איך זיך אן עצה.
ביי מיר אין שול'כעל דאווענט אן אלטער פולישער יידל העכער די ניינציג וואס ער רופט יעדן איינעם- יינגעלייט, קינדער- שייגעצל, "שייגעצל קאנסט מיר זיי מוחל ברענגן א חומש'ל" "שייגעצל וואס א סדרה האט מען געלערנט ביי אייך די וואך" און דערביי געווענליך געבענדיג א לויזן קניפ אין בעקל מיט זיין פארציטערטן האנט. איך ווייס דאס ער לעבט נישט אזוי ווייט מיט די צייט ווי די שטייגער פאר אזא איינעם וואס איז אין אזא טיפן עלטער, אבער ער געדענקט גאנץ פיין זיין היסטאריע, כאטש ס'איז אביסל שווער אים צו פארשטיין, אז ס'איז מיר פונקט אויסגעקומן צו כאפן מיט אים א שמועס בין איך פשוט מיעד געווארן פון אויסהערן זיינע איבערלעבעניש.
אלזא מיין קינד א זיבן יעריגע וואס איז געלערנט צו רעדן אן איידלן שפראך, ווי געב איך זיך אן עצה אים צו ערקלערן וואס עפעס דער זקן רעדט אזא שפראך, דער זקן איז נישט סתם עפעס אן אורחא פורחי ער קומט דוקא אלס און באגלייטונג פון עטליכע זיסע בחנ'טע אייניקלעך זיינע.
וואס טוט מען מיטן אלטן ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1947 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2331 מאל
דער אשכול פארמאגט 16 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן