איך קען נישט איינשלאפן - שלימאזאלעס!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך קען נישט איינשלאפן - שלימאזאלעס!
כ'דריי מיך לינקס, איך דריי זיך רעכטס. מיטן קאפ אראפ, מיטן פיס ארויף. מיטן נאז אויפן קישן, מיטן קישן אויף די אויגן. רואיג נערוועז, קאלט און הייס. מיד אויסגערוהט, הונגעריג און זאט. ס'שוויצט, ס'קראצט, ס'בייסט -- מיי גאש! "איך קען נישט איינשלאפן".
אפשר זאל איך עפענען די פענסטער, אך, ס'הייס ווי משוגע דא. עני ריזען די טעמפעראטשער איז ארויף גערוקט אויף טויזענט? ביזט צודרייט, ס'בלאזט ווינטן ווי ביי מכת ארבה. האק צו דעם פענסטער, שוטה וואס דו ביזט. א ווינדער דו הוסט אינדערפריה אזאנס ווי נישט דיך זאל מען מיינען מיטן לא יחרץ.
אפשר איבערדרייען ס'קישן אויפן אנדערן זייט. אזוי? ס'שלאפט זיך בעסער מיט א קאלטע קישן? נו גוט. סארא מבינות אויף באקוועמקייט. נאפ, ס'ארבייט נישט. זאל איך צוריק דרייען די קישן? יעצט איז שוין קאלט אויפן אנדערן זייט. זאגסטאך אבער אז קאלט האט נישט געארבייט, נישט אזוי? תם פון מה נשתנה. דאן לאמיר איינדרייען ס'קישן אין האלב ווי א סלייס פיצא, און אריינשטעקן מיין האנט אין צווישן ווי א זויל. ס'וועט זיך שלאפן העכער. יאאש, מיין קאפ שיסט. טיילענאל האב איך שוין אויך נישט. אלץ פארגעס איך.
וואט דע העק, פאהההההה. איך קען נישט איינשלאפן. ס'איז שוין טרי טערטי. שאקס! וואס האב איך נאר נעכטן געטראכט און איך בין איינגעשלאפן? טיפוש איינער! ביסטאך איינגעשלאפן, פון וואנען זאלסטו יעצט געדענקן.
שוין, לאמיר טראכטן פון וואסער. דאס איז נאך בדוק ומנוסה געווער קעגן שלאפלאזע נעכט, פונעם אל תיטוש וואפן ארסענאל. וואוו! כוואליעס, איך שטיי ביים וואסער, ס'טינקל, רואיג, מנוחת הגוף והנפש, און וואס וועט זיין מארגן? גיי איך אויף שטיין שפעט, און יוי, איך ברויך נאך גיין קיין קווינס אויפפיקן, העלא? איך האלט דאך אינמיטן טראכטן פון וואסער! טראסט מי, זארגערייען וועלן נישט העלפן. אה פארגעסן. וואסער, יע, ס'פליסט, און איך שטיי, און ס'איז רואיג, און שטילע כוואליעס וועלכע גייען אין שפאן אלע מיטן זעלבן קלאסישן טעמפא ווי דיסצעפלינע זעלנער, און בעליוו איט אר נאט -- "כ'קען נישט איינשלאפן".
אוי, ווער דארף א דאכענע. מ'קען דאך צעפלאצט ווערן פון הוץ דא. ווילסט מיר זאגן אזוי גייען די גוים זיך שפירן אין סוכה לעתיד לבא? צעשטויסן זאל דאס ווערן מיט א ריזן שטייסל.
און יעצט? שפירסט זיך גוט אזוי ליגן פלאך מיטן פרצוף השמימה, אויסגעשפרייט ווי אן אנגעפראסענעם קאץ אויפן טהרה ברעטל? אוי יעס! יעצט גייט עס ראקן. נאפ! איים סארי, מ'קען נישט שלאפן אן קיין דאכענע. עינט גאננא ווארק. אביסל מעג אבער יא די פענסטער זיין אפען. אויש, די בעבי, הער אויף, איך מאך דאס אויף נאר א פיצי, איך וועל דאס באלד פארהאקן.
האלסט ס'שלאפט זיך נישט אן א דאכענע פשוט ווייל איך בין אזוי געוואוינט, אדער... אקעי, הער אויף טראכטן, פרעגן, ענטפערן איבער אלעס און אלצדינג. דזשאסט רילעקס! וואן טא טרי! איך רילעקס!!! יא, איך רילעקס, און איך רילעקס, אוי רילעקס איך, און איך רילעעעעעעעעקס נאכאמאל (און נאכאמאל) און דעמן איט! "איך קען נישט איינשלאפן".
פארגעט איט. איך גיי נישט דא וועיסטן מיין נאכט ווי א נאר אויפן מארק. נישט איז נישט. לאמיר גיין ליינען א בוך. יווווווווווי, סארא פ*קט אפ נאכט. וואו מיין קראקס? ש*ט, איינס ליגט אונטערן בעט, צעפלויגענע רוח וואס איך בין. כ'האב דיר שוין טויזענט מאל געזאגט שטויס דאס נישט אראפ אזוי, לייג ביידע ווי א נארמאלע מענטש, און... אקעי, שאט אפ! ס'גענוג וואס זי זאגט מיר.
קוק נאר ווי זי פאפט אריין. לאקי. דאס בעבי ווייסט אויך נישט קיין דאגות, פונקט היינט רוהט דאס איין. דער איינציגסטער שלימאזל דא בין איך. ניטאמאל די לייט קען איך אנצינדן.
אוי! וואס זאל איך יעצט ליינען? א נאוועלע? נעה, שטותים איינס ביי איינס. און כ'האב דיר שוין געזאגט איך גיי נישט אנהייבן צען ביכער אויפאמאל. ענדיג ווי א נארמאלן מענטש די בוך פון שבת, און ניין, איך הייב נישט אן נאך א בוך. לאמיך זעהן וואס טוהט זיך אויף קאווע שטיבל. לעצטנס ווערן געבוירן דארטן ניקס ששה בכרס אחד. איינס א נייער, איינס מתמול שלשום, ריסייקעלטע, גוטע שרייבער, סאבאטאשניקעס, טאלאנטפולע, טאלאנטפולע סאבאטאשניקעס, אוי נאו! שוין ווייטער געקראכט? ווט"פ איז ראנג. [tag]יידל[/tag] מיינסטע גייט נאך פארזעצן זיין סעריע מאטעמאטיק ארטיקלעך וואס ער האט פארשפראכן? א מכה, וואס? נעווערמיינד, די פאריגע איז געווען א סאליד פיעס. דער איז וואן אף ע קיינד. און [tag]קופערניקוס[/tag] זאגסטע שיבערט שוין ווייטער? מאכט פורים פונעם עולם ווי ס'זאל ווען זיין וואכן אום יום טוב. באטעם ליין זאגסטע קאווע שטיבל איז דאון הא? דע העק. איז וואס זאל איך ליינען? וואס ליגט דא אויפן קאויטש צעווארפן און צעפלויגן. מיינסט ס'איז א דזשוק? מ'לעבט דא ממש ווי אין א שטאל. גיי ווייס שטותים מיט לאקשן וואס זי ברענגט אלץ אהיים. אה, די זעלבע ש*ט נאכאמאל און נאכאמאל, און אוי דשי*עס! שוטה אקס וואס דער אידיאט איז. ווילסט מיר זאגן זיי שעמען זיך נישט אריינצולייגן אזא נארישן בריוו פון דעם מאניאק? אלעס סאקט, א באנדע מאראנס, לאמיר ליינען עפעס א נארמאלע זאך.
אקעי, איך גיי יא ליינען די בוך פון... אבער...איך האב דיר נישט געפרעגט, איך גיי דאס יא ליינען.
אקעי, קודם לאמיך אריינלייגן די עירפאוינס אין אויער. ס'טויט שטיל דא. וועמען גיימער יעצט הערן? איך בין נישט אין די מאאד צו הערן קיינעם. לאמיר מאכן שאפעל אלל סאנגס, זאל גיין יום טוב ערליך צוזאמען מיט עדעם; קאנטרי, פאפ, קלאזמיר, התלהבות, חזנות, פרייליך, דיסקאו און וואטעווער. דזשאסט הייב שוין אן דארט.
און לאמיך נאר ברענגן א בעג בארביקיו פאטעטא טשיפס, יווווי! דעיס האט מען שוין אויך אראפגעוושט דא כלחוך השור? א באנדע חזירים. וואס איז יא דא? פינאטס? דאס זאלסטו עסן. קארן פאפס, אויטש, ס'גליטשן זיך שטיקלעך, א צעפליקטען זעקל, אומערצויגענע באשפענישן. פארוואס קען מען דאס נישט צוזאמדרייען, און ארויפלייגן דעם קליפ? ס'ווערטאך סאגי. צעדרייטע מענטשן.
אקעי, כ'האב נישט קיין נערווען צו ליינען. מיינסט טאקע? איך בין סיריעסלי מיד, איך גיי פאפן. משוגע, מארגן דארף איך אויף שטיין זיבענע. א פייג. דו גייסט ציען ווי א רשע מרושע. עניוועי, עמער זען, ס'נישט נארמאל, פריקען שפעט. ס'איז פאר טערטי.
לאמיר אריינשאשקענען אביסל וויסקי, און יאללא, מ'גיימער שלאפן. וויילד טורקי וועט ארבייטן בעסער ווי גלענפידיש. וואסעפעס? געבויט אויף עפעס זאכליך, אדער האסט יעצט פשוט אזוי מחליט געווען. הו קעירס, גראדע מיין איך בין אין די מאאד פון דשענטעלמען דזשעק. איינער האט געבאדערט דא זע איך. שוין, גייט מעך אן. פארגעט עבאויט א קאפ, ווער ס'עקלט זיך פון מיין מויל זאל נישט טרינקן פון דעם. קיינער גייט עניוועי נישט טרינקן דא. סא חילוק, מיינסט יענער טרינקט נישט פונעם באטל? קענסט מיר מסביר זיין מיט וועמען דו פירסט יעצט א קאמף? משוגענער דו. אט אזוי! וואט א שאט! יאאאאההה! יעצט גייט מען פאפען ווי די זיידעס אינמיטן סאמע תיקון ליל שבועות.
וואהפפפאאא! א דייוו אריין אין בעט. יוי בין איך מיד. און ניין איך שלאף נאך אלץ נישט איין. יא, איך מיין איך הייב שוין אן איינצושלאפן, כמעט, כמעט, זעסט, די טראכטן פריער פון וואסער האט געהאלפן א מכה, איך שלאף שוין כמעעעעט, אה! ב"ה, געב דאס צוויי מינוט און דו ביזט נישטא. יוי, שאקס, כ'מיין איך דארף קטנען. ניין איך דארף נישט. חלום'סט. כ'מיין טאקע איך דמיון. ניין, איך דמיון נישט, איך דארף יא אין טוילעט, ביזט זעכער? יאפ. אוי! דו מאכסט א דזשאוק. באהההההאאאאההה!!!!!!
אקעי, מיין נאכט איז קאמפליטלי אווער! אבער ניין איך בין דאך מיד. ווילאנג נעמט שוין צו מאכן אן אויל טשעינדש.
אקעי, א גלעזל וואסער וואלט איך מיך נאך געמעגט פארגינען. און דעיטס איט. איי דאונט קער ווען איך שטיי מארגן אויף. אבער איך דארף דאך גיין צום ארבייט, און אויך ברויך איך נאך... אוי, לאמיר כאפן א ציגרעטל. נאו וועי, זאג מיר נישט ס'רעגנט. משוגע! ס'מבול'ט אויף כוחות, כ'קען נישט דא שטיין.
אקעי, דעטס איט. לאמיר אנצונדן א פען, און פערטיג. איך מיין איך שטיי יא אויף זיבענע, לאמיר כאטש שלאפן צוויי פארשטינקענע שעה. פינף אזייגער, אוי באוי. כ'וועל שוין שלאפן ביינאכט. דער עיקר: הער שוין אויף לייגן לחץ. הער אויף מאכן חשבונות וויפיל דו דארפסט און גייסט שלאפן, דזשאסט פעיס איט, ענד ליוו וויט איט.
דאונט טעל מי די בעבי וויינט! דעעעעעעעעעמן איט! אה, ער האט געסטאפט. טענקס גאד. יוי, א שווארץ נאכט. אקעי, טראכט פאזעטיוו. ניין, ער וויינט ווייטער. אקעי, הער ווי גאוי. וויפיל איז די שיעור זיך צו רעגן. איך טוה זיך אן, און דעטס איט. איים רעדי פאר דע דעי. און ווען גייסטע שלאפן? ס'גייט מיך נישט אן. קודם לאמיר קער נעמען דא, און מ'גיימער גיין קויפן א קאפי! ניין, איך האלט זאלסט יא כאטשיג שלאפן א שעה צוויי. נעה, יא? ניין. זאל איך? כ'מיין אז יא. עעעם, נעה, לאמיך אפ. האלא, יא אדער ניין? ך' קען נישט דיסיידען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ס'דערמאנט מיר אן אנעקדאט וואס כ'האב אמאל געהערט אז ביי איינע פון די פרשיות מיט וואס האדמו"ר בעל ברך משה ז"ל מ'סאטמאר האט זיך געספראוועט מיט, האט ער זיך באקלאגט אין א רעדע "דאס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים, כ'האב זיך געדרייט אין בעט א גאנצע נאכט, כ'האב נישט געקאנט איינשלאפן", האט זיך געמאכט אז דער רעקארדירונג איז אנגעקומען צום קלויזענבורגער רב ז"ל האט ער זיך אנגערופן (בקולו הצרוד) וואס הייסט זיך געוואלגערט אין בעט א גאנצע נאכט, ביי אינז האט מען געוויסט אז מ'קאן נישט איינשלאפן נעמט מען א גמרא אין די האנט, און דער האט זיך גאר געדרייעט ליידיג א גאנצע נאכט.
נו, זכותם יגן עלינו, שיר המעלות.
נו, זכותם יגן עלינו, שיר המעלות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
זאג שוין פונקטליך. עס איז געווען ביי די חלב פרשה, דער ב"מ האט געזאגט די דרשה חול המועד עס איז אויף טעיפ, ערב יום כיפור כ'האב אגאנצע נאכט נישט געקאנט שלאפן, כ'האב געבעטן די רעביצין די פילן. האט בעל דברי יציב געפרעגט, א איד קען נישט שלאפן ערב יום הקדוש בעט מען פילן? מ'נעמט א גמרא און מ'זעצט זיך לערנען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
3 פיקנטען רעביי יואב (מיסטאמע שםאפסטי יעצט אנשטאט דעם שלאפלאזע נאכט נעבעך)
פינקט איינס, נעקסט טיים שלאף נישט אזויפיל שבת נאכמיטאג.........
פינקט 2, מעגליך איז דאס אולי א דיבוק? ווייל עס זעט אויס ווי 3 מענשטען שרייבען דארט זייערע מיינוגען אפשר גאר 3 דיבוקים רעדען מגרונך?
פינקט 3, א שאד סתם א שאד ווען די לייגסט ווען נישט ארויף די ארטיקעלע דא וואלסטי עס געקענט פארקויפען פאר א צייטונג אלץ א גיטער זאפטיגער פורים באריכט, וואלסט נאך געקענט לייזען א דאלער...........

- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יואב, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוט'ס אשאד מ'קען נישט לייקען אפאר מאהל..
כ'האב איינמאהל געהאט אזאנס בערך בין איך צו געלאפען צום שאפער ארויסגעשלעפט א גמרא, און מ'גייט לערנען, אמר ר' עקיבא.....ZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZZ שוין אריין אין בעט, און אודך איך שלאף נישט איין, שוין קענסט אליינס וועבען פון דא ווייטער...וכו', צום סוף בין איך אריינגעפאלען אין בעט א ערלעדיגטע..

- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל