דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יואב דו שרייבסט פריער אז מ'דארף נישט קוקן וואס יענעם שמעקט. אויף אן אנדער פלאץ שרייבט שפתים ישק אז כתר מלכות חתימה שמעקט עם נישט איז ער עס געגאנגען פארמעקן.
און איך ברויך געוויס וויסן פון וואס דו רעדטס. כ'הער. אז דו ווילסט קענסטו מיר לינקן אהין.
אין יעדן פאל, בין איך נישט שפתים ישק, און ער איז נישט פאראנטווארטליך אויף מיין מיינונג, און איך נישט אויף זיינס. איך ווייס נישט איבער וואס און ווען ער האט דאס געשריבן, און אזוי אויך ווייס איך נישט וואס ער האלט כלפי זיך מישן אין יענעמס ביזנעס. איך ווייס אויך נישט צו וועלכע ארמארי ער גייט כ"א כסלו, און אויך נישט צו וועלכע הצלת הדורות.
אויב אבער ווילסטו הערן א שטיקל חילוק, דאן אמשול לך משל.
ווען אן ארוני הענגט אויף א צעטל אין א זאלי שול איבער ארונישע פראפעגאנדע, איז נארמאל דאס זאל פארדאמט ווערן (איך ווייס נישט צו גערעכט) דורך א זאלי, א מעמבער פון יענעם שול.
ווען איינער קומט אבער אריין אין דעם זאלי שול מיט א דאטשיק, און "ס'שמעקט נישט פאר איינעם", איז דאס נישט א נארמאלע זאך.
נב. דאס מיינט נישט אז איך האב אראפגעציפט צייט היינט נאכט צו פארברענגן מיט דיך.