז א יונגערמאן אין זיינע בעסטע יארן האט איבער געלאזט אויף די וועלט א שטוב מיט אכט יתומים, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אכט קינדער וואס בדרך הטבע וועלן זיי אין זייער גאנץ לעבן האבן א לאך אין הארץ, און זיך פארמעסטן מיט שוועריקייטן אין לעבן,

איז אבער אונטער געקומען די ווייטאגליכע אויפברויז אויפן פארדארבענע "פאוסט" מיט איר העסליכן ארטיקל, ווי דער ציבור האט אויסגעלאזט נעכטן דאס גאנצע כעס קעגן די רוצחים אויפן פאוסט.

עס איז א פלא און א ווינדער זעענדיג ווי די אפציעלע שטאטישע טאטע'ס פון צוויי סאטמארע צדדים וועלכע האבן פארנט פון די שטאטישע האל אויפגעטרעטן בפה אחת פארדאמענדיג די גרויסע חוצפה וואס דער פאוסט האט געהאט אזוי צו שרייבן קעגן אידן.

איין מינוט! ווי האט זיך דאס אנגעהויבן?, ווער האט משדך געוועהן דעם פאוסט צום היימישן ציבור?, ווי זענט איר געוועהן ווען מיט א היימישע מסירה איז אריין טעגליך ארטיקלען קעגן ארי' לייב גלאנץ?, און נידערמאן האט שוין גע'יובל'ט א וואך פריער פאר אז ס'קומט א גוט'ס....

ווי זענט איר געוועהן ווען דער פאוסט האט געשריבן קעגן יצחק ראזנבערג?, איז דאס געוועהן סתם העלמת עין אדער דירעקטע אינפארמאציע אריין געשיקט פון היימישע אידן?, דארט האבן אידן ליידער פיין הנאה געהאט אז אנדערע אידן ווערן באשמוצט.

אלע צדדים זענען געוועהן שטיל ווען דער פאוסט האט געשריבן קעגן ווילאמסבורג בפרשת נחמי' וועבערמאן, מ'האט נישט אנגענומען קיין מיטלען אים שטיל צו מאכן, ווייל יעדער האט געוואלט בלייבן ריין און זיך נישט פארשמירן די הענט, נו וואס שרייט איר?.

אלע פון ענק (אונז) האבן אריין געשלעפט דעם פאוסט צו אנזערע פאליטיק, און עס אפגעלעקט מיט הנאה, אט האט איר די תוצאות, און לאמיר נישט פארגעסן ווער איז געוועהן דער סאמע ערשטער היימישע איד וועלכע איז געגאנגען צו די פרעסע, דאס איז דער היינטיגער איש מכובד יאסל וואלדמאן.

אט די אלע וועלכע זענען געוועהן די עמלקים און אפגעקילט דעם פייער און אריין געברענגט דעם גוי'שן פאוסט צו אונזער ציבור אט זיי זענען שולדיג!!!

שטיי נישט אויף די טרעפ פון סיטי האול און וויין מיט קראקעדיל טרערן, שטיי אויף די טרעפ פון ארון קודש אין די סאטמארע שול'ן און בעט'ס איבער דעם ציבור פארן אריין שלעפן דעם פאוסט צו ענקער (אונזער) פאליטיק.

יא! אשמים אנחנו!
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

מיין עצה פאר פערלמוטער:
ממה נפשך, טאמער די פאליציי האט א וועג וויזוי צי קענען האבען באווייזען קעגען איינער וואס דינגט א מערדער, דאן איז דאך זיכער גוט,

אבער טאמער נישט, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז רציחה איז מותר טאמער מען ווייסט וויזוי עס צי טוהן, דאן איז זייער פשוט, טאמער שפירט ער אז זיי לאקערען נאך אים, דאן זאל ער דינגען א מערדער אויף יענעם אין יענעם ערמארדען, אין פטור אן עסק, הבא להרגך השכם להרגו, אין אפילו יעדער וועט וויסען אז ס'קען זיין אים וועט אבער קיינער נישט האבען קיין באווייזען,

ס'קען גאר זיין אז ס'איז א חיוב עס צי טוהן, אלץ הבא להרגך השכם להורגו, אין אינאיינוועגס זאל עס שוין זיין א נקמה פאר מנחם'ס פארגאסענע בלוט,

רבותי, טו העלל מיט די פאליציי, זיי זענען ביזי נאר אוועקצינעמען די וואפען פין דעם ארענטליכען המון, אין לאזען מאסען מערדער פריי אין די גאסען, מען גייט נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע הענט, ס'גייט זיך גיסען בלוט אויף אלע גאסען... רבותי לאמיר זיך באוואפענען. נפתלי, וויפעל גאסען זענען דא אין מצרים....
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

איידער נפתלי קומט מיט די תשובה...
נעם אין חשבון אז פילע פון אינז זענען נישט באוואפענט און עס דרייען זיך קינדער און פרויען אין די גאסען עס קען דא ווערן א שלאכטפעלד ווי ביי די אראבער,
מען ברויך קענען אנעמען דעם גזר דין מן השמים כדרך התורה עי' ערך נדב ואביהו, מיר זענען ניט קיין גוים.

ועוד הבא להורגך איז נישט געבויט אויף 'פאנאטאזיע' ממ''נ אויב ווייסט ער בבירור מסתמא ליגט שוין יענער אין די האנט פון די עף.בי.איי
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

חזקיהו המלך האט געשריבן:מיין עצה פאר פערלמוטער:
ממה נפשך, טאמער די פאליציי האט א וועג וויזוי צי קענען האבען באווייזען קעגען איינער וואס דינגט א מערדער, דאן איז דאך זיכער גוט,

אבער טאמער נישט, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז רציחה איז מותר טאמער מען ווייסט וויזוי עס צי טוהן, דאן איז זייער פשוט, טאמער שפירט ער אז זיי לאקערען נאך אים, דאן זאל ער דינגען א מערדער אויף יענעם אין יענעם ערמארדען, אין פטור אן עסק, הבא להרגך השכם להרגו, אין אפילו יעדער וועט וויסען אז ס'קען זיין אים וועט אבער קיינער נישט האבען קיין באווייזען,

ס'קען גאר זיין אז ס'איז א חיוב עס צי טוהן, אלץ הבא להרגך השכם להורגו, אין אינאיינוועגס זאל עס שוין זיין א נקמה פאר מנחם'ס פארגאסענע בלוט,

רבותי, טו העלל מיט די פאליציי, זיי זענען ביזי נאר אוועקצינעמען די וואפען פין דעם ארענטליכען המון, אין לאזען מאסען מערדער פריי אין די גאסען, מען גייט נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע הענט, ס'גייט זיך גיסען בלוט אויף אלע גאסען... רבותי לאמיר זיך באוואפענען. נפתלי, וויפעל גאסען זענען דא אין מצרים....


דוכט זיך, דאס האט גארנישט מיט אוועקנעמען וואפען.

זיי האבן אים ליידער דערמארדעט אן וואפען.
You must be the change you want to see in the world
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זלמן זאפיר האט געשריבן:קאפי פעיסט:

אבל אשמים אנחנו!!!!
לאמיר איבערהיפן די ערשטע פאר שורות פון באוויינען דעם עצם מצב פון א טראגעדיע אז א יונגערמאן אין זיינע בעסטע יארן האט איבער געלאזט אויף די וועלט א שטוב מיט אכט יתומים, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אכט קינדער וואס בדרך הטבע וועלן זיי אין זייער גאנץ לעבן האבן א לאך אין הארץ, און זיך פארמעסטן מיט שוועריקייטן אין לעבן,
איז אבער אונטער געקומען די ווייטאגליכע אויפברויז אויפן פארדארבענע "פאוסט" מיט איר העסליכן ארטיקל, ווי דער ציבור האט אויסגעלאזט נעכטן דאס גאנצע כעס קעגן די רוצחים אויפן פאוסט.
עס איז א פלא און א ווינדער זעענדיג ווי די אפציעלע שטאטישע טאטע'ס פון צוויי סאטמארע צדדים וועלכע האבן פארנט פון די שטאטישע האל אויפגעטרעטן בפה אחת פארדאמענדיג די גרויסע חוצפה וואס דער פאוסט האט געהאט אזוי צו שרייבן קעגן אידן.
איין מינוט! ווי האט זיך דאס אנגעהויבן?, ווער האט משדך געוועהן דעם פאוסט צום היימישן ציבור?, ווי זענט איר געוועהן ווען מיט א היימישע מסירה איז אריין טעגליך ארטיקלען קעגן ארי' לייב גלאנץ?, און נידערמאן האט שוין גע'יובל'ט א וואך פריער פאר אז ס'קומט א גוט'ס....
ווי זענט איר געוועהן ווען דער פאוסט האט געשריבן קעגן יצחק ראזנבערג?, איז דאס געוועהן סתם העלמת עין אדער דירעקטע אינפארמאציע אריין געשיקט פון היימישע אידן?, דארט האבן אידן ליידער פיין הנאה געהאט אז אנדערע אידן ווערן באשמוצט.
אלע צדדים זענען געוועהן שטיל ווען דער פאוסט האט געשריבן קעגן ווילאמסבורג בפרשת נחמי' וועבערמאן, מ'האט נישט אנגענומען קיין מיטלען אים שטיל צו מאכן, ווייל יעדער האט געוואלט בלייבן ריין און זיך נישט פארשמירן די הענט, נו וואס שרייט איר?.
אלע פון ענק (אונז) האבן אריין געשלעפט דעם פאוסט צו אנזערע פאליטיק, און עס אפגעלעקט מיט הנאה, אט האט איר די תוצאות, און לאמיר נישט פארגעסן ווער איז געוועהן דער סאמע ערשטער היימישע איד וועלכע איז געגאנגען צו די פרעסע, דאס איז דער היינטיגער איש מכובד יאסל וואלדמאן.
אט די אלע וועלכע זענען געוועהן די עמלקים און אפגעקילט דעם פייער און אריין געברענגט דעם גוי'שן פאוסט צו אונזער ציבור אט זיי זענען שולדיג!!
שטיי נישט אויף די טרעפ פון סיטי האול און וויין מיט קראקעדיל טרערן, שטיי אויף די טרעפ פון ארון קודש אין די סאטמארע שול'ן און בעט'ס איבער דעם ציבור פארן אריין שלעפן דעם פאוסט צו ענקער (אונזער) פאליטיק.
יא! אשמים אנחנו!

[tag]זלמן זאפיר[/tag]/ האסט נאך נישט גע'לייק'ט מיין אשכול וואס איך האב געשריבען לכבודך.
דא האסטו
"דער צימעס איד"
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:איידער נפתלי קומט מיט די תשובה...
נעם אין חשבון אז פילע פון אינז זענען נישט באוואפענט און עס דרייען זיך קינדער און פרויען אין די גאסען עס קען דא ווערן א שלאכטפעלד ווי ביי די אראבער,
מען ברויך קענען אנעמען דעם גזר דין מן השמים כדרך התורה עי' ערך נדב ואביהו, מיר זענען ניט קיין גוים.

ועוד הבא להורגך איז נישט געבויט אויף 'פאנאטאזיע' ממ''נ אויב ווייסט ער בבירור מסתמא ליגט שוין יענער אין די האנט פון די עף.בי.איי


וואס עפעס טאמער האבען זיי נישט קיין קלארע באווייזען וואז זיי קענען ווייזען אין געריכט, קענען זיי וויסען בבירור ביז מארגען נאכען קוגעל,

אין נדב ואביהו זענען נישט געהארגעט געווארען דורעך א געדינגענעם מערדער, מיש נישט קיין הודו מיט כוש,

טאמער קען די פאליציי נישט סאלווען די קעיס דארף מען עס אליינס סאלווען, מען טאר נישט לאזען יודיש בלוט זיך גיסען אויף אלע גאסען,

די רעדסט פין ע"פ תורה, ע"פ תורה דארף מען נעמען א גאן אין שיסען ווער עס שטייט אונטער דעם, אים דורעכלעכערען דעם גוף ביז ס'וועט שוין נישט זיין וואס צי שיסען, דאס איז ע"פ תורה, אין אוואדאי ווען ס'דא א חשש אז ער איז נאך נישט פארטיג,

אין חוץ פין דעם איז דא קלארע סטאטיסטיק אז ווי די המון איז באוואפענט איז קריים נידריג, (יא טאקע מער טויטע פין גאן'ס אבער נאך אלעם איז קריים נידריגער, כאילו טויטע פין מעסער'ס איז בעסער... ס'איז א ספין פין די אנטי גאן מידיא), אנדרעש איז אין פלעצער ווי אין ניו יארק ווי נאר די באנדיטען זענען באוואפענט,

כ'האלט קלאר אז שומרים וואלט געדארפט זיין געהעריג באוואפענט מיט סעמי אוטומאטיקס, אין אזוי אויך יעדע ראש המשפחה, די גאנצע וואס די פאליציי קען איז שרייבען פאליס ריפארטס אין אפילו דאס ווילען זיי נישט אלעמאל, ווייל מען דארף דאך האלטען קריים נידריג...... א ביליגע וויץ

טויט פאר די מערדער,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

חזקיהו, רעד נישט אזוי סאך. טוה למעשה.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

די מערדער'ס קומען אין א עמבאש אין כאפן אין א סופרייז זייער קרבן
מען האט פין געווער גארנישט אז מען איז נישט געראכטן פאר א אקציע איז זייער שווער זיך ארויס צי דרייען פין געלערנטע רוצחים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארווערטס שרייבט א שארפע ארטיקעל
http://forward.com/articles/190402/judg ... -just-his/
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

מען דארף טיען השתדלות
קלאר אז די סארט אידען וואס האלטען אז זיי קענען אפי' עפ"י ספק זיין א טארגעט אזא איינער איז על פי הלכה מחויב צי טראגען א גאן אפילו אין שבת קודש
און בכלל להמון עם געזאגט, יעדער בחור און מיידעל יעדער יונגערמאן און ווייבעל וואלט געדארפט זיך גיין לערנען "סעלף דיפענץ" עס איז זייער גרינג צי קענען פראטעקטען פון איבערפאלער
דאס קען ציניץ קימען סיי ביי א רויבעריי און סיי ביי א מאלעסטעריי און כש"כ ביי רציחה
זאלען די גויים וויסען אז מען קען נישט אזוי גרינגערהייט באפאלען א איד

עס דערמאנט זיך מיר דעם קאמישער עפיזאר ווען איך בין געווען אמאל אין לאנדאן און א שווארצער גוי האט באפאלען א אידישע פרוי און איר בארויבט ווען ארים איר זענען געשטאנען 7 8 יונגעלייט און אויסער שרייען האבען זיי נישט געוויסט ווי אזוי מען הייבט הענט
דער גוי האט מיט א שמייכעל געטין זיין שמיציגער ארבעט און די יונגעלייט זענען געשטאנען ווי דערשראקענע פרעש

ניין זאל דער גוי זיך אבאך געבען פון אינז
זאל א אידישע פרוי מיט א שפיצעל און שווארצע זאקיס דערלאנגען א געזינטער קאראטי זעץ פאר א רויבער און ער זאל מיזען האספילייזט ווערען דערפין!
זאל איין איד דערשיסען א גוי ביי א האדלאפ !
און מען וועט קענען שפארען די גאנצע שומרים ס'וועט מער נישט אויספעלען
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

רבותי, מער ווי צוויי און צוואנציג הונדערט מענטשן האבן שוין חרוב געמאכט דעם פאוסט מיטן רעיטן איין שטערנדל און באשמיצן דעם צייטונג. זייט נישט קיין פורש מן הציבור! דאונלאודס דעם עפפ, מאכט זיכער עס נישט צו אויסמעקן פאר 48 שעה, און גיסט פעך און שוועבל וכל טוב סלה. די כלליות'דיגער רעיטינג האלט יעצט ביי צוויי שטערנדלעך, ווי נאר ס'קומט אן צו איין, זענען זיי אראפ פונעם עפפ סטאר.
לויפט אין די מאסן, שרייט אין די גאסן, מיר האבן א געלעגענהייט- לאמיר נישט פארפאסן!
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

ראשעקאל האט געשריבן:פארווערטס שרייבט א שארפע ארטיקעל
http://forward.com/articles/190402/judg ... -just-his/



בכלל נישט א שארף ארטיקל
א געמיין ארטיקל פארן געבן גערעכט פארן פאסט

יאנקעל מילער איז אמאל געווען אין בית החיים אין ער האט געזעהן שטיין אויף א יעדע מציבה פה נטמן הצדיק הקדוש וכו.
האט ער געפרעגט צי פארברעכער'ס שטארבן נישט ?!

מען קען מיינען אז דער גרעסטער פארברעכער איז יעצט געשטארבן ווייל אזא העדליין איז נאך נישט געווען אין די היסטאריע אויף קיין מענטש
(אפשר אויף בין לאדין )

שטעלט ענק פאר ווען אין איראן שטארבט א איד אין די טאג צייטנוג קומט ארויס מיט אזא שרייעדיגע העדליין
וואס דער פארווארטס וואלט דעמאלס פארפירט

ס'איז פשוט אן איבלעריי ווי זשורנאלניזים איז אנגעקומען אין מענטשן קענען נאך זיי גיבן גערעכט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אפטעמיסט האט געשריבן:רבותי, מער ווי צוויי און צוואנציג הונדערט מענטשן האבן שוין חרוב געמאכט דעם פאוסט מיטן רעיטן איין שטערנדל און באשמיצן דעם צייטונג. זייט נישט קיין פורש מן הציבור! דאונלאודס דעם עפפ, מאכט זיכער עס נישט צו אויסמעקן פאר 48 שעה, און גיסט פעך און שוועבל וכל טוב סלה. די כלליות'דיגער רעיטינג האלט יעצט ביי צוויי שטערנדלעך, ווי נאר ס'קומט אן צו איין, זענען זיי אראפ פונעם עפפ סטאר.
לויפט אין די מאסן, שרייט אין די גאסן, מיר האבן א געלעגענהייט- לאמיר נישט פארפאסן!

דעם מינוט אראפ צו איינס און א האלב שטערנס!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

חזקיהו המלך האט געשריבן:מיין עצה פאר פערלמוטער:
ממה נפשך, טאמער די פאליציי האט א וועג וויזוי צי קענען האבען באווייזען קעגען איינער וואס דינגט א מערדער, דאן איז דאך זיכער גוט,

אבער טאמער נישט, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז רציחה איז מותר טאמער מען ווייסט וויזוי עס צי טוהן, דאן איז זייער פשוט, טאמער שפירט ער אז זיי לאקערען נאך אים, דאן זאל ער דינגען א מערדער אויף יענעם אין יענעם ערמארדען, אין פטור אן עסק, הבא להרגך השכם להרגו, אין אפילו יעדער וועט וויסען אז ס'קען זיין אים וועט אבער קיינער נישט האבען קיין באווייזען,

ס'קען גאר זיין אז ס'איז א חיוב עס צי טוהן, אלץ הבא להרגך השכם להורגו, אין אינאיינוועגס זאל עס שוין זיין א נקמה פאר מנחם'ס פארגאסענע בלוט,

רבותי, טו העלל מיט די פאליציי, זיי זענען ביזי נאר אוועקצינעמען די וואפען פין דעם ארענטליכען המון, אין לאזען מאסען מערדער פריי אין די גאסען, מען גייט נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע הענט, ס'גייט זיך גיסען בלוט אויף אלע גאסען... רבותי לאמיר זיך באוואפענען. נפתלי, וויפעל גאסען זענען דא אין מצרים....


ער דרייט זיך ארום מיט גאורדס,
אין פראנט פון די אפיס
פארשפארט