ס'שטעלט זיך נישט אפ ווען דו ווילסט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ס'שטעלט זיך נישט אפ ווען דו ווילסט!

שליחה דורך שעפטל »

יעדער איז אויפגעברויזט און שימפט אנטקעגן דעם ניו יארק פאוסט איבער זייער מיאוס'ן הארצלאזע דעקל נעכטן איבערן מארד פון הרה"ח ר' מנחם משולם שטארק ע"ה הי"ד, מ'האט געעפענט א שטארקן קאמפיין זיי צו פארדאמען, און איך -ווי אנדערע מענטשן- האב אנטייל גענומען אונעם דרייוו, כ'האב געטוויט און ריטוויטעט מיטן StopNYPostHate# העשטעג, כ'האב געסיינט די פעטיציע, כ'האמעך אנגעשלאסן אין די עטליכע פעיסבוק בלעטער, כ'האב געקאלט און געקענסעלט מיין -שוין אזוי אויך נישט געהאטע- סובסקריפשאן פונעם פאוסט, כ'האב גערופן און געזעהן אז אהרן שאר זאל דיסקאנעקטן זיין סעל פאון, כ'האב געשיקט אימעילס פון מיינע עטליכע אימעיל אקאונטס צו מעיסיס, און אזוי אויך געבעטן מיין חבר אז ער זאל רעדן צו זיין בעה"ב ר' הערשל שרייבער אז זיי זאלן אויפהערן אדווערטייזן אינעם שונד פאסט, כ'האב אנטייל גענומען בגוף אינעם פרעס קאנפערענץ און שטארק געקלאטשט ווען יעדער פאלעטישאן האט פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט מער פארדאמען דעם אקט, און אזוי אויך האבעך געדאונלאוד די פאוסט עפפ אויף מיין טעלעפאון און אזוי ארויפגעשמירט א שלעכטע רעיטינג צולייגענדיג א פראטעסט קאמענט, און אפילו געסטראשעט מיין גראסערי אז טאמער פארקויפט ער דעם פאוסט קויף איך מער נישט דארט.

בקיצור איך האב געטוהן וואס מ'האט מיר געבעטן און טאקע געפארווערד אלע בקשות פאר מיין גאנצע פאון בוק, נישט צו צוברעכן דעם קייט, כאפ איך היינט א פרישן פליק מיטן זעהן אז דער פאוסט קימערט זיך ניטאמאל מיט מיינע דראסטישע אקטן און גייען ווייטער אן מיט זייערע פיינטפולע שמוץ, און זיי האבן גראדע גאנץ קאנפערמירטע נייעס, מיט אינערליכע זאכן וואס איז ברייט ארומגעשיקט געווארן אויף אונזערע וואצעפ'לעך, נא וואס גייט דא פאר?

ווי עטליכע האבן שוין ארויסגעברענגט אויף מערערע פלעצער אינערהאלב דא אין שטיבל, יעדער באשולדיגט א צווייטן אינעם פארשפרייטן די שמוץ, איינער בלעימט שמרי', דער צווייטער וואס איז נייעס, א דריטער שרייבט אז קעלנער איז גאר שילדיג און א פערטער אז הייקינד... כולם פה אחד איז מודה אז מ'האמער דא פארפוילטע עפלעך ביי אונז אריינגעגראבן און יעדער צוליב זיינע אייגענע אינטערעסן אדער אטענטשאן פירקעלט זיינע חידושים און ס'קומט אן צו די אינדרויסענדיגע מידיע.

האט זיך דאס יעצט אנגעהויבן????

קלאר אז ניין!!!

ס'וועט אפשר אפילו וויי טוהן פאר געוויסע דאס צו הערן אדער גאר פעיסן ריעלעטי, אבער דאס נאנטשאפט פון אידישע קינדער מיטן טאבלויד פאוסט גייט שוין צוריק היפש א לאנגע צייט, נאר וואס דען איצטערט קלאפט דאס צוריק פאר אסאך. שוין יארן וואס גוטהארציגע אידן וואס האבן געמיינט אויפצוטוהן און אויסצופירן זייערע וויכטיגע מאטיוון האבן געפיטערט דעם מקור הלשון הרע צייטונג מיט מעשיות אויף מעשיות אויף אנדערע אידישע קינדער. אסאך פון דעם איז זיי פיין געלונגן און האבן דערגרייכט זייערע גאולס, און יא אסאך האבן ביטערלעך צוריקגעביסן מיט פראצענטן...

איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים פון יעדע געשעהעניש. מ'וועט זיך דא רייסן און פוינטן פינגערס איינער אויפן צווייטן, די גאנצע אשכול וועט דא ווערן אריינגעשלעפט אין אן ארוני זאלי צימעס'דיגן אשכול, אבער זאל יעדער אריינקלערן אין אלע באשרייבונגן די לעצטע פאר יאר און זעהן איז דער פאוסט -צו אנדערע צייטונגן- געקומען צו אונז? צו מיר האבן זיי איינגעליידענט אז זיי זאלן באשמיצן דעם בר פלוגתא אויפן ערגסטן אויפן?

אדרבה, קוקט צוריק אין די פארגאנגענע ארטיקלן איבער אחב"י צו אונזערע פלאטיקאנטן וועט איר זיך איבערצייגן אז על פי רוב האבן די זעלבע שרייבערס באשריבן די שמוץ, און כמעט יעדעס מאל האט דער שרייבער באשריבן מער ווייניגער איינזייטיג ווי יענער פארטיי צו קאמפיין האט געוואלט.... גייטס אדורך קעיס ביי קעיס, און כאפטס נאך א בליק אין די היימישע צייטונגן אדער זייטלעך און קוקטס ארום ווי מ'האט געבלעימט איינער דעם צווייטן און נאך מיט כמו פראוו אז יענער איז טאקע שילדיג אינעם אומפאל פונעם באטרעפענדן.

ס'איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, ווען איינער וויל זיך אפרעכענען מיט סיי וועם איז ס'בעסטע צו קאנטעקטן דעם פאוסט מיט עפעס אינפערמאציע און זייערע שרייבערס (נאכאמאל, רוב מאל זענען עס די זעלבע פאר) וועלן שוין צושטעלן א גוטן ארטיקל וואס וועט זיין צום העכסטן צופרידענהייט פונעם געבער און די מערסטע ווייטאגליך פארן כאפער.

אלזא, אנשטאט דא פארפירן איבערן פאוסט, דעילי צו אנדערע, זאלן זיך די פארשטייערס און מידיע קאנעקטעט מענטשן איבערטראכטן און איינזעהן אז קיין גוטס קומט קיינמאל נישט ארויס ווען מ'פראבירט צו באשמיצן א צווייטע איד, יא ס'געלונגט דיר דאנסמאל, אבער געדענק! ס'שטעלט זיך נישט אפ ווען דו ווילסט! זיי האבן אנגענומען דעם איינלאדענונגס קארטל בשעתו, אבער האלטן דאס פאר א פרי-פעס און ניצן דאס אנלימיטעד! אז א איד געט זיי א גרין לייט און סופלייט זיי נאך מיט אינפארמעישאן אין א ספעסיפיק קעיס איבער א צווייטע איד פארוואס זאלן זיי זיך בכלל רעכענען מיט די געפילן פון יענע קאמיונעטי? כ'קען מיך נישט פארשטעלן ס'געלעכטער פון די שרייבערס ווען זיי האבן געזעהן די בילדער פון די באטייליגטע ביים פרעס קאנפערענץ און זעהן ווי דער און יענער וואס האט מיך געפיטערט מיט א געזינטן קנאקעדיגן גאסיפ שטיקל פארדאמט יעצט דעם פאוסט פארן טשעפענען די קאמיונעטי.

מיינט איינער טאקע אז דער דעילי נוס שרייבער מיינט יא דא די גוטס פונעם חרדי'שן ציבור? איז ער נישט געווען דער וואס איז ערקלערט געווארן בשעתו אלס דער גרעסטער אנטיסעמיט, און אטאקירט געווארן אויף טוויטער וכו'? יא ער האט זיך יעצט צוגעכאפט צו האבן אנדערע ערשט האנטיגע אינפערמאציע פון טאקע אונזערע עסקנים און ווארט זאגער... און א ריק געבן פארן פאוסט, אבער אזוי בין הדברים אריינגעריקט אפאר ווערטער וואס צורייסט פריש די געפילן פון די נאנטע פונעם נפטר ז"ל הי"ד און פון די אידנטום. נא וואס האסטו אויפגעטוהן? פארוואס האסטו יעצט געגעבן א פתח פארן דעילי אז ער זאל יעצט ווערן די פארטרעטער פאר די אידן אין די מידיע? האלסטו נישט אז מ'וועט דאס נאך באוויינען?

בנוסף, זענען מיר ב"ה געבענטשט געווארן מיט אייגענע רעפארטערס, מאנ"ש, און זיי פירן אויך זייערע אגענדעס און מערכה'לעך, שרייבן אויך ווי סשמעקט זיי, האבן קיין שום פראבלעם צו באשמיצן דעם אדער יענעם, אבער פארלאנגן פונעם גוי זיך צו רעכענען מיט די געפילן. און די קומען נאך יעצט און שרייען "ס'איז אבסורד ווי איינזייטיג די פאוסט איז קעגן אידן", האלא! האסטו שוין אמאל באריכטעט א גוט ווארט קעגן דיין קעגנער? וויפיל מאל האסטו פארקויפט ליגענטס פשוט צו פראוון דיין פוינט? וויפיל מאל האסטו באשמיצט א עסקן צו חרדישער ערוועלטער נאר פארן חטא פון נישט נאכטאנצן דיין גאנג?

ווילסט די צייטונגן זאלן אויפהערן צו באשרייבן די אידן? הער אויף שרייבן קעגן אידן! הער אויף צו געבן שטאף אויף דיינע שונאים! שטעל דו עס אפ, אולי ואולי וועט זיך עס דארט אפשטעלן.

-

אז כ'האב שוין דא די פעדער אין די האנט, וועל איך אריינווארפן נאך א טיטביט, וואס איבערדעם פארלאנגט זיך אן עקסטערע באהאנדלונג.. פריער האט קורטיס סליווע און ראן קובי טאקע ארומגערעדט אויף זיבן זיבעציג איבערן פאוסט סקאנדאל, אבער האבן צו אינזער ביטערע ווייטאג געפרעגט, פארוואס מעגן זיך די אידן צווישן זיך רייסן, שלאגן, בארעדן און באשמיצן איינער דעם צווייטן אבער דער פאוסט מיז זיך האלטן שטיל..? וכדי בזיון וקצף!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

זייער שיין, שלום עליכם
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

שעפטל, גוט געזאגט, זייער גוט געזאגט.

ווען זיי וואלטן נאר געהאט א אידישע איבערזעצונג פון דער אלעם באקאנטען טרויעריגע בארימטע פארשאלטענע לשון הרע רכילות'דיגע 'צימעס' אפטיילונג, פאר שנאה ומחלוקות האס און מיט די נידריגסטע שמוציגסטער לשונות נוסח 'שטירמער' וואס איין איד שרייבט אויף דער צווייטע - וואס קאווע שטיבל איז ליידער ליידער איהר גאסט געבער. אזעלעכע ניקס וואלט מען געדארפט ארויס ווארפן פון דא.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שעפטל, זייער ריכטיג און גוט געזאגט.
---
דולה ומשקה האט געשריבן:ווען זיי וואלטן נאר געהאט א אידישע איבערזעצונג פון דער אלעם באקאנטען טרויעריגע בארימטע פארשאלטענע לשון הרע רכילות'דיגע 'צימעס' אפטיילונג, פאר שנאה ומחלוקות האס און מיט די נידריגסטע שמוציגסטער לשונות נוסח 'שטירמער' וואס איין איד שרייבט אויף דער צווייטע - וואס קאווע שטיבל איז ליידער ליידער איהר גאסט געבער. אזעלעכע ניקס וואלט מען געדארפט ארויס ווארפן פון דא.

אין צימעס רייסט מען אראפ דעם צווייטן בלויז לשם שמים, מען נעמט זיך בלויז אן פארן אייבערשטן, אבער די רשעים די גוים זענען דאך בלויז אנטיסעמיטן...
ואנשי סדום רעים וחטאים. אבער, לה' מאוד - אלעס בלויז פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די חילוק איז אז דער פאוסט טוט דאס צוליב הלכה בידוע, און מיר חסידים טוהן עס צוליב מנהג אבותינו בידינו. מנהג איז סך שטערקער פון א דין.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

דר'עולם איז פארנימען צו מאכען דעם חילוק,

מיט איין זאך איז'ס אייניג ווי מער מען קאמפיינט נגדם אלס שטערקער און מער מוט האט מען ממשיך צו זיין מיט'ן הייליגען מערכה
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איי יי יי, כ'האב געטראכט און געטראכט ביים שרייבן צו איך זאל צולייגן דעם שטיקל, אפשר פארקריך איך פונעם ענין אז מיר האבן אריינגעברענגט דעם פאוסט, אבער זעהנדיג ווי מ'לויפט ווייטער האבעך געשריבן:

שעפטל האט געשריבן:מיינט איינער טאקע אז דער דעילי נוס שרייבער מיינט יא דא די גוטס פונעם חרדי'שן ציבור? איז ער נישט געווען דער וואס   איז ערקלערט געווארן בשעתו אלס דער גרעסטער אנטיסעמיט, און אטאקירט געווארן אויף טוויטער וכו'? יא ער האט זיך יעצט צוגעכאפט צו האבן אנדערע ערשט האנטיגע אינפערמאציע פון טאקע אונזערע עסקנים און ווארט זאגער... און א ריק געבן פארן פאוסט,  אבער אזוי בין הדברים אריינגעריקט אפאר ווערטער וואס צורייסט פריש די געפילן פון די נאנטע פונעם נפטר ז"ל הי"ד און פון די אידנטום. נא וואס האסטו אויפגעטוהן? פארוואס האסטו יעצט געגעבן א פתח פארן דעילי אז ער זאל יעצט ווערן די פארטרעטער פאר די אידן אין די מידיע? האלסטו נישט אז מ'וועט דאס נאך באוויינען?


אבער כ'האב נישט געקלערט איין רגע אז נאך אין די זעקס שעה וועלן מיר עס אזוי שנעל צוריקכאפן! נאך טאקע אינעם היינטיגן טאג, בשעת איך האב עס געשריבן זיצן זיך פיר חברה פונעם דעילי ניוז און שטעלן צאם נאך א האררייסענדע ארטיקל - וואס איז צום יעדענס האפן, אז דאס איז אויסדריקלעך שוא ושקר!

דער דעילי האט יעצט א פרישע ספין ווי מ'טייטעלט אויפן שותף אז ער איז גאר דער וואס קאפערירט נישט מיט די פאליציי און פארפירט זיי מיט לגיונות, אןן איז גאר א סאספעקט אינעם רציחה!

נא וואס טוה מיר יעצט? גיימער יעצט אראפקריכן פונעם פאוסט און זיך נעמען איבער די דעילי'ס ביינער? צו גיימער גיין די אדד דעיס קעגן די פאוסט און די איווען דעיס קעגן די דעילי? אדער גיימער גאר יעצט לויפן צום טיימס אדער וואל סט. דזשורנאל אפשר וועלן זיי יא מארגן לייגן עפעס גוטס... אפשר אזוי ביז דאנערשטאג וועט יעדער אטענטשאן סיקער אין די קאמיונעטי טרעפן אן אוזן קשבת ווי ער קען ארויספלוישן זיינע מעכטיגע סטעיטמענטס און באטיטעלט ווערן אלס קאמיונעטי לידער יר"ה..

אוי ציפט דאס! ווען וועט מען זיך דערלערנען אז די הלכה בידוע גייט נאך געהעריג אן, נאך מיט א שמיץ אריבער?! שטייטס ווייט פון זיי! 
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אונז זענען דאך אזוי משוגע. אויף ענגליש זאגט מען, סאק איט אפ, לאז לויפען די חברה און פארטיג. זיי וועלען מאכען מטעמים פין דער מעשה כל זמן זיי קענען.

אין אמת'ן ווייסען אונז באמת נישט פארוואס און פארווען מען האט אים אומגעברענגט, ממילא קען מען עכט עכט נישט האבען קיין טענות, ספעשיל טריטמענט קאסט אפאר דאלאר, און אפשר דאס ווילען זי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כ'האב נאכנישט געזעהן צו איינער האט דאס געלייגט דא, וועל איך עס דא קאפי/פעיסטן

הרב הצדיק שרייבט:

עבדים משלו בנו פורק אין מידם!

עס ליגט מיר שוין אויפן הארץ א לאנגע צייט א פארברעכן וואס קומט פאר קעגן יעדן היימישן איד און טאקע דורך נישט קיין אנדערע ווי היימישע אידן,

דאס זענען די אזוי גערופענע “עסקנים” מיט א שלייער פון שתדלנות ביי די פאליציי אין העכערע באאמטע, וואס הענגן כסדר ארום מיט פאליציי, און גייען ארויס טעגליך פרעסן מיט יעדע קליין און הויעך ראנקיגע פאליציי-מאן, און מ’טוט זיך אויף אז מ’האט א “גוד רילעשאנשיפ” מיט זיי, פארשטייט זיך מיטן תירוץ אז ווען ס’וועט אויספעלן צו העלפן א איד זאל מען זיין גרייט. (א סטאטיסטיק האט געוויזן אז 99 פראצענט פון די חברה וועלן ניטאמאל א טובה טון פאר זייערע אייגענע קינדער)

עס איז לעצטענס געווארן א מגיפה פון די סארט אפגעריסענע עסקנים, וואס אין נארמאלע אומשטענדן וואלט יעדער זיך געשעמט צו שטיין אין ווארט מיט אזאנע קליינע מוחות וואס האבן נישט דאס מינדערסטע מענטשליכע קוואליפיקאציעס, טייל קענען ניטאמאל רעכענען אדער שרייבן, און זיכער נישט ספעלן.

די סארט חברה ווען זיי רעדן צו די פאליציי פלוידערט דאס נאריש און פוסטע מויל זייערע ווי א בית הכיסא. זיי בארעדן דעם היימישן ציבור און לאכן ארום מיט די פאליציי אויפן חשבון פון אונז היימישע אידן און פון אונזער קולטור מיט א שרעקליכע נידריגקייט.

די דאזיגע קאפאו’ס שפילן די גרעסטע ראלע ווען די פאליציי דארף הילף “קעגן אונז”, און זענען ביודעים ובלא יודעים די גרעסטע און ארגסטע מוסרים וואס זענען נאר פארהאן אויפן כדור העולם.

אמאל ווען עס איז געווען א נארמאלע וועלט פון עסקנים, פלעגן די דיטעקטיווס און די מידיע זיך ברעכן קאפ ווי אזוי צו זיך אריין ברעכן ביי די חסידים צו באקומען א ברעקל אינפארמאציע. זיי פלעגן זאגן אז מיר זענען ווי די איטעליענער וואס דאס מויל איז זיי פארמאכט אין קיינער רעדט נישט. אלעס דרייט זיך אויס מיטן רוקען צו יעדע סארט מידיע און פאליציי.

היינט ליידער ווען עס פאסירט סיי וואס פאר א אומגליק אדער איבערקערעניש קומען די קאפאו’ס צו לויפן מיט אנגעפילטע זעק סחורה, האלבע אמת און גאנצע שקרים, און פארקויפן דאס פאר ווער עס וויל זיי נאר אויסהערן, אבי צי ווייזן אז ער איז אן אנגעזענער ביי די אינסטאנצן.

רבותי איך ווייס פאר א פאקט וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן ווי די סארט חברה רעדן כל מיני לשון הרע אויף די חסידים און טייל מאל איז עס מסירה פונעם העכסטן סארט. די פאליציי פאסמאקעווען זיך מיט די אידישע קאפאו’ס וואס טוען זייער דזשאב סאך מער ווי זיי האבן זיך אמאל געקענט פארשטעלן. עס איז נאך אזאנס קיינמאל נישט געווען, דער איד איז אלץ געווען אפגעטיילט פונעם גוי נישט קיין חילוק וואס פאר א עסקן ער איז געווען, מ’האט אלץ געוויסט אז דער גוי איז נישט אונזער פריינט בכל אופן.

גלייבסט מיר אויפן ווארט ס’איז ממש א הימל געשריי וואס ס’גייט פאר, אונזער נאאיווער עולם הייבט נישט אן צו וויסן מה טובם פון אונזערע “פאררעטער” (יא איר ליינט גוט, ווייל פארטרעטן פארטרעט אונז קיינער נישט ליידער) און ווער עס איז שולדיג אין די אלע מיאוסע ארטיקלן אין די פרעסע. מ’ווערט אויפגעשוידערט פון א שמוציגן ליין אין די פרעסע און מ’טראכט נישט אריין אז דאס איז געקומען מן הבית פנימה, דאס האט א קאפאו איבערגעגעבן פאר די פרעסע אדער פאליציי.

מ’האלט מיר יעצט נאכן ביטערן אומגליק וואס האט אונז באטראפן מיט ר’ מנחם שטארק הי”ד. פון די ערשטע רגע האבן מיר אלע מחמת נייגער אנגעהויבן גרובלען אין שטארק’ס געשעפטן פונקליך וואס ער פארמאגט אין ארומגעזוכט יעדע סארט שמוציגע ריוויאו, כדי צו זיין די ערשטע צו מעלדן אויף די פאר’סרח’עטע וואטס עפפ גרופעס. אבער לאמיר דאס נאך פארשווייגן.

רבותי ס’זאל אבער יעדער וויסן אז דאס וואס מען האט ארומגעשיקט די אלע אינפארמאציע איז ליידער אנגעקומען סיי צו די פרעסע און סיי די פאליציי. מ’האט געברענגט בידיים די צרה אויף אונז. מיר האבן אנגעהויבן, און די קאפאו’ס האבן דאס ווייטער געטראגן. גלייבטס מיר איך בין נישט מגזם א האר נישט.

מען האלט איצט ביי דעם אז דער דעלי נויס באריכטעט אז מען איז חושד דעם שותף פון מנחם שטארק אז ער איז גאר דער וואס ביהיינד די רציחה ה”י, שומו שמים! ווי קענען מיר שווייגן ווען מ’געט איבער אונזער בלוט פאר די גויים? פארוואס זאל מען נישט פארהאלטן די אידישע קאפאו’ס ווער געט דיר די רעכטן פון רעדן אין אונזער נאמען? וואס איז דאס ארומלאכן אין פרעסן יעדן טאג מיט די פאליס אויפן אונזער חשבון? ועל כולם קומען די אידישע קאפאו’ס און רוימען אריין פאר מענטשן אין אויער אז מען קען נישט וויסן וואס עס ליגט ביהיינד, איך האב געהערט פון די דיטעקטיווס אז דאס און דאס מאכט סענס. אזוי ארום הייבן די אידן אן גלייבן אין די בלבולים וואס מ’מאכט אויף אונז אליינס. אלעס ווייל די פאליציי וויל זיך קאווערן אז זיי געבן זיך נישט קיין עצה מיט די אינוועסטיגעשאן, און זיי טאפן א וואנט, ממילא שיקט מען ארום די אידישע קאפאו’ס זאלן דאס פארקויפן פארן המון עם. טייטש נישט נאר וואס זיי פארמסרן אונז, מאכן זיי נאך זיכער אז מיר גלייבן די מסירה!

מ’ברויך שרייען אין די גאסן: אן עק צו די אידישע קאפאו’ס. מיר ברויכן זיי ארויסווארפן מחוץ למחנה. לאמיר נישט ווארטן ביז עס וועט זיין צו שפעט (אויב עס איז נאך נישט) אין מען וועט זיין א צועק לשעבר.

און צו דיר אידישער קאפאו: ווילסט הייסן אן עסקן זאלסט קענען טראגן א טעלעפאן שבת? מיר וועלן דיר נישט פארשרייען פארן טון דאס אפילו ווען דו וועסט דיך נישט רופן א עסקן, ווייל דאס איז בינך לבין קונך. אבער זיך אנטון א טיטל “עסקן” און דערפאר זאל דער גאנצער ציבור ליידן? דאס וועלן מיר נישט פארשווייגן.

מיר ברויכן ארויסגיין אין די גאס שרייען אן עק צו די אידישע קאפאו’ס!

מיר בעטן ווער ס’קען זאל דאס ביטע פארליינען פאר די קאפאו’ס ווייל ע”פ רוב זענען זיי דיסלעקסיק און קענען נישט ליינען.

געשריבן דורך די דערנידערטע פאלק ישראל

פליז שרייבן קאמענטס צו די בריוו איז יא אדער נישט גערעכט מיט אייערע הערות.
א דאנק
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שעפטל האט געשריבן:אבער האבן צו אינזער ביטערע ווייטאג געפרעגט, פארוואס מעגן זיך די אידן צווישן זיך רייסן, שלאגן, בארעדן און באשמיצן איינער דעם צווייטן אבער דער פאוסט מיז זיך האלטן שטיל..? וכדי בזיון וקצף!

אזא גוטן ארטיקל האסטו געמוזן ענדיגן מיט אזא האגוואש? אז אידן רייסן זיך צווישן זיך מיינט נאך נישט אז א פרעמדער מעג עס טון. דיינע קינדער אינדערהיים רייסן זיך אויך ארום וואלסטו צוגעלאזן א פרעמדן אריינקומען און זיך מיטקריגן? והבן
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

וואס איז די משוגעת פון אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען דיסלעקסיק? חוץ מזה וואס דאס איז א עד-האמינען און שלא מן הענין, זאגט דאס אז די אלע קינדער וואס ווערן געהאלפן מיט עדיוקעשאנעל טעראפי וועלן יארן ארום ווערן אויסגעשפיגן אויסגעשלאסן פון סאסייעטי צוליב די נער'ישע אומבאגרינדעטע סטיגמע. דער בלאט רייסט אראפ ליפא שמעלצער ווייל ער האט אן אנגעבליכע לערנען דיסעביליטי. באלד גייט מען אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען איבערוואגיק, קורץ געוואקסן, אדער אויסגעקראכן אויפן קאפ? ס'איז אן עקל ווי אונזער פובליק דיסקארס, פון צייטונגן ביז בלאגס, איז ענדליך צו א כתה ג' זאמד-באקס געפעכט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואליש האט געשריבן:וואס איז די משוגעת פון אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען דיסלעקסיק? חוץ מזה וואס דאס איז א עד-האמינען און שלא מן הענין, זאגט דאס אז די אלע קינדער וואס ווערן געהאלפן מיט עדיוקעשאנעל טעראפי וועלן ווערן אויסגעשפיגן פון סאסייעטי צוליב די נער'ישע אומבאגרינדעטע סטיגמע. דער בלאט רייסט אראפ ליפא שמעלצער ווייל ער האט אן אנגעבליכע לערנען דיסעביליטי. באלד גייט מען אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען איבערוואגיק, קורץ געוואקסן, אדער אויסגעקראכן אויפן קאפ? ס'איז אן עקל ווי אונזער פובליק דיסקארס, פון צייטונגן ביז בלאגס, איז ענדליך צו א כתה ג' זאמד-באקס געפעכט.

איך האב מורא אז דער שרייבער האט זיך צופיל אנגעליינט מיט די היימישע אומאפהענגיגע טעבלויד צייטונגען פון די אלוועלטליכע אידנטום.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:אבער האבן צו אינזער ביטערע ווייטאג געפרעגט, פארוואס מעגן זיך די אידן צווישן זיך רייסן, שלאגן, בארעדן און באשמיצן איינער דעם צווייטן אבער דער פאוסט מיז זיך האלטן שטיל..? וכדי בזיון וקצף!

אזא גוטן ארטיקל האסטו געמוזן ענדיגן מיט אזא האגוואש? אז אידן רייסן זיך צווישן זיך מיינט נאך נישט אז א פרעמדער מעג עס טון. דיינע קינדער אינדערהיים רייסן זיך אויך ארום וואלסטו צוגעלאזן א פרעמדן אריינקומען און זיך מיטקריגן? והבן

שעפטל האט געשריבן:-

אז כ'האב שוין דא די פעדער אין די האנט, וועל איך אריינווארפן נאך א טיטביט, וואס איבערדעם פארלאנגט זיך אן עקסטערע באהאנדלונג.. פריער האט קורטיס סליווע און ראן קובי טאקע ארומגערעדט אויף זיבן זיבעציג איבערן פאוסט סקאנדאל, אבער האבן צו אינזער ביטערע ווייטאג געפרעגט, פארוואס מעגן זיך די אידן צווישן זיך רייסן, שלאגן, בארעדן און באשמיצן איינער דעם צווייטן אבער דער פאוסט מיז זיך האלטן שטיל..? וכדי בזיון וקצף!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך האב אלעס געזען. וואסט האסטו גענטפערט? ס'האט נישט אויסגעפעלט צו ברענגען זייערע שטותים
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

סארי

(אז כ'נעם עס אראפ וועסטו עס לייקן...?)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:אבער האבן צו אינזער ביטערע ווייטאג געפרעגט, פארוואס מעגן זיך די אידן צווישן זיך רייסן, שלאגן, בארעדן און באשמיצן איינער דעם צווייטן אבער דער פאוסט מיז זיך האלטן שטיל..? וכדי בזיון וקצף!

אזא גוטן ארטיקל האסטו געמוזן ענדיגן מיט אזא האגוואש? אז אידן רייסן זיך צווישן זיך מיינט נאך נישט אז א פרעמדער מעג עס טון. דיינע קינדער אינדערהיים רייסן זיך אויך ארום וואלסטו צוגעלאזן א פרעמדן אריינקומען און זיך מיטקריגן? והבן

אודאי נישט. דאס אז צוויי ברודער קריגן זיך און קומען נישט צו איינער דעם צווייטנ'ס שמחות איז דאך א נארמאלע זאך, אפילו רבי'ס טוען עס. אבער א פרעמדער האט נישט קיין רעכט זיך אריינצומישן. בכלל בשלמא א קלוגער איד רייסט אראפ א צווייטער איד און רופט אים אן מיט די ביליגסטע לשונות פאר'ן חטא פון געהערן צו א צווייטע פארטיי, דאס איז פארשטענדליך. אבער דער גוי, וואספארא רעכט האט ער צו נוצן די זעלבע לשונות? ער איז דאך סך הכל א נארישער גוי.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

יאיר האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:אבער האבן צו אינזער ביטערע ווייטאג געפרעגט, פארוואס מעגן זיך די אידן צווישן זיך רייסן, שלאגן, בארעדן און באשמיצן איינער דעם צווייטן אבער דער פאוסט מיז זיך האלטן שטיל..? וכדי בזיון וקצף!

אזא גוטן ארטיקל האסטו געמוזן ענדיגן מיט אזא האגוואש? אז אידן רייסן זיך צווישן זיך מיינט נאך נישט אז א פרעמדער מעג עס טון. דיינע קינדער אינדערהיים רייסן זיך אויך ארום וואלסטו צוגעלאזן א פרעמדן אריינקומען און זיך מיטקריגן? והבן

אודאי נישט. בכלל דאס אז צוויי ברודער קריגן זיך און קומען נישט צו איינער דעם צווייטנ'ס שמחות איז דאך א נארמאלע זאך, אפילו רבי'ס טוען עס. אבער א פרעמדער האט נישט קיין רעכט זיך אריינצומישן. בכלל בשלמא א קלוגער איד רייסט אראפ א צווייטער איד און רופט אים אן מיט די ביליגסטע לשונות פאר'ן חטא פון געהערן צו א צווייטע פארטיי, דאס איז פארשטענדליך. אבער דער גוי, וואספארא רעכט האט ער צו נוצן די זעלבע לשונות? ער איז דאך סך הכל א נארישער גוי.

וואו קומט דא אריין נארישע גוי? מיין פוינט איז אז ווען דער גוי קומט אריין אין בילד ווערן פלוצלינג אלע אידן פאראייניגט. יא די אידן וואס האבן זיך פריער געקריגט ווערן ברודער'ס ווען דער גוי הייבט אן באשמוצן, ווייל א איד קריגט זיך נישט מיט א צווייטן איד פון אינערליכע שנאה משא"כ דער גוי יא.
אזוי שווער איז צו פארשטיין דאס פשוטס'טע, אזוי בלינד מאכט דיר דיין אגענדע?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ויאמר מואב אל זקני מדין: והלא מעולם היו שונאים זה את זה, שנאמר (בראשית לו, לה) המכה את מדין בשדה מואב, שבאו מדין על מואב למלחמה. אלא מיראתן של ישראל עשו שלום ביניהם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

נישט אויסגעפעלט. זאג אין איין ווארט "איך האב נישט וואס צו ענטפערן".
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:נישט אויסגעפעלט. זאג אין איין ווארט "איך האב נישט וואס צו ענטפערן".

איך האב נישט אויף וואס צו ענטפערן...
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

יואליש האט געשריבן:וואס איז די משוגעת פון אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען דיסלעקסיק? חוץ מזה וואס דאס איז א עד-האמינען און שלא מן הענין, זאגט דאס אז די אלע קינדער וואס ווערן געהאלפן מיט עדיוקעשאנעל טעראפי וועלן יארן ארום ווערן אויסגעשפיגן אויסגעשלאסן פון סאסייעטי צוליב די נער'ישע אומבאגרינדעטע סטיגמע. דער בלאט רייסט אראפ ליפא שמעלצער ווייל ער האט אן אנגעבליכע לערנען דיסעביליטי. באלד גייט מען אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען איבערוואגיק, קורץ געוואקסן, אדער אויסגעקראכן אויפן קאפ? ס'איז אן עקל ווי אונזער פובליק דיסקארס, פון צייטונגן ביז בלאגס, איז ענדליך צו א כתה ג' זאמד-באקס געפעכט.

ווייטער גענומען "איין" ווארט פונעם גאנצן באשרייבונג און זיך געשטעלט דערויף...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שעפטל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:וואס איז די משוגעת פון אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען דיסלעקסיק? חוץ מזה וואס דאס איז א עד-האמינען און שלא מן הענין, זאגט דאס אז די אלע קינדער וואס ווערן געהאלפן מיט עדיוקעשאנעל טעראפי וועלן יארן ארום ווערן אויסגעשפיגן אויסגעשלאסן פון סאסייעטי צוליב די נער'ישע אומבאגרינדעטע סטיגמע. דער בלאט רייסט אראפ ליפא שמעלצער ווייל ער האט אן אנגעבליכע לערנען דיסעביליטי. באלד גייט מען אראפרייסן מענטשן ווייל זיי זענען איבערוואגיק, קורץ געוואקסן, אדער אויסגעקראכן אויפן קאפ? ס'איז אן עקל ווי אונזער פובליק דיסקארס, פון צייטונגן ביז בלאגס, איז ענדליך צו א כתה ג' זאמד-באקס געפעכט.

ווייטער גענומען "איין" ווארט פונעם גאנצן באשרייבונג און זיך געשטעלט דערויף...


יעדע בעל דרשן שטעלט זיך בלויז אויף איין פסוק. :)

ערענסט גערעדט, כ'האב נישט אוועקגעמאכט די אנדערע נקודות. כ'האב גראדע אגריט מיט אלעס ארום, דורך זיך שטעלן אויף א זיייטיגע נקודה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איז דאס טאקע דער מצב מיט אונזערע היימישע "מאכער'ס"? יענער בלאג מאלט אראפ זייער א שווארץ בילד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט