פישל'ע העררינג האט געשריבן:ווער איז דער "יענער" וואס ווירטשאפט אן אזא קולטור, און וואס האט דער יענער דערפון אז עס זענען דא מער פון אונז? געלט? מאכט? איך פארשטיי נישט ווער עס איז דער יענער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און וואס ער פארדינט דערפון.
ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?
מיר באקומען די פארשריפטן פון די משכילים, גויים, רעפארמער, וכל שם וחניכא דאית להו. אונזער גאנצע קולטור איז reactionary. געדענקסט נאך וואס דער רבי האט געזאגט אין חדר? זע וואס דער גוי טוט, און דו טו פונקט פארקערט.
ווער פארדינט דערפון? יעדער ערליכער איד וואס וויל אז זיין זון זאל זיין א שומר שבת און עסן כשר'ס פאר יעדן פרייז.