ספר ליקוטי תורה טשערנוביל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2730
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

ספר ליקוטי תורה טשערנוביל

שליחה דורך דולה ומשקה »

הקדמה:

דער ספר 'ליקוטי תורה' כשמו כן הוא ילקוט מדברי תורתו פון הה"ק רבי מרדכי מטשערנוביל זצ"ל איז געדריקט געווארען אין טשערנוביץ בשנת תר"כ לפ"ק.
דער ספר איז געווארען געדריקט דורך רבי משולם יצחק זוסיא יצחק פון טלאמאטש בן רבי מיכל'ע מקירמא, אייניקעל פון רבי יעקב ישראל מטשארקאס.
דער ספר איז געווארען געדריקט געווארען דריי און צוואנציג יאר נאך דער פטירה פון רבי מרדכי מטשערנוביל. לויט ווי עס זעהט אויס האט דאס רבי מדרכי מטשערנוביל נישט געשריבען, נאר דאס האט תלמידיו ושומעי לקחו געשריבען, אבער דאס אליינס פארלאנגט א שטיקעל באריכות, וויבאלד מיר זעהן אראפ ברענגען אין טריסקא און טאלנא ספרים "כתבי אאמו"ר" צו דאס איז אריין אין דעם 'ליקוטי תורה' אדער נישט.

למעשה דער ספר האט נישט די הסכמה פון די טשערנובלע קינדער, מיטן אויסרייד היות דאס איז געדריקט געווארען אין גאליציע. ס'איז א חידוש. עס פארמאגט די הסכמות פון הרה"ק צאנז סאדיגורא און יאס.

ס'מיר א שטיקעל פליאה איבער דאס נאכזאגען חידו"ת פון דעם ספר ביי די טשערנובלע אייניקלעך (איך רעד נישט פון בעלי מלקטים).

לדוגמא ס'דא דער ספר "פתגמין קדישין" דברות וכו' כ"ק [מסקווירא] שליט"א" שנת תשס"ט. ער האט יענעם יאר בכלל נישט דערמאנט קיין איין דבר תורה פונעם "ליקוטי תורה" הלא דבר הוא,דער מדובר איז דאך פון רבי מרדכי טשערנובלער, איין איינציק מאהל וואס ער האט יא דערמאנט איז אין פרשת בא "כ"ק אאמו"ר זצוקללה"י בשם מרן המגיד מטשערנאביל זצוקללה"ה על הפסוק קדש לי כל בכור וכו'" דער 'תורה' שטייט נישט און דער 'ליקוטי תרה'. יא נאך צוויי מאל ווערט דארט דערמאנט אזוי: דער טוריסק'ער מגיד מביא בשם דער טשערנאבילער מגיד (עי' דף שיח, תקז).

האב איך געמיינט אז דאס איז א איין מאל'דיגע זאך עפעס איין יאר האט אזוי פאסירט, אבער אודך, פתגמין קדישין תש"ע דער זעלבע זאך - דער ספר 'ליקוטי תורה' איז נישט צום געפונען, דער זעלבע תורה אויף 'קדש לי כל בכור וכו' שטייט דא נאך אמאהל, דער זעלבע תורה פון דער טוריסק'ער מגיד.
אבער איין זאך איז צוגעקומען דאס איז און פרשת צו, ווי ער זאגט נאך פונעם 'אור לשמים', און אינצווישען לייגט ער צו וכמו שאמר המגיד מטשערנאביל וכו', דער מו"ל לייגט צו דער מראה מקום: כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה בשם כ"ק המגיד מטשערנאביל, וכעי"ז בספר אור המאיר. הייסט דאס איז אויך נישט פון דער 'ליקוטי תורה'.

פאר עטליכע יאר צוריק איז געדריקט געווארען א ספר בשם 'דברות קודש' פון רבי יעקב יוסף מסקויירא תורות פון עטליכע יאר, דארט טרעפט מען אויך נישט דעם 'ליקוטי תורה'.

איז נפשי בשאלתי האט מען בגזע טשערנאביל אנגענומען דעם ספר אלץ פארלעסליך אדער נישט?
פארוואס דערמאנען זיי דאס נישט און זאגען נישט נאך פון דעם ספר, אלע תורות וואס זיי זאגען יא נאך פון רבי מרדכי טשערנובל'ער קומט פון ערגעץ אנדערש נאר נישט פון דער 'ליקוטי תורה'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר