וואס וויל די פאליציי באהאלטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

וואס וויל די פאליציי באהאלטן?

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

עס איז א פארנומענער צייט ביי כלל-ישראל, יעדער איינער איז פארנומען מיט דאס מארד פון הרב ר' מנחם שטארק ז"ל. די נושא איז שוין באטראכט געווארן פון פילע וואונקלען און שוין דיסקאסירט געווארן פון פילע שטאנדפונקטן. איין זאך איז זיכער; די פאליציי פראבירט עפעס צו באהאלטן, עפעס גייט דארט פאר.

צום אלעמען ערשטן, זעט יעדער איינער ווי אזוי זיי פראבירן נאכאלס מיט אלע קרעפטן צו באשמוצן ר' מנחם, ארויסלאזנדיג ליקס צו דער פאסט, אינקלאדעט אזעלכע אינפארמאציע וואס האט געזאלט זיין סילד אז מען זאל עס נישט נוצן... פארוואס אין די וועלט האבן זיי אזא שטארקע אינטערעסע אים צו באשמוצן? - דאן פאלן די חשדות אויף אנדערע אידן, וואס נעמען אוועק ענטענשן צו די גוי'אישע נחשדים און צו די מלווה'ס און טענענט'ס פון ר' מנחם. עס איז שוין דורך כמעט א וואך און קיין שולדיגער איז נאכנישט דא אויפן האריזאנט. אינצווישן קומען ארויס ווידיא'ס וואס וואלטן שוין געדארפט זיין ביי די פאליציי שוין לאנג און הערשט יעצט קומען זיי ארויס, מיט בלורי פענעמער.

ריכטיג; מען קען יעדע זאך פארענטפערן, אבער מאיזה סיבה שטינקט עפעס דא... עס איז פאראן די הרגשה אז די פאליציי איז נישט גענוג איבערגעגעבן אין דעם קעיס און טוט נישט גענוג, און עס קוקט אויס זייער בולט אז זיי ווילן נישט טון און זיי טוען בלויז בעל-כרחם....

ואחרון הכביד, בשעת זיי נעמען זיך רעגן אויף די שומרים אז מען האט נישט גערופן תיכף די פאליציי, זאגנדיג אז מען וואלט געקענט טון פיל מער... עפעס שטינקט דא.

דא קום איך צו די גרויסע שאלה, וואס אינטערעסאנט אז קיינער רעדט נאכנישט דערפון: וואו איז טאמסאן, ער האט דאך אפיציעל אונטערגעזעצט היינס ווייל ער האט נישט געטאן גענונג. אלזא, וואו איז ער? - פארוואס האט ער איינענומען א שטיל שווגעניש?

וועט נאך אמאל ארויסקומען וואס גייט דא פאר מיט די פאליציי?

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר