כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

מנשה לוסטיג האט געשריבן: אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג


איך האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי ווען איך האב געלייענט די ווערטער יוצאים מפי מנשה.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קודם כל, ס'איז זייער נארמאל אין איעדע אזא קריים אז מען האלט אז דער שותף איז א סוספעקט, ס'איז בכלל נישט קיין ברעיקינג נייעס, דאס ריפארטן אין די דעילי, נאך מיט סאורסעס פון די פאליציי קען מיינען אפאר זאכן...

ס'קען גאר זיין, אז זיי קומען אן צו א דעד-ענד מיט זייער אינוועסטיגעישאנס, זיי האבן נישט קיין שום לידס, אבער זיכן צו ווייזן אז זיי ארבייטן שווער וועלן זיי רעליסען אינפאו וואס מיינט אפילו גארנישט.

פון די אנדערע זייט, דער שותף קען זיין רעדט טאקע נישט געהעריג, פשוט ווייל ס'קען זיין ער ווייסט עפעס אבער וויל זיך נישט טרעפן אין א דאמפסטער אין א דערנעבענדע גאז סטאנציע ח"ו, אדער ווייל ער האט מורא אנצוקומען אין חד גדיא איבער געוויסע אקטיוויטעטן אין ביזנעס.

די דיטעקטעוו'ס ווילען אבער אז דער שותף זאל אנפאנגען זינגען שמירען זיי עס ארויף אויף אים, ווילסט דיך ריינוואשן? קום ארויס קלאר..
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
ברוך בערל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך ברוך בערל »

אין די ניו יארק טיימס ארטיקל זאגט זיין ברודער אז ער האט ״קיינמאל נישט געבארגט געלט פון קיינעם״
וואס דרייט ער א קאפ? וואס וויל ער באהאלטן?
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ברוך בערל האט געשריבן:אין די ניו יארק טיימס ארטיקל זאגט זיין ברודער אז ער האט ״קיינמאל נישט געבארגט געלט פון קיינעם״
וואס דרייט ער א קאפ? וואס וויל ער באהאלטן?


One of his brothers, Eli Stark, 47, said Mr. Stark had never taken loans, not even bank loans to open new buildings. “He never borrowed in his life,” his brother said, dismissing each piece of information as hearsay. “Next.”

זיין ברודער זיצט שבעה, אפשר האט דער ריפארטער אים משוגע געמאכט האט ער געזאגט לא דובים ולא יער, און די ריפארטער וויל עס אראפלייגען אז מ'האט אים 'געכאפט' ביי א ליגענט.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

אין דעלי ניוס שרייבן זיי אז דער שותף האט געזאגט ליגענט פאר די דעקטעקטיוו'ס
איך פארשטיי נישט ווי זיין שכל ער גייט רעדן צי זיי אן א לויער


אדער קען גאר מעגליך זיין אז דער ניוס זאגט גאר ליגענט
ברוך בערל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך ברוך בערל »

סאיז מעגליך אז דער שותף ציטערט צו זאגן דעם אמת, אפשר האט ער באקומען באפעלען צו זיין שטיל, ה"י
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יש דורשים לשבח ויש....
http://therealdeal.com/blog/2014/01/06/ ... developer/
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

דער מלחמה צווישן פאסט און דעילי ניוס בתפארתה. פונעם היינטיגן פאסט:
Police sources said that Perlmutter has been cooperating with investigators and is not a suspect at this time


http://nypost.com/2014/01/07/slain-slum ... idnap-van/
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ראשעקאל האט געשריבן:יש דורשים לשבח ויש....
http://therealdeal.com/blog/2014/01/06/ ... developer/


איינער שרייבט דארט אין א קאמענט:
Jane • 17 hours ago −
I just checked the building departments web site on the 1211 Avenue of the Americas which the offices of the NY Post is located.

There are 298 DOB violations one of them ECB-WORK WITHOUT PERMIT, currently 9 open violations.

31 ECB violations.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איינער קען מאכן סענס פון די אלע דריידעלעך?

http://therealdeal.com/blog/2011/07/12/ ... elopments/
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

אינטערעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט די וויכטיגע דעטאל וואס איז היינט צוגעקומען צו די געשיכטע, וואס לויט ווי איך פארשטיי קען עס מעגליך טוישן דעם גאנצן בליק אויף די השתלשלות פון די מעשה. די פאוסט שרייבט:
Stark was killed by “compression asphyxiation” when at least one assailant sat on him inside the light-colored Dodge minivan that was used to flee the scene outside his Williamsburg office, the sources said.

אויך דער דעילי ניוס שרייבט ענליך:
“It might be that they sat on him to get him under control and that they wound up killing him that way,” a police source said of Stark, a 39-year-old father of eight.


לכ' איז דאס נישט קיין געווענליכע אופן פון הרג'ענען, זיכער נישט די מאפיא, ממילא אויב איז ער געשטארבן דורך דעם איז קען דאך זיין אז עס איז אפשר נישט געווען דער פלאן לכתחילה אים צו הרג'ענען, נאר אפשר למשל אים צו באקלאפן די ביינער, אדער צו אנשרעקן און געבן די לעצטע ווארענונג ("אויב מיר באקומען נישט באצאלט ביז פיר וואכן, וועט מען דיך ..."), אבער נישט צו הרג'ענען. און אויף דעם קען שוין זיין מער פארדעכטיגטע. אפשר נאכדעם ואוס ער האט געקעמפט מיט אלע כוחות און זיי האבן אים געוואלט אפשטילן האבן זיי אים ליידער אפגעשטילט אויף אייביג דורכ'ן זיצן אויף אים וואס האט אים דערשטיקט. דאס איז אויך א שטיקל בשורה צו וויסן אז דאס פארברענען איז נישט געווען ביים לעבן, און ער האט האפנטליך נישט געליטן דערפון, נאר נאך די פטירה האבן זיי מסתמא געוואלט פטור ווערן פון דעם קרבן (וועמען זיי האבן זיך אפשר נישט גערישט צו הרג'ענען, און אפשר דאס קען מסביר זיין פארואוס זיי האבן געטון אזא אומאויסגערעכנטע שריט און אין א בהלה אים איבערגעלאזט אין א גאז סטאנציע). לויט דעם קען אפשר אויך שטימען וויאזוי די חברה האבן זיך געוואגט אים צו אפנעמען פאר אזא שרעקליכע אקציע אינמיטן אפענעם וויליאמסבורג, ווען זיי ווייסן אז יעדע רגע קען איינער אנקומען. אבער אויב זיי האבן אים געוואלט נעמען צו דערלאנגען זייער ערנסטע סטראשע, האבן זיי נישט אזוי מורא געהאט ווייל דער קרבן וואלט זיך לכ' געהאלטן שטיל איבער די גאנצע מעשה.
בארואיג דיך, אלעס איז בלויז השערות, אבער דער פאקט אז ער איז אומגעקומען דורך ווערן דערשטיקט, און לכ' ווען איינער איז געזיצן אויף אים אין די ווען, איז אן ערנסטע קלו אין די ביטערע קאמפליצירטע געשיכטע.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

איז עס אמת אז די דיטעקטיווס/פאליציי זענען הערשט נעכטן געגאנגען בעטן די ווידעאס פונעם געז סטעישאן?? און איז אויך אמת אז די פאליס טענה'ט אז די קאמערעס אין זייער פריסינקט אויף בראדוועי האט נישט געארבעט?? וואס דאס וואלט ווען געגעבן א שטיקל בילד מיט מער אינפארמאציע
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

הילל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט די וויכטיגע דעטאל וואס איז היינט צוגעקומען צו די געשיכטע, וואס לויט ווי איך פארשטיי קען עס מעגליך טוישן דעם גאנצן בליק אויף די השתלשלות פון די מעשה. די פאוסט שרייבט:
Stark was killed by “compression asphyxiation” when at least one assailant sat on him inside the light-colored Dodge minivan that was used to flee the scene outside his Williamsburg office, the sources said.

אויך דער דעילי ניוס שרייבט ענליך:
“It might be that they sat on him to get him under control and that they wound up killing him that way,” a police source said of Stark, a 39-year-old father of eight.


לכ' איז דאס נישט קיין געווענליכע אופן פון הרג'ענען, זיכער נישט די מאפיא, ממילא אויב איז ער געשטארבן דורך דעם איז קען דאך זיין אז עס איז אפשר נישט געווען דער פלאן לכתחילה אים צו הרג'ענען, נאר אפשר למשל אים צו באקלאפן די ביינער, אדער צו אנשרעקן און געבן די לעצטע ווארענונג ("אויב מיר באקומען נישט באצאלט ביז פיר וואכן, וועט מען דיך ..."), אבער נישט צו הרג'ענען. און אויף דעם קען שוין זיין מער פארדעכטיגטע. אפשר נאכדעם ואוס ער האט געקעמפט מיט אלע כוחות און זיי האבן אים געוואלט אפשטילן האבן זיי אים ליידער אפגעשטילט אויף אייביג דורכ'ן זיצן אויף אים וואס האט אים דערשטיקט. דאס איז אויך א שטיקל בשורה צו וויסן אז דאס פארברענען איז נישט געווען ביים לעבן, און ער האט האפנטליך נישט געליטן דערפון, נאר נאך די פטירה האבן זיי מסתמא געוואלט פטור ווערן פון דעם קרבן (וועמען זיי האבן זיך אפשר נישט גערישט צו הרג'ענען, און אפשר דאס קען מסביר זיין פארואוס זיי האבן געטון אזא אומאויסגערעכנטע שריט און אין א בהלה אים איבערגעלאזט אין א גאז סטאנציע). לויט דעם קען אפשר אויך שטימען וויאזוי די חברה האבן זיך געוואגט אים צו אפנעמען פאר אזא שרעקליכע אקציע אינמיטן אפענעם וויליאמסבורג, ווען זיי ווייסן אז יעדע רגע קען איינער אנקומען. אבער אויב זיי האבן אים געוואלט נעמען צו דערלאנגען זייער ערנסטע סטראשע, האבן זיי נישט אזוי מורא געהאט ווייל דער קרבן וואלט זיך לכ' געהאלטן שטיל איבער די גאנצע מעשה.
בארואיג דיך, אלעס איז בלויז השערות, אבער דער פאקט אז ער איז אומגעקומען דורך ווערן דערשטיקט, און לכ' ווען איינער איז געזיצן אויף אים אין די ווען, איז אן ערנסטע קלו אין די ביטערע קאמפליצירטע געשיכטע.


זיי האבן אלץ געזאאגט אז ער איז געווארן "סאפעקעטעד" דערשטיקט לא עלנו, אבער זיי זענען נישט קלאר געווען ווען די בריען האבן פאסירט, אבער לכאורה איז עס געשען דערנאך און א פרואוו צו פארניכטן די קערפער.

יעצט איז צוגעקומען אז עס איז געווען compression asphyxiation דאס הייסט צודריקט די טשעסט אדער בויך און אזוי באגרעניצט די אטעמען. דאס מאכט מער מסתבר אז עס איז נישט געווען געפלאנט, ווייל עס איז נישט קיין געווענליכע וועג פון הרגנ'ן. נאר ענדערש פשוט געזיצן אויף אים כדי צו האלטן אונטער קאנטראל.

Compressive asphyxia (also called chest compression) is mechanically limiting expansion of the lungs by compressing the torso, hence interfering with breathing. Compressive asphyxia occurs when the chest or abdomen is compressed posteriorly.[
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

זיי האבן אים פארכאפט לשם הרג'ענען

ווייל צי האלטן אונטער קאנטראל האבן זיי נישט געמיזט זיצן אויף אים ער איז סיי ווי געווען געקייטעלט
מען קען זאגן א סברה אז זיי זענען נישט געווען קיין גרויסע ספעציאליסטן אין דעם פעלד אבער אויסגערעכנט ווי אזוי צי פארכאפן
ממילא האבן זיי האבן אוועק געלייגט ל"ע דורך נישט א פראפעשניל וועג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

טויש דיין ניק צו דעת תורא, און פלוצלינג וועט דיין תגובה מאכען סענס.

לאז זיין דער שותף איז א איד, ממילא ווייסטו שוין אז ער איז זיכעא נישט אינוואלוד?

וואס מאכט דיך אזוי זיכער?

כ'מיין באמת, אלץ ווייל די ווילסט חוזק מאכען פין מיין חתימה!

גאונות!

דעת תורה האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:ווי ס'שיינט זענען די דעקטעקטיוו'ס געקומען צי די מסקנה אז דער שותף ווייסט איבער די פרשה מער ווי וויפיל ער וויל רעדן
אין דעס וואס ער וויל נישט קאפערירן מיט די פאליציי צינדט ביי זיי אן א רויט לעמפעל אז מעגליך זיין נישט רעדן איז ווייל ער האט א האנט דער אין

אדער ווילן זיי זיך שפילן מיט זיינע נערוון אז ער זאל אנהייבן זינגען


זיין נישט רעדען איז אדער ווייל הש"י זיי זענען גערעכט, אדער ווייל טאמער רעדט ער יא, וועלען זיי נישט העלפען, און נאר צוהעלפען להיפוך. ווער ווייסט, א שרעקליכע פרשה.

כ'האף נאר דער אלמנה באקומט נישע קיין סטראשעס.


כ'האב ערווארטעט אז דו זאלסט אננעמען אז ס'איז זיכער דער שותף, 2 תגובות ארום איז דאס שוין א זאך וואס מען שפעקולירט אין גאנץ וויליאמסבורג, און נעקסטע בלאט שרייבסטו עס שוין מיט א זיכערקייט און דו לייגסט עס צו צו דיין חתימה אז רוצחים באלאנגען אין תפיסה. (דאס איז א פעטטערן וואס כ'האב באמערקט ביי דיר ביי אסאך פלעצער ווען עס קומט צו זיין א נוטר ברית - ברית כרותה לשפתיים). דערווייל קוקט אויס אז דו נעמסט עס נאכנישט אן פאר א פאקט. ב"ה פאר דעם.

נאר אגב, האו אבאוט זיין נישט רעדן איז צוליב די - מילד גערעדט - פארפלאנטערטע פינאנצן, מסתם האט ער זיי געזאגט אז ער וויל איבער רעדן מיט א לאיער יעדע זאך וואס ער זאגט זיי כדי זיך נישט צו סעלף - אינקרימינעיטן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פערלמוטערס לויער רעדט צו וואס איז נייעס

http://www.vosizneias.com/151578/2014/0 ... ccusation/
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

שמעקעדיג האט געשריבן:טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

צווישן די עמאציענאלע געשרייען פון ווייטאג, איז ווערט ארויסצוהייבן דורכגעטראכטע ווערטער, און ס'איז דערפרישענט צו זעהן "עווערעי-דעי פיפעל" נעמען דעם מיקראפאן. מיר ברויכן מער חיים'ס און משה'ס, רויזי'ס און רבקה'ס, זאלן רעדן און שרייבן און קאמענטירן. געניג געהערט פון די קאמיוניטי טשערי לייטס און לעלוס!

http://jpupdates.com/2014/01/07/op-ed-speak-ny-post/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

איחוד פיעלד איך בין ניי דא ממילה קען איך נישט די אינסייד פאליטיקס צווישן די ניקים, אבער לדעתי צו באשולדיגן א היימישן יוד אויף אזא גרויזאמען עקעלהאפטיגן פארברעך, און אפי׳ צו שפעקעלירן הויעך צווישן אינז, ווייזט אז די האסט זייער א נידריגן בליק אויף היימישע אידן נישט דווקא לגבי מעלאסטעישן.

עס איז וואס אמאל זיכער אז ליידער היינט קען מען שוין גארנישט זאגן אויף זיכער... אבער איך בין 99% אז דער שותף האט מיט דעם גארנישט געהאט.

די אלע נייעס ריפארטס איז Pure שפעקעלאציעס, און די פאליס דיפארטמענט ווער עס ווייסט רעדט נישט, און ווער עס רעדט ווייסט נישט, די אלע וואס רעדן יא זענען Low ראנקיגע אפיצירן וואס ווייסן גארנישט וואס ווילן סאונדען זייער וויכטיג פאר די ריפארטערס (איך קען ביי אונז אויך אזאלעכע)
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

א פיינע טו-די-פוינט ארטיקל איבער די נארישקייט פון דעם "פאוסט" ארטיקל, קוק דא.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך קען ממש נישט ליינען דא, איך ווער שוואך פון טראכטן די דיטעילס פון די רציחה, פונקטליך ווי אזוי ער איז אומגעקומען, איך פרוביר זיך אריינצולייגן אין ר' מנחמ'ס הי"ד שיך ווי אזוי ער האט געשפירט די לעצטע פאר מינוט אין לעבן, און איך ווער שוואך און מוטלאז, עס קומט מיר טרערן אינאיינעם מיט אויפברויז.

לדעתי פעלט נישט אויס אריינצוקריכן אין די קישקעס. עס האט נישט קיין תועלת פאר אונז. לאמיר עס לאזן צו די דעטעקטיוון און די נאנטע מקורבים וואס קענען אפשר האבן א נוצן דערפון.
וירח ה' את ריח הניחוח
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

אומבאמערקטערהייט האט זיך דער צימעס יוד דא אריינגעגנבט, ער איז זייער הייפער מיט דעם געדאנק צו באשולדיגען פערלמוטער מיט רציחה ח״ו, צוליב עפעס א געביידע וואס בויעט זיך אין בית שמש.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

outspoken האט געשריבן:
ברוך בערל האט געשריבן:אין די ניו יארק טיימס ארטיקל זאגט זיין ברודער אז ער האט ״קיינמאל נישט געבארגט געלט פון קיינעם״
וואס דרייט ער א קאפ? וואס וויל ער באהאלטן?


One of his brothers, Eli Stark, 47, said Mr. Stark had never taken loans, not even bank loans to open new buildings. “He never borrowed in his life,” his brother said, dismissing each piece of information as hearsay. “Next.”

זיין ברודער זיצט שבעה, אפשר האט דער ריפארטער אים משוגע געמאכט האט ער געזאגט לא דובים ולא יער, און די ריפארטער וויל עס אראפלייגען אז מ'האט אים 'געכאפט' ביי א ליגענט.



זיי שרייבן בשם א ברידער אלי אלט 47 יאר

דאכט זיך מיר נישט דארט א ברידער מיט אזא נאמען
פארשפארט