דרשה פון בעלזער רב צו בעלזע ווייבער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

דרשה פון בעלזער רב צו בעלזע ווייבער

שליחה דורך וחלופיהן »

באהאפטן איז די דרשה וואס דער בעלזער רב האט נעכטן נאכט געגעבן צו די בעלזע ווייבער לכבוד ט' שבט (מוקדם), דער יום הצלה פון מהר"א מבעלזא זצ"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וחלופיהן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב דורך געליינט שנעל...

דער בעלזער רב זאגט זייער פיין און זייער שיין...

די שטיקל איז מיר געווען אינטערסאנט...

ס'איז דא יונגעלייט וואס זיי וואוינען אין 'איין' שטאט, און דער רבי זייערע וואוינט אין א 'צווייטע' שטאט. זיי
פאהרן אויף שיינע שבתים, און אויף ימים טובים, צום רבי'ן. און די פרוי בלייבט אליין אינדערהיים מיט די
קינדער, מיט קליינע קינדער, און דאס איז א 'גרויסע' הקרבה, מצד פון די פרוי לטובת פון דער מאן. "ושכרה גדול
מאוד".
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר האט געפאלן ווי ער רעדט צו דער זאך, סיי בנוגע בודזשעטן הוצאות הבית און נישט סתם ספענדן על סמך בטחון, אז די פרויען זאלן זיך אנטון שיין פאר די מענער (!), ער רעדט ממש ווי א קאווע שטיבל אנגעלייענטער....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ער זאגט אסאך געוואלדיגע נקודות ,אסאך שותי קאווע וואלטן הנאה געהאט ווען זייער רבי זאל דאס זאגן. געב א קוק וואס ער זאגט ביי שידוכים און ביי זיך אנטוהן שיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בענזשאמין, וכל קדושיו עמו, וואס קענען נישט פארשטיין כ"א כסלו על שום מה, מיט וואספארא רעכט מאכט מען א יום ההצלה בשעת מיליאנען זענען נעבעך אומגעקומען,
וואס זאגט איר צו דעם שטיקל?
.
.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שאולי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך שאולי »

שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האט געפאלן ווי ער רעדט צו דער זאך, סיי בנוגע בודזשעטן הוצאות הבית און נישט סתם ספענדן על סמך בטחון, אז די פרויען זאלן זיך אנטון שיין פאר די מענער (!), ער רעדט ממש ווי א קאווע שטיבל אנגעלייענטער....

איך האב מורא אז דער טיטאניק איז זיינס א ווארט זאגערס דו"ק ותמצא נחת
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

"מ'קען דאך נישט צוגלייכן צו דער קאפ באקומט א קלאפ צו ווען די פוס באקומען א קלאפ".
אויב איך לערן גוט אפ, מיינט ער צוזאגן אז די טראגעדיע פון זיין משפחה איז געווען גרעסער פון די טראגעדיע פון כלל ישראל.
עליטיסט.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

שמעקעדיק, דאס איז ספין. עס איז טאקע אזוי אז בעלז האט נישט געמאכט אן עסק פון דער יום הצלה ווי סאטמער און דער 'יום טוב' איז לאוי קי. צו זאגן אבער אז עס איז א געדענק טאג איז איבערגעטריבן און איז צו באקעמפן די טענות פון די מערערים אויף דער טאראראם וואס חסידים מאכן איבער דער הצלה פון זייערע רביס און ווער רעדט נאך וויאזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הערשי האט געשריבן:"מ'קען דאך נישט צוגלייכן צו דער קאפ באקומט א קלאפ צו ווען די פוס באקומען א קלאפ".
אויב איך לערן גוט אפ, מיינט ער צוזאגן אז די טראגעדיע פון זיין משפחה איז געווען גרעסער פון די טראגעדיע פון כלל ישראל.
עליטיסט.


און וואס איז מיט צוגלייכן זיין פעטער'ס פטירה צום שואה?
איך מוז דא באצייכענען, אז טויזנטער יודן זענען אדורך געגאנגען דעם חורבן פון תרצ"ט, למספרם 93 '. ביי אונז בעלזער חסידים, זענען [אונז] דורכגעגאנגען דעם חורבן צוויי מאהל. תרצ"ט, און תשי"ז.


און דער נאמען בעלזא איז געבליבן אויף די מאפע, אינגאנצן ריין, און כמעט אינגאנצן גאנץ.

Hint hint... מאכנובקע?
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

געפילטע פיש האט געשריבן:און וואס איז מיט צוגלייכן זיין פעטער'ס פטירה צום שואה?


ללמדך ששקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

יעדער וואס האט ליב כלל ישראל [איך בין אזא איינער] דארף באגריסן און רעספעקטירן דעם רבי בערל זז"ג, ער איז א קלוגער מענטש און א געטרייע מנהיג, אלס מיין פארטיי אנהענגערשאפט בין איך אויף די אנדערע זייט פון אים, אבער ער איז א דרייסטער מענטש, און ער פירט זיין עדה שוין באלד פופציג יאהר, און אין די צייט וואס רוב רבי'ס היינט זענען נישט קוואליפיצירט אפילו צו פירן מיטל-סייז בתי מדרשים, שטייט ער ארויס אלס א ריכטיגע מנהיג מיט שכל.
א שאד אז אין זיינע יונגע יאהרן איז ער געווען היבש פרעך און געלאזט זיין צינגל לויפן, אבער עס איז צייט איינצוזעהן אז ער דארף דינען אלס ראל מאדעל פאר יעדע רבי וואס וויל וויסן וויאזוי צו פירן א ציבור.
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

ער איז א קאמפליקייטיד אינדיוויואל. אז ער איז משכמו ולמעלה פון רוב אנדערע רביס איז אפגערדט כאטש עס איז אויך נישט א חסרון פון אנדערע אז זיי פארמאגן נישט זיינע אמביציעס. ווי קליג ער זאל נישט רעדן מוז מען אויך אין באטראכט נעמען אז ער איז פונקט אזוי קארופט אויב נישט מער ווי אנדערע. ממילא איידער איר גומרט נישט אויף אים דער הלל נעמט אין באטראכט אז ער פארמאגט אויך א געזונטן מן המצר.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

פארפאלען איך האב זייער הנאה ווי אזוי ער האט גערעדט, מיט א געוואלטיגע תוכן, און צו די זאך

דאס שרייב איך פון מיין סאטמערע זייט
פארפאלען גיט געזאגט
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ער האט גארנישט גארנישט מחדש געווען
איבערגעזאגט דברים ידועים וואס 90% בעלזע חסידים לעבען מילא דערמיט
איך זע נאך נישט וואס די חידושים זענען דא

יא ער רעדט נישט סאטמאר סטייל אבער פאר וויזניץ באבוב בעלזא באיאן סלאנים וכו די אלע איז דאס א ב ג ד גארנישט געזאגט
איין זאך
ביז איך האב געליינט קאווע שטיבעל האב איך נאך געהאלטען פון עם אבער יעדען טאג וואס גייט פארביי איז ער מיר נאך מער מחדש אז אין בו שום חידוש וחכמה גדולה
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

געפילטע פיש האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:"מ'קען דאך נישט צוגלייכן צו דער קאפ באקומט א קלאפ צו ווען די פוס באקומען א קלאפ".
אויב איך לערן גוט אפ, מיינט ער צוזאגן אז די טראגעדיע פון זיין משפחה איז געווען גרעסער פון די טראגעדיע פון כלל ישראל.
עליטיסט.


און וואס איז מיט צוגלייכן זיין פעטער'ס פטירה צום שואה?
איך מוז דא באצייכענען, אז טויזנטער יודן זענען אדורך געגאנגען דעם חורבן פון תרצ"ט, למספרם 93 '. ביי אונז בעלזער חסידים, זענען [אונז] דורכגעגאנגען דעם חורבן צוויי מאהל. תרצ"ט, און תשי"ז.


וואס פארשטייסטו נישט ווען די רב ז"ל איז אוועק איז ווידעראמאל געפענט די אלטע וואנד פון די שואה!
דאס הייסט צוויי מאל די שואה (פון א בעלזע שדאנדפונקט)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

טיטאניק האט געשריבן:אין בו שום חידוש וחכמה גדולה

קאן זיין, אבער אימביציע אין גאטס אין נארמאלקייט האט ער יא.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

טיטאניק קיינער רעדט נישט דא פון קיין הויכע מדרגות ער איז פשוט א מענטש וואס טוט צו די זאך און םארנעמט זיך מיט וויכטיגע פראבלעמען און לאזט די פלעסטיק ברילען פראבלעמען פאר זיינע שוואגערס, אט איז וואס כ'האב געשריבן אין א אנדער אשכול:
"די יושבי חושך וצלמוות די וואס ביי וועם "חדש אסור מן התורה" איז וויכטגער ווי י"ג עיקרים ג' חמורות און עשרת הדברות, די האבן זייער מורא פון די בעלזער רב און וועלן מיט אלע כוחות פרובירן אים צו אפמאלען אלס משכיל, ווייל ער איז א הוכחה אז מען קען אדורכפירן וויכטיגע רעפארמירונגען, אויפטוהן און מחדש זיין, און דאך בלייבן אינגאנצן עהרליך און אנהאלטן די גאנצע חסידישע טראדיציע מיט'ן גאנצן קנאק, און דאס איז שומט די קרקע פון די פאסיווע מנהיגים וואס טוען גארנישט ערנסט צו פאררעכטן פראבלעמען און גלייזן מיט די אויגן און זאגן "חדש אסור מן התורה"
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איך האב אויך אמאל געהאלטען אז ער איז א משכיל און לגבי סאטמאר איז ער טאקע
אבער פרעג זיינע יונגעלייט וויזאוי מען פייניגט זיי אין ישיבה זיינע ישיבות פארען היבש עקסטרעם פרים
צים ביישפיל ביי עם אין ישיבה איז פלאסטיג גלעזער אסאך אסאך הארבער ווי אין וויזניץ אדער סיי ווי
און נישט פון היינט!
ביז לעצטענס פלעגט מען אינטערשניידען הויזענעס פון די מאדערענע בחורים וואס גייען נישט פוןד יערשטע טאג סליחות מיט שווארצע זאקען אין די וואכען טעג
איך האב א קאזין וואס זיין טאטע איז קוים געגאנגען א שטריימעל און ער איז געגאנען מיט א קנייט היט א שטאפענעם, אנקימענדיג קיין בעלז פרעגט עם בעלזער רב "די קאכסט טשאלענט אין דעם?" ער האט נישט געכאפט די ווערטעל
אבער נעקסטע שבת פרעגט עם דער בעלזער "ווי לאנג נאך גייסטי טראגען דעם אינגערישען טאפ אויף דיין קאפ?"
בלית ברירה האט ער זיך אנגעטין א סאמענטענעם היט
אבער שווארצע זאקען האט ער נישט געחלומט
ווען עס איז אנגעקימען די ערשטע טאג סליחות און ער וויל אנטיען זיינע הויזען זעט ער ווי זיינע הויזען זענען אינטער געשניטען!
בלית ברירה האט ער אנגעטין שווארצע זאקען
קיצור דברים בעלז איז היבש פארנאטיש אין ארץ ישראל
דאהי הייסען זיי די מאדערענע אבער אין ארץ ישראל זעען זיי אויס אינגאנצען אנדערשט
אפילו אין לאנדאן אין אין אנטווערפען זענען זיי אויך מער פון די פרימטשיגערס
סא ער איז א משכיל קעגען סאטמאר אבער בעצם איז ער בכלל נישט אזוי מאדערען ווי ער העררט זיך
גיי קיין ארץ ישראל און איבערצייג דיר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טיטאניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

טיטאניק, לויט דיר פארוואס הייסט ער טאקע א משכיל דאהי?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טיטאניק ,דו ווייסט אז זיי שפילן פאטבאל כאטשיק פיר שעה א טאג? און זיי זענען מקפיד אויף א ליטער בליט אין די מצות?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך אויך האט געשריבן:און זיי זענען מקפיד אויף א ליטער בליט אין די מצות?

הער אויף שנעל באלד פארט עס ארויף אויף פעלד מעסייע פון דארט צו די פאסט און נאכדעים וועט איחוד קימען צו לויפן אז מ'מאכט דא א קאוועראפ......
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

zurich האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:אין בו שום חידוש וחכמה גדולה

קאן זיין, אבער אימביציע אין גאטס אין נארמאלקייט האט ער יא.

די בליק וואס סאטמאר האט געבויט אויף עם איז זיכער הוילע סירחון
אבער ער איז נישט אזוי גלאנציג ווי די גאס מיינט
נקוט כללא זו בידך פון דערווייטענס גלאנץ אלעס אפילו א שטיקל ציברכענע גלאז
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

zurich האט געשריבן:טיטאניק, לויט דיר פארוואס הייסט ער טאקע א משכיל דאהי?

פרעג די סאטמארע
די עכטע תירוץ איז ווייל ער האט געהאט די חוצפה פון טראכטען אנדערשט ווי זיי און די חוצפה פון רעדען זאכען וואס זיי ווילען נישט הערען
פארשפארט