פרויען, קויפט עיר פאונס און עסט עץ הדעת!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

פרויען, קויפט עיר פאונס און עסט עץ הדעת!

שליחה דורך אפטעמיסט »

עס קומט מיר כמעט נישט אויס צו פארן אויפן בארא פארק-וויליאמסבורג באס, אבער ס'מאכט זיך אמאל אז איך פאר מיטן באס צוליב פארקינג און דרייווען וואס איך קען באשטיין צו פארמיידן.

יעצט, כ'האב שוין אסאך געהערט און געליינט וועגן די אנשטוקעניש און קאפוויי וואס די נשים צדקניות מאכן פאר די מענער רייזענדע, מיט זייער געשרייען און פלאפלערייען. יעדער וואס פארט אמאל מיט דעם באס ווייסט און ליידט פון דעם פראבלעם. די פרויען פלויזשען אויף תולה ארץ און באגנוגען זיך נישט מיט די שפע'דיגע תשעה קבין, נאר זענען שואל שלא מדעת אונזער קארגע קוים גענוצטע קב. מען קען שאפן מער אינפא פון איין פופצן מינוטיגע רייזע קיין בארא פארק ווי א שטונדע געגוגלאכטס אויף וויקיפידיע. איך פלעג ביז היינט קוים וויסן וויאזוי צו קאכן אן אייערשפייז, אבער איך בין געווארן, אין אפאר מינוט, א מעסטער שעף אין די פעלד פון חלה רעסעפיס און באבקעס.

אין די צייט וואס פון דער מענער אפטיילונג הערט מען נישט קיין מוק, טוט זיך אין די אונטערשטע חלק א טומל און געמישאכטס פון לאכערייען, רעדערייען, שטותימרייען און ברעכערייען.

וואס איז פשט?

די גאנצע התנהגות איז מיר זייער מאדנע. לייג אין דער זייט די א.ג. איידעלקייט און כל כבודה בת מלך'קייט וואס אונזערע "איידעלע" פרויען און "בא'חן'טע" ווייבלעך זענען אפיציעל באשאנקן מיט, לאמיר נישט אריינגיין אין דעם. וואו איז אבער די נארמאלקייט, דיגנעטי און סעלף רעספעקט? די גאנצע באס דארף מיטהאלטן ענקער בויך וויי? איך דארף עפעס וויסן אז די בלויע באגאבא הוד איז דיסקאנטיניוד און באנדא'ס גראסרי איז אפן ביינאכט? דער כינעזער דרייווער, און זיין בר פלוגתא אויפן אנדערע זייט טרייבל, רעדט שוין שטילער ווי ענק. כ'מיין אמת'דיג, קאם אן!

ווען מ'פארט מיט דעם סיטי באס איז דער מצב גאר אנדערש. די נישט-אידישע פרויען זיצן איינגעלייגט, שא שטיל און רוהיג. קיינער שמועסט נישט, אפגערעדט אז מ'שרייט נישט. נו, פארוואס טאקע? זיי זענען דאך געקנויטן פון דעם זעלבן טייג און אינסאלירט מיט די זעלבע הארמאנס. איז מאי נפ"מ? דער תירוץ איז פשוט. כמעט אלע נישט-אידן, מענער און פרויען, זיצן אויפן שנעל-צוג און אויפן סיטי-באס מיט עיר פאונס. זיי הערן מוזיק אדער ראדיא און א מופת, זיי שווייגן! איר הערט טייערע פרויען? ס'איז דא א פתרון. פאר א נישטיגע פאר דאלער קענט איר זיך איינהאנדעלן עיר פאונס און דאס וועט ברענגן א סוף צו ענקער שעמום און אן ענדע צו ענקערע האקערייען. טוטס א טובה פאר די מין האנושית און קויפט א פעקל שטאפערס און שלום על ישראל. אויב אייער מאן האלט ס'איז נישט צניעות (פרעג פארוואס) האב איך א צווייטע עצה: עס און טרינק און הער נישט אויף. האקטס שטיקער און אכל'טס אריין עד שיבוא אליהו. ברענגטס ענק מיט סעודות לויתן, פרישטיגס און נאכטמאל כסעודת שלמה בשעתו, און לאזט אונז לעבן אפאר מינוט רוהיג. פון מיין זייט ברענגטס אפילו מיט עץ הדעת סאלאט און עסט עס מיט אפעטיט ווי די באבא חוה, ס'העט מקרב זיין די מיתה אביסעלע? כ'מיין ס'ווערד די מנוחה.

כ'וועל ענק נישט מאכן ארבעטן צי שווער. אויב האט איר נישט קיין עלעקטראניק געשעפט אין געגענט, גייט אריין אין דעם לינק און באשטעלט א פאר פינקע עיר פאונס, אבער שוין! גענוג איז גענוג.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

אפטעמיסט, וואס איז מיט דיר? די שרעקליכע פרצה פון עירפאונס ווילסטו אויך אריין ברענגן אין אונזער מחנה? על הראשונים אנו מצטערים... דו ווייסט צו וואספארא הרהורים עירפאומס קענען צוברענגן חלילה?
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

אפטעמיסט, איר בארירט אן ערנסטע טעמע, א פירצה אין צניעות און פארלעצונג פון מענטשליכקייט, אבער די טאן אייערער איז נישט פאסיג. נישט גענוג אז פרויען זענען קלאסיפיצירט אלס סוב-מענטשן און פארשטעקט אינעם הינטערשטן טייל באס, באזידלט איר זיי אזוי און ציט משלים צו חוה מיטן עץ הדעת מיטן גרמה מיתה לאדם. איראניש אז ווען איר זענט מעורר איבער דיבורים בנחת דארף איך דערמאנען אז דברי חכמים בנחת ישמעון.
צום פונקט, אפשר אז מ'וועט זיי נישט אריינשטופן אין א שעשני כרצונו ווינקל, וועלן זיי זיך נישט שפירן באלעבאסטעס אין "זייער" טייל באס.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ווילאנג עטס מענער דאווענען מנחה אין מיין אויער, וועל איך מאכן א שייטעל מאכער אפאוינטמענט אין אייער אויער. דיעל?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אפטע, א לייק פארן שמייכל!
וירח ה' את ריח הניחוח
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

אוי זאגסטי גיט גיט גיט
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :like :like :like :like :like :like :like
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואליש האט געשריבן:ווילאנג עטס מענער דאווענען מנחה אין מיין אויער, וועל איך מאכן א שייטעל מאכער אפאוינטמענט אין אייער אויער. דיעל?

דערמאנסט מיר פון די גוטע אידן וואס עפענען די פאליש טיר כדי צו מזכה זיין די שמוסערס און לומדים מיט נאך א קדושה.
Under influence
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

די אמת איז ווער דארף עיר פאונס און עץ הדעת סאלאט? זאלן די פרויען ערלויבט ווערן צו דרייווען וועט אלס זיין אין ארדענונג. קען זיין זייערע בלאברערייען זענען א תוצאה פון אויפברויז און נקמה. מי יודע.
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

אפטעמיסט האט געשריבן:די אמת איז ווער דארף עיר פאונס און עץ הדעת סאלאט? זאלן די פרויען ערלויבט ווערן צו דרייווען וועט אלס זיין אין ארדענונג. קען זיין זייערע בלאברערייען זענען א תוצאה פון אויפברויז און נקמה. מי יודע.

ווער ערלויבט זיי נישט דרייווען,
מדארף טאקע איינפירן אז עס א נארמאלע זאך אז פרויען דרייווען,
ליבאוויטשע רעביצין האט אויך געדרייווט,
אונזער באבעס האבן נישט געהאט קיין געלט פאר קיין קארס קוים וואס אונזער זיידעס האבן זיך געקענט דאס ערלויבן איז עס געווארן א מסורה אז פרויען דרייווען נישט.
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

מיין ווייב האט ליב מיין ארטיקל
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ווער געדענקט נאך ווען ס'געווען א פריצות אז א פרוי זאל רעדען אויף א סעל פאון אויפן גאס?
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כל קבלתי...
?Lady on the phone", funny you are also known as "Lady on the bus". But sadly both names can't coexist, would you please pick only one"
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט