די קינדער מאכן פורים פון פרעה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

די קינדער מאכן פורים פון פרעה

שליחה דורך shem-tov »

פאריגע וואך האמיר געלערנט איבער פרעה אז ווען ער איז געקומען צו לויפן זוכן משה, ווען ער האט שוין געזעהן אז סאיז געהאקטע צרות האט ער זיך ארויסגעלאזט בכבודו ובעצמו אין יודישן קווארטעל און זיך גענומען זוכען משה רבינו.

דער עפיזאד פון די הייליגע תורה איז מיר זייער אינטערסאנט. קודם פון ווי קומט עס צו קליינע יודישע קינדערלעך חוזק צו מאכן פון דעם גרויסען פרעה מלך מצרים. פון ווי האבן זיי גענומען די גאטס דער זעלבער קעניג האט דאך עטליכע יאר צוריק גוזר געווען אזעלעכע גזירות רעות טאקע אויף קליינע קינדער. און בכלל איז דאס דען געווען אויסגעהאלטן אים אויפצוהאלטן בשעת ער זאגט שוין אז ער וויל זיי ארויסלאזן פון מצרים, און וויפיל שעות ליצנות און געשפאט פלעגט פארקומען אין יודישע שטיבער אויף פרעהס חשבון אז די קינדער זאלן טאן אזא זאך. האבן זיך די יודן דאס געטרויט צו טאן

וואס וואלט מען ווען היינט געזאגט אויף אזא מין זאך.וואס טוט זיך מיט דינא דמלכותא און געבן כבוד פאר א קעניג. די אויפגעקלערטע וואלטן געזאגט מען דארף דאך אים פארשטיין. די יודן האבן אים פרובירט אונטערצוברענגן ער איז נישט אזוי געפערלעך

אויך זעהט מען אז אביסל הומער האט אונז אלעמאל באגלייט אפי אין די שווערסטע גלות'ן. בקיצור מען דארף אויך פארשטיין צו די קליינע פיר יעריגע האבן דאס געטאן פון זייער אייגענער ווילן אדער די עלטערע זענען געשטאנען אונטער זיי. איינער קען דא לערנען איינער ווייסט ביטע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר