די לעהרע פון א מאראנץ

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל

די לעהרע פון א מאראנץ

שליחה דורך יאיר »

ס'איז שפעט ביינאכט. שוין גע'מעריב'ט און געשמועסט, פאליטיזירט און דערציילט נייעס. איך זיץ ביי מיר אינדערהיים, א סקרין פארנט פון מיר. כ'קלאפ אויף די בוכשטאבן אין לאנגווייליגקייט. ס'איז מיר קאלעמוטנע אויפ'ן הארץ. איך בין נישט צובראכן, פארווייטאגט אדער פארלוירן. איך בין סתם נישט. כאילו כ'וואלט אראפגעפלויגן פונ'ם נישט-פלאנעט-נישט-שטערן פלוטא און אראפגעפאלן אויפ'ן שווארצן האלב פון די לבנה. איך קוק ארויס פון פענסטער. אן איינזאמער מאן גייט דורך, א גאנצער מענטש אנגעפילט מיט מחשבות, דאגות, פלענער, פרייד, צער, אנטוישונגען, איבערראשונגען, עלטערן, שכנים, פריינט, אן עולם מלא. פאר מיר איז ער נאך איינס אין זיבן ביליאן (אזא פנים האב איך ווען איך גיי אין גאס?) איינער שרייט, (פארוואס שרייט ער, וואס קימערט אים אזוי וויכטיג?) א צווייטער רעגט זיך (ביסטו שוין טאקע דערגאנגען דעם גענוג קריטישן ציל זיך צו רעגן דערויף?) א דריטער איז עוסק אין חיבוק ונישוק (אין דריי חדשים וועט ער מעגליך נישט וועלן קוקן אויף איר זייט). אויפ'ן ערד שלאפט א היימלאזער מאן (וואס פונקטליך פעלט אים?) אין די זייט יאגט זיך איינער (וואס פארפאסט ער שוין?), דער גאנצער אוניווערס און איר תוכן קוקט מיר אויס ווי א שפילעכל, ניטאמאל ווערד צו אנקוקן. איך קוק ארויף צום הימל, די שטערן גלאנצן אין דעם אנטאפנדן חושך, (געפינען זיך דארט אויך באשעפענישן וואס קוקן צוריק צו מיר אויף דעם העל בלויען פינטל?) דער עבר, הוה און עתיד פלעכט זיך מיר איין אין איין קנויל. דער גאנצער יקום איז מיר מאדנע און סתירות'דיג. וויכטיג און אומוויכטיג. גארנישט און אלעס. דער אטמאספערע איז איינגעהילט אין א קהלת'דיגער שטימונג. כ'שפיר דעם מאדנעם בליק פון די לבנה אויף מיר. כ'דריי זיך אויס. ער לאכט פון מיר, טרייבט שפאס פון מיין נאאיוויטעט, (מיינסט האסט ערפינדן דעם הבל הבלים?)
כ'שפיר טרוקן אין מאגן. לאמיר גיין נעמען א מאראנץ. (דער קאליר איז אזוי הערליך און צוציענד). כ'נעם ארויס א טעלער און מעסער, (א שטיקל רויע אייזן באהאלטן אין דער ערד, פאכמאניש ערצייגט) כ'שנייד עס אויף. (ווי וואונדערליך, ביסטו, פרוכט, אז דו לאזט זיך שניידן פאר מיינעטוועגן). כ'מאך צו די אויגן (די געבענטשטע שטילקייט, איז די וועלט אין אירע אמת'ע פארבן אייביג אזוי רואיג?) געלויבט ביסטו, עקזיסטענץ פון אלע עקזיסטענצן, פאר'ן פראדוצירן דעם פרוכט מיר צו זעטיגן דעם געברויך פאר אביסל נאסקייט (מיט די כוחות וואס איך האב די חוצפה אנצורופן געזעצן פון נאטור). כ'נעם אריין א שטיקל אין מויל. כ'צוקיי עס. די צוקערדיגע זויערקייט רירט אן מיין צינג, עס רעאגירט מיט לעבהאפט. די זאפט רינט אריין אין מיין מויל, אראפ מיינע לונגען, עס צוגייט זיך אין מיינע גלידער. איך בין דערפרישט. דערמונטערט. אויפגעלעבט.
האב איך באגריפן די ערהאבנקייט פון דעם מאמענט? קען איך באמת פארשטיין די טיפקייט פון א מאראנצן ברעקעלע? קען איך זיך דען ארומנעמען מיט א שמייכלדיגער שאלאכץ און באנעצן די טרוקנקייט פון באשעפענישן?
אפשאצן די גרעניצלאזע בריאה און די ענדלאזע צייט האט זיך מיר פארגלוסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר