כולנו למערכת מיליאן דאללער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

כולנו למערכת מיליאן דאללער

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]מען האט צוזאמגערופן אלע עסקנים, שוויצערס פאליטיקאנטן און מידיע פערסענאל און מען האט געמאכט א פרעסע קאנפרענס.

און וואס האט מען געזאגט ביי די פרעסע קאנפערענס?

אז מען האט געהעכערט די באלוינוג פון צען טויזענט דאללער צו פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער, פאר ווער עס וועט ברענגען עפעס אינפארמאציע צו העלפן כאפן די גרויזאמע מערדער.

רבותי איך שעם זיך, בושה תכסה פני!! דאס איז דאס בעסטע וואס מיר קענען?? נעבעכדיגע פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער??? פאר דעם אפגעריבענע מטבע מיינט איר אז איינער וועט זיך פארטשעפען מיט די אונטער וועלט און ארויסגעבן סודות פון חדר??
וואס וועט דער יעניגער טוען מיט פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער? באצאלן זיין קאן עדיסען בילל פאר א יאר? אדער אפשר דינגען שומרי ראש פאר צוויי וואכען?

איך האב חלילה נישט קיין טענות אויף זיין משפחה. זיי טוען מעבר ליכולתם אין די אומשטענדן. זיי האבן יעצט פארלוירן זייער ברויט געבער און האבן נעבך נישט גארנישט אויסער חובות. אבער מרא דבשמיא לא אלמן ישראל אידן פארמאגן נאך א הערשל שרייבער אן אליעזר קעסטנבוים און א טוץ באדאנסקיס. אין וועלכע מייזן לעכער זענען זיי אריינגעלאפן.

מען זעט דארט אויפן בילד פונעם פרעסע קאנפערענס (די ערשטע) נגידים עשירים וואס קענען אן א בלינק מיטן אויג אויסשרייבן א טשעק פון הונדערט טויזענט דאללער אדער מער.
רעב איד, אנשטאט זיין ביזי מיט דעם עקעלדיגן פאוסט, טוה צו דער זאך, נוץ דיין קאפ און געלט פאר זאכן וואס קענען אולי ברענגען די ריכטיגע שולדיגע צו פאראנטפארטליכקייט. אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט עפעס א עפפ פון דער פאסט אויף גאאגל.

וויליאמסבורג באדט זיך אין עשירים. לייג צו בארא פארק און מען האלט שוין ביי א הונדערטע מיליאנען. וויליאמסבורגע ברידער און בארא פארקע קאזינס קענט איר נישט ווייזען אביסל ברידערשאפט?? עפענט אייער קעשענע, לאזט אייך הערן מיט קול ברמה אז מיר זענען דא עד הסוף און מיר מיינען עס ערענסט. לאמיר אוועקשטעלן א פרס פון הונערט טויזענט דאללער, א פערטעל מיליאן דאלעער, א האלב מיליאן דאללער, נומערען וואס רעדט צו די וועלט, נומערן וואס שרייען צו די פרעסע, נומערן וואס וועלן שיקן א מעסעדזש פאר פארברעכער אז מיר זענען דא און מיר מיינען עס ערענסט.

נישט פארגעסן אז די גאנצע עסק דא גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש ממש. דא שטייט א אינגערמאן, דער שותף, מיט די נשמה אין די האנט, ארומגענומען מיט שומרים און שכירי חרב. ער ציטערט פאר זיין לעבן.

מיר ברידער ברויכן אים שטיין צו די האנט אין העלפן און נויט. איר הערט הרב געשטעטנער? איר הארכט הרב ראלינצקי? עס האנדלט זיך מיט איינער וואס איז באדראעט מיט זיין לעבן!! שפאנט איין אייער פראפאגאנדע מאשין און פאנגט אן שאפן אוצרות!!

לאמיר ווייזען אז אידיש בלוט איז נישט הפקר אפילו ווען עס מיינט דאללערס און סענטס.

כולנו למערכת מיליאן דאללער!!!![/justify]

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר