צוליב צילן
צוליב צילן
װערט דאָס בילד באלױכטן
מיט שטרענגע רעפלעקטאָרן
און די רעצענזיעס אָנגעשריבן
פון קאטעגאָרישע װינקלען.
מיט צופאַלן
פארשפעטיקן זיך די אײזנבאנען
און װיכטיקע אױפטוען
פארזאמען.
ערגעץ אין צװישן
לעבט דאָס מענטשל.
אמאָל להוט צו שפירן
אמאָל איבערצײגט
אז פארפאלן.
אָפּשאצונג
א רונד פנים באגריסט אַ הײסע נאכט.
צוליב סטרוקטור איז אלץ געװאָרן װאנט.
מחמת סדר האָב איך געגעבן אכט.
מאך מיך פאר א סיג מיט דײן האנט.
א האלבע װעלט צעפאלט זיך — איז צעשטרײט
בײ מײן פארשטאנד. איך קען נישט תופס זײן
די שטענדיקײט פון שײנקײט, די טערפקײט פון דײן װײן.
איך שטײ אין דרױסן, קוק אהין ארײן.
אטמאָספעריק
א געװיקס איז א תירוץ צו קושן די ערד.
מע לעבט נאָר פונעם אײנגעזאפטן אין יענעם.
די זונענשײן איז אן אָפגעצאָלטער חוב.
די לופט איז דײן ערשט צי דײן לעצט מאנטל?
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/sholem ... z2poMGrAFh
דריי נייע לידער
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
גוט, לאמיר דאס ארומרעדן
מסכים אז דאס זיינען ניט די פשוטסטע זאכן וואס כ'האב א מאל אנגעשריבן. זיי זיינען דריי באזונדערע לידער און האבן ניט קיין פארמעלע שייכות צווישן זיך. לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן. דארט באשרייבט זיך דער מענטש ווי איינער וואס געפינט זיך צווישן צוויי עקסטרעמען אדער השקפות. ווי אזוי פארשטייט איר דאס?