חביבי האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:א גאסט אויף א וייל האט געשריבן:[qulease don't report it to the police, it's a white "chrysler" mini van, not a Dodge. Don't waste precious resources.
גיב אלעס איבער, לאז די פאליס מאכן זייערע קאנקלוזשינס.
נאכאמאל, לאמיר נישט שפילן כאילו מיר זענען קלוגער פון די פאליס. מיר זענען נישט.
נאך אזא צומישטע אין צוחישטע ציפארנע וואך אין די פאליס האט נאך גארנישט געטראפען עפעס זאכליך(עכ׳׳פ וואס זיי געבן ארויס)
הייב איך שוין אן טראכטען אז קען זיין אז אינז זענען יא קלוגער
טראכט 1+1
די פאליציי איז זיכער מער פראפעשאנאל ווי חסידישע יונגעלייט, און א חלק פון זייער פראפעסיאנאלעטי איז אז זיי "פלאפלען נישט" אין גאס יעדע שפעקאלאציע פשוט ווייל אויב איז די שפעקאלאציע ריכטיג קען זיך דער רוצח בעסער אויסרעכענע וואס צי טיען נעקסט
(בכלל האלט איך אז די אלע ניקס וואס האלטען אז זיי האבען א ריכטיגע שפעקאלאציע זאלען פליז פארמאכען דאס מויל און גראד מעלדען די אינסטאצען וואס געבען זיך אפ דערמיט)
מצד שני די פאליציי האט נישט נאר די איינע קעיס פון ר' מנחם ה' ינקום דמו, זיי האבען טעגליך הונדערטע אזעלכע קעיסעס, דעריבער קענען זיי נישט פאוקעסען נאר אויף איין קעיס
דערפאר איז גיט אז דער עולם העלפט צי, און דאס האט צוויי מעלות, איינס אז זיי די פאליציי ארבעט לויט די אינטערערסען פון די קאמיונעטי און אויב זעען זיי א גרויסע אינטערעסע טיען זיי מער, צוויי לקיים מה שנאמר "תשועה ברוב יועץ" יעדער יועץ צי האט ער יא שכל צי איז ער סתם א נער אבער הילף איז אייביג בגדר "אם לא יועיל לא יזיק"
עס זענען טאקע דא אסאך ניקס וואס ווילען זיין א הירא אין היסטאריע אז מען זאל זאגען אז "זיי" האבען געכאפט דעם רוצח, דעריבער איז יעדע זאך וואס זיי חלומען אדער וואס זיי הערען סיי ווי, לויפען זיי דאס מעלדען "די ערשטע" כדי מען זאל זאגען אז זיי זענען געווען "דער וואס האט געפירט צי דער רוצח"
אבער מען כאפט זיך נישט אז די אלע ניקס מיינען נישט די טובה בכלל פון די קעיס, זיי מיינען "זיך" און זיי כאפען נישט אז זיי מאכען מער קאליע ווי נישט, מכח כמה טעמים כמו שכתבתי לעיל, און אויב ווייסטי טאקע עפעס לויף מעלדען די "ריכטיגע" און שרייב עס נישט דא (כאטש עס מאכט קאווע שטיבל מער פאפילער אבער עס איז נישט לתועלת בכלל)