היימישער ליטוואק האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:מורינו הרב 100% גערעכט!!!!!
לויט די דירעקשאן וויזוי זאכען פארען יעצט איז פערעלמוטער אין בעד שעיפ
פין אייןזייט האט ער געדאפט דינגען באדי גארדס אויס מורא אז די מאפיא גייט עם נעקסט הרגענען
פין די צווייטע זייטהאלט נישט ווייט אז די פאליס וועט ארויפווארפען אויף עם די גאנצע קעיס און דע רבש"ע זאל אפהיטען וואס סערווארט עם דעמאלטס
קיק ביי ר' יחזקאל שמש די פאליס האט געהאט דרוק און געגעבען א ווארף ארויף די קעיס אויף א אימשילדיג גוי וואס איז געזיצען 25 יאהר אימזיסט, אויך דא פעלט נישט קיין סאך סזאל ח"ו געשעהן, ער האט ליגענט געזאגט צי די פאליס, סוועט אפירקימען אימעילס אין וועלכע ער טענהט זיך ארים מיט זיין שוואגער וכו' וכו' די פאליס וועט אויפבלאזען אז זיי זענען געוועהן אויף מעסער שטעך
מערערע זענען שוין געפאלען קרבנות אין אזעלכע פעלער
אלע סייטס יודישע און היברו באריכטען עס אזוי פשוט אז ער איז א ספק אז ער איז געוועהן דער מערדער, און ער האט שוין היינט געדאפט אויפנעמען א לויער און פי אר ריינציוואשען זיין נאמען
חברה מכאפט זיך נישט ווי אזוי זאכען שעיפען זיך דא אויס ווייל מיר זענען אזוי ציטימעלט, וועקטס ענק אויף און מאכט ענק רעדי פאר א ווילדע מאווי רייד, אבער האלטס די קאפ גראד און גלייבטס נישט אלעס וואס מפארקויפט ענק עולם גולם
חברה איך האב נישט קיין השגה ווער סעם פערלמוטטער איז. אבער, אויב, און איך חזר איבער: אויב, די פאליס וועט מצליח זיין אריינצוברענגען אין מיין קליינע מוח'ל אפילו א ספק -מצד די סירקומסטענסיס- אז דער פערלמוטטער איז שולדיג, דאן וועל איך אים בהחלט יא אנקוקן ווי א ספק רוצח.
דערווייל האב איך נישט קין שום חשש. אבער מיין פוינט איז, אז די פאליס קען נישט סתם צוליב פרעשיר אריינלייגן פערלמוטטער אין זאק. אויב איז ער אביסל שולדיג, דאן אין מיינע אויגן איז ער אסאך שולדיג, כאטש ע"פ גזעץ איז ער איננעסענט אנטיל פרווען גילטי.
דער הייליגער באשעפער זאל אפהיטן...
איים סארי אויב איך רייס מיך אויף אבער איי קענט טעיק איט...
ווי קענען זיין אזאלעכע שלעכטע מענטשען בתוכינו, איך זאג שלעכט ווייל איך האלט אז דאס איז בעסער ווי זאגן שוטה ווייל א שלעכטער קען נאך תשובה טהון א שוטה בלייבט א שוטה שטענדיג.
דרייען זיך ארום משפחות צובראכען און צושאסן, זיי ציטערן פאר זייער לעבן, פאר זייער טאטעס לעבן, זיי זענען צושאקלט און דערציטערט און צובראכן, זייער טאטע׳ס לאנגיעריגע שותף און בעסטער חבר איז געווארן ערמארדעט און געדאמפט און דערנאך פארברענט, סקילה שריפה הרג חנק אויף איינמאל, זיי ווייסן נישט ווי ערשט צו קוקן... און מאנכע רשעים ״שפעקעלירן נאר הויעך אז עס קען זיין אז זייער טאטע האט גע....., פאר דיין אייגענע הנאה בשעת די זיצט אויפן דעקל פונעם טוילעט קאסטן און די האסט פארצאפאל נישט וואס צו ליינען, קומסטו ארויף אויף קאווע שטיבל און די פארשמירסט די בלעטער מיט דיינע השערות, ווען בשעת מעשה צאפסטו דאס בלוט פון דיינע ברודער.
די מיינסט אז קרובים פון פערעלמוטער ליינען נישט וואס מען שרייבט דא?
איין פארשטונקענע טעבלויט האט געשריבן א ווארט, און די מוזט נאך פלאפלען זייערע הוילע השערות...
איך ווייס וואס די גייסט זאגן... האב איך דען געזאגט אז ער איז דאס וואס די מייטונג שפעקעלירט???
איך האב נאר געזאגט אז אויב גייט זיין אזוי און אזוי, גיי איך טראכטן אזוי און אזוי...
דיינע אזוי׳ס וואס די גייסט טראכטן... זענען רשעות במלא מובן המלה...
איך ווייס נישט וואס דא איז פארגעקומען... און ווילאנג איך ווייס נישט אויף טויזנט פראצענט וואס דער אמת איז, גיי איך נישט זיין קיין רשע און שפעקעלירן אויף א יוד און זיין גאנצע משפחה׳ס בלוט, סתם ווייל איך זוץ יעצט און טוילעט און איך בין בארד...
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.