ווען דער "בעקאפ" דרייוו קומט אריין אין בילד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

ווען דער "בעקאפ" דרייוו קומט אריין אין בילד

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

יעדער אקט וואס א מענטש טוט, יעדע איבערלעבעניש וואס א מענטש האט, יעדער דורכגאנג, יעדע ערפארונג, אלעס וואס ער זעט און הערט - אלעס ווערט רעקארדירט אינעם מוח. א קאפי דערפון ווערט אוועקגעלייגט אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, וואו עס בלייבט זיצן לעולם וועד. פונעם זכרון קענען זאכן פארגעסן ווערן. און זאכן האלטן אין איין פארגעסן ווערן. ווי מער צייט לויפט דורך פון א געשעעניש, אלץ בלאסער ווערן די זכרונות. רוב זאכן ווערן מיט דער צייט סוף כל סוף אינגאנצן פארגעסן.

אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, דעם subconscious, פארבלייבט אלעס אוועקגעלייגט. היות דאס הינטערן-באוואוסטזיין האט א ממשות'דיגע השפעה אויף דעם מענטש'ס באוואוסטזיין, זיינע נטיות, געדאנקען און התנהגות, בלייבט דער רושם פון יעדער אזא איבערלעבעניש איבער און האט א ממשות'דיגע השפעה אויפ'ן מענטש, אפילו לאנג נאך דעם וואס ער האט עס שוין פארגעסן.

זמן איז א שטארקער כוח. אויבנאויף, איז צייט א פאסיווע זאך, וואס "געשעט פון זיך אליין." אבער אן דעם געלויף פון זמן וואלטן מיר קיינמאל גארנישט פארגעסן. און אונזערע מחשבות האבן קלאר א השפעה אויף אונזערע מעשים און אויפפירונג. נמצא, אז צייט, וואס זי זאל נאר נישט זיין, האט אויף אונז א למעשה'דיגן עפעקט.

מקום און זמן פעלן אויס בתנאי תחילה פאר סיי וועלכער געשעעניש זיך אויסצושפילן. אונזער מוח, די פאנטאזיע און זכרון, איז אן אויסנאם. מחשבות פארנעמען נישט קיין פלאץ. פלאץ דארפן זיי, אונזערע מחשבות, טאקע נישט, אבער זמן - יא. א מחשבה שפילט זיך אויס אין זמן. אויב די צייט זאל פארפרוירן ווערן, עבר-הוה-עתיד אויפהערן זיין, וועלן קיין מחשבות אויך נישט קענען געטראכט ווערן.

קיינער ווייסט נישט וואו די מחשבה פונעם מענטש געפינט זיך. וויסנשאפטלער האבן דערוועגן פארשידענע שפעקולאציעס. איין זאך איז אבער גאנץ קלאר, אז דעם מענטש'ס פיזישער מוח איז נישט גענוג גרויס צו קענען דערהייבן אזויפיל שטיקלעך "דאטא" ווי ער האט למעשה, עכ"פ, לויט דער טעכנאלאגיע וואס מיר פארמאגן און לויט די אנגענומענע סייענטיפישע כללים.

מ'קען אפשר טראכטן אז דאס הינטערן-באוואוסטזיין איז טייל, אדער גאר די אייגנטליכע זאך, וואס מיר רופן "נשמה". ווען דעם מענטש'ס גוף ווערט אפגעדינט, בלייבט ער מיט זיך אליין. ער בלייבט בלויז די עסענץ, דאס עצמיות פון זיין וועזן. דער גוף עקזיסטירט אין א מציאות פון מקום און זמן. ווען דער מענטש לאזט איבער דעם גוף, לאזט ער גלייכצייטיג אויך איבער די דאזיגע פיזישע וועלט, מיט אלע אירע כללים און געזעצן.

אלעס וואס ער איבערגעלעבט דורכאויס זיין נסיעה אינעם גוף, אינעם פיזישן מציאות, זענען געבליבן אינעם הינטערן-באוואוסטזיין. יעצט איז שוין נישטא קיין זמן. דערזעט דער מענטש פאר זיך אויפאמאל זיין גאנץ לעבן וכל אשר בה אלס איין גרויסע בילד. ס'איז נישט שטיקלעך און חשבונות. ס'איז אלעס איין גרויסע זאך.

קיין מקום איז דארט אויך נישטא. דער חלל צווישן איין געשעעניש און דער צווייטער עקזיסטירט נישט. במילא געשעט דאס זעלבע מיט די מעשים און אנדערע זאכן וואס שפילן זיך דא אויס אין מקום.

אלעס אינאיינעם דערזעט דער מענטש פאר זיך פלוצלינג זיין גאנץ לעבן אלס איין גרויסן "שטיק", נאר דאסמאל, אן אלע חשבונות און נגיעות. ער זעט אלעס און פארשטייט דאס שייכות צווישן זאכן. ער פארשטייט אויך פונקטליך די סיבות פון זיינע מעשים וואס ער האט יא געטאן און וואס ער האט זיך אפגעהאלטן פון טאן.

דארט זענען נישטא קיין אויגן וואס קענען וויינען. ס'זענען אויך נישטא קיין חשבונות און מעגליכקייט פון באשולדיגן אנדערע. דער מענטש זעט אלעס קלאר. ער זעט אויך דעם אפעקט וואס זיינע מעשים האבן געהאט. דאס קען זיין זיסער פון זיס און אויך פיינליך ביז גאר. רוב רובם מענטשן האבן מסתמא א געמיש פון ביידן.

און דאס, זאגן גוטע אידן, איז א מהלך וויאזוי ממחיש צו זיין גיהנום און גן עדן לויט אונזערע השגות פון דער תקופה אין וועלכער מיר לעבן.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א גרויסן דאנק, לולקע, יין המשמח אלוקים ואנשים, ווי אלעמאהל.
לולקע-ציבעך האט געשריבן:זמן איז א שטארקער כוח. אויבנאויף, איז צייט א פאסיווע זאך, וואס "געשעט פון זיך אליין." אבער אן דעם געלויף פון זמן וואלטן מיר קיינמאל גארנישט פארגעסן. און אונזערע מחשבות האבן קלאר א השפעה אויף אונזערע מעשים און אויפפירונג. נמצא, אז צייט, וואס זי זאל נאר נישט זיין, האט אויף אונז א למעשה'דיגן עפעקט.

עפעס חלומ'ט זיך מיר א מהלך אז די מעשה איז גאר פונקט פארקערט, מיר שאפן זמן מיט דעם וואס מיר ווערן נשתנה, זמן - מצד איהר עצם תוכן - מיינט שינויים, מיר זענען ביאלאגיש עלטער ווי פריער - האבן מיר מיט דעם געשאפן א 'פריער' און יעצט האבן מיר צוויי זמנים: פריער און יעצט, וכן אז די הימל איז קלאר געווארן, די גאנצע גלאז איז צובראכן געווארן וכו' וכו' [וכעין המבואר כאן].

אפשר פארדעם איז טאקע נאר דא זמן דא ביי אונז אין די בריאה הגשמית, ווייל נאר ביי אונז איז שייך שינויים - כל הוה נפסד, אבער וואס העכער פונעם צימצום איז נישט שייך קיין שינויים - אני הויה לא שניתי.

[ואם בעיניך צדדי הוא, האבן מיר דאך דעם הייליגן יסוד פון יואליש אז וואס מער זייטיג מען שטעלט זיך אלס א גרעסערע הסכמה על עיקרי הדברים...].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פאלט מיר יעצט איין, ביים עץ הדעת שטייט וִהְיִיתֶם כֵּאלֹהִים יֹדְעֵי טוֹב וָרָע, זאגט רש"י והייתם כאלוקים - יוצרי עולמות, אין פסוק שטייט דאך אבער עפעס אנדערש, מען וועט זיין כאלוקים 'יודעי טוב ורע'?

'טוב' איז אן עצמי - די מציאות האמיתית, ער איז נישט מקבל שינויים, משא"כ 'רע' וואס איז נאר מקרה והעדר, כל תועבת אלוקים אשר שנא, ממילא איז נאר נאכ'ן פארשטעלן 'רע' קענען זיי באשאפן עולמות אשר תוכנם זמן ושינוי.

לחיים...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לולקע-ציבעך האט געשריבן:יעדער אקט וואס א מענטש טוט, יעדע איבערלעבעניש וואס א מענטש האט, יעדער דורכגאנג, יעדע ערפארונג, אלעס וואס ער זעט און הערט - אלעס ווערט רעקארדירט אינעם מוח. א קאפי דערפון ווערט אוועקגעלייגט אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, וואו עס בלייבט זיצן לעולם וועד. פונעם זכרון קענען זאכן פארגעסן ווערן. און זאכן האלטן אין איין פארגעסן ווערן. ווי מער צייט לויפט דורך פון א געשעעניש, אלץ בלאסער ווערן די זכרונות. רוב זאכן ווערן מיט דער צייט סוף כל סוף אינגאנצן פארגעסן.

מעשה לסתור? עס בלייבט לעולם ועד אדער עס קען פארגעסן ווערן? און אויב עס קען פארגעסען ווערן, מנא לך אז ערגעץ בלייבט עס יא?
אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, דעם subconscious, פארבלייבט אלעס אוועקגעלייגט. היות דאס הינטערן-באוואוסטזיין האט א ממשות'דיגע השפעה אויף דעם מענטש'ס באוואוסטזיין, זיינע נטיות, געדאנקען און התנהגות, בלייבט דער רושם פון יעדער אזא איבערלעבעניש איבער און האט א ממשות'דיגע השפעה אויפ'ן מענטש, אפילו לאנג נאך דעם וואס ער האט עס שוין פארגעסן.


עס קען זיין אז זאכן וואס ער געדענקט נישט האבען נאך א השפעה אויף עם, דאס איז נאכנישט מכריח דער אונטער-באוויסטזיין שפילט א ראלע. למשל, איינער האט געהאט אן עקסידענט ביי די יאר אלט, ער געדענקט שוין נישט קיין ווארט דערפון, דאך האט ער א סקאר אויף זיין גוף דערפון. די נקודה איז אפשר זענען דא אנדערע וועגן צו געדענקען זאכען נישט נאר "זכרון". דער גוף צו דער מציאות געדענקט אויך זאכען. ואולי הן הדברים.

איין זאך איז אבער גאנץ קלאר, אז דעם מענטש'ס פיזישער מוח איז נישט גענוג גרויס צו קענען דערהייבן אזויפיל שטיקלעך "דאטא" ווי ער האט למעשה, עכ"פ, לויט דער טעכנאלאגיע וואס מיר פארמאגן און לויט די אנגענומענע סייענטיפישע כללים.


מהיכן דנתני?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

* עס ווערט פארגעסן - טייטש: עס פארשווינדט פונעם זכרון. עס ווערט אבער נישט פארלוירן. ערגעץ וואו בלייבט עס איבער. אזוי האלט די מאדערנע פסיכאלאגיע. אונטער היפנאסיס שווימען ביים מענטש אויף זכרונות איבער זאכן וואס ער האט שוין לאנג פארגעסן.

* יעדע איבערלעבעניש לאזט איבער א צייכן אויפ'ן מענטש'ס פסיכיק, וואס דיקטירט למעשה זיין טראכטן און התנהגות. רוב פאביעס האבן א מקור אין עפעס א געשעעניש אדער איבערלעבעניש וואס דער מענטש איז אמאל דורכגעגאנגען.

* געלייענט אמאל ערגעץ. געדענק נישט אויף דער מינוט וואו.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט