נישטא קיין כוונות וייחודים. ווען איך שרייב אביסל א לענגערע תגובה טו איך עס ליתן ריוח למען ירוץ בו הקורא און עס זאל נישט אויסזעהן ווי די תגובה פארט אריין אין די חתימה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
Ouch! דער היימישער פראקט אונז אויס אויפן נאקעטן לייב. אוי ווי סציפט. איי דאנט נאו, כהאב אלעמאל אים אנגעקוקט ווי פון די עליטע דא. וואס טוט מען דא ווייטער?
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
היימישער. איך אומפאפלערער ק״ש ניק האב שטארק ליב דיינע תגובות,איך האלט אז די שרייבסט זייער אייגענארטיג,און די שרייבסט וואס די האלטסט באמת,די שרייבסט ערענסט,און ארויס פון דיין פערסאנאליטי. למעשה רוב פאפולערער שרייבערס דא זענען געבענטשט מיט גוטע פעדערס, און מיט א געזונטע חוש ההומור. און דער עולם פלאצט אויס פון דעם תגובה און שענקט א לייק, מיינט אבער נישט אז ווען די שרייבסט א פלעינע אבער תוכנדיגע תגובה,ביסטו נישט מהנה דעם עולם דא.
אויך איך האב שוין כמה פעמים געוואלט אויפהערן שרייבען דא, איך קום דיך אהער זיך צו סאישעלייזעין, אבער אסאך מאל שפיר איך מיך נישט אזוי באקוועם דא, איך פלעג שרייבען אמאל אויף איי, דארט האב איך געהאט אסאך אוהבים, אבער ווער דארף זיי, למעשה דא האב איך הנאה פון די תוכן פון אסאך פון די שרייבערס, ממילא קום איך צוריק דא, איך עקספעקט נישט קיין סאך אוהבים פון דא ווייל א שיינע חלק פון די שרייבערס טראכטען נישט די זעלבע וועג ווי מיר, אבער נאך אלעם enjoy איך דעם פלאץ.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.