כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
היימיער ליטוואק, איך געב דיר דיין - פארדינטן - לייק, פשוט איך האב אנגעהויבן צו שרייבן מיין תגובה און ביים פאוסטן האב איך שוין געזען א פולע פעיזש פון תגובות וועלכע זענען אינצווישן צוגעקומען, אפי' איך וואלט באמערקט און אפגעליינט דיין תגובה וואלט איך נישט אוועק געווארפן פופצן מינוט ארבעט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:לדעתי דארף מען אויסשפארן איחוד פעלד און לכל הפחות אים מזהיר זיין, ווער האלט ווי מיר?
העננג דיך אויף א צוקער שטריק
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
יעקעלע חכם האט געשריבן:איחוד פיעלד איך גיי נישט אנפאנגען צו שעלטן ווייל דעמאלס גיי איך נישט ענדיגן אזוי שנעל.
לאמיר צונעמען די פענאמענאן, דיין ווייב׳ס בעסטע חבר׳טה איז פאריגע וואך געפארן מיט דיין ווייב שאפינג, און פארשטייט זיך אז מען האט דיך מכבד געווען צו זיין דעם שאפער, פלוצלינג רופט אריין דיין ווייב׳ס מאמע מיט איין בהלה אז פאר איר טאטען איז שלעכט געווארן און זי זאל שוין קומען און שפיטאל, הקיצור דער שפיטאל איז אופן וועג צו דעם מאלל ווי די טראגסט איר, פארשטייט זיך אז מען פארט קודם אראפלייגן דיין ווייב און שפיטאל, אבער די חברטע איז דאך דא געבליבן אופן וואסער א שעה אוועק פון דערהיים, טראגסטו דיך אן אז די טראגסט איר צום מאלל די גייסט איר דארט אפדראפן און קומסט צירוק, הקיצור אזוי איז טאקע געווען האסט איר אראפגעלייגט ביים פארקינג לאט און געמאכט א באו בשלום, אופן וועג צירוק צום שפיטאל האט זיך דיר געמאכט א שווערן טרעפיק און די וועג וואס נארמאל נעמט עס 5 מינוט האט איצט גענומען א גאנצע שעה.
To make a long story short, די חברט׳ע איז קיינמאל און מאלל נישט אנגעקומען, מען האט איר געטראפן טויט ל״ע ולא עליכם ח״ו אויף קיין שום יודוש קינד געזאגט, א טאג שפעטער בערך צוויי מייל פון מאלל געדאמפט און א אפענע סוער, אינגאנצן צובליטוגט און צוביילט מיט צייכענעס פון רעיפ ל״ע.
פארשטייט זיך אז יעדער איינער וואס קען דיך אלס טייערער יוד ווייסט אז די האסט דאס נישט געטאן, און דא ביסטו אינגאנצן צושאדערט, שפירסט דיך פארט אביסל שילדוג אז קאן זיין די האסט איר ווען געדארפט לייגן ביי די טיר און ווארטן ווילאנג זי גייט אריין, און דיין ווייב זיצט און רעדט נישט צו קיינעם איינגעשפארט און איר צימער און פארגיסט שוין די לעצטע צוויי טאג זונדיגע טרערן אויף איר בעסטע חברט׳ע.
מיר אלע ווייסן אז די ביסט דאך א היימישער יוד, וואס האט געהאט א הערליכן שלום בית (לייען א הערליכע שותפות) און די ביסט אן עהרליכער יונגערמאן (לייען הרב פערלמוטער)
אבער א טאג שפעטער קומט די דעילי ניוס ארויס מיט א העדליין איחוד פיעלד איז א סוספעקט און די קעיס...
פארשטייט זיך אז ״רוב״ נארמאלע אידן מיט א הארץ גייען דאס פאר קיין רגע נישט אפקויפן... זיי גייען דאס נישט צוכאפן ווי קיין הייסע לאקשן, נאך אלעם ווייסט מען אז די ביסט א נארמאלע מענטש, גוטע שלום בית, וכו׳ און דער אמת איז לכאורה טאקע אז איינער האט איר ליידער פארכאפט און פארקינג לאט נאכדעם וואס די ביסט שוין לאנג געווען אויפן וועג צוריק.
אבער דאן גייען ארויסשווימען אזאלעכע ניקום טאקע ווי די וואס ח״ו זיי טוען עפעס ראנג, זיי באשולדיגן נישט קיינעם ח״ו זיי שמועסן נאר איבער דעם דעלי ניוס ארטיקל.
עס איז דאך דא שטארקע שאלות, קודם כל דער איז דאך פאקטיש געווען מיט איר צען מינוט פאר זי איז געהארגעט געווארן? (לייען צען מינוט פארדעם מיט אים און אפיס).
דערנאך, האסטו געזאגט ליגענט פאר די פאליס אז זי איז געזעצן און די לעצטע רייע פון דיין מיניווען ווען זי איז עכט געזעצן און די צווייטע? דער אמת איזהאז די האסט פשוט נישט געדענקט, אבער איחוד אויף קאווע שפעקעלירט שוין אז לכאורה האט דער א חשבן אז אויב מאכט ער עס סאונדען אז זי איז געזעצן ווייטער פון אים....... דאן.... (לייען געזאגט נאר געזעהן איין אימעיל)
בקיצור, דיין גאנצע משפחה איז דיר פארקלאפט און צובראכן, און יעדער און הויז דרייעט זיך ארום פארוואלקענט, דא זיצן צען דיטעקטיווס און רעדן צו דיר און א פארמאכטן ראם צעהן שעה א טאג און פראבירן דיך צו כאפן ביי א ליגענט.
דיין לעבן גייט קיינמאל די זעלבע זיין (לייען מר׳ פערלמוטער) דיין ווייב גייט זיין א פארביטערטע פרוי אויף אייביק (לייען מרס פערלמוטטער און נישט פארביטערט נאר פארציטערט)
און דא קומט דער רשע וואס ער זיצט אויפן טוילעט זיץ און בהמ״ד און ווערט משוגה פאר ליידיגיין, דעם דבר יום ביומו האט ער שוין אפגעליינט, די רשעות פון נחום ראזענבערג שוין אויסגעהערט, די שטותים פון קול מבשר שוין נאכגעטוויט אויף איינער פון זיינע נייעס גרופעס וואס ער איז די סי אי אוי אויף די טוויטער אקוינט וואס האט שוין נאך אזאלעכע לאזערס ווי אים אלס פאלויערס, איצטעט איז ער שוין בארד, גייט ער זיך ארויפזעצן שפעקעלירן אויף קאווע...
פארט האט דאך דער איחוד איר געטראגן און געזעהן די לעצטע... און פארט איז זי דאך געווען צען יאר יונגער פון זיין ווייב... און נאך אלעם בין איך דאך קלוג און איך האלט נישט אז ווייל איחוד איז א היימישער יוד עקסקלאט אים עס שוין אז ער קען נישט זיין קיין מערדער...
פארשטייט זיך אז די ״פיעלד״ משפחה ליינט אויך קאווע און כאטש זיי ווייסן זיכער אז עס איז שטותים דארפן זיי זיך ספראווען נישט נאר מיט א מאמע וואס גייט צוגרינד פאר זייערע אויגן, נישט נאר מיט ווייבער וואס האבן מורה ארויסצוגיין אויפן גאס, נישט מיט קיין טאטע וואס זיצט 18 שעה א טאג מיט אויספארשער, נאר אויך צו פארענטפערן די רשע וואס האט נאר געפרעגט אומשילדיגע שאלות אויף קאווע שטיבל, וואס מען טאר נישט פרעגן? אונז זעמיר עפעס און רוסלאנד???
די רשע איינער, די ארבייטסט פאר די פאליס? דיין פרעגן און שפעקעלירן גייט עפעס ברענגען איינעם צו געכאפט ווערן... א פלענע בהמה אן קיין שום מענטשליך געפיעל וואס פאר דיין אייגענע נייגעריגע תאווה סרוחה ביסטו גרייט צו צאפן דאס בלוט פון א יודישע משפחה.
ב״ה דא קענסטו דיך נישט באהאלטן אונטער א מאנטל פון ״פראטעקטן קינדער פון מאלעסטער״ דא ווייזט זיך ארויס דיין ריכטיגע געפיעלן וואס פאר א קאלט בלוטוגער רשע די ביסט! א יוד אן קיין שום יודוש געפיעל! פוי אויף דיר, פוי אויף דיינע חבירים!
אה און ראשקעל... מיין משל איז אביסעלע הארש Harsh אמת? אה! איך רעדט אבער מיט שכל נישט קיין געפיעל.
און יא מיין ברודער איז א נאנטער קרוב מיט דעם פערלמוטער און ער ליינט דא, און זיי שפורן אוקאראט וואס איך האב דא דיסקרייבט...
דער משל איז נישט דומה לנמשל מיט אסאך נקודות, דערווייל האסטו איינס.
דער ליגענט איז נישט וועלכע סיט זי איז געזעצען, נאר ווי ער האט איר אנגעדראפט.
און ווען איינער זאגט ליגענט איז עס א רויטע פאן, און מען "מוז" דאס אינוועסטיגעיטען.
אפשר דארף מען מסביר זיין פאר די דיטעקטיווס אז אידען הרג'נן נישט, אפשר וועלען זיי גלייבען. אה, חוץ ווען געלט קומט אריין, שוין געוועהן גענוג מאל וואס אידן האבן ל"ע גהרגט אנדערע פאר געלט.
און יישר כח פאר שרייבען אז די גייסט נישט שעלטען, אקעי צום סוף האסטו זיך נעבעך נישט געקענט איינהאלטען, טו בעד. כאטש האסטו פראבירט מיט א משל און געטוישט דער משל וויזוי די ווילסט......
רבותי, מען רעדט שפיכת.דמים, נישט מאלעסטען, כ'פארשטיי ס'שווער מקבל.צו זיין אז א איד זאל זיין א רוצח, אבער פין דא ביז זיין זיכער איז א ווייטער וועג.
יעצט כדי ליתן פתח ארויס פאר די וואס ווילען נישט גלייבען, און פאר די בהמות וואס זאגען מען דארף מיך ארוסשפארען (הא הא), וועל איך שרייבען תירוצים.
עס קען זיין ער זאגט ליגענט צוליב א פשוטער סיבה, ער איז א געבוירענער ליגענער וואס ווייסט נישט צו זאגען קיין אמת, ער מיינט אז דער ליגענט קלינגט בעסער, עס איז דא אסאך אזעלכע.
ואת"ל, ער וויל באצאלען דער חוב, ער ווייסט ווער עס האט עס געטוהן, אבער ער וויל נישט זאגען ווייל דעמאלס וועלען זיי אים אוועקלייגען נאר פארען רעדען. ענדרעש וויל ער זיין שטיל, זיין א גוט אינגעל פאר דער רוצח, אפצאלען און לעבען א גוטער מארגען.
דער פאליציי וועלען אים נישט העלפען זיין פראטעקטעט לעולם וועד פאר די רוצחים, מאכט ער זיך א חשבון אז ער וועט ענדרעש מיטארבעטען מיט די רוצחים ווי איידער מיט די פאליציי.
עם כל זה, קיין האניג וועט ער נישט לעקען פנן די אינוועסטיגעיטערס, זיי וועלען אים גוט רודף'ן ער זאל מיט ארבעטען מיט זיי. א בחינה פין אוילנ מיצרי, אוי לי מיוצרי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:לדעתי דארף מען אויסשפארן איחוד פעלד און לכל הפחות אים מזהיר זיין, ווער האלט ווי מיר?
העננג דיך אויף א צוקער שטריק
נאכן זעהן אזעלכע מענטשן ווי דיר, וואלט איך עס געטוהן, אבער איך האב א שותף א וואוילע מענטש, און נאכן זעהן אזעלכע מענטשן ווי דיר שוין איך מיין שותף.
#לאזלעבן, אדער כאטש שטארבן במנוחה!
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
שוין, איחוד. יעצט איז שוין דא אן אנדערע השערה. קענסט שוין אויפהערן טערארזירן און מוציא לעז זיין.
http://nypost.com/2014/01/08/clues-poin ... -slumlord/
http://nypost.com/2014/01/08/clues-poin ... -slumlord/
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
קופערניקוס, האסט טאקע א שותף צו ווישן די שווייס פונעם שיבער? וואס איז ענקער אגרימענט, 50/50?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:שוין, איחוד. יעצט איז שוין דא אן אנדערע השערה. קענסט שוין אויפהערן טערארזירן און מוציא לעז זיין.
http://nypost.com/2014/01/08/clues-poin ... -slumlord/
וואו! עס האט באמת געדויערט ביז מיטוואך, כמעט א וואך נאכן מארד, די פאליציי זאל אנהייבן טראכטן אז אפשר קומט עס פון די לאון שארק'ס? (פארשטייט זיך מען רעדט נישט פון די מין לאון שארק וואס ר' מנחם איז געווען, אזא מלוה וואס פארבארגט אפילו ער ווייסט גאנץ זיכער אז דער לוה וועט נישט באצאלן, מען רעדט פון א וואוילן "קרעדיטאר" וואס האט א מנהג אז אויב באצאלט מען נישט טרעפט מען זיך אין א דאמפסטער). איי מין, דאס איז א זאך וואס יעדער חדר אינגל וואס האט געליינט "די רינג אין געראנגל" ווייסט דערפון צוזאגן! (און דאס איז נישט קיין תירוץ אז ס'איז אויף אידיש, ווייל מען האט דאך שוין איבערגעזעצט דעם ביכל אין ענגליש. בן נח נהרג - די פאליציי לאזט צו הריגות, שהיה להם ללמוד ולא למד, זיי העטן געברויכט ליינען אביסל).
ערנסט גערעדט, עס איז גאנץ זיכער אז דער פאוסט ואתו עמו דער דעילי ניוס נעמען אונז אלע אויף א רייד, זיי דרוקן קימעא קימעא יעדן טאג א אנדערע שמועה וואס זיי האבן באקומען פון אונז אויף וואטס עפפ, און מיר שטייען און קויפן עס ווי נאראנים. וויאזוי קען די פאליציי וויסן פון די טיפס וועלכע האבן אראפגעמאלן די פארברעכער אז זיי זענען מענטשן פון אויסלאנד? און נניח אז זיי זענען, וואס מאכט דאס א צוזאם שטעל צו "קרעדיטאר"ס זאלן זיי דינגען?
עס הערשט א טיפע געהיימניס איבער די גאנצע אויספארשונג, דעבלאזיא כאפט זיך ארויס ביי א פרעס קאנפערענץ אז די נ.י.פ.ד. פירט למעשה נישט די קעיס נאר די נעסאו קאונטי פאליציי, (דאס פארענטפערט אגב די פארטויבנדע שטילקייט מצד די סיטי אפישעלס, הוברר הדבר למפרע אז ווען זיי קומען יא מנחם אבל זיין אין אזא צייט איז עס נאר ווען זייער פאליציי איז געווען / גייט זיין פארמישט, דאס איז אויסער דעם וואס מען איז גראדע אנפאנג פון א קאדענץ און קען זיין זיי האבן נאכנישט די ריכטיגע סטעף און גבאים וואס זאלן אראנזשירן אזא סארט זאך), דאס איז א פאקט וואס די טאבלאויד'ס ווייסן נאך ניטאמאל זיי האבן עס נאכנישט באריכטעט (זיי האבן געהאט א פאלשע באריכט פארקערט אנהייב וואך), אבער זיי האבן שוין סארסעס אינערהאלב די אויספארשונג רייען! נאך פאר זיי ווייסן אפילו ווער עס פארשט. חוץ מזה איז א דבר ידוע אז די מארד דעטעקטיווס זענען א אפטיילונג פאר זיך, וואו סיקרעסי איז א הויפט פריאריטעט.
מילא איז גאר גאר מסתבר אז די פאוסט חוש'ט אונז ארום. אויב אבער האבן זיי באמת געהערט פון די פאליציי אזא ווערסיע, מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז די פאליציי זאגט אונז די זעלבע ווי דער פאוסט: "סקרו יורסעלף" פארגעט אבאוט כאפן די מערדער עני טיים סון.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
איחוד די ביסט דער גרעסטער רשע וואס איך האב מיך באגעגענט און מיין לעבן!
איך זאג דיר קלאר אז דיינע תגובות פייניגן מענטשען, איך זאג דיר קלאר אז די צאפסט דאס בלוט פון א משפחה, אבער די קענסט דיך ווייטער נישט איינהאלטן פון פארמאכן דיין עקעלדיגן פרעססער?
די ביסט טאקע ריין פון יעדער יודשער געפיעל????
רעדט מען דא פון זשאני איך ווייס וואס? מען רעדט דאך פון אונזערע היימישע ברודער.
פארוואס? פארוואס זענען דא אזאלעכע רשעים וואס דרייען זיך ארום בתוכינו און זיכן נאר צו פייניגן אנדערע יודן?
וואס האסטו פון דיין רשעות? עס ברענגט הנאה? נחת?
פוי שעם דיך!

Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
יעקעלע חכם, עס איז דא א נודניק אפציע פאר דעם. אויב איינעם'ס תגובות "פייניגן" דיך אדער א צווייטן, קען מען אנשטעלן נישט צו זעהן די דאזיגע תגובות. נישט אז ס'פארענטפערט א טשעפעניאק, אבער אויסלופטערן טענות וואס ווערן אויסגעקייעט אין אנדערע פלעצער און ס'נישט קיין סוד - דאס איז אויף וואס קאווע שטיבל איז געמאכט געווארן. לאמיר נישט מאכן דער "זאגער" פאר דער אישו, לאמיר מאכן פון דער אישו זעלבסט א אישו.
#כ'זאָגסתם
#כ'זאָגסתם
(- - -)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
נו ,ובכן וואס ענפערסטו עם? מעג איך אויפמאכן (אדער 'שפעקעלירן' אויב עס געפעלט דיר בעסער) מעשיות אויף דיין שוועסטער ,עס ארומשיקן צו וואטסאפ ליידיגייערס און דעמאלטס וועט עס ווערן מותר לבוא בקהל ק"ש?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- הילל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
- געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
ווער עס קען יעצט אפי' חלומ'ען פון חושד זיין דעם נפטר'ס חבר און שותף אין האבן א האנט אין די אקציע, איז ממש צריך בדיקה אחריו, איך ווייס נישט מער רשעות צי מער טיפשות. נישט נאר איז נישטא קיין סיבה אין די וועלט צו קלערן אזוי, נאר אין דעם פאל איז ביי מיר אפי' גענוג דער פאקט אז ער איז א איד ממילא איז עס שוין אן אויסגעשלאסענע זאך סיי אלס איד און סיי אלס א סטאטיסטישע פאקט, ווייל פאקטיש האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אז א איד, נאך אן ארטאדאקסישער איד, זאל אומברענגען אן אנדערן איד, און נאך זיין אייגענע חבר. פאר די זעלבע סיבה וואס דו האלטסט אז א היימישער איד גייט געווינען די אלימפיקס, ווייל מיר זענען נישט באקאנט צו האבן א יד אין דעם פעלד, דאס זעלבע מעג מען האלטן וועגן מארדן. ניין, עס איז בכלל נישט קליינקעפיג. אויב איינער גלייבט די מעשה אויף וועבערמאן, ווייל ער האלט אז עס איז דא איבערגענוג באווייזן, מיינט דאס שוין אז יעצט דארף מען טראכטן אז פערלמוטער האט געדונגען איינעם צו ערלעדיגן זיין אידישן חבר און שותף? האט מען טאקע בכלל נישט א שטיקעלע כוח המבדיל?
עס איז באמת א ווייטאג אז געוויסע מענטשן האבן נישט די פשוטסטע קאמען סענס וואס פעלט זיך אויס צו וויסן ווען עס מאכט אביסל סענס צו חושד זיין אדער גלייבן און ווען עס מאכט נישט קיין פינטל סענס אפילו צו חושד זיין.
אפילו אויב מען פארענטפערט אלע קשיות וואס איחודפעלד פרעגט און מען זאל אויפווייזן ווי זיי זענען בכלל נישט קיין קשיות וואס איז שייך צו פרעגן ווי לאנג מען ווייסט נישט קיין שום פאקטן, וועט עס געווענליך נישט העלפן, ווייל די זעלבע סיבה וואס שטופט לכתחילה א קאנספיראטארישע מוח אין דעם דירעקשאן וועט נאך די תירוצים ווייטער טרעפן קאנספיראטארישע פירכות וואס ווייזן אפשר נאך מער אז זיין מסקנא איז די ריכטיגע. דערזעט מען זיך אין א צרה ווי פון איין זייט קען מען ציען די ווילדסטע סארט קאנספיראטארישע מסקנות קעגן אן אומשולדיגע איד וואס עס מאכט נישט קיין פינטל סענס אים צו חושד זיין, און פון די אנדערע זייט קען מען באשליסן נישט צו גלייבן מסקנות אפילו אויב עס איז דא א ריזיגן איבערפלוס פון באווייזן קעגן א שולדיגן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הילל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
פישעלע איים סארי דא רעדט מען נישט פון קיין סאטמערע פאליטיקס אדער וויזניץ אדער גאב״ד ראב״ד פאשקעווילן שטותים.
און ניין איך לייען שוין קאווע א לאנגע צייט (טאקע נישט אלס שרייבער, אבער אלס ליינער) און איך האלט אז קאווע איז אויף סאך א העכערע סטאנדארט ווי די האסט אים נארוואס אראפגעלייגט, קאווע איז א פלאץ ווי מענטשען מיט א קאפ פארבינדן מיט די איבריגע חלקים פונעם באדי קענען זיך אויסשמיעסן געשמאקערהייט,
איך גלייב נישט אז עס איז דא איינער וואס איז מסכים אז דער שטיבל זאל געניצט ווערן פאר איינים אלס א פלאטפארמע פון ווי ער קען זיך אויסגעבען זיין אינערליכע דראנג אויף רשעות, זיין אינבאדיד קראנקע עקעלהאפטיגן מח זאל ווערן באפרידיגט אז ער האט שוין געפייניגט איינעם היינט, יא עס זענען דא אזעלעכע מענטשען...
און ניין איך לייען שוין קאווע א לאנגע צייט (טאקע נישט אלס שרייבער, אבער אלס ליינער) און איך האלט אז קאווע איז אויף סאך א העכערע סטאנדארט ווי די האסט אים נארוואס אראפגעלייגט, קאווע איז א פלאץ ווי מענטשען מיט א קאפ פארבינדן מיט די איבריגע חלקים פונעם באדי קענען זיך אויסשמיעסן געשמאקערהייט,
איך גלייב נישט אז עס איז דא איינער וואס איז מסכים אז דער שטיבל זאל געניצט ווערן פאר איינים אלס א פלאטפארמע פון ווי ער קען זיך אויסגעבען זיין אינערליכע דראנג אויף רשעות, זיין אינבאדיד קראנקע עקעלהאפטיגן מח זאל ווערן באפרידיגט אז ער האט שוין געפייניגט איינעם היינט, יא עס זענען דא אזעלעכע מענטשען...
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
יעקעלע חכם האט געשריבן:
איך גלייב נישט אז עס איז דא איינער וואס איז מסכים אז דער שטיבל זאל געניצט ווערן פאר איינים אלס א פלאטפארמע פון ווי ער קען זיך אויסגעבען זיין אינערליכע דראנג אויף רשעות, זיין אינבאדיד קראנקע עקעלהאפטיגן מח זאל ווערן באפרידיגט אז ער האט שוין געפייניגט איינעם היינט, יא עס זענען דא אזעלעכע מענטשען...
דאס באלאנגט פאר די גבאים אין אישי מחליט צו זיין, אזוי ווי די תקנות לויטעט. כאטש יעדער איז מסכים מיט דיר אז איחוד גייט אויף די געהירן.
פון די תקנות:
קריטיק – אויב איינער האט א פראבלעם מיט א הודעה, איז נישט ערלויבט צו שרייבן פרישע הודעות מיט מחאות אויף דעם אינהאלט. עס איז דא פאר דעם א ספעציעלן קנעפל ("!"), וואס נאכ'ן דרוקן קען מען אריינשרייבן דעם פראבלעם. די מנהלים זעען דאס, און וועלן דאס באטראכטן די שנעלסטע וואס מעגליך. מען קען אויך איבער סיי-וועלכן פראבלעם שיקן א הודעה אישית פאר איינער פון די מנהלים.
קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט בלויז דורך ניקים ותיקים. א נייער ניק קען נאר קריטיקירן אין אישית צו די מנהלים. א שרייבער וועלכער האט שוין ביישטייערט כאטש 150 זאכליכע הודעות קען זיך ערלויבן צו קריטיקירן ברבים, אבער אויך, זעלבסטפארשטענליך, מיט כבוד האדם. די סיבה איז וויבאלד מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז שרייבער וועלכע זענען דא בלויז אויף סאבאטאזש זאלן שטערן אנדערע שרייבער און לייענער. אז א נייער ניק וועט זיך אפגעבן בלויז מיט מחאות און קריטיק וועלן מיר זיין געצווינגען אים אויסצושפארן.
(- - -)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
פאר מיר איז עס נאך א באווייז ווי נידריג כופרים זענען סיי ברויחניות אן זיי מיט פשוטע בעיסיק גשמיות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
ווער עס האט אביסל שכל קען זעהן אז איחוד'ס מאמע איז א סאספעקט דא.
א- פארוואס טרעפט ער אויס אזעלכע פאנטאזיעס, אויב נישט אוועקצוציען אויפמערקזאמקייט פון זיין מאמע'ס קאמפליסיטי אין די מעשה.
ב- אויב איז זי גארנישט פארמישט, פארוואס זאגט זי נישט פאר איר שעפעלע אז ער זאל אויפהערן צו פארשעמען זיך אליינס און זיין גאנצע משפחה.
ג- פארוואס האט זיין מאמע נישט געענטפערט דעם אמת פאר די פאליציי? (מקור, א גאר פארלעסליכער וואטסעפ גרופ. וואס איז בעצם די מקור פון ני פאוסט)
איחוד, איין זאך וואס איך בין נאך מסופק דא. וועלעכער איז גרעסער דא, דיין טיפשות אדער דיין רשעות.
א- פארוואס טרעפט ער אויס אזעלכע פאנטאזיעס, אויב נישט אוועקצוציען אויפמערקזאמקייט פון זיין מאמע'ס קאמפליסיטי אין די מעשה.
ב- אויב איז זי גארנישט פארמישט, פארוואס זאגט זי נישט פאר איר שעפעלע אז ער זאל אויפהערן צו פארשעמען זיך אליינס און זיין גאנצע משפחה.
ג- פארוואס האט זיין מאמע נישט געענטפערט דעם אמת פאר די פאליציי? (מקור, א גאר פארלעסליכער וואטסעפ גרופ. וואס איז בעצם די מקור פון ני פאוסט)
איחוד, איין זאך וואס איך בין נאך מסופק דא. וועלעכער איז גרעסער דא, דיין טיפשות אדער דיין רשעות.
- הילל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
- געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
יאנקל, אמת, נאר באלד קען איחוד קומען פרעגן אויף דיין הנחה: ווער זאגט ער איז באמת געווען זיין חבר? אפשר האבן זיי זיך טאקע לעצטנס צעאמפערט און געהאט א געלט סכסוך? האט מען נאכנישט געהערט אז שותפים צוקריגן זיך און ערלעדיגן צו ערלעדיגן דעם אנדערן פאר געלט אדער סכסוכים? וועגן דעם זאג איך אז אפילו אויב יא, אבער וויבאלד איך האב נאכנישט געהערט אז א איד זאל האבן דורכגעפירט אזא אקציע צו הרגענען א צווייטן, איז סטופיד צו קלערן אז דא איז עס יעצט געשען צום ערשטן מאל וואס א היימישער זאל גיין הרג'ענען א צווייטן, און נאך א צווייטן איד און נאך א חבר מיט זיבן קינדער וואס ביידע משפחות זענען נאנט, און אפילו אויב ער זאל יא האבן געווען זיין שונא, און אוודאי און אוודאי נישט ווען ס'איז נישטדא קיין שום פאקט אדער חשד וואס זאל פירן צו טראכטן אזוי.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
הילל ,דו מאכסט עס סאונדן כאילו עס איז א לעגעטיגמע פראגע און דו ביסט שוין דן סברות לכאן ולכאן ויבוא השואל וישאל מיט א געמאכטע תמימות מאי כל הרעש? איך האב נאר געזאגט אז 'אפשר' איז דער שותף דער שליח לרציחה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
נאך אפאר זאכן וואס איחוד ווייסט, לכאורה, פאר א פאקט:
אידן קאנטראלירן די מידיע,
אידן הערשן אויף די פינאנץ סיסטעם,
אידן זענען אונטער די צווילינג געביידעס טעראר אטאקע,
אידן ווילן איבער נעמען דער וועלט.
די נאטור פון א מענטש איז, ווען ער ווערט אטאקירט שלאגט ער זיך צוריק. איחוד, זייענדיג א conspiracy theorist, האט געקנויטן א טייג, און ווערענדיג אטאקירט דא שלאגט ער זיך צוריק אפילו ער ווייסט וואספארא נאנסענס ער שרייבט. ס'פאסט אים נישט אראפצוקריכן פון בוים. Simple as this.
אידן קאנטראלירן די מידיע,
אידן הערשן אויף די פינאנץ סיסטעם,
אידן זענען אונטער די צווילינג געביידעס טעראר אטאקע,
אידן ווילן איבער נעמען דער וועלט.
די נאטור פון א מענטש איז, ווען ער ווערט אטאקירט שלאגט ער זיך צוריק. איחוד, זייענדיג א conspiracy theorist, האט געקנויטן א טייג, און ווערענדיג אטאקירט דא שלאגט ער זיך צוריק אפילו ער ווייסט וואספארא נאנסענס ער שרייבט. ס'פאסט אים נישט אראפצוקריכן פון בוים. Simple as this.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
New York, NY - Cops Think Overseas Hitmen May Have Been Involved In Stark Murder
New York, NY - Less than a week after Williamsburg landlord Menachem Stark was kidnapped and murdered, cops say tips have them believing that his killers are “not American,” and may have been imported specifically for the hit.
The NEW YORK POST (http://bit.ly/1kqET6P) reports that a law enforcement source said on Tuesday that the NYPD has been getting a “flood of calls” since Stark’s family upped the reward to $25K, and that descriptions of Stark’s kidnappers from tipsters are leading investigators to believe that the hit men are foreign.
Advertisement:
The descriptions “led us to believe that the suspects are not American,” one source said. “They could be from out of the country, maybe Europe.”
Another source said Stak’s wife told investigators she noticed a mini-van similar to the one used in the abduction parked close to the family home a week-or-so prior to the hit.
Officials say they are currently interviewing potential witnesses, as well as painstakingly going over red-light video camera footage between Brooklyn and the Great Neck Getty Station where Stark’s body was recovered.
http://www.vosizneias.com/151681/2014/0 ... rk-murder/

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.