מציצה בפה לאור ההלכה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

שליחה דורך איינער »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:ר"ל, איך קען נישט גלייבן אז היימישע אידן זאלן זיך שטעלן אויף די זייט פון די שונאי ישראל. עס קוקט אויס אז דאס האט מען שוין דא אנגענומען פאר פשיטא אז הערפי"ס קען גורם זיין פאטאליטעטן. ערשטנס, פארוואס זאלן מיר גלייבן זייערע שטודיעס? אנערקענט בכלל די תורה אין דעם וועג וויאזוי זיי פירן דורך זייערע א.ג. שטודיעס? איז דען נישט קלאר אז א גוי (אדער אפילו אן א.ג. "מאדערנער איד") קוקט אן מציצה בפה ווי א מאדנעם צוריקגעבליבענעם מנהג פון דעם מיטלאלטער, און זיי האבן נגיעות דאס אויסצורייסן?
איך האלט אז מ'טאר דערווייל אפילו נישט איינפירן קיין טעסטס אויף די מוהלים, ווייל דאס וועט זיין א מעסעדזש פאר דער וועלט אז מיר אנערקענען חלילה אז עס איז דא א פראבלעם. מיר דארפן זיך האלטן שטארק, און זיך נישט רירן קיין זיז כל שהוא, ובשם ה' נעשה ונצליח.

נאך א נקודה, מיר גלייבן דאך באמונה שלימה אין די דברי חז"ל אז מציצה בפה היילט פאקטיש אויס די קינדער, איז אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז מציצה בפה ברענגט אז א קינד זאל שטארבן איינמאל אין א פאר יאר, איז דאך קלאר אז די בענעפיטן פון מציצה בפה, די הונדערטער טויזנטער קינדער וועלכע ווערן אויסגעהיילט דורך דעם, וועגט איבער דעם ספק אז אפשר שטארבט א קינד דערפון איינמאל אין א פאר יאר. דערפאר, אפילו בלויז וועגן דעם פראקטישן חשבון, טארן מיר גארנישט קאמפראמיסירן, פשוט פאר די סכנה וואס עס קען ברענגען פאר אלע אנדערע הונדערטער טויזנטער קינדער אויב מיר וועלן ח"ו נישט מאכן קיין מציצה בפה.


יא פון די איגראנץ ליידן מיר היינט און גלות.

וואס מיינט "איגראנץ"? עפעס מיט "מאראנץ"?


מער קלאר

פון די איגנאראנץ שטארבן בעביס.
From this kind of ignorance, babies are dying.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך יידל »

יאנקל, מער אינפארמאציע ביטע: פון ווען איז דאס? ווער איז דאן געווען רב אין פראנקפורט? האט מען דאס טאקע איינגעהאלטן?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:יאנקל, מער אינפארמאציע ביטע: פון ווען איז דאס? ווער איז דאן געווען רב אין פראנקפורט? האט מען דאס טאקע איינגעהאלטן?

די דאקומענט איז געדעיט פעברואר 8, 1843, פיר יאר נאכן חתם סופר'ס פטירה.
בילד
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך יידל »

שכויח געפילטע! איך פארשטיי אז דאן איז דער כתב סופר געווען רב, ריכטיג? נו, וואס איז זיין רעאקציע געווען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך איינער »

אזוי ווי איך זע אז ביזדערווייל האט איך די לעצטע ווארט לגבי די הלכה, וועל איך מאכן א קורצן סך הכל.

1) עפ"י הלכה דארף מען מאכן מציצה בכלי.
2) בדיעבד אויב דער מוהל האט געמאכט א טעסט פארן ברית צו מאכן זיכער אז ער האט נישט קיין קרענק, און ער האט נישט קיין כלי קען ער מאכן מציצה בפה.
3) א מוהל וואס האט מאכט מציצה בפה און ער האט שוין געהאט פעלער וואס קינדער זענען קראנק געווארן פון הערפיס נאכן ברית און אוודאי אויב קינדער זענען נאך געשטארבן, און ער מאכט ווייטער מציצה בפה, האט ער א דין פון א רודף און מען איז מחייב אים צו איבערגעבן פאר די אינסטאנצען.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך איינער »

יידל האט געשריבן:שכויח געפילטע! איך פארשטיי אז דאן איז דער כתב סופר געווען רב, ריכטיג? נו, וואס איז זיין רעאקציע געווען?


דער כתב סופר איז נישט געווען רב אין פראנקפורט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:שכויח געפילטע! איך פארשטיי אז דאן איז דער כתב סופר געווען רב, ריכטיג? נו, וואס איז זיין רעאקציע געווען?

כ'ווייס נישט, כא'געטרייט צו פרעגן גוגל, וויקיפידיא ווער ס'געווען רב און פ"פ אין יענעם יאר, נאו ענסער.
נאר דאס האב איך געטראפן:
http://he.wikipedia.org/wiki/יהדות_פרנקפורט
Wikipedia האט געשריבן:בתקופת כהונתו הארוכה של הרב שלמה אברהם טרייר חל מהפך במאזן הכוחות בקהילה. רוחות חדשות שהתחילו מנשבות עם פרסום כתביו של משה מנדלסון נכנסו לקהילה, ובבחירות של שנת 1838 כבשו המשכילים את השליטה במוסדות הקהילה, כאשר כוחו של הרב טרייר כבר לא עמד לו לעצור את השטף. הרב טרייר התפטר בשנת 1846, ובשנת 1848 נתמנה רב ליברלי, ליאופולד שטיין, לעמוד בראש הקהילה, ונראה היה שהמסורת המפוארת של הקהילה תאבד בגלי ההשכלה. בשנת 1849 פרשה קבוצה בת אחד עשר חברים מן הקהילה היהודית הגדולה כדי להמשיך ולקיים אורח חיים אורתודוקסי. הקהילה פנתה לחפש לה רב, ובשנת 1851 נתמנה הרב שמשון רפאל הירש לעמוד בראשה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
randy_couture
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך randy_couture »

שלמה דיין. די ביזט טאקע א דיין?

״איינער״ זאג נאר די האסט און דיין לעבן אמאל געטראכט בשעת א וויכוח אז מעגליך איז יענעא גערעכט? מעגליך אז יענער האט א פוינט?

אויב קיינער פלאנט דא ממילא נישט צו טוישן יענעם׳ס מיינונג וואס איז די גאנצע טענהריי?

ווען איך בין אריינגעקומען און די נושא האב איך נישט געהאט דאס מינדענסטע אהנונג וואס די גאנצע שערוריה איז. נאכן לייענען און עס גוט דורכטראכטן האלט איך פונקט ווי ״סתם געפלאפלט״ א חוץ וואס ער פארשטייט וואס א וויכוח מיינט רעדט ער צום דבר.

איין פונקט נאר וואס איך האלט ווער אביסל פארקוקט. ווער זאגט דיר אז די קינדער זענען אוועק פון הערפיס און אז זיי האבן עס געכאפט פון א מוהל? די גלייבסט אייביג דען דאקטאר גלייך? אפשר דארף מען דא אויך א צווייטע מיינונג?
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך איינער »

randy_couture האט געשריבן:שלמה דיין. די ביזט טאקע א דיין?

״איינער״ זאג נאר די האסט און דיין לעבן אמאל געטראכט בשעת א וויכוח אז מעגליך איז יענעא גערעכט? מעגליך אז יענער האט א פוינט?


אויב איינער ליינט מיינע תגובות זעט אז איך בין גרייט צו דעבאטירן, אז די האסט עפעס צו צולייגן גאו אהעד, אבער סתם קינדערישע אטאקע'ס, ווייל איך שרייבט אנדערש ווי "דער בלאט", דאס האט נישט קיין פלאץ.

אויב קיינער פלאנט דא ממילא נישט צו טוישן יענעם׳ס מיינונג וואס איז די גאנצע טענהריי?


באשולדיגט נישט א צווייטן מיט דיין פראבלעם, די ווילסט דיך נישט טוישן, לויט דיין תגובה.

ווען איך בין אריינגעקומען און די נושא האב איך נישט געהאט דאס מינדענסטע אהנונג וואס די גאנצע שערוריה איז. נאכן לייענען און עס גוט דורכטראכטן האלט איך פונקט ווי ״סתם געפלאפלט״ א חוץ וואס ער פארשטייט וואס א וויכוח מיינט רעדט ער צום דבר.


ביזט אים גרייט צו פארענטפערן, דעמאלטס זיי מיין גאסט, אויב נישט איז דאס "סתם געפלאפלט".

איין פונקט נאר וואס איך האלט ווער אביסל פארקוקט. ווער זאגט דיר אז די קינדער זענען אוועק פון הערפיס און אז זיי האבן עס געכאפט פון א מוהל? די גלייבסט אייביג דען דאקטאר גלייך? אפשר דארף מען דא אויך א צווייטע מיינונג?


ווייז מיר איין דאקטאר וואס איז באקאנט מיט די מעשיות און ער שרייט פארקערט?
דא רעדט מען נישט וועגן איין דאקטאר מיט איין קעיס, נאר אסאך קעיס'ס איבער 6 יאר צייט.
ליין אדורך די שטודיע
http://pediatrics.aappublications.org/c ... /e259.long
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך סתם געפלאפלט »

איך האב זיך לאנג גע'יישוב'ט צו איך זאל עפעס בכלל ענטפערן, צו נישט, פארוואס פרעגסטו? איז אזוי, איך האב געהאט פארשטאנען פון אייער תגובה איר זענט געווארן אנגעווייטאגט אויף איינעם, איך בין נישט געווען זיכער צו איר האט זיך געפילט געטראפן אז איך האב כלומפערשט אייך געמיינט מיטן שרייבן מחדשים, ממילא האב איך געשיקט צו איינע פון מיינע חברים די אשכול, ער זאל עס רואיג דורכליינען, און מיר זאגן וואס ער זעט פון אייערע תגובות, צו איך נער זיך? אדער זע איך ריכטיג.

און יענער האט אויך געהאלטן לויט ווי אזוי עס האט מיר אויסגעזען - און ווי איר זעט האט נאך איינער פארשטאנען אזוי, אז איר זענט נישט דא צו דעבאטירן, אפילו איר שרייבט אז יא, נאר איר זענט דא פאר איין זאך, צו קומען צו א מסקנא אז מציצה דארף זיין דווקא מיט א כלי, נישט קיין חילוק וואס מען וועט אייך נאר ענטפערן, וועט איר זיך פראבירן אנכאפן אין א זייטיגע זאך, און אויף דעם אפענטפערן, און פארטיג. ממילא האב איך מחליט געווען, אויב ס'איז אזוי, גייט דאס אריין אין די גדר פון עת לחשות, און אזוי האב איך טאקע געהאט געטון.

למעשה יענער חבר מיינער טענה'ט אז סוף כל סוף האנדלט זיך עס נישט פון קיין קינדער-שפיל, ממילא הגם פאר אייך צו ענטפערן איז עס אן עת לחשות, אבער היות אנדערע קענען זיך טועה זיין און מיינען אז עס איז נישטא וואס צו ענטפערן - אדער איז נישט פריער אפגעענטפערט געווארן און איר האט פשוט איגנארירט - טענה'ט ער אז איך מוז יא מגיב זיין. און באמת בין איך נאך אלץ נישט זיכער צו איך דארף ענטפערן צו נישט, ווייל באמת איינער וואס קוקט נאך אין די לינק'ס וואס איך האב שוין געשטעלט ביז יעצט זעט דעם אמת, און חוץ מזה בכלל נאכן זיך אביסל מער ארום קוקן דא ווייס איך נישט צו דא איז א פלאץ פאר מענטשן וואס זיכן די אמת.... און (במאמר המוסגר) איך טראכט טאקע נאך וואס איך בין פארטיג מיט ענטפערן אויף דעם ענין וועל איך בל"נ מער נישט אריין קומען צו די סייט.

אבער למעשה יענער דריקט שטארק אז איך זאל ענטפערן וועל איך פראבירן צו ענטפערן, נאר היות איך האב כמעט נישט קיין איבריגע צייט, וועל איך נאר ענטפערן לויט וויפיל צייט איך וועל האבן, איך האב נאכנישט מחליט געווען צו איך זאל ענטפערן צוביסלעך אדער אויף איינמאל, דאס וועל איך זען לכאורה ווילאנג עס וועט מיר נעמען די תגובה.

איך וואלט באמת נישט געדארפט מער ווי צוצייכענען דעם שדי חמד http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 34&hilite=, ווי ער שלעפט צוזאם א געוואלד, און פארטיג, נאר היות איך גלייב אז דורכצולערנען דעם גאנצן שדי חמד גייען גאר ווייניג טון ממילא וועל איך כאטש צולינקן צו אפאר פלעצער. אפשר אויב וועל איך אמאל האבן צייט וועל איך מעתיק זיין שטיקער, און מראי מקומות כאטשיג.

איז אזוי לאמיר צונעמען וואס איר האט מיר אפגעענטפערט:
איינער האט געשריבן:
סתם געפלאפלט האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעלערנט גאנץ בבלי ירושלמי צו וויסן וואס מיינט סתם מציצה, אבער דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=392 האב איך א עדות פון דעם באר משה, אז סתם מציצה אין בבלי און אין ירושלמי מיינט בפה.
און אז ביזט שוין דארט, כאפ א בליק אות ט, און אויך דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=394 אות י"ב אז די מציצה איז דוקא יא א חלק פון די מצוה און נישט נאר אלץ סכנה,


אין די גמרא שטייט נישט וויאזוי צו מאכן די מציצה, די ווארט מציצה מיינט "קוועטשן", איך דארף נישט דעם "באר משה" צו לערנען א שטיקל גמרא, סעציפעל א פשט וואס איז גורם מיתה פאר אומשילדיגע קינדער, פון די גמרא זעט מען קלאר אז מציצה איז וועגן א סכנה נישט וועגן די עיקר מצווה, די גמרא פרעגט "פשיטא מדקא מחללי עליה שבתא סכנה הוא" לויטן באר משה וואלט די גמרא געדארפט פרעגן "פשיטא והא דרשו חז"ל על הקרא דעליך הורגנו כל היום זו מילה". פשטים האבן דא קאנצעקווענצען! "לעבן'ס", מען לערנט נישט אריין א חסידיש פשט אין א גמרא ווייל עס איז גרינגער צו שרייען "מחדשים". רש"י שרייבט "שרי מפני סכנה" דער רמב"ם שרייבט "ואח"כ מוצץ את המילה עד שיצא הדם ממקומות רחוקים כדי שלא יבא לידי סכנה"

אלץ אן הקדמה (און א סיום...) צו ווייזן אז איר ווילט סתם זיך קריגן מיט יעדע קלייניגקייט וואס איר טרעפט אן אין מיינע ווערטער, אפגעזען צו עס איז אמת מיינע ווערטער צו נישט, וועל איך אייך די ערשטע זאך מגיב זיין אויף וואס איר שרייבט "סעציפעל א פשט וואס איז גורם מיתה פאר אומשילדיגע קינדער", און שפעטער זאגט איר עס איבער אויף אן אנדערע לשון.

לאמיר אייך פרעגן, אויב וואלט די גמרא קלאר געשריבן אז מציצה איז בפה, וואלט עס עפעס געטוישט אין אייער שיטה? לשיטתכם איז דאך די גאנצע מציצה "נאר" אלץ סכנה און נישט קיין חלק פון דעם מצוה, קומט אויס אז אויב איז דא א סכנה מיט דעם "אופן" פון מציצה וואס חז"ל זאגן, דארף מען מאכן מציצה אויף אן אנדערע אופן וואס איז נישט קיין סכנה, איז פארוואס קען מען נישט לערנען אז די טייטש פון מציצה מיינט בפה, נאר היות - לשיטתכם - איז עס א סכנה, דארף מען עס מאכן בכלי?

אבער לאמיר צוגיין צום ענין איך וויל אייך פרעגן, איך האב זיך אנגעשטרענגט און אויפגעזיכט דעם באר משה אויף היברו-בוק'ס, האט איר אפילו געכאפט א קורצן בליק אין דעם באר משה? אדער האט איר נאר געליינט וואס איך האב געשריבן?

איך וועל זיך מסביר זיין, עס איז דא צוויי זאכן פארוואס איך האב אייך צוגעברענגט דעם באר משה, איינס צו וויסן וואס טייטשט מציצה, און צווייטנס אפגעזען וואס מציצה טייטשט צו דאס איז נאר אלץ סכנה, צו אויך אלץ עס איז א חלק פון די מצוה. באמת דער שדי חמד וואס איך האב צוגעצייכנט אויבן צוטיילט די צוויי זאכן אין צוויי סימנים.

יעצט פארוואס איך פרעג צו איר האט נאכגעקוקט איז ווייל דעם באר משה האב איך מער צוגעצייכנט אלץ מפתח ווי אלץ דעם עצם באר משה, ווי איר קענט זען פון מיינע ווערטער (ח"ו פארשטייט מיר נישט שלעכט, דעם באר משה אליין איז גענוג און מער ווי גענוג, און יא! אפילו איר האלט אז עס איז א חסידיש פשט, האט אבער דער באר משה אזוי געזאגט, און אזוי געלערנט, און אזוי גע'פסק'נט אז מען דארף אפשטיפן א ברית אויב מען קען נישט מאכן קיין מציצה בכלל, אדער אפי' יא נאר דווקא מיט א ספוג (מיט א כלי שרייבט ער דארט אז מען האט אים נישט געפרעגט דערוועגן) און אויב איז דאס נישט א חלק פון די מצוה וואלט מען נישט געמעגט אפשטיפן א ברית דערוועגן).

דער באר משה צייכנט צו דעם שדי חמד און נאך, איז אויב זענט איר נישט צופרידן פון א חסידיש ספר ווייל עס איז א "חסידיש פשט" (מה זה? האם בשביל שהיה חסיד תורתו לאו תורה לפסוק הלכה למעשה?) איז קודם אויף די טייטש פון מציצה וועל איך אייך ברענגן דעם שדי חמד (אות ג') וואס דער באר משה צייכנט צו http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 65&hilite=, דא ברענגט ער כמה ראיות אנגעהויבן פון פסוק, און געענדיגט ביים שו"ע, אז די שורש פון מציצה איז טייטש בפה, אבער באמת אפי' וועסט זיך וועלן קריגן אויף די אלע ראיות, ברענגט אבער דער שדי חמד א ליסטע פון אחרונים וואס זענען מוכיח אז עס דארף זיין בפה דווקא, לערנט דורך די גאנצע סימן ב' פאר איר פראבירט עס אפצופרעגן.

און צו דאס איז א חלק פון די מצוה צו נישט, זעט אין שדי חמד דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 34&hilite= וואס איך האב שוין אנגעצייכנט אויבן ווי ער איז מאריך, און ער ברענגט א ליסט פון אחרונים אז דאס איז א חלק פון די מצוה און איינע פון די אחרונים איז דער מהר"י אסאד (שו"ת יהודה יעלה ח"א יו"ד סימן רנח, שהיה נחשב לפוסק הדור בהונגריה לאחר פטירת החת"ם סופר). ממילא איז דאס שוין גארנישט קיין חסידיש פשט, נאר גאר אן אמת פשט.

איינער האט געשריבן:
איי דאס וואס די חתם סופר שרייבט איז בפשטות ווייטער די סיבה ווי דער מהר"ם שיק, אז היות דאס איז געווען א הוראת שעה, האט ער זיך פארלאזט אויף דעם טעם, אבער למעשה הוראה כללית איז אנדערש, און ווי די אלע אחרונים שרייבן אז עס איז יא א חלק פון די מצוה.


אויף דעם, וועל איך מוזן מלמד זכות זיין אז דאס איז געווען "סתם געפלאפלט", לאמיר עס צו א שטעלן צו א שוחט וואס שעכט נישט אינגאנצן אבער ער איז שיינער איד, וואלט דער חתם סופר געמאכט א הוראת שעה אז ער מעג שעכטן!!! אויב דאס איז א חלק פון די מצוה חלילה צו זאגן אז דער חתם סופר וואלט געמאכט א הוראת שעה ווייל מען קען נישט מעביר זיין א מוהל, נאר עס איז קלאר אז דער חתם סופר האט קלאר געהאלטן אז עס איז נישט קיין חלק פון די מצוה אזוי ווי דער פשט הגמרא, רש"י און רמב"ם אפילו דער מהר"ם שיק ריפט עס אן א מנהג עטליכע מאל אין די תשובה.

איך וועל איבער זאגן, יא עס איז געווען אן הוראת שעה, און די חתם סופר האט בוחר געווען את הרע במעוטו, צו האבן די מעשה פינקטליכער קוקט דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 36&hilite= (אות יא) ער האט נישט געהאט קיין ברירה. און וועגן די מהר"ם שיק, זע אין די אויבן דערמאנטן לינק פון שדי חמד גלייך אנפאנג סימן א' ווי ער ברענגט אראפ דעם אנדערען תשובה פונעם מהר"ם שיק (אין יו"ד סימן רמד) וואס איז מצדד אז עס איז אן הלכה למשה מסיני און נישט א פשוטע מנהג, און אפילו אויב וואלט עס יא געווען א מנהג, זע דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 77&hilite= אות כ"ב וועגן מבטל זיין א מנהג.

איינער האט געשריבן:
און אז די האסט שוין יא געקוקט אין די מהר"ם שיק האסטו געזען וואס ער הייבט אן? "ואשר שאלת בענין המציצה שרוצים החדשים לבטל לדעתי אין לענות להם כלל, ועל כזה נאמר אל תען כסיל ולא באתי אלא להשיב לך מפני הכבוד, ולברר הדבר אכתוב לך בקצרה, מי שאומר דמציצה בפה הוא סכנה או מזיק לוולד הוא אומר שקר מוחלט. ממילא לאמיר דיר פרעגן, פארוואס זאל דיין טענה היינט צו טאג'ס זיין אנדערש פון דעם שואל'ס טענה דעמאלטס, וואס ער האט גע'טענה'ט אז עס איז ממש א סכנה?


למאן הפינקטליכקייט, שרייבט ער דאס אויף די וואס ווילן אינגאצען מבטל זיין מציצה, אוודאי שרייבט דאס נישט אויף זיין אייגענע רבי וואס האט מתיר געווען בספוג.

איך פארשטיי נישט, וואס איז די חילוק וואס יענע האבן געוואלט, סוף כל סוף שרייבט ער מי שאומר דמציצה בפה הוא סכנה או מזיק לוולד הוא אומר שקר מוחלט, און דאס שרייבט ער נאכדעם וואס מען האט געוואלט טאקע מבטל זיין מציצה מיטן טענה אז עס איז א סכנה, און די חברה האבן געברענגט גאנצע ראיות אז עס איז א סכנה, און דאך האט די מהר"ם שיק געזאגט אז זיי רעדן שקר, און זיי זענען נישט באגלייבט.

איינער האט געשריבן:
איי טענה'סט דריי קינדער זענען שוין געשטארבן? וועל איך דיר זאגן סאאאך מער ווי דריי זענען שוין געשטארבן, אבער זיי זענען געווען מיידליך.... פון ווי נעמסטו צו זאגן אז די סיבה איז געווען אלץ די מציצה בפה? די ווייסט וויפיל גורמים עס קענען זיין דערצו? (בליקן'דיג צווישן די אלע ספרים און קובצים, האב איך אנגעטראפן איינע פון די גורמים וואס קען זיין, און וואס איז למעשה געווען, ווען מען האט פארפירט וועגן מציצה בפה, אז א קינד איז נעבעך אוועק, און נאך א חקירה ודרישה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מוהל האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיינע כלים אז זיי זאלן זיין ריין ה"י).


דא איז שוין נאך א חקירה ודרישה, און עס איז "הערפיס" ליין גוט אדורך דעם לינק אויבן אין אשכול, און יענע שטודיע איז ביי רוב קינדער געווען די הערפיס נאר אויף דעם פלאץ, ליין עס אדורך....

איך האב דורכגעלערנט יענעם ארטיקל, איך זע דארט איין זאך, אז זיי קענען נישט זאגן אויף 100% אז דאס איז געקומען פון מציצה בפה, אבער זיי זענען גאר שטארק משער אז יא, נו, הוא הדבר אשר דברנו בשם די פריערדיגע גדולי הפוסקים, אז אלעס גייט ביי זיי אויף השערות און אונז גלייב מיר זיי נישט.

איינער האט געשריבן:
ווען די הייבסט אן קוקן אין די שו"ת ספרים, וואס דאן האבן די מחדשים גע'טענה'ט די זעלבע זאך וואס די טענה'סט, און עס איז טאקע געווען דאן פארשידענע קרענקן, און דאך האבן ממש ממש כמעט אלע גדולים ווייטער געהאלטן אז מען דארף דווקא יא מאכן מציצה בפה, די ליסט פון גדולים וואס האבן געהאלטן אז מען זאל טוישן, איז לויט וויפיל איך בין דערווייל אנגעקומען צו זען, קען מען אויסרעכענען אויף צוויי הענט.....


ווייסטו וואס איך בין פון די "מחדשים" אבער די ביזט גרייט אז קינדער זאל שטארבן פאר דיין נארישע "פונדאמענטעליסטישקייט"

איך פארשטיי נישט לא עלי תלונותיך, רק על כל הגדולי וגאוני ארץ, וואס זיי האבן געהאלטן אז אפילו עס איז דא פארשידענע וואס טענה'ן אז עס איז א סכנה, און נישט נאר זיי טענה'ן נאר עס איז טאקע געווען וואס עס זענען געשטארבן אסאך קינדער, זע דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 76&hilite= (אנפאנג אות כ"א, ד"ה ושם (בהמאסף)) דאך בלייבט אלעס ווי געווען, און מען טאר נישט משנה זיין (שם, בד"ה והיוצא מדברי אלה), איז מיט וואספארא חוצפה רופט איר דאס אן "נארישע פונדאמענטעליסטישקייט"?

איינער האט געשריבן:
איך האב נאך אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך האלט עס איז אשאד די ארבעט פון צוצייכענען און מבאר זיין, ווייל ווי עס קוקט מיר אויס גייסטו איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל דריי קינדער געשטארבן, חתם סופר וכו', ממילא איז אשאד יעדע ווארט, אבער דער וואס קוקט מיט א ריכטיגע בליק זעט וואס די אמת'ע פסק הלכה דארף צו זיין.


און אנדערע ווערטער איך ווייס די ביזט גערעכט, און די האסט דעם ריז דער חתם סופר מיט דיר, אבער איך פודאמענטעליסט האב דעם ריכטיגן בליק.

ניין! נישט דאס האב איך געזאגט, און דאס איז ריכטיגע 'אנדערע ווערטער' פון מיינע, קוק איבער וואס איך האב געשריבן אנפאנג פון די איצטיגע תגובה, און אט דאס האב איך געמיינט מיט מיין יעניגע תגובה, פון די תגובות וואס איר האט געשריבן, האט מיר אויסגעזען אז איר גייט זיך נישט קומערן מיט וואס איך ענטפער, ממילא האב איך געפילט אז עס איז אשאד מיין ארבעט, און איך זע אז עס איז טאקע געווען אשאד, ווייל איר האט ניטאמאל גענומען די מי נאכצוקוקן די אלע מראי מקומות וואס ווערן צוגעצייכנט אין די לינק'ס וואס איך האב געשטעלט, כדי צו פראבירן עס אפצוענטפערן, אבער דער וואס קוקט מיט א ריכטיגע בליק, וועט דאך יא נאכקוקן די אלע מראי מקומות, און זיך אליין איבערצייגן אז "די" פסק פון חתם סופר איז לאו דסמכא.

איינער האט געשריבן:
אגב, זאגסט וועגן בריסקער רב, אפשר צייכנסטו צו ווי דאס איז? ווייל מיר ליגט אין קאפ אז איך האב געזען אזוי בלעטערנדיג, אז ער האלט אז עס דארף דוקא זיין מציצה בפה.


זיינע צוויי איינקילעך

ביטע אויב עס איז אייך נישט שווער שרייבט א לינק צו א ספר ווי זיינע אייניקלעך ברענגן אזוי.

---
ווי איר זעט האב איך היבש מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, אבער איך פארלאז זיך אז דער וואס וויל וויסן די אמת ווי אזוי מען דארף זיך פירן, וועט שוין נאכקוקן די לינק'ס און אליין נאכקוקן אין אנדערע שו"ת און זיך איבערצייגן אז אלע גדולים וואס זייער פסק איז געווען פאר אונז כיתד שלא תמוט האלטן אז עס דארף זיין מציצה בפה דווקא אפי' אויב די דאקטוירים זאגן אז עס איז א סכנה.

ולסיום הענין וועל איך צו צייכענען א שטיקל וואס די שדי חמד ברענגט פון איינע פון די אחרונים http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=235, היות איך קלער אז געוויסע וועלן נישט האבן קיין געדולט נאכצוקוקן ברענג איך זיין לשון:
ובספר ח"ב בקונטרס מערכות ישראל רבי צבי אלימלך כתב וז"ל האנשים הללו שלחו יד והעבירי המציצה בפה באמרם האי אומנא דלא מייץ סכנתא וכיון שאין סכנה אין מצוה ולא ידמו שיש גם סכנה לנפש אם הילד הוא מסוכן להיות ערל לב או צדוקי וכיוצא בם הוא סכנה חמירא מכל סכנות כי נתיב המצוה לא ידע לב החוקר ולא שזפתהו עין הפוקר אם אחרי סכנת הגוף מחפש ועל פי שכל אדם תשפט כמה דפים יחדלו מן השלחן ערוך חלילה איזה סכנה אנו יודעין בבישול בשר ודגים ואיזה סכנה אנו יודעין בכל הכתוב ומפורש ביורה דעה בסי' קט"ז ואיזה סמיית עינים אנו יודעין בסי' קפ"א ומה גם במה דקיימא לן באורח חיים בסי' ד' סעיף ח"י דהעובר על זה יוצא מדעתו כן הוא לשון השלחן ערוך שם והם אינם רואין משוגעין שנשתגעו מזה אבל אנחנו רואים משוגעין אשר צרר רוח רעה (התאוה והזנות והאפיקורסת) אותם בכנפיהם וכשור אל טבח יביא אותם לשאול ואבדון וכן פירשו המפרשים שם יוצא מדעתו שגורם זה להעבירו מדעת קונו (עיין ח"א) ופוק חזי כמה סודות עליונים כתב גם בזה המציצה בפה הגאון רבי משה זכות ז"ל בספרי רמ"ז ומה שכתכ בגור אריה הקדוש ז"ל בזה סוד ה' ליראיו ובשמחתה בל יתערב זר וכי התורה ומצותיה מעשה אנוש הוא לשפוט שפט להעביר עם מנחלות אבותיו אמרתי אחכמה והיא רחוקה.

---
ולאחר הסיום נאך אלעם האב איך שוין אפאר מאל איבערגעפרעגט דעם זעלבן שאלה, און מען האט מיר איגנארירט, איך וועל עס איבערפרעגן, נישט ווייל איך וויל שטעלן א שאלה, נאר ווייל דאס איז א תשובה.

ביטע שיין ענטפער מיר, אפילו ווען עס האט געבושעוועט אנדערע קרענקן און עס איז געווען דאקטוירים וואס האבן גע'טענה'ט אז דאס איז גורם קרענקן, האבן די גדולי הדור נאכאלץ געהאלטן אז דאס איז נישט גורם גארנישט, און מען דארף מאכן מציצה בפה, און דאס איז א חלק פון די מצוה וואס מען טאר נישט משנה זיין, וואס זאל היינטיגע קרענק זיין אנדערש אז איך זאל אננעמען די דעת המחדשים? ביידע קרענקן זענען מתדבקים, ביידע זענען כדי להמית, פארוואס זאל די ווערטער פון די אלע גדולי עולם היינט נישט ווערט זיין? נאר ווייל עס זענען דא א באוועגונג קעגן אונזער אלטע מסורה?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך יידל »

כבוד הרב סתם געפלאפעלט, איך ווייס נישט צו איר גייט נאך לייענען די ווערטער, אבער דאך איז כדאי צו שרייבן כדי דער עולם וואס ליינט אייערע ווערטער זאלן פארשטיין אביסל וואס דא גייט פאר.
איך בין ניי צו די גאנצע נושא און אפילו אייער תגובה האב איך נישט דורכגעליינט גרונטליך. אבער איך האב געזען ווי איר צייכנט צו די שדי חמד בין איך געגאנגן און געבלעטערט אין שדי חמד אביסל און ס'זעט מיר אויס אז ערבוב מושגים יש כאן. ס'ווארפט זיך דא די מושגים פון מציצה בפה ווערסוס מציצה בכלי - איך מיין אז דאס איז א טעות. דער שדי חמד רעדט פון א כלי וואס טוט די דזשאב "במקום" די מויל. אלע אייערע ראיות (לכאורה) וועלכע ווייזן אז מציצה מיינט בפה דוקא און נישט בכלי האבן בכלל נישט צו אונזער שמועס. ווייל די אלע ראיות קומען זך הכל לאפוקי מציצה ע"י כלי אן קיין שום כוח המשיכה פון מויל. דער היינטיגער שמועס לאידך גיסא, רעדט פון גאר עפעס אנדערש (כמדומני). די שמועס איז, צו מציצה בפה "בהפסק" איז אויך פאררעכנט אלץ מציצה בפה צו נישט. לגבי דעם שאלה ממין איך אז איר האט בכלל נישט בארירט און עכ"פ דער שדי חמד האט נישט קיין שייכות צום דעם שמועס. ביטע פארבעסערן אויב איך מאך א טעות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך סתם געפלאפלט »

ביטע לערנט יא דורך גרינטליך דעם שדי חמד (אגב, דעם שדי חמד האב איך צוגעצייכנט פשוט אלץ עס איז א גוטע ליקוט פון אלע אחרונים, אבער באמת איז דא נאך א געוואלד מיט אחרונים וואס רעדן דערוועגן) ער רעדט קלאר פון ביידע כלים, סיי דאס וואס ארבעט אנשטאט די מויל, און סיי פון אזא כלי וואס איז א מפסיק, די כלי וואס איז במקום די מויל, ברענגט ער אז אפילו די וואס זענען מתיר די כלי המפסיק זענען אבער מודה אז די כלי וואס איז במקום איז אסור.
---
די געדאנק דערפון איז ווי טייל אחרונים שרייבן, וויבאלד אונז האבן מקובל ווי אזוי עס דארף צוגיין, טארן אונז נישט טוישן קיין משהו פון וואס אונז האבן מקובל. און דאס איז חוץ די טעם וואס אנדערע אחרונים גיבן אן, אז אויב גייט מען אנהייבן טוישן איז דאס איז נאר א התחלה צו מבטל זיין די מנהג ישראל, און עס גייט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: מציצה בפה לאור ההלכה

שליחה דורך איינער »

סתם געפלאפלט האט געשריבן:איך האב זיך לאנג גע'יישוב'ט צו איך זאל עפעס בכלל ענטפערן, צו נישט, פארוואס פרעגסטו? איז אזוי, איך האב געהאט פארשטאנען פון אייער תגובה איר זענט געווארן אנגעווייטאגט אויף איינעם, איך בין נישט געווען זיכער צו איר האט זיך געפילט געטראפן אז איך האב כלומפערשט אייך געמיינט מיטן שרייבן מחדשים,


טיפיקעל חסידישע ספין, געווענדליך גייט עס אזוי "צוויי חסידים שמוסען, משה פארוואס איז יענקל נישט קיין חסיד, אנשטאט צו ענטפערן א סיבה וואס קען מאכן די צוויי חסידים אומבאקוועם, זאגט משה גאנץ שנעל יענקל איז אנגעווייטאגט, מען האט אים דא עפעס א ווארט געזאגט און ער איז אנגעווייטאגט געווארן, און דער רבי בלייבט די גרעסטע צדיק נאר די ווייטאג לאזט עס פשוט איינזעהן פאר יענקל"

ממילא האב איך געשיקט צו איינע פון מיינע חברים די אשכול, ער זאל עס רואיג דורכליינען, און מיר זאגן וואס ער זעט פון אייערע תגובות, צו איך נער זיך? אדער זע איך ריכטיג.


דאס איז שוין א דריי, מיין חבר זאגט אפילו אזוי...

און יענער האט אויך געהאלטן לויט ווי אזוי עס האט מיר אויסגעזען - און ווי איר זעט האט נאך איינער פארשטאנען אזוי, אז איר זענט נישט דא צו דעבאטירן, אפילו איר שרייבט אז יא, נאר איר זענט דא פאר איין זאך, צו קומען צו א מסקנא אז מציצה דארף זיין דווקא מיט א כלי, נישט קיין חילוק וואס מען וועט אייך נאר ענטפערן, וועט איר זיך פראבירן אנכאפן אין א זייטיגע זאך, און אויף דעם אפענטפערן, און פארטיג. ממילא האב איך מחליט געווען, אויב ס'איז אזוי, גייט דאס אריין אין די גדר פון עת לחשות, און אזוי האב איך טאקע געהאט געטון.


גדרים....

למעשה יענער חבר מיינער טענה'ט אז סוף כל סוף האנדלט זיך עס נישט פון קיין קינדער-שפיל, ממילא הגם פאר אייך צו ענטפערן איז עס אן עת לחשות, אבער היות אנדערע קענען זיך טועה זיין און מיינען אז עס איז נישטא וואס צו ענטפערן - אדער איז נישט פריער אפגעענטפערט געווארן און איר האט פשוט איגנארירט - טענה'ט ער אז איך מוז יא מגיב זיין. און באמת בין איך נאך אלץ נישט זיכער צו איך דארף ענטפערן צו נישט, ווייל באמת איינער וואס קוקט נאך אין די לינק'ס וואס איך האב שוין געשטעלט ביז יעצט זעט דעם אמת, און חוץ מזה בכלל נאכן זיך אביסל מער ארום קוקן דא ווייס איך נישט צו דא איז א פלאץ פאר מענטשן וואס זיכן די אמת.... און (במאמר המוסגר) איך טראכט טאקע נאך וואס איך בין פארטיג מיט ענטפערן אויף דעם ענין וועל איך בל"נ מער נישט אריין קומען צו די סייט.

אבער למעשה יענער דריקט שטארק אז איך זאל ענטפערן וועל איך פראבירן צו ענטפערן, נאר היות איך האב כמעט נישט קיין איבריגע צייט, וועל איך נאר ענטפערן לויט וויפיל צייט איך וועל האבן, איך האב נאכנישט מחליט געווען צו איך זאל ענטפערן צוביסלעך אדער אויף איינמאל, דאס וועל איך זען לכאורה ווילאנג עס וועט מיר נעמען די תגובה.


עכט וויל איך דיר אויכט נישט ענטפערן, נאר מיין חבר דרוק פשוט..... יעצט ענטפער איך נישט... נאר איך האלט אינמיטן מחליט זיין... איך פראביר נאר, אויב מען וועט מיר זייער גוט ענטפערן וועלן איך מוזן ווארטן צוויי וואכן ווילאנג יענער וועט זייער שטארק דרוקן... אינמיטן וועל איך מאכן אן אנדער ניק וואס זאל אליין מעיד זיין אויף מיר.

איך וואלט באמת נישט געדארפט מער ווי צוצייכענען דעם שדי חמד http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 34&hilite=, ווי ער שלעפט צוזאם א געוואלד, און פארטיג, נאר היות איך גלייב אז דורכצולערנען דעם גאנצן שדי חמד גייען גאר ווייניג טון ממילא וועל איך כאטש צולינקן צו אפאר פלעצער. אפשר אויב וועל איך אמאל האבן צייט וועל איך מעתיק זיין שטיקער, און מראי מקומות כאטשיג.


איך ווייס די ווערסט זייער דערשראקן ווען די זעסט שארפע לשנות.

איז אזוי לאמיר צונעמען וואס איר האט מיר אפגעענטפערט:
איינער האט געשריבן:
סתם געפלאפלט האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעלערנט גאנץ בבלי ירושלמי צו וויסן וואס מיינט סתם מציצה, אבער דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=392 האב איך א עדות פון דעם באר משה, אז סתם מציצה אין בבלי און אין ירושלמי מיינט בפה.
און אז ביזט שוין דארט, כאפ א בליק אות ט, און אויך דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=394 אות י"ב אז די מציצה איז דוקא יא א חלק פון די מצוה און נישט נאר אלץ סכנה,


אין די גמרא שטייט נישט וויאזוי צו מאכן די מציצה, די ווארט מציצה מיינט "קוועטשן", איך דארף נישט דעם "באר משה" צו לערנען א שטיקל גמרא, סעציפעל א פשט וואס איז גורם מיתה פאר אומשילדיגע קינדער, פון די גמרא זעט מען קלאר אז מציצה איז וועגן א סכנה נישט וועגן די עיקר מצווה, די גמרא פרעגט "פשיטא מדקא מחללי עליה שבתא סכנה הוא" לויטן באר משה וואלט די גמרא געדארפט פרעגן "פשיטא והא דרשו חז"ל על הקרא דעליך הורגנו כל היום זו מילה". פשטים האבן דא קאנצעקווענצען! "לעבן'ס", מען לערנט נישט אריין א חסידיש פשט אין א גמרא ווייל עס איז גרינגער צו שרייען "מחדשים". רש"י שרייבט "שרי מפני סכנה" דער רמב"ם שרייבט "ואח"כ מוצץ את המילה עד שיצא הדם ממקומות רחוקים כדי שלא יבא לידי סכנה"

אלץ אן הקדמה (און א סיום...) צו ווייזן אז איר ווילט סתם זיך קריגן מיט יעדע קלייניגקייט וואס איר טרעפט אן אין מיינע ווערטער, אפגעזען צו עס איז אמת מיינע ווערטער צו נישט, וועל איך אייך די ערשטע זאך מגיב זיין אויף וואס איר שרייבט "סעציפעל א פשט וואס איז גורם מיתה פאר אומשילדיגע קינדער", און שפעטער זאגט איר עס איבער אויף אן אנדערע לשון.
לאמיר אייך פרעגן, אויב וואלט די גמרא קלאר געשריבן אז מציצה איז בפה, וואלט עס עפעס געטוישט אין אייער שיטה? לשיטתכם איז דאך די גאנצע מציצה "נאר" אלץ סכנה און נישט קיין חלק פון דעם מצוה, קומט אויס אז אויב איז דא א סכנה מיט דעם "אופן" פון מציצה וואס חז"ל זאגן, דארף מען מאכן מציצה אויף אן אנדערע אופן וואס איז נישט קיין סכנה, איז פארוואס קען מען נישט לערנען אז די טייטש פון מציצה מיינט בפה, נאר היות - לשיטתכם - איז עס א סכנה, דארף מען עס מאכן בכלי?


נייס טריי. פונקט אזוי ווי די ווילסט נוצן די גמרא צי ווייזן אז די ביזט גערעכט און מאכן פון דעם א הלכה למשה מסיני, איז "זייער וויכטיג" ארויס צוברענגען אז די גמרא דערמאט נישט "בפה"

אבער לאמיר צוגיין צום ענין איך וויל אייך פרעגן, איך האב זיך אנגעשטרענגט און אויפגעזיכט דעם באר משה אויף היברו-בוק'ס, האט איר אפילו געכאפט א קורצן בליק אין דעם באר משה? אדער האט איר נאר געליינט וואס איך האב געשריבן?

איך וועל זיך מסביר זיין, עס איז דא צוויי זאכן פארוואס איך האב אייך צוגעברענגט דעם באר משה, איינס צו וויסן וואס טייטשט מציצה, און צווייטנס אפגעזען וואס מציצה טייטשט צו דאס איז נאר אלץ סכנה, צו אויך אלץ עס איז א חלק פון די מצוה. באמת דער שדי חמד וואס איך האב צוגעצייכנט אויבן צוטיילט די צוויי זאכן אין צוויי סימנים.

יעצט פארוואס איך פרעג צו איר האט נאכגעקוקט איז ווייל דעם באר משה האב איך מער צוגעצייכנט אלץ מפתח ווי אלץ דעם עצם באר משה, ווי איר קענט זען פון מיינע ווערטער (ח"ו פארשטייט מיר נישט שלעכט, דעם באר משה אליין איז גענוג און מער ווי גענוג, און יא! אפילו איר האלט אז עס איז א חסידיש פשט, האט אבער דער באר משה אזוי געזאגט, און אזוי געלערנט, און אזוי גע'פסק'נט אז מען דארף אפשטיפן א ברית אויב מען קען נישט מאכן קיין מציצה בכלל, אדער אפי' יא נאר דווקא מיט א ספוג (מיט א כלי שרייבט ער דארט אז מען האט אים נישט געפרעגט דערוועגן) און אויב איז דאס נישט א חלק פון די מצוה וואלט מען נישט געמעגט אפשטיפן א ברית דערוועגן).

דער באר משה צייכנט צו דעם שדי חמד און נאך, איז אויב זענט איר נישט צופרידן פון א חסידיש ספר ווייל עס איז א "חסידיש פשט" (מה זה? האם בשביל שהיה חסיד תורתו לאו תורה לפסוק הלכה למעשה?) איז קודם אויף די טייטש פון מציצה וועל איך אייך ברענגן דעם שדי חמד (אות ג') וואס דער באר משה צייכנט צו http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 65&hilite=, דא ברענגט ער כמה ראיות אנגעהויבן פון פסוק, און געענדיגט ביים שו"ע, אז די שורש פון מציצה איז טייטש בפה, אבער באמת אפי' וועסט זיך וועלן קריגן אויף די אלע ראיות, ברענגט אבער דער שדי חמד א ליסטע פון אחרונים וואס זענען מוכיח אז עס דארף זיין בפה דווקא, לערנט דורך די גאנצע סימן ב' פאר איר פראבירט עס אפצופרעגן.


די אלע ראי'ס איז, אז רוב מאל ווען רעדט פון "קוועטשן", אין די גמרא, רעדט מען בפה, אבער דאס טוישט נישט דעם טייטש פון מציצה, אז עס איז "קוועטשן" און קוועטשן קען מען מיט א כלי אויכט. איך האב נישט נאר איבערגעקוט דעם באר משה, נאר אפגעפרעגט זיין פשט, וואס איז ביזדערווייל אפגעפרעגט, נישט ווייל ער איז א חסיד, נאר ווייל ער האט פארדרייעט א גמרא, ווען מען איז דן דיני נפשת, און דאס איז נישט די ערשטע מאל ביי אים. און איך ווער אינגאנצען נישט דערשראקן אז ביי דיר איז גענוג די ווערטער פון באר משה, ווייל ביי מיר איז זיין הכשר אויך נישט געווען גענוג.

און צו דאס איז א חלק פון די מצוה צו נישט, זעט אין שדי חמד דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 34&hilite= וואס איך האב שוין אנגעצייכנט אויבן ווי ער איז מאריך, און ער ברענגט א ליסט פון אחרונים אז דאס איז א חלק פון די מצוה און איינע פון די אחרונים איז דער מהר"י אסאד (שו"ת יהודה יעלה ח"א יו"ד סימן רנח, שהיה נחשב לפוסק הדור בהונגריה לאחר פטירת החת"ם סופר). ממילא איז דאס שוין גארנישט קיין חסידיש פשט, נאר גאר אן אמת פשט.


די קענסט מיר ברענגן א שעלף פון ספרים, ווילאנג עס שטימט נישט מיט די גמרא, רש"י, רמב"ם און יא דער חתם סופר, וועט עס גארנישט העלפן. איך האב נישט קיין צייט אדורך גיין די אלע אחרונים אבער איך בין זיכער אז עס נישט אזוי קלאר אין זייערע ווערטער.

איינער האט געשריבן:
איי דאס וואס די חתם סופר שרייבט איז בפשטות ווייטער די סיבה ווי דער מהר"ם שיק, אז היות דאס איז געווען א הוראת שעה, האט ער זיך פארלאזט אויף דעם טעם, אבער למעשה הוראה כללית איז אנדערש, און ווי די אלע אחרונים שרייבן אז עס איז יא א חלק פון די מצוה.


אויף דעם, וועל איך מוזן מלמד זכות זיין אז דאס איז געווען "סתם געפלאפלט", לאמיר עס צו א שטעלן צו א שוחט וואס שעכט נישט אינגאנצן אבער ער איז שיינער איד, וואלט דער חתם סופר געמאכט א הוראת שעה אז ער מעג שעכטן!!! אויב דאס איז א חלק פון די מצוה חלילה צו זאגן אז דער חתם סופר וואלט געמאכט א הוראת שעה ווייל מען קען נישט מעביר זיין א מוהל, נאר עס איז קלאר אז דער חתם סופר האט קלאר געהאלטן אז עס איז נישט קיין חלק פון די מצוה אזוי ווי דער פשט הגמרא, רש"י און רמב"ם אפילו דער מהר"ם שיק ריפט עס אן א מנהג עטליכע מאל אין די תשובה.

איך וועל איבער זאגן, יא עס איז געווען אן הוראת שעה, און די חתם סופר האט בוחר געווען את הרע במעוטו, צו האבן די מעשה פינקטליכער קוקט דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 36&hilite= (אות יא) ער האט נישט געהאט קיין ברירה. און וועגן די מהר"ם שיק, זע אין די אויבן דערמאנטן לינק פון שדי חמד גלייך אנפאנג סימן א' ווי ער ברענגט אראפ דעם אנדערען תשובה פונעם מהר"ם שיק (אין יו"ד סימן רמד) וואס איז מצדד אז עס איז אן הלכה למשה מסיני און נישט א פשוטע מנהג, און אפילו אויב וואלט עס יא געווען א מנהג, זע דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 77&hilite= אות כ"ב וועגן מבטל זיין א מנהג.


איך ווייס נישט וויפיל מאל איך וועל מיך דארפן איבערזאגן, דער חתם סופר וואלט נישט מקיל געווען אויף א הלכה למשה מסיני. און איך קויף נישט אפ די מעשה פון שדי חמד, ווען איך זע וואס מען פארקויפט היינט פאר די רבנים. דער "יד אלזער" וואס איז אויך געווען א תלמוד פון חתם סופר שרייבט אז עס האט עס שוין איינגעפירט פאר "אכט יאר" און ער דערמאנט נישט בכלל אז מען האט עס געטון בשעת דחק/הוראת שעה. לאמיר נישט פארגעסן די ווערטער פון חתם סופר "ואוד אני אומר אפילו הי' מפורש בש"ס מוצץ בפיו, מ"מ כיון שאין זה מהכשר מילה אלא משום סכנה....", זעט מען פון דעם חתם סופר אז וויבאלד די גמרא איז נישט מפרש "מוצץ בפיו" קען עס מיינן "בכלי" און אז עס "נישט" קיין הלכה למשה מסיני.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=65

איינער האט געשריבן:
און אז די האסט שוין יא געקוקט אין די מהר"ם שיק האסטו געזען וואס ער הייבט אן? "ואשר שאלת בענין המציצה שרוצים החדשים לבטל לדעתי אין לענות להם כלל, ועל כזה נאמר אל תען כסיל ולא באתי אלא להשיב לך מפני הכבוד, ולברר הדבר אכתוב לך בקצרה, מי שאומר דמציצה בפה הוא סכנה או מזיק לוולד הוא אומר שקר מוחלט. ממילא לאמיר דיר פרעגן, פארוואס זאל דיין טענה היינט צו טאג'ס זיין אנדערש פון דעם שואל'ס טענה דעמאלטס, וואס ער האט גע'טענה'ט אז עס איז ממש א סכנה?


למאן הפינקטליכקייט, שרייבט ער דאס אויף די וואס ווילן אינגאצען מבטל זיין מציצה, אוודאי שרייבט דאס נישט אויף זיין אייגענע רבי וואס האט מתיר געווען בספוג.

איך פארשטיי נישט, וואס איז די חילוק וואס יענע האבן געוואלט, סוף כל סוף שרייבט ער מי שאומר דמציצה בפה הוא סכנה או מזיק לוולד הוא אומר שקר מוחלט, און דאס שרייבט ער נאכדעם וואס מען האט געוואלט טאקע מבטל זיין מציצה מיטן טענה אז עס איז א סכנה, און די חברה האבן געברענגט גאנצע ראיות אז עס איז א סכנה, און דאך האט די מהר"ם שיק געזאגט אז זיי רעדן שקר, און זיי זענען נישט באגלייבט.


קען זיין יענע מענטשן זענען נישט באגלייבט, איך וועל דיר ענטפערן דיין וועג עס איז הוראת שעה.

איינער האט געשריבן:
איי טענה'סט דריי קינדער זענען שוין געשטארבן? וועל איך דיר זאגן סאאאך מער ווי דריי זענען שוין געשטארבן, אבער זיי זענען געווען מיידליך.... פון ווי נעמסטו צו זאגן אז די סיבה איז געווען אלץ די מציצה בפה? די ווייסט וויפיל גורמים עס קענען זיין דערצו? (בליקן'דיג צווישן די אלע ספרים און קובצים, האב איך אנגעטראפן איינע פון די גורמים וואס קען זיין, און וואס איז למעשה געווען, ווען מען האט פארפירט וועגן מציצה בפה, אז א קינד איז נעבעך אוועק, און נאך א חקירה ודרישה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מוהל האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיינע כלים אז זיי זאלן זיין ריין ה"י).


דא איז שוין נאך א חקירה ודרישה, און עס איז "הערפיס" ליין גוט אדורך דעם לינק אויבן אין אשכול, און יענע שטודיע איז ביי רוב קינדער געווען די הערפיס נאר אויף דעם פלאץ, ליין עס אדורך....

איך האב דורכגעלערנט יענעם ארטיקל, איך זע דארט איין זאך, אז זיי קענען נישט זאגן אויף 100% אז דאס איז געקומען פון מציצה בפה, אבער זיי זענען גאר שטארק משער אז יא, נו, הוא הדבר אשר דברנו בשם די פריערדיגע גדולי הפוסקים, אז אלעס גייט ביי זיי אויף השערות און אונז גלייב מיר זיי נישט.


עס זעהט אויס אז דאס איז דער ערשטער מאל וואס די ליינסט א מעדיצינישע פאפיר.

איינער האט געשריבן:
ווען די הייבסט אן קוקן אין די שו"ת ספרים, וואס דאן האבן די מחדשים גע'טענה'ט די זעלבע זאך וואס די טענה'סט, און עס איז טאקע געווען דאן פארשידענע קרענקן, און דאך האבן ממש ממש כמעט אלע גדולים ווייטער געהאלטן אז מען דארף דווקא יא מאכן מציצה בפה, די ליסט פון גדולים וואס האבן געהאלטן אז מען זאל טוישן, איז לויט וויפיל איך בין דערווייל אנגעקומען צו זען, קען מען אויסרעכענען אויף צוויי הענט.....


ווייסטו וואס איך בין פון די "מחדשים" אבער די ביזט גרייט אז קינדער זאל שטארבן פאר דיין נארישע "פונדאמענטעליסטישקייט"

איך פארשטיי נישט לא עלי תלונותיך, רק על כל הגדולי וגאוני ארץ, וואס זיי האבן געהאלטן אז אפילו עס איז דא פארשידענע וואס טענה'ן אז עס איז א סכנה, און נישט נאר זיי טענה'ן נאר עס איז טאקע געווען וואס עס זענען געשטארבן אסאך קינדער, זע דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 76&hilite= (אנפאנג אות כ"א, ד"ה ושם (בהמאסף)) דאך בלייבט אלעס ווי געווען, און מען טאר נישט משנה זיין (שם, בד"ה והיוצא מדברי אלה), איז מיט וואספארא חוצפה רופט איר דאס אן "נארישע פונדאמענטעליסטישקייט"?


איך האב די חוצפה צוזאגן, אז ווען עס איז דא א סכנה און עס איז דא גענוג אויף וועמען זיך צו תולה זיין, און נישט דוקא לערנען דעם פשט וואס וועט גורם זיין מיתה, דאן איז פונדאמענטעליזים צו זיכן דוקא די וועג צו טויט.

איינער האט געשריבן:
אגב, זאגסט וועגן בריסקער רב, אפשר צייכנסטו צו ווי דאס איז? ווייל מיר ליגט אין קאפ אז איך האב געזען אזוי בלעטערנדיג, אז ער האלט אז עס דארף דוקא זיין מציצה בפה.


זיינע צוויי איינקילעך

ביטע אויב עס איז אייך נישט שווער שרייבט א לינק צו א ספר ווי זיינע אייניקלעך ברענגן אזוי.


א ספר האב איך נישט (איך ווייס די האסט א שוואכקייט אויב עס האט א דעקל "ספר") אבער א לינק האב איך יא
http://haemtza.blogspot.ca/2012/03/metz ... nfant.html

ולאחר הסיום נאך אלעם האב איך שוין אפאר מאל איבערגעפרעגט דעם זעלבן שאלה, און מען האט מיר איגנארירט, איך וועל עס איבערפרעגן, נישט ווייל איך וויל שטעלן א שאלה, נאר ווייל דאס איז א תשובה.

ביטע שיין ענטפער מיר, אפילו ווען עס האט געבושעוועט אנדערע קרענקן און עס איז געווען דאקטוירים וואס האבן גע'טענה'ט אז דאס איז גורם קרענקן, האבן די גדולי הדור נאכאלץ געהאלטן אז דאס איז נישט גורם גארנישט, און מען דארף מאכן מציצה בפה, און דאס איז א חלק פון די מצוה וואס מען טאר נישט משנה זיין, וואס זאל היינטיגע קרענק זיין אנדערש אז איך זאל אננעמען די דעת המחדשים? ביידע קרענקן זענען מתדבקים, ביידע זענען כדי להמית, פארוואס זאל די ווערטער פון די אלע גדולי עולם היינט נישט ווערט זיין? נאר ווייל עס זענען דא א באוועגונג קעגן אונזער אלטע מסורה?


הוראת שעה
איך בין נישט געווען זייער צייט, אבער עס איז דא א פשוטער הסבר, דאן איז געווען א מלחמה מיט די רעפארמער וואס האבן געוואלט אונטער ברענגען "מצות מילה" האט מען גדארפט פייטן מיט ציין און נעגל, און ווער עס איז באקאנט האבן די אמאליגע דאקטארים מער שאדן געמאכט ווי געהיילט, האבן די דעמאלסדיגע רבנים געהאט רעכט צו חושד זיין די דאקטארים מיט האבן אן אנגענדע. אנדערש איז היינט וועם די אישו האט זיך אנגעהויבן לעגיטים ווען דריי קינדער זענען געשטארבן, און די דאקטארים קענען מאכן טעסט'ס און האבן די כלים צו זען די סארט קרענק.
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

איינער האט געשריבן:אזוי ווי איך זע אז ביזדערווייל האט איך די לעצטע ווארט לגבי די הלכה, וועל איך מאכן א קורצן סך הכל.

1) עפ"י הלכה דארף מען מאכן מציצה בכלי.
2) בדיעבד אויב דער מוהל האט געמאכט א טעסט פארן ברית צו מאכן זיכער אז ער האט נישט קיין קרענק, און ער האט נישט קיין כלי קען ער מאכן מציצה בפה.
3) א מוהל וואס האט מאכט מציצה בפה און ער האט שוין געהאט פעלער וואס קינדער זענען קראנק געווארן פון הערפיס נאכן ברית און אוודאי אויב קינדער זענען נאך געשטארבן, און ער מאכט ווייטער מציצה בפה, האט ער א דין פון א רודף און מען איז מחייב אים צו איבערגעבן פאר די אינסטאנצען.

Wow you have GUTS
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

לע"ד איז דא דא א נקמה פייט וואס די מוהלים ווילן זיך נישט גיין בודק זיין
ווען נאך די ערשטער סקאנדאל פאר אכט יאר ציריק (בערך) וואלטן די מוהלים זיך בודק געווען מפעם לפעם וואלט מען יעצט געקענט זאגן פאר די העלט דעפ. אז אינז ווייסן אז דאס איז עס נישט ווייל אינז שטייען דערויף און מישט אייך ביטער ארויס (כל שכן אויב מען וואלט געקענט מציל זיין "איין" אידש קינד אזוי ) אבער מען שלאגט זיך אז פון מצות מילה ווערט מען נישט געשעדיגט און מען וועט זיך נישט בודק זיין
אני הדל ווייסט פון א מוהל וואס האט זיך עהם "געדאכט" אז ער איז פארקילט האט ער שוין מכבד געווען א צווייטער מיט מציצה !! וואס הייסט קיינער ווערט דאך נישט געשעדיגט פון מציצה !?! יעצט אויב מען מעג פרעגן ווען א טאטע (מעג זיין א רב) ווייסט אז א מוהל איז אנשטעקיק מיט דעם מחלה וואלט ער געגעבן זיין קינד אדער געלאזט אן אייניקיל ווערן גמל'ט מיט מציצה פון אזא מוהל (אויב ער מעג ?)

פארוואס כאפט מען נאר אהן די צוויי עקסרימ"ס אדער בכלי אדער גארנישט און גלייבן בלינדערהייט אז קיינער "קען" נישט געשעדיגט ווערן פון דעם לאמער גיין אינדערמיט מציצה בפה אבער אויך זיך בודק זיין ( א מוהל וואס האט א ברית איינמאל א וואך אדער ווייניגער מעג זיך בודק זיין פאר יעדער ברית א מוהל וואס האט יעדער טאג בריתן זאל זיך בודק זיין צוויי מאל א וואך אדער עפעס אזוי)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פארוואס איז מען נאר דן צי מען דארף מציצה בפה אדער בכלי און מען איז נישט דן צי מען דארף דאס בכלל?
אויב נעמט מען אן כפשטות הגמרא אז סאיז נאר פאר רפואה, פונקט אזויווי כמון ואיספלנית, טוהט מען דאך היינט ווי די היינטיגע דקטורים טוהן, נישט ווי די רפואות שבזמן הגמרא, אזויווי אין אלע אנדערע נושאים פון רפואה. וויבאלד היינט איז נישט איינגעפירט לגבי רפואה צו מאכען מציצה בכלל [אמאל איז דאס געווען די שטייגער ביי אלע סארט אינפעקצינס צו מוצץ זיין דארך דעם ארויסנעמן די דזערמס, היינט וויסט מען אסאך בעבער צו סטערילייזען וכו'] דארף מען לכאורה נישט מאכען מציצה בכלל, נישט בפה און נישט בכלי.
I have a dream
Martin Luther King ~
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

אט אזוי, איר זאגט גוט לעיקוואד!
עס איז ידוע אז פיל ראשונים האבן געהאלטן אז חז"ל האבן בכלליות מקבל געווען זייערע חיצוניות'דיקע וויסנשאפט - לאפוקי חכמת התורה - מפי חכמי אומות העולם. עס איז אפילו פארהאן אין ספרי חז"ל אוואו מען זעט אז חכמי אומות העולם האבן דעבאטירט חכמי ישראל איבער חיצוניות'דיקע וויסנשאפטליכע ענינינם און אין די ענדע האבן חכמי ישראל מודה געווען צו די חכמי אומות העולם. עס איז גאר געמאלט אז די רפואה פון מציצה איז באזירט אויף וויסנשאפט פון חכמי אומות העולם. די היינטיגע וויסנשאפטליכע וועלט ווייסט נישט פון קיין היזק וואס פאסירט אויב מען איז נישט מוצץ און דאקטורים וואס טוען מל זיין אין די שפיטעלער זענען טאקע נישט מוצץ און קיין אומגליק פאסירט. עס קען זיין אז די אלטע וויסנשאפט איז געווען בטעות יסודו, אדער (פאר די וואס גלייכן נישט צו זאגן אז חז"ל האבן זיך טועה געווען אין געזונט ענינים) קען מען זאגן נשתנו הטבעים.
ובכן, ווער קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע: וואס איז די קרענק צו וואס מציצה איז א רפואה? וואס איז די סכנה וואס מציצה פארמיידט?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הציץ ונפגע האט געשריבן:אט אזוי, איר זאגט גוט לעיקוואד!

ובכן, ווער קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע: וואס איז די קרענק צו וואס מציצה איז א רפואה? וואס איז די סכנה וואס מציצה פארמיידט?

ייש"כ.
איך בין נישט קיין דאקטער, אבער פון וואס איך האב געליינט איבער די נושא, איז גאנץ קלאר וואס מציצה קומט צו פארמייידען: אינפעקטשינס וואס קומען פון באצילן וואס מאכען זיך אין א אפענעם וואונד. מציצה איז ביז לעצטנס [און אפשר אויך היינט אין פרימיטיבישער פלעצער] געווען אן אנגענומענער מיטל זיך אן עצה צו געבען מיט אזעלכע פראבלעמען ווי איינער האט באקומען א אגיפטיגער ביס וכדו'. דאס ציט ארויס די שלעכטער בלוט כלומר די דזשערמס. אמאל האט מען נישט געוואוסט וואס דאס טוהט אויף האט מען נישט געהאט קיין בעסערע וועג, היינט אבער וייסט מען אסאך בעסער ווי צי סטערלעזירען וכו' און דאס האט געטוישט די גאנץ אומנות הרפואה באופן גדול מאד. ממילא אויב איז מען פארזיכטיג היינט צו סטרליזירן אלס כפי וואס מדארף פעלט נישט אויס קיין מציצה נאר אדרבה עס מאכט גאר ערגער וייל סשוין גרינגער צו באקומען דזשערמס אזוי ווי אן דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס איז מען נאר דן צי מען דארף מציצה בפה אדער בכלי און מען איז נישט דן צי מען דארף דאס בכלל?
אויב נעמט מען אן כפשטות הגמרא אז סאיז נאר פאר רפואה, פונקט אזויווי כמון ואיספלנית, טוהט מען דאך היינט ווי די היינטיגע דקטורים טוהן, נישט ווי די רפואות שבזמן הגמרא, אזויווי אין אלע אנדערע נושאים פון רפואה. וויבאלד היינט איז נישט איינגעפירט לגבי רפואה צו מאכען מציצה בכלל [אמאל איז דאס געווען די שטייגער ביי אלע סארט אינפעקצינס צו מוצץ זיין דארך דעם ארויסנעמן די דזערמס, היינט וויסט מען אסאך בעבער צו סטערילייזען וכו'] דארף מען לכאורה נישט מאכען מציצה בכלל, נישט בפה און נישט בכלי.


די דארפסט פארשטיין אז די מלחמה דא, איז נישט טוישן די וועג וויאזוי מצות מילה ווערט געטון ווייל מיר ווייסן בעסער ווי חז״ל אזוי ווי די רבנים האוסרים פראבירן עס אראפ צולייגן, נאר אזוי ווי עס איז ר״ל געשען א תקלה אז קינדער זענען געשטארבן, זיכט מען א וועג וואס זאל זיין סיי זיכער און דאך די ווייניגסטע שינו פון די אלטע וועג. צוליב דעם איז די טענה דא נישט מער ווי מציצה בפה בהפסק כלי.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איינער האט געשריבן:
די דארפסט פארשטיין אז די מלחמה דא, איז נישט טוישן די וועג וויאזוי מצות מילה ווערט געטון ווייל מיר ווייסן בעסער ווי חז״ל אזוי ווי די רבנים האוסרים פראבירן עס אראפ צולייגן, נאר אזוי ווי עס איז ר״ל געשען א תקלה אז קינדער זענען געשטארבן, זיכט מען א וועג וואס זאל זיין סיי זיכער און דאך די ווייניגסטע שינו פון די אלטע וועג. צוליב דעם איז די טענה דא נישט מער ווי מציצה בפה בהפסק כלי.

נו דו טעהנעסט אז די רבנים האוסרים ווילען עס אראפלייגען כאילו די מתירים האלטען ווי מיר, אן באמתן האלטן זיי נישט אפילו דאס, אבער איך האלט דאך יא אזוי, און לכאורה די מתירים איז אויך וויל זיי קוקען עס אהן העכסטנס אלס מנהג וואס מוייל נישט משנה זיין פון די אלטע וועג און נישט אלץ א שינוי פון די תורה וכו'. אויב פארשטייט מען אז סבכלל נאר א מנהג, איז טאקע אפשר א שיינע זאך אנצוהאלטן די אלטע מנהגים, אבער ווען סקומט צו זיין פארקערט פון די מטרה צוליב וואס דער מנהג איז דא בכלל, האט עס א פנים ווי די טערקישע טליתים, וואס לכתחילה איז געווען א מנהג צוליב ואס סנישט דא אין זיי קיין שעטנז, און דערווייל היינט דווקא דארט איז דא שעטנז, און דאך ווילן נישט די שוטים אויפגעבן זייער מנהג, און זוכען עצות ס'זאל זיין טאקע פון טערקיי אבער אן שעטנז.
I have a dream
Martin Luther King ~
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

למען האמת, דארף מען ארויסברענגען אז דאס וואס דו ברענגסט פון רב אלישיב, דארט רעדט מען פון איינער וואס האט עידס, נישט פון חשש הערפיס. און רב אלישיב פארלאזט זיך אויף פסקים פון רב חיים עוזר און רב יצחק אלחנן, און ווי זיי ביידע שרייבן אז מ'קען נוצן א גלאז אויב די מוהל האט עידס -שכויעך..- אדער אויב למשל ווען די רך הנימול איז א בחור אין די יארן, ווי מ'האט געהייסן מוהלים נישט מאכן דירעקט ארעל סאקשען פאר די פראטעקשן אויף די מוהל. פלוצלינג האבן זיי מורא פאר זייער אייגענע לעבן..

רב אלישיב האט יא געשריבן אין תשס"ה אז הערפיס איז נישט קיין סכנה, ווייל ווי עס שיינט, דא מאכט ער א מעדיקל פיינדינג, אז בעיסד אויף די טויזענטער יונגלעך וואס ווערן גע'מל'ט יערליך אן קיין פראבלעמען, און עט-ליעסט 75 פראצענט פון דאס מענטשהייט איז דאך אנגעשטעקט, מוז זיין אז ס'איז העלטי. גאו פיגער.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווייסט איינער וואס איז געבליבען מיט די גזירה?
גייט עס אריין אין קראפט אדער נישט?

אין בני יששכר אויף חודש חשוון שמועסט ער ארום אז בעוה"ר זעהט מען אז די גזירות רעות גייען אלע אריין אין קראפט אין חודש חשוון.
ער זאגט אז דאס האט מיט ירבעם וואס האט צוטיילט די מלוכה אין חודש חשון און פארדעם ליידט מען היינט ווייל מען האט נאך אלס נישט מתקן געוועהן די חטא המחלוקת.
מען זעהט טאקע אז ביי די גזירה האט ר"א און רז"ל ביידע געארבעט צוזאמען צושטערען די גזירה, אבער ווער ווייסט צו עס איז גענוג.

די רעביס דארפען תשובה טוהן וואס שנעלער אפשר וועט נאך געלונגען בעזה"י צו שטערען דער גזירה רעה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

a link to the shier please
Under influence
פארשפארט