מנשה לוסטיג האט געשריבן: אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג
איך האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי ווען איך האב געלייענט די ווערטער יוצאים מפי מנשה.
מנשה לוסטיג האט געשריבן: אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג
ברוך בערל האט געשריבן:אין די ניו יארק טיימס ארטיקל זאגט זיין ברודער אז ער האט ״קיינמאל נישט געבארגט געלט פון קיינעם״
וואס דרייט ער א קאפ? וואס וויל ער באהאלטן?
ראשעקאל האט געשריבן:יש דורשים לשבח ויש....
http://therealdeal.com/blog/2014/01/06/ ... developer/
Stark was killed by “compression asphyxiation” when at least one assailant sat on him inside the light-colored Dodge minivan that was used to flee the scene outside his Williamsburg office, the sources said.
“It might be that they sat on him to get him under control and that they wound up killing him that way,” a police source said of Stark, a 39-year-old father of eight.
הילל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט די וויכטיגע דעטאל וואס איז היינט צוגעקומען צו די געשיכטע, וואס לויט ווי איך פארשטיי קען עס מעגליך טוישן דעם גאנצן בליק אויף די השתלשלות פון די מעשה. די פאוסט שרייבט:Stark was killed by “compression asphyxiation” when at least one assailant sat on him inside the light-colored Dodge minivan that was used to flee the scene outside his Williamsburg office, the sources said.
אויך דער דעילי ניוס שרייבט ענליך:“It might be that they sat on him to get him under control and that they wound up killing him that way,” a police source said of Stark, a 39-year-old father of eight.
לכ' איז דאס נישט קיין געווענליכע אופן פון הרג'ענען, זיכער נישט די מאפיא, ממילא אויב איז ער געשטארבן דורך דעם איז קען דאך זיין אז עס איז אפשר נישט געווען דער פלאן לכתחילה אים צו הרג'ענען, נאר אפשר למשל אים צו באקלאפן די ביינער, אדער צו אנשרעקן און געבן די לעצטע ווארענונג ("אויב מיר באקומען נישט באצאלט ביז פיר וואכן, וועט מען דיך ..."), אבער נישט צו הרג'ענען. און אויף דעם קען שוין זיין מער פארדעכטיגטע. אפשר נאכדעם ואוס ער האט געקעמפט מיט אלע כוחות און זיי האבן אים געוואלט אפשטילן האבן זיי אים ליידער אפגעשטילט אויף אייביג דורכ'ן זיצן אויף אים וואס האט אים דערשטיקט. דאס איז אויך א שטיקל בשורה צו וויסן אז דאס פארברענען איז נישט געווען ביים לעבן, און ער האט האפנטליך נישט געליטן דערפון, נאר נאך די פטירה האבן זיי מסתמא געוואלט פטור ווערן פון דעם קרבן (וועמען זיי האבן זיך אפשר נישט גערישט צו הרג'ענען, און אפשר דאס קען מסביר זיין פארואוס זיי האבן געטון אזא אומאויסגערעכנטע שריט און אין א בהלה אים איבערגעלאזט אין א גאז סטאנציע). לויט דעם קען אפשר אויך שטימען וויאזוי די חברה האבן זיך געוואגט אים צו אפנעמען פאר אזא שרעקליכע אקציע אינמיטן אפענעם וויליאמסבורג, ווען זיי ווייסן אז יעדע רגע קען איינער אנקומען. אבער אויב זיי האבן אים געוואלט נעמען צו דערלאנגען זייער ערנסטע סטראשע, האבן זיי נישט אזוי מורא געהאט ווייל דער קרבן וואלט זיך לכ' געהאלטן שטיל איבער די גאנצע מעשה.
בארואיג דיך, אלעס איז בלויז השערות, אבער דער פאקט אז ער איז אומגעקומען דורך ווערן דערשטיקט, און לכ' ווען איינער איז געזיצן אויף אים אין די ווען, איז אן ערנסטע קלו אין די ביטערע קאמפליצירטע געשיכטע.
דעת תורה האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:זלמן זאפיר האט געשריבן:ווי ס'שיינט זענען די דעקטעקטיוו'ס געקומען צי די מסקנה אז דער שותף ווייסט איבער די פרשה מער ווי וויפיל ער וויל רעדן
אין דעס וואס ער וויל נישט קאפערירן מיט די פאליציי צינדט ביי זיי אן א רויט לעמפעל אז מעגליך זיין נישט רעדן איז ווייל ער האט א האנט דער אין
אדער ווילן זיי זיך שפילן מיט זיינע נערוון אז ער זאל אנהייבן זינגען
זיין נישט רעדען איז אדער ווייל הש"י זיי זענען גערעכט, אדער ווייל טאמער רעדט ער יא, וועלען זיי נישט העלפען, און נאר צוהעלפען להיפוך. ווער ווייסט, א שרעקליכע פרשה.
כ'האף נאר דער אלמנה באקומט נישע קיין סטראשעס.
כ'האב ערווארטעט אז דו זאלסט אננעמען אז ס'איז זיכער דער שותף, 2 תגובות ארום איז דאס שוין א זאך וואס מען שפעקולירט אין גאנץ וויליאמסבורג, און נעקסטע בלאט שרייבסטו עס שוין מיט א זיכערקייט און דו לייגסט עס צו צו דיין חתימה אז רוצחים באלאנגען אין תפיסה. (דאס איז א פעטטערן וואס כ'האב באמערקט ביי דיר ביי אסאך פלעצער ווען עס קומט צו זיין א נוטר ברית - ברית כרותה לשפתיים). דערווייל קוקט אויס אז דו נעמסט עס נאכנישט אן פאר א פאקט. ב"ה פאר דעם.
נאר אגב, האו אבאוט זיין נישט רעדן איז צוליב די - מילד גערעדט - פארפלאנטערטע פינאנצן, מסתם האט ער זיי געזאגט אז ער וויל איבער רעדן מיט א לאיער יעדע זאך וואס ער זאגט זיי כדי זיך נישט צו סעלף - אינקרימינעיטן.
outspoken האט געשריבן:ברוך בערל האט געשריבן:אין די ניו יארק טיימס ארטיקל זאגט זיין ברודער אז ער האט ״קיינמאל נישט געבארגט געלט פון קיינעם״
וואס דרייט ער א קאפ? וואס וויל ער באהאלטן?
One of his brothers, Eli Stark, 47, said Mr. Stark had never taken loans, not even bank loans to open new buildings. “He never borrowed in his life,” his brother said, dismissing each piece of information as hearsay. “Next.”
זיין ברודער זיצט שבעה, אפשר האט דער ריפארטער אים משוגע געמאכט האט ער געזאגט לא דובים ולא יער, און די ריפארטער וויל עס אראפלייגען אז מ'האט אים 'געכאפט' ביי א ליגענט.