שמעקעדיג האט געשריבן: איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות לגבי ציונות, איך בין אויפגעוואקסן אויף דעם פארקערטן דרך; אבער פון דארטן ביז זאגן אז יעדע תיקון וואס ער מאכט איז השכלה און א מעסער אין רוקן פון "דרך ישראל סבא" איז סתם נאריש און זינלאז.
סארי אויב כ'האב מיך צולאזט, איך עקספעקט אפאר באמבעס אויף צוריק ברבים און אין אישית, אבער ההכרח לא יגונה. (נאר,,פרייליך, ביטע אטאקירן מיט רחמנות.....)
נאך א מזל די פארגעסט נישט דיין אפשטאם און די ביסט מוכן עס צו פובליצירען לעיני העמים והשרים,
עס איז נישט דא וואס צו אטאקירען ווען א גברא קומט ארויס אין די פובליק און זאגט זיין שטעלונג אהנע כסויים האט איינער אטאקירט ווען א געוויסע הנהגה האט פובליצירט אז ס'איז שוין נתגלה געווארען דער מלך המשיח? יעדער האט מיט א געפיל פון האפענונג אויף א רפואה צוגעקוקט מיט רחמנות אויף די פילע נאכפאלגער
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
בעפאר דו ביסט געבוירן, שעפעלע, איז טעיפס געווען אסור. מען האט שוין ערגעץ מעתיק געווען (דא אין שטיבל) א קול קורא דערוועגן, אז מען זאל עס ח"ו נישט אנצינדן אין חדר פאר די קינדער.
גראדע אין דעם הינזיכט איז באמת אכשר דרא, די אמאליגע איסורים אקעגן הערן נארמאלע טעיפס, און האב א "קעסיא" אינדערהיים. א.א.וו. איז שוין מער נישטא.
פינטי, איך שרייב נישט קיין דמיונות. איך האב גערעדט צו עלטערע אידן.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
שמעקעדיג האט געשריבן:בעפאר דו ביסט געבוירן, שעפעלע, איז טעיפס געווען אסור. מען האט שוין ערגעץ דא מעתיק געווען א קול קורא דערוועגן, אז מען זאל עס ח"ו נישט אנצינדן אין חדר פאר די קינדער.
גראדע אין דעם הינזיכט איז באמת אכשר דרא, די אמאליגע איסורים אקעגן הערן נארמאלע טעיפס, און האב א "קעסיא" אינדערהיים. א.א.וו. איז שוין מער נישטא.
פינטי, איך שרייב נישט קיין דמיונות. איך האב גערעדט צו עלטערע אידן.
כ'אב אויכעט גערעדט צו די עלטערע אידען אבער מיט איין זאך ביסטו דיר טועה
דאס אריינברענגען דעם מוזיקאלישע געפיל און אויפבויען זינגער'ס און נאך, ווי טוישען די שטרענגקייט איבער די אופן וויאזוי צו דריקען די תורות הרביים,
דאס איז געווען 'בעלזע' ריסטריקשענס וואס דער איצטיגער הנהגה האט גענצליך אויסגעראטען אז ס'זאל פון זיי קיין זכר נישט בלייבען צו האבען די גענצליכע שליטה אין די האנט
אט דאס און נאר דאס האט דעמאלטס געשטערט פאר ערליכע יידען נישט דער געדאנק פון מאכען נגונים און טעיפ'ס נאר די רעפארמירען א עדה אוועקצונעמען זייער אלטע טראדישען. ... כדוגמת די הייליגע ווידיאו מראות וואס מען צינדט אהן אין אלע שטיבלאך איבער די וועלט ביי די בעלזע צבורים איז דער 'פוינט' דאס רעפארמירען און נישט אזוי ווייט דער עצם הייליגע מראה וואס ער ווייזט
דיין מערכה קעגן בעלז אין בית שמש פרויעקט האט גארנישט מיט יודישקייט בלויז אני ואפסי ווען דו וועסט פאר ענטפערן נשר גראבעריין פין אתרא קדישא וועסטו האבן דיינע תירוצים
נאר,,פרייליך האט געשריבן:פילע גדולי ישראל האבען געפירט די הסברה נגד דעם מנהיג עס האט גארנישט צו מיר און צו די ארגון אגודת אתרא קדישא וואס היט אויף קברי קדמונים
אויב האט איר צוליב משפחה סכסוכים פראבלעמען מיט די גדולי ישראל דיין איז דא אינטערזוך מקומות דא בחו''ל
אזוי אויך הילל פון ק''ש קען שטארק ארויסהעלפן אין נויט
צומאל אויך אזא שמעקעדיג תגובה.
די האסט נישט קיין פראבלעם מיט גדולי ישראל ווייל די סקונדע די גדולי ישראל זאגן אנדערש ווי דיר ווערט ער א זקן ממרא
נאך אמאל דיין מערכה קעגן בעלז צי בית שמש האט מיטן רבונו של עולם נול
[justify]אין אישי האב'ך ערהאלטען פון אחד המיוחד דא בעולמינו א לענגערע ערקלערונג איבער דעי טאפיק צוליב חשדות וואס כ'האב געהאט איבער אים דער וועמען איך האב חושד געווען מיט מחשבות פון א סאטמארע אט''ד זיכענדיג צו לעקן יעדן קרוב למשנאי ד' האט מבאר געווען בארוכה זיין דעה אינעם ענין אין אנטווארט צו מיינע הערות אויף אים טענה'ט ער אז ס'ליידער פאראן וואס זיכען אנצושמירען אלדאס בייזען אויף זייערע קעגנער און די וואס שטימען נישט מיט זיי אזש אפילו די וואס זענען בלויז סכסוכים'דיגע סארט קעגנער לדוגמת מח' מהר''א מהרי''י וועלן די פארשוינען אויך רעדן און מחנך זיין בניהם ודורתיהם אחריהם אז דער סטרא אחרא איז זומם כל היום אפצושניידען בערד און צו אוסרייסען יעדן ביסעל יודישקייט פון זיין ציבור וכו'וכו' וואס פילע פון זיינע טענות זענען ליידער מרוב גלות הדעת וטפשות ההמון וואס איז ליידער מצוי ביי פילע יידען
מיט אט דעי סארט רייד פרובירט יענער מאנ''ש מסביר צו זיין די אפשיי וואס ער האט צו די וואס רעדן שארף נגד דעם מנהיג דנן
להוי ידוע אז דאס וואס דיין קליינקעפיגקייט און נאך פילע טויזענטער זענען קולט כאילו ווי די אלע גדולי ישראל ובתוכם די רבנים וואס לעבן נאך א טייל פון דיע ובראשם הרב רבי ארי'ליבוש מ'פשעווארסק האבען עפעס געזעהן אז דער פארשוין איז אזא סארט וואס איז ממש ראשו ורובו אריינגעטאהן בלויז צו זעהן ווי ער קען עוקר זיין יודישקייט פון זיין ציבור, און זיי ממש אפקילען פון אלע יודישע הרגשים, און נאך ענליכע בלבולים אויף די גדולי מנהיגי העדות כאילו אזעלכע נארישע געדאנקען איז געווען די סיבה פאר זייער ארויסטריט נגדו
ערעב יוד טייערע איר האט מיאוס געגרייזט און זייער נישט גוט אויפגעכאפט בכלל וואס די ערליכע לייט האבען געוואלט פון דעם יוד בימים ההם
איך וועל דיר בלויז געבן א קליין סיפור וואס רירט נישט צו צו קיין שום סעיף און שולחן ערוך און קיין שום מקובל'דיגע הנהגה אין כלל ישראל און כל שכן אז עס רירט נישט צו צים יסוד פון כלל ישראל אינזער הייליגע אמונה, אבער אז די ביסט דיר אביסעל מתבונן בטיב המעשה וועסטו אביסעל דערגיין וואס די גדולי עולם האבען אין אים געזעהן, וואס אפגעזעהן צו ער וויל נאר זעהן לאנגע פיאות און ריזיגע בערד מיט חסידישע שטובער און שיינע יונגעלייט אויף זיינע פארענטשעס און שטיבלעך וכו' איין זאך זאלסטו אבער אינאכט נעמען אז די גאנצער עסק איז באגלייט מיט א באגער אריינצוברענגען א קרירות און קאלטקייט צום גאנצען עבר וואס דאס איז זייער הארעוואניע און פלאג דורך פארשידענע אופנים וואס דער האט בעבר געטאן און איז נאך זומם בעתיד
די סיפור גייט לערך אזוי נאך פילע יארען וואס בעלז איז געווען פארוויסט זינט תשי''ז ווען דער הייליגער רב מהר''א איז נסתלק געווארען איז דער יונגער יתום'ל רבי רבי בער אינטערגעוואקסען והי' לאיש און זייענדיג קוים א בן עשרים האבען די באהערדע אין בעלז געזאגט עס איז שוין רייף לחדש המלוכה און איבערגעבן די לייצעס פאר דעם אינגען פארשוין
שוין אומר ועושה מ'נעמט אפיר דעם בחור'ל מען זאגט'ם אריין אין שול אין זעץ דיר אויווען אהן און גיי פראווע א טיש פאר די אויסגעהינגערטע בעלזע חסידים וואס לעכצן נאך א רבי
וירץ הנער און קומט אהן צום אויוועןאהן אזוי האלטענדיג פאר קידוש שטעלט מען אוועק כמנהג בעלזא דעם בעכער אויפען טיש, און דער נייער מנהיג קאפעט אז ער ברויך א טאץ די באהערדע האט פרובירט אויף אלע פראנטען אים צו בארואיגען און מסביר זיין אז דער מקום איז שוין געגרינדעט זינט דער הייליגער שר שלום און דא איז דא רעגולאציעס אויף יעדע ריר און אז דער מנהג איז דא נישט צו קידוש מאכען מיט א טאץ מאכט מען אזוי קידוש
די געדאנק פון דעי מעשה קומט ארויס דער איז גאר א פיפיג'ס געריבענער גאליציאנער בחור אבער האט זילטש א ביטול צו עפעס פון פריער צו א מסורה קבלה א.ד.ג (למודי זכות איז דא לרחצה הן בנוגע זיין יוגנט,יתמות,די שווערע געריכט וואס ער איז אריבער, און נאך)
אבער למעשה וואס שטעלט זיך ארויס איז אוודאי איז דער פירער זייער גערן צופרידען צו מגדל זיין א הערליך שיין בעלזער פאן ווי ער רופט עס אהן אבער די גדולי עולם וואס האבען אים אזוי פארשריגען האבען זיך געפארכט פאר דעם טעצעלע פינעם קידוש,און דאס אפשפעטן פון גדולי הדור שהעניקו חמה בקומתם וואס דער מיט זיין ביזעם טעצעלע האט פון יעדעם אפגעלאכט מיט א שרעקליכער ביטול ..
יעצט צו די וואס האבען נאריש אפגעלערנט און געטייטשט אז די אלע ערליכע יידען האבען געהאלטען אז דער איז ממש דא מיט א פלאן אריינצוברענגען איין טאג א צלם בהיכל און יעדן הייסען קניען דערפאר פאר אזא נער האב'ך נישט גערעכנט אז די זאלסט זיין סא כ'האף אז די האסט פארשטאנען מיין נקודה קרעדיט @
,,,,,,,,, מענין לענין איז דא נאך פילע ענליכע אזעלכע מושגים ווי בלויז עטליכע קליינקעפיגע אדער מענטשען מיט שווערע נאטורען האבען פאלש געלערנט מה שהורינו לנו רבותינו וגאוני הדור ווי כאילו אזוינע קליינקעפיגע און קורצזיכטיגע השגות האבען די גדולי ישראל געזעהן אז כאילו דער מאן דאמר וועמען זיי האבען באקעמפט זאל חלילה וועלן בריש גלי אפשמדען גאנצענע צבורים פינעם יודישען פאלק חלילה, און פון דעם שטאמט פילע אט''ד פינעם דרך הישר ווערנדיג ערצויגען מיט קינדישע און נארישע אפטייטשען במלחמתם של גדולי ישראל. (און צו ז.פ. וואס פיייערט אזוי מיט זיין ז.מ. האלט'ר מיט'ם און לאז די ערליכע אידען גיין על דרך ישראל סבא)[/justify]
אין די יונגע יאהרן האבן די בעלזע חסידים רבי שלו בראנדער און רבי משה טוביה גרינצווייג געגאנגען אין געריכט קעגן די בעלזער רב'ס מאמע וואס האט אים געוואלט שיקן שטודירן אבער דער אויפגעקלערטע טריפה'נע משכיל האט נישט געוואלט ואכמ"ל
נאר פרייליך: איך האב דיר נישט געשריבן אין אישי. אבער איך וועל דיר אפענטפערן ברבים. דו זוכסט מיט אלע געוואלדן תירוצים פארוואס צו פסל'ן די הנהגה פון האדמו"ר ר' יששכר דוב רוקח שליט"א מבעלזא. דו ברענגסט מעשיות וואס כאילו דער גדול אדער צדיק האט געזאלט זאגן אויף איהם. דיין עקשנות און פארביסנקייט און אומפארגינערישקייט לאזט דיך נישט מודה זיין על האמת. אז דער בעלזער רב שליט"א פיהרט זייער א שיין חסידות פון הונדערטער יונגעלייט וועלכע זיצן על התורה ועל העבודה ועל תפארת החסידות. די מעשה מיט'ן טעצל, לו יהא אז ס'איז אמת. ווייזט דאס נאר אויף זיין פיקחות. דיין גרעסטער פעלער אויף איהם איז אז ר'האט משנה געווען ממנהגי אבותיו. אבער אין אמת'ן האלטסטו דאס זעלבע אויף צאנז-קלויזנבורג, וויזשניץ, וכו'. קיינער טויג נישט נאר דו און דיי רעבע און דיין קרעימל. אני ואפסי עוד.