כולנו למערכת מיליאן דאללער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

כולנו למערכת מיליאן דאללער

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]מען האט צוזאמגערופן אלע עסקנים, שוויצערס פאליטיקאנטן און מידיע פערסענאל און מען האט געמאכט א פרעסע קאנפרענס.

און וואס האט מען געזאגט ביי די פרעסע קאנפערענס?

אז מען האט געהעכערט די באלוינוג פון צען טויזענט דאללער צו פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער, פאר ווער עס וועט ברענגען עפעס אינפארמאציע צו העלפן כאפן די גרויזאמע מערדער.

רבותי איך שעם זיך, בושה תכסה פני!! דאס איז דאס בעסטע וואס מיר קענען?? נעבעכדיגע פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער??? פאר דעם אפגעריבענע מטבע מיינט איר אז איינער וועט זיך פארטשעפען מיט די אונטער וועלט און ארויסגעבן סודות פון חדר??
וואס וועט דער יעניגער טוען מיט פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער? באצאלן זיין קאן עדיסען בילל פאר א יאר? אדער אפשר דינגען שומרי ראש פאר צוויי וואכען?

איך האב חלילה נישט קיין טענות אויף זיין משפחה. זיי טוען מעבר ליכולתם אין די אומשטענדן. זיי האבן יעצט פארלוירן זייער ברויט געבער און האבן נעבך נישט גארנישט אויסער חובות. אבער מרא דבשמיא לא אלמן ישראל אידן פארמאגן נאך א הערשל שרייבער אן אליעזר קעסטנבוים און א טוץ באדאנסקיס. אין וועלכע מייזן לעכער זענען זיי אריינגעלאפן.

מען זעט דארט אויפן בילד פונעם פרעסע קאנפערענס (די ערשטע) נגידים עשירים וואס קענען אן א בלינק מיטן אויג אויסשרייבן א טשעק פון הונדערט טויזענט דאללער אדער מער.
רעב איד, אנשטאט זיין ביזי מיט דעם עקעלדיגן פאוסט, טוה צו דער זאך, נוץ דיין קאפ און געלט פאר זאכן וואס קענען אולי ברענגען די ריכטיגע שולדיגע צו פאראנטפארטליכקייט. אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט עפעס א עפפ פון דער פאסט אויף גאאגל.

וויליאמסבורג באדט זיך אין עשירים. לייג צו בארא פארק און מען האלט שוין ביי א הונדערטע מיליאנען. וויליאמסבורגע ברידער און בארא פארקע קאזינס קענט איר נישט ווייזען אביסל ברידערשאפט?? עפענט אייער קעשענע, לאזט אייך הערן מיט קול ברמה אז מיר זענען דא עד הסוף און מיר מיינען עס ערענסט. לאמיר אוועקשטעלן א פרס פון הונערט טויזענט דאללער, א פערטעל מיליאן דאלעער, א האלב מיליאן דאללער, נומערען וואס רעדט צו די וועלט, נומערן וואס שרייען צו די פרעסע, נומערן וואס וועלן שיקן א מעסעדזש פאר פארברעכער אז מיר זענען דא און מיר מיינען עס ערענסט.

נישט פארגעסן אז די גאנצע עסק דא גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש ממש. דא שטייט א אינגערמאן, דער שותף, מיט די נשמה אין די האנט, ארומגענומען מיט שומרים און שכירי חרב. ער ציטערט פאר זיין לעבן.

מיר ברידער ברויכן אים שטיין צו די האנט אין העלפן און נויט. איר הערט הרב געשטעטנער? איר הארכט הרב ראלינצקי? עס האנדלט זיך מיט איינער וואס איז באדראעט מיט זיין לעבן!! שפאנט איין אייער פראפאגאנדע מאשין און פאנגט אן שאפן אוצרות!!

לאמיר ווייזען אז אידיש בלוט איז נישט הפקר אפילו ווען עס מיינט דאללערס און סענטס.

כולנו למערכת מיליאן דאללער!!!![/justify]
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

געקלערט דאס זעלבע. ס'איז זייער א נארישע סומע געלט. דער אונטערוועלטניק האבן מער געלט צו צאלן פאר דער וואס ווייסט עפעס אז יענע זאלן ''נישט'' זאגן.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

קען זיין אז די גבירים רופען זיך נישט אן אויס מורא פון נקמה אקציעס, קעגן זיי, פון די מאפיע.
קעגן די פאוסט קען מען נאך פירען א מערכה, אבער קעגן די אונטערוועלט?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

טויזענט אין איין פרוצענט גערעכט, פינף אין צוואנציג טויזענט דאללער איז א געלעכטער,
ניטאמאל קיין געלעכטער, מיין גראסערי ביל קומט שוין באלט אן צו דיר נומבער'ס,
אבער איך האלט אז טענות קען מען נישט האבן צופיהל צו המון עם נגידים,
די נפטר דארף צו זיין א גרויסע נגיד אין לכאורה אזוי אויך די שותף, פארשטיי איך אז די משפחה אין שותף וואלטן זיך געמעקט אנרופן מיט כ''א כסלו נומבערן ווי איידער נומבערן וואס מ'הערט אין א געלציאנע קלויז
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די פרעסע קאנפרענץ איז פאר פובליסיטי, די משפחה/נידערמאן האט געוואלט מודיע זיין פאר די פרעסע גוטע זאכן אויף ר' מנחם אז די מידיא זאל עס באריכטן, מ'דארף אבער א סיבה זיי צאמצורופן האט מען געזאגט מ'העכערט די סכום, די מטרה איז אבער די פובליסיטי נישט די געלט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

איך גלויב אז די גבירים וועלן טון עפעס אנדערש מיט די געלט, נעמליך אויסלייזן הרב פערלמוטער פון זיין חוב, ער זאל פטור ווערן פון די חברה און מען זאל אים מער נישט נאכלויפן.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

סאיז זיכער דא נאך גוטע סיבות פארוואס מען קען זיך נישט אזוי
צולאזן. שטעל אייך פאר אויב מ'אפערט א מיליאן דאלער וואסערע קאפי קעטערס דאס קען אלץ אטרעקען.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אז דער שותף האט מורא פאר זיין לעבען, מיינט אז ער ווייסט ווער און וואס. און וואס קען ער טוהן?

ווען די טרעפסט דער שליח וועט עס נישט העלפען דער שותף קיין כי הוא זה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אז מען טרעפט דעם שליח האט דאס שטארקע שאנסן צו פירן צום משלח.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

הרב בנימין, איך האב עטליכע שאלות:
האסט געמאכט א סוירטש נאך וויפיל פראצענט מארדן עס ווערט בכלל ארויסגעשטעלט א ריווארד פון די משפחה?
ווען יא, האסטו געטשעקט וופיל עס איז די עוורידזש ריווארד וואס מען זאגט צו? 5, 10, 25, 50 אדער 100 טויזנט?
און אפשר הייבט מען אן מיט איין סומע און שפעטער גייט מען ארויף העכער?
און אפשר האט מען צוזאמגעשטעלט צען מאל אזא סומע אבער מען ניצט עס פאר אנדערע צוועקן, ווי פריוואטע אינוועסטיגעיטארס, העלפן פערלמוטער בלייבן ביים לעבן, וכדומה?
און האסט נאכגעקוקט צי ריווארדס העלפט בכלל? אפשר איז 25K איבערגענוג, ווייל ממה נפשך, פון די אונטערוועלטניקעס אדער די וואס האבן א יד דערין וועט קיינער זיך לכאורה נישט אנרופן אפילו פאר א האלב מיליאן דאלאר, אלא מאי האפט מען איינער וואס איז א זייטיגער מענטש און האט עפעס פונקט געזען אדער פארדעכטיגט, און יענער וועט פאר 25 טויזנט דאלאר אויך קומען זאגן.
אבער ניין, די אלע חשבונות מאכט מען נישט און איך בין חושד אז דו ווייסט נישט דעם ענטפער אויף קיינע פון די פראגעס, נאר אנשטאט דערקלערט מען אז מ'דארף האבן מוראדיגע בושות און זיך ממש שעמען אז מען האט ארויסגעלייגט א ריווארד פון 25K. איך בין זיכער אז מיר דא זענען סאך מער באזארגט און ווילן כאפן דעם מערדער ווי די משפחה וואס האט געמאכט דעם באשלוס! ממילא קום, לאמיר זיי קריטיקירן! רבונו של עולם, וואס איז די גרויסע תאוה צו טרעפן קריטיק? און גיי פארשטיי וואס אזויפיל זענען נאך ממש פארגאפט פון דעם מוראדיגן גוטן נקודה!
נאך איין ווארט: איך מיין אז אויב וואלט מען דערקלערט א "מיליאן דאלאר" באלוינונג פאר דעם וואס ברענגט אינפא, וואלט געווען א פארקערטע אשכול: "נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ ווי צו שפענדן א מיליאן דאלער!" און מ'וואלט געשאלטן אז "אוודאי האב איך נישט קיין טענות אויף די פארווייטאגטע משפחה, אבער פאר שטותים זע איך קען מען צאמשטעלן אוצרות געלט, אבער נישט פאר אלע אנדערע וויכטיגערע פראבלעמען."
אויב איינער האט ב"ה א געזונטן סענס אוו הומאר אדער סענס אוו קריטיק זאל ער עס ניצן פאר בעסערע צוועקן און דארט וואו עס קומט אריין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הילל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

shem-tov האט געשריבן:סאיז זיכער דא נאך גוטע סיבות פארוואס מען קען זיך נישט אזוי
צולאזן. שטעל אייך פאר אויב מ'אפערט א מיליאן דאלער וואסערע קאפי קעטערס דאס קען אלץ אטרעקען.


זיי מסביר. א מענטש וועט גיין אונטערשטעלן א מארד כדי אז ווען מען וועט עס אויספארשן זאל ער אפירקומען מיט די אינפארמאציע אויף זיינע שליחים צו קענען באקומען די מיליאן דאלער? און ביים טרייעל וועט ער דינען ווי דער הויפט עדות קעגן זיי, ווען מען וועט אים פרעגן מנא לך? פון וואו נעמסטו דיין אינפארמאציע? וועט ער גראד ענטפערן, וואס הייסט פון וואו, איך האב דאך זיי אליין געשיקט!
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

דעת תורה האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:סאיז זיכער דא נאך גוטע סיבות פארוואס מען קען זיך נישט אזוי
צולאזן. שטעל אייך פאר אויב מ'אפערט א מיליאן דאלער וואסערע קאפי קעטערס דאס קען אלץ אטרעקען.


זיי מסביר. א מענטש וועט גיין אונטערשטעלן א מארד כדי אז ווען מען וועט עס אויספארשן זאל ער אפירקומען מיט די אינפארמאציע אויף זיינע שליחים צו קענען באקומען די מיליאן דאלער? און ביים טרייעל וועט ער דינען ווי דער הויפט עדות קעגן זיי, ווען מען וועט אים פרעגן מנא לך? פון וואו נעמסטו דיין אינפארמאציע? וועט ער גראד ענטפערן, וואס הייסט פון וואו, איך האב דאך זיי אליין געשיקט!


ער מיינט צו זאגען אז אויב מ'זעט אז פאר קידנעפינג איז דא געלט ,וועט מעט מען קידנעפען לשם ממון.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

קורטיס און קובי ווינדערן זיך אויך אויף אזא קליינע געלט אפפער. "די סאטמאר'ס האבן נישט מער פון 25000 ?"
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך דיסאגרי סאיז א שאד אויסצוגעבן אידיש געלט אויף אזעלכע זאכן יעדע איבריגע פעני פון כלל ישראל דארף אצינד גיין פאר צו בויען כיפין על גבי כיפין אין בית שמש
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

הילל האט געשריבן: ממילא קום, לאמיר זיי קריטיקירן! רבונו של עולם, וואס איז די גרויסע תאוה צו טרעפן קריטיק?
.

און מרא דבשמיא וואס איז דאס די גרויסע תאוה פון פארענטפערן יעדע שאטן פון קריטיק מיט פיפציג ואפשר'ס, אפשר אזוי און אפשר אזי.

און גיי פארשטיי וואס אזויפיל זענען נאך ממש פארגאפט פון דעם מוראדיגן גוטן נקודה!

קיינער איז נישט פארגאפט און קיינער זאגט נישט אז עס א מוראדיגן נקודה סך הכל איז מען מעורר א נקודה אויב איר האלט אנדערש דינגט אייך בכבוד רב.
ווי איך זע יעצט בשם ישמעאל כהן גדול זענען די צווי ריזן קורטיס און קובי אויף מיין זייט.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:און מרא דבשמיא וואס איז דאס די גרויסע תאוה פון פארענטפערן יעדע שאטן פון קריטיק מיט פיפציג ואפשר'ס, אפשר אזוי און אפשר אזי.


איך האב געזאגט צען ואפשר'ס אזוי און אזוי, אז איך ווייס נישט וועלכע פון זיי איז ריכטיג, אבער אויב נאר איינע פון זיי איז אמת איז שוין נישטא קיין פלאץ פאר דעם קריטיק. אבער דו האסט איגנארירט די אלע ואפשר'ס און אנגענומען איין מסקנא בלינדערהייט, און נאך דערמיט קריטיקירט א פארווייטאגטע משפחה. דאס איז טאקע מיין פוינט.

ווי איך זע יעצט בשם ישמעאל כהן גדול זענען די צווי ריזן קורטיס און קובי אויף מיין זייט.

און אפשר קען מען נוצן קורטיס און קובי'ס ווערטער אלץ נאך א סיבה נישט צו מעלדן קיין ריזיגע באלוינונגען. זיי פרעגן "די סאטמאר'ס האבן נישט מער פון 25000 ?", אבער אפשר דארף מען טאקע נישט פערפעטשועיטן די סטיריאטייפ ווי גלייך מיר קענען זיך ווארפן מיט מיליאנען... און אפשר אויב די משפחה וועט ארויסלייגן א מיליאן דאלאר וועט מען סארקאסטיש פרעגן פארואוס מ'באצאלט נישט עטליכע אפענע בילס פון דעם נפטר?...
טאקע שוין ווייטער מיט די ואפשר'ס, אבער די פוינט איז אלעס האט צוויי זייטן און מען דארף נישט דוקא זוכן די קריטיקירנדע זייט.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

די פאמיליע האט יעצט געהעכרט די באלוינונג פאר ווער עס וועט פירן צום ארעסט פון די שולדיגע צו 49 טויזענט דאלער.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

איך האב גראדע געהאפט אז די משפחה וועט זיך נישט אויפרייסן מיט צו א גרויסע סומע.

עס קען קלונגען שלעכט ווען יעדער איז יעצט פארנומען מיט געלט, וויפיל געלט ער האט געהאט און וויפיל חובות ער האט געהאט און וויפיל געלט ער האט גערויבט פון די נעבעכדיגע טענעטס, עס איז נישט קיין צייט צו ווארפן מיט סכומים וואס שטעכן אויס די אויגן. וואס וועט ווייזן אז בעצם האבן די חסידים/משפחה געלט גענוג און נאך ווען עס קומט צו זייערע זאכן.

מיליאן דאלער וואלט געווען א שלעכטע מאוו.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

וואלט מען געקענט עס מאכן ווי א קאמיוניטי זאך אז גאנץ וויליאמסבורג צוזאמען שטעלט צוזאם א מיליאן דאלער
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

עס האלט יעצט ביי 72 טויזענט דאלער
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

הייסט עס אז איינע פון די פריערדיגע "ואפשר'ס" זענען געווען דער תירוץ:

און אפשר הייבט מען אן מיט איין סומע און שפעטער גייט מען צוביסלעך ארויף העכער?
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אדער אפשר נאכן זעהן די הוספה פון טיפס ווען די ריווערד איז ארויף צו פינעף און צוואנציג טויזענט האבן זיי באשלאסן צו העכערן נאך מער.
אדער אפשר האבן זיי געהערט אדער געליינט (דעם ארטיקל) וועגן דעם תועלת פון העכערן דעם פרייז.

אז מען רעדט שוין פארשטיי איך נישט פרענקלין פארן דיר נישט אריינגעבן מנה אחת אפים און מיינע אויגן האסטו דא אויפגעבויט א שטרוי מאן און נאכדעם אטאקירט פרענקלין על לא דבר (ממש מעשה בדחן ז"ל).

בענדזשעמין האט קלאר און דייטליך געשריבן אז ער רעדט בכלל נישט פון די משפחה:
[justify]
איך האב חלילה נישט קיין טענות אויף זיין משפחה. זיי טוען מעבר ליכולתם אין די אומשטענדן. זיי האבן יעצט פארלוירן זייער ברויט געבער און האבן נעבך נישט גארנישט אויסער חובות. אבער מרא דבשמיא לא אלמן ישראל אידן פארמאגן נאך א הערשל שרייבער אן אליעזר קעסטנבוים און א טוץ באדאנסקיס. אין וועלכע מייזן לעכער זענען זיי אריינגעלאפן.
[/justify]
ער שרייבט קלאר אז ער רעדט צו די נגידים פון כלל ישראל.

קומט דער הלל און שרייבט:
איך בין זיכער אז מיר דא זענען סאך מער באזארגט און ווילן כאפן דעם מערדער ווי די משפחה וואס האט געמאכט דעם באשלוס! ממילא קום, לאמיר זיי קריטיקירן! רבונו של עולם, וואס איז די גרויסע תאוה צו טרעפן קריטיק?

כאילו איינער האט דא גערעדט פונעם משפחה!

איין מאל וואלט איך פארקוקט אבער דער הלל איז מוסיף חטא על פשע מיטן חוזר ושונה זיין משנתו א פאר תגובות נאכדעם:
אבער דו האסט איגנארירט די אלע ואפשר'ס און אנגענומען איין מסקנא בלינדערהייט, און נאך דערמיט קריטיקירט א פארווייטאגטע משפחה. דאס איז טאקע מיין פוינט.

העללאו ווער רעדט דא פונעם משפחה?
אנבעליוועבעל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

פון דיין לשון, יתרו, קוקט אויס אז מיין תגובה האב דיך ממש אויפגעשטורעמט, ממילא וויל איך דיך שוין איבערבעטן פאר מיין תגובה וואס איז געווען זייער נאריש אין דיינע אויגן. אויך וויל איך איבערבעטן הרב פרענקלין, אויב האט אויסגעקוקט ווי כ'האב געהאט טענות על לא דבר.
(און יעצט אז וועסט איבערקוקן מער רואיג, וועסטו אפשר אויך זען אז די קשיא איז נישט אזא שטארקע, ווייל איך האב ארויסגעברענגט די פוינט אז בעצם קען זיין צען ואפשר'ס פארוואס מען האט בכלל אנגעהויבן מיט א קליינע סומע, וואס למעשה האט דאס די משפחה געטון, ממילא אויב איינער האלט אז עס איז אזוי קריטיש וויכטיג און טענה'ט פארוואס מ'טוט עס נישט, איז עס דאך אויטאמאטיש א טענה אויך קעגן די משפחה וואס האט געמאכט דעם באשלוס.)
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
פארשפארט