רופט צו א סוף פון די א.ג. "עסקנים" אנשיקעניש!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

רופט צו א סוף פון די א.ג. "עסקנים" אנשיקעניש!

שליחה דורך מיין מיינונג »

נעכטן נאכט איז געלאפן אויף וואטסעפ א גאר זאכליכער ארטיקל איבער דעם אנשיקענישט פון א.ג. "עסקנים" און איבער דעם געוואלדיגן שאדן וואס זיי ברענגן אויפן יהדות החרדית בכלל ובפרט. דער ארטיקל האט געצויגן א שטורמישע פאלעמיק לכאן ולכאן. עס איז העכסט פאסיג דא אויסצושמועסן דעם נקודה.

דא איז דער אריגינעלער ארטיקל:

עבדים משלו בנו פורק אין מידם!

עס ליגט מיר שוין אויפן הארץ א לאנגע צייט א פארברעכן וואס קומט פאר קעגן יעדן היימישן איד און טאקע דורך נישט קיין אנדערע ווי היימישע אידן,דאס זענען די אזוי גערופענע “עסקנים” מיט א שלייער פון שתדלנות ביי די פאליציי און העכערע באאמטע, וואס הענגן כסדר ארום מיט פאליציי, און גייען ארויס טעגליך פרעסן מיט יעדע קליין און הויעך ראנקיגע פאליציי-מאן, און מ’טוט זיך אויף אז מ’האט א “גוד רילעשאנשיפ” מיט זיי, פארשטייט זיך מיטן תירוץ אז ווען ס’וועט אויספעלן צו העלפן א איד זאל מען זיין גרייט. (א סטאטיסטיק האט געוויזן אז 99 פראצענט פון די חברה וועלן ניטאמאל א טובה טון פאר זייערע אייגענע קינדער).

עס איז לעצטענס געווארן א מגיפה פון די סארט אפגעריסענע עסקנים, וואס אין נארמאלע אומשטענדן וואלט יעדער זיך געשעמט צו שטיין אין ווארט מיט אזאנע קליינע מוחות וואס האבן נישט דאס מינדערסטע מענטשליכע קוואליפיקאציעס, טייל קענען ניטאמאל רעכענען אדער שרייבן, און זיכער נישט ספעלן.

די סארט חברה ווען זיי רעדן צו די פאליציי פלוידערט דאס נאריש און פוסטע מויל זייערע ווי א בית הכיסא. זיי בארעדן דעם היימישן ציבור און לאכן ארום מיט די פאליציי אויפן חשבון פון אונז היימישע אידן און פון אונזער קולטור מיט א שרעקליכע נידריגקייט.

די דאזיגע קאפאו’ס שפילן די גרעסטע ראלע ווען די פאליציי דארף הילף “קעגן אונז”, און זענען ביודעים ובלא יודעים די גרעסטע און ארגסטע מוסרים וואס זענען נאר פארהאן אויפן כדור העולם.
אמאל ווען עס איז געווען א נארמאלע וועלט פון עסקנים, פלעגן די דיטעקטיווס און די מידיע זיך ברעכן קאפ ווי אזוי צו זיך אריין ברעכן ביי די חסידים צו באקומען א ברעקל אינפארמאציע. זיי פלעגן זאגן אז מיר זענען ווי די איטעליענער וואס דאס מויל איז זיי פארמאכט אין קיינער רעדט נישט. אלעס דרייט זיך אויס מיטן רוקען צו יעדע סארט מידיע און פאליציי.
היינט ליידער ווען עס פאסירט סיי וואס פאר א אומגליק אדער איבערקערעניש קומען די קאפאו’ס צו לויפן מיט אנגעפילטע זעק סחורה, האלבע אמת און גאנצע שקרים, און פארקויפן דאס פאר ווער עס וויל זיי נאר אויסהערן, אבי צי ווייזן אז ער איז אן אנגעזענער ביי די אינסטאנצן.

רבותי איך ווייס פאר א פאקט וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן ווי די סארט חברה רעדן כל מיני לשון הרע אויף די חסידים און טייל מאל איז עס מסירה פונעם העכסטן סארט. די פאליציי פאסמאקעווען זיך מיט די אידישע קאפאו’ס וואס טוען זייער דזשאב סאך מער ווי זיי האבן זיך אמאל געקענט פארשטעלן. עס איז נאך אזאנס קיינמאל נישט געווען, דער איד איז אלץ געווען אפגעטיילט פונעם גוי נישט קיין חילוק וואס פאר א עסקן ער איז געווען, מ’האט אלץ געוויסט אז דער גוי איז נישט אונזער פריינט בכל אופן.
גלייבסט מיר אויפן ווארט ס’איז ממש א הימל געשריי וואס ס’גייט פאר, אונזער נאאיווער עולם הייבט נישט אן צו וויסן מה טובם פון אונזערע “פאררעטער” (יא איר ליינט גוט, ווייל פארטרעטן פארטרעט אונז קיינער נישט ליידער) און ווער עס איז שולדיג אין די אלע מיאוסע ארטיקלן אין די פרעסע. מ’ווערט אויפגעשוידערט פון א שמוציגן ליין אין די פרעסע און מ’טראכט נישט אריין אז דאס איז געקומען מן הבית פנימה, דאס האט א קאפאו איבערגעגעבן פאר די פרעסע אדער פאליציי.

מ’האלט מיר יעצט נאכן ביטערן אומגליק וואס האט אונז באטראפן מיט ר’ מנחם שטארק הי”ד. פון די ערשטע רגע האבן מיר אלע מחמת נייגער אנגעהויבן גרובלען אין שטארק’ס געשעפטן פונקליך וואס ער פארמאגט אין ארומגעזוכט יעדע סארט שמוציגע ריוויאו, כדי צו זיין די ערשטע צו מעלדן אויף די פאר’סרח’עטע וואטס עפפ גרופעס. אבער לאמיר דאס נאך פארשווייגן.
רבותי ס’זאל אבער יעדער וויסן אז דאס וואס מען האט ארומגעשיקט די אלע אינפארמאציע איז ליידער אנגעקומען סיי צו די פרעסע און סיי די פאליציי. מ’האט געברענגט בידיים די צרה אויף אונז. מיר האבן אנגעהויבן, און די קאפאו’ס האבן דאס ווייטער געטראגן. גלייבטס מיר איך בין נישט מגזם א האר נישט.

מען האלט איצט ביי דעם אז דער דעלי נויס באריכטעט אז מען איז חושד דעם שותף פון מנחם שטארק אז ער איז גאר דער וואס ביהיינד די רציחה ה”י, שומו שמים! ווי קענען מיר שווייגן ווען מ’געט איבער אונזער בלוט פאר די גויים? פארוואס זאל מען נישט פארהאלטן די אידישע קאפאו’ס ווער געט דיר די רעכטן פון רעדן אין אונזער נאמען? וואס איז דאס ארומלאכן אין פרעסן יעדן טאג מיט די פאליס אויפן אונזער חשבון? ועל כולם קומען די אידישע קאפאו’ס און רוימען אריין פאר מענטשן אין אויער אז מען קען נישט וויסן וואס עס ליגט ביהיינד, איך האב געהערט פון די דיטעקטיווס אז דאס און דאס מאכט סענס. אזוי ארום הייבן די אידן אן גלייבן אין די בלבולים וואס מ’מאכט אויף אונז אליינס. אלעס ווייל די פאליציי וויל זיך קאווערן אז זיי געבן זיך נישט קיין עצה מיט די אינוועסטיגעשאן, און זיי טאפן א וואנט, ממילא שיקט מען ארום די אידישע קאפאו’ס זאלן דאס פארקויפן פארן המון עם. טייטש נישט נאר וואס זיי פארמסרן אונז, מאכן זיי נאך זיכער אז מיר גלייבן די מסירה!

מ’ברויך שרייען אין די גאסן: אן עק צו די אידישע קאפאו’ס. מיר ברויכן זיי ארויסווארפן מחוץ למחנה. לאמיר נישט ווארטן ביז עס וועט זיין צו שפעט (אויב עס איז נאך נישט) אין מען וועט זיין א צועק לשעבר.

און צו דיר אידישער קאפאו: ווילסט הייסן אן עסקן זאלסט קענען טראגן א טעלעפאן שבת? מיר וועלן דיר נישט פארשרייען פארן טון דאס אפילו ווען דו וועסט דיך נישט רופן א עסקן, ווייל דאס איז בינך לבין קונך. אבער זיך אנטון א טיטל “עסקן” און דערפאר זאל דער גאנצער ציבור ליידן? דאס וועלן מיר נישט פארשווייגן.

מיר בעטן ווער ס’קען זאל דאס ביטע פארליינען פאר די קאפאו’ס ווייל ע”פ רוב זענען זיי דיסלעקסיק און קענען נישט ליינען.

געשריבן דורך דאס דערנידערטע פאלק ישראל
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

מיין מיינונג האט געשריבן:עבדים משלו בנו פורק אין מידם!
געשריבן דורך דאס דערנידערטע פאלק ישראל

דאס אז די עסקנים זענען א באנדע שווינדלערס און גאר נידעריגע באנדיטען דאס איז קיין סוד ניט
יעדער ווייסט דאס, זיי קענען קוים רעדען א גראדע זאץ אין די ענגלישע שפארך
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבען איז זייער דמיון פון אלץ קליין קינד צי קענען זיין דער "גרויסער טאטע וואס דרייווט א דזישפ מיט לייטס"
זיי וועלען אלץ טיען אנציקימען דארט אלעס אלעס אלעס

עס מאכט מיר לאכען ווען ביי די "הדר קבלוה" מעמד אין בארא פארק איז געשטאנען אזאן היימיש געמאכטער עסקן וואס האט מקבל פנים געווען די רבנים, ווען די רבנים אינזערע האבען זיך אזוי שיין באגריסט מיט דעם הויכגעשעצטען עסקן שליט"א
איך קיק אויפען בילד ווי דער שוויצער שטייט און באגריסט רבנים ביי א מעמד קעגען אינטערנעט
ווען יעדער ווייסט אז דער יונגערמאן איז שמיציג פון קאפ ביז פיס ווען א ריזיגער טרעלער מיט שמיץ שלעפט זיך נאך נאך עם און ער איז אינזער רעפריזענטערער ביי א אינטערנעט אסיפה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

*געשריבן דורך א נידריגע אומפארגינערדיגע איד.
Under influence
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

לינק פליז?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קאווע טרינקער האט געשריבן:*געשריבן דורך א נידריגע אומפארגינערדיגע איד.


דער עולם איז זייער גערעגט די וואך און יעדער כאפט מכות. ס'איז ר סכנה צו שפרייזן אויף לי עוועניו אן א העלמעט.
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

נאך איבער דעם ענין, מער צוגלידערט און דעקט אויף דעם ביטערן אמת מיט קאלירפולע פארבן.

וויי וויי וואס מיר האבן דערלעבט!

איינער פרעגט מיר צי די אמאליגע עסקנים זענען אויך אזוי געווען מיטן ארומהענגן מיט פאליציי און איבערגעבן אינפארמאציע. די ענטפער איז: אוודאי נישט. מ'האט געהאלטן נאך א קריג און די וויליאמסבורגער אידן זענען געווען ארומגענומען מיט א שיליאן גוים, און אז ס'האט זיך געיאוועט עפעס איינער וואס איז גוט געווארן מיט איינעם פון די באהערדע, (מערסטנס איז עס געווען אין די האוזינג דיפארטמענט אדער אימיגרעישן דעפארטמענט), איז ער געווען א גאנצער קנאקער און מ'האט אים געטרייט אויסצונוצן ווי מער מעגליך. יעדער האט נאך געלעבט אונטער די אימפרעשן פון דער אמאליגע היים אז פון "די רעגירונג" דארף מען זיך אכטונג געבן, און אידישע ליגענטס האט זיך געגאסן ווי וואסער.

מ'פארציילט אז אמאל אינדערהיים ווען איינער איז געגאנגען איינשרייבן זיין קינד ביי די שטאט די ערשטע מאל (מ'האט דאס געקענט טוהן ביז די 3 יאר) האט ער געפרעגט א חבר, זאג נאר יענקל, וואס האלסטו? זאל איך זאגן אז ער איז א יאר עלטער ווי ער איז אדער א יאר יונגער? פרעגט אים יאנקל, אפשר זאגסטו טאקע דעם אמת'דיגע דאטום ווען ער איז געבוירן? זאגט ער, דו ווייסט וואס, ס'איז מיר טאקע נישט איינגעפאלן... די פשט פון די מעשה איז אז די רעגירונג איז אלץ געווען 'דער שונא', און ווען ס'איז געלונגען און מ'האט יא איינגעקלאפט מיט איינעם פון די רעגירונג האט מען "געארבעט אויף יענעם" און ארום גע'חוש'ט און געזאגט האלבע אמת מיט גאנצע ליגנטס און אזוי לאנג געדרייט ביז מ'האט ארויסבאקומען די טובות וואס מ'האט געוואלט. ווען ס'זאל דעמאלס א פאליס אדער סיי ווער פרעגן פון א עסקן סיי וואספארא אינפארמאציע אויף א צווייטן איד וואלט דער עסקן געענטפערט אז ער גייט מברר זיין, און נאכדעם וואלט ער געלאפן צו דעם איד און אים געזאגט וואס מ'פרעגט אויף אים. לויפט שנעל דער איד צו ר' הערשל קעסטנבוים אדער ר' ליפא פריעדמאן פרעגן א עצה, און זיי זאגן אים אז ער זאל שוין גיין רעדן צו יענע און יענע לויער (עפעס א אלטע פרייער פוילישער איד וואס איז געווארן א לויער דאהי און איז גוט מיט ר' סענדער, און בעט זייער ווייניג געלט ווען ר' סענדער קאלט עם פאר א טובה)... אזוי האבן זיך געלעבט די אידעלעך צווישן די גוים און געפירט א ווירטשאפט. מ'האט געשאפט דירות, געשאפט אביסעלע פראגראמען פאר די מוסדות, אינדארסט פאליטישנס, געווען גוט מיט סענאטאר'ס וכו', אבער אלץ אויף דעם אמאליגן שטייגער פון דער אידישן חברה'מאן וואס קליגט איבער די רעגירונג און נישט ווערט איינס מיט די רעגירונג. אעפ"כ האט מען אמאל פיל מער געקענט אויפטון און געקענט באקומען ווי היינטיגע צייטן מיט די הונדערטער עסקנים.

איז אבער געקומען דא א נייע תקופה ממש די לעצטע יארן, אז די יאנגסטערס זענען געוואויר געווארן אז כדי צו זיין גוט מיט א ערל און באקומען פון אים א בלינק מיט די אויג כ"א כסליו ווען יעדער זעט, מוז מען נישט זיין קיין ראש הקהל אין סאטמאר, און אפילו נישט קיין פירער פון א קלענערע מוסדות, נאר גאנץ פשוט: "מ'קלאפט איין".

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט גאר ווייניג אזעלעכע נייע חכמים, אבער ווען די 'עידזשעס' האבן גראדואירט פון ישיבה האבן אפיר געשפראצט מער און מער, און אזוי ווי מיט קיין קאנגרעסלייט און סענאטארן האבן זיי דאך נישט געקענט איינקלאפן ווייל ניטאמאל קיין געהעריגע ענגליש קענען זיי, האבן זיי אפגעמאכט אז א פאליסמאן מיט א שטעקן איז אויך אינטערעסאנט... האט מען קודם געכאפט א פאליסמאן, (וואס מאכט ווייניגער נעט א יאר ווי דער פארקויפער אין לעפקאוויטש גראסערי) און אים אנגעהויבן צו גריסן 'פריינטליך' ביי יעדע באגלייטן און רבישע חופה, און נאך א וואך צוויי האט עס אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלעך און דער פאליסמאן האט אים געפרעגט האו אר יא? אוי באשעפער זיסער איז דאס געווען א גוטן טאג פאר דעם פלאק שיס... פון דא און ווייטער האט זיך עס שוין גערוקט מיט א שנעלצוג און ער האט זיך געטראפן טיילן פיצא פארן פאליסמאן "מיט 5 פון זיינע חברים אויפאמאל", אקעי ער איז שוין גוט מיט 6 פאליסלייט, נעקסטע מאל מ'האט עם אפגעשטעלט פאר א טרעפיק סטאפ אויף פען סטריט איז צו מזל געווען איינע פון "זיינע" 6 פאליס לייט און צו זיין ווינדער זאגט אים דער פאליס, היי האו אר יא? דרייוו קערפולי, וואטש וואט יור דאינג, און ער לאזט עם גיין ווייטער...

וואאאאס??? אזוי? איז דאך פשט אז מ'קען 'אסאך אויפטון פארן כלל'!!!!!!

ווארפט ער זיך אריין דערין מיט אלע כוחות און ער הייבט אן צו טיילן גרעסערע פרייזעס און דערזעט זיך גוט מיט 30 פאליסלייט + א קעפטען. אהההה, יעצט האט ער שוין געקענט אפילו פייטן א טיקעט צוויי פאר זיין חבר אויכעט... יעצט באקומט ער דעם לעגאלן סטאטוס "עסקן".

אין אנפאנג איז עס געווען ממש נאר געציילטע וואס האבן געקענט באווייזן דעם גאנצן קונץ שטיק. אבער ווען ס'האבן זיך געמערט די 'עסקנים', און די פאליס דעפארטמענט איז געווארן אנגעפילט מיט זיי האבן זיי זיך דערזעהן מיט מער פיצא ווי טיקעטס, האבן זיי מ'כלומר'שט געמאכט פאליסיס אז מ'נעמט שוין גארנישט פון קיינעם, "און געהאנגען צעטליך אפילו אין ניימאן'ס בעקערי" אז מ'טאר מער נישט געבן קיין פרי פוד פאר פאליס לייט. האבן אבער אונזערע עסקנים זיך א עצה געגבן מיט די 'גזירה', און שטענדיג געטראפן וועגן ווי אזוי צו בלייבן אין 'קלאוז רילעישנשיפ' מיט זייערע פרענדס אין די דעפארטמענט.

יעצט איז אזוי, יעדער שמש פון א ביהמ"ד וואס האט געוואלט אפשפארן א גאס צוליב א מאורע איז געוואויר געווארן אז ער מוז שוין נישט זיך מוטשען און אראפגיין אליין אין סטעישאן אויספילן א פארום, און ווער רעדט נאך ווען ס'איז אין א ראש א לעצט מינוטיגע זאך, אדער א צייט פון יאר וואס ס'איז שווער צו באקומען א פערמיט, שיקט ער אראפ דעם עסקן (וואס יעדע קליינער ביהמ"ד האט כאטשיג א 2-3 פון דעם) אים צו פארטרעטן ביי די פאליס. דער עסקן נעמט א פולער טאג אףף פון די ארבעט, נעמליך ער גייט היינט טון לטובת הכלל, און בעט פון איינער פון זיינע אידישע חברים אויסצופילן דעם פארום פאר אים, (ווייל ער קען נישט קיין בעסערע ענגליש פון דעם שמש), טראגט דאס אראפ און פאליס סטעישאן, און אז מ'ברענגט אריין א אויסגעפילטע פארום שפארט דאך די פאליציי אפ די גאס. יעצט איז ער שוין געווארן א 'עסקן לשם שמים, וואס יומם ולילה לא ישבות לטובת הכלל והפרט", און כלל ישראל האט ממש אויפגעלאכטן. ביי די מאורע זעלבסט ווארט ער שוין אפ די פאליציי עטליכע שעה פריער און גיבט זיי גענויע אנווייזונגן וואס דא גייט פארקומען, ווען דער פאליסמאן (א נייער אויף די דזשאב וואס מ'טראסט נאך מיטאמאל פאר א טרעפיק פאליס) קומט אן צום ארט בלינקט ער זיך אויג אויף אויג מיט אונזער עסקן, און לכבד דעם קומט שוין יעדער אים פרעגן עצות, (נישט אויף טיקעטס ווייל אויף טיקעטס האט מען שוין אויפגעגעבן צו פייטן, ווייל ווען יעדער עסקן זאל נאר קענען דיסמיסן 10 טיקעסט א חודש איז קיין איין טיקעט פון וומ"ס נישט וועליד, ממילא ארבעט עס נישט מער ביי די פאליס), און זיי שטראלן פון שמחה של מצוה, א קלייניגקייט? זיי העלפן ארויס אידן...

בקיצור ס'האט זיך אזוי געדרייט דער באל ביז מ'האלט אין א מצב אז אין אפאר יאר ארום וועט זיין פאר יעדער פאליס מאן אין די 90 פריסינקט בערך 12 עסקנים וואס זענען געשוואוירן גוט מיט אים... עס וועלן זיין מער פלאקן שיסער און שיילערס ווי די גאנצע קאמיוניטי וואס מ'דארף סערווירן.

פרעגן דאך מענטשן וואס איז אזוי שלעכט מיט דעם? אדרבה כמותם ירבו! איז אבער דער פראבלעם אז די אלע עסקנים פארשטייען נישט אז דער זעלבער אינספעקטאר/דעטעקטיוו מיט וואס ער איז יעצט ענדליך גוט געווארן, נאך 10 יאר זיך לעקן און טיילן פרייזעס פאר אלע חברה נידעריגער פון אים (אלעס לטובת הכלל), איז אויך ממונה אויף קריים, נישט נאר אויף אפשפארן גאסן, און ווען דער דעטעקטיוו זאל אריינגיין אין הצלחה גראסערי און פרעגן איינעם א שאלה אויף יענעם און יענעמס ביזנעס וועט אים דער פשוטער אידל אנקוקן ווי א רשע וואס וויל טון צרות פאר א איד און וואלט אים קיינמאל נישט געענטפערט, צומארגנס וואלט שוין גאנץ פאפא, צעהלים געוויסט פונקטליך וואס דער פאליס וויל וויסן, (אויסער אויב דער דעטעקטיוו טרעפט אן א ראצער וואס איז פון די צוקונפטדיגע 'עסקנים', וואס יענער ווייסט נישט גענוג וויאזוי צו דאנקען דעם אייבערשטן פארן עם צושיקן א 'יוניפארמד אפיסער' אין גראסערי וואס זאל רעדן צו עם 'אזוי פריינטליך). האט אבער דער דעטעקטיוו געטראפן א עצה, ער וועט ארויסנעמען דעם ליסט פון די 15-20 'העכערע' עסקנים וואס זענען שוין לענגער אין די סיסטעם און האבן שוין אמאל גערעדט מיט אים, (נישט די קלענערע 80 עסקנים), און ער וועט איינעם גרענטן זיין ווינטש ארויסצוגיין אויף דעם לאנג פארבעטענעם לאנטש, און ביז 15 מינוט וועט ער אלעס וויסן, ווי אזוי? גאנץ פשוט. ער פרעגט אים אזוי אינמיטן שמועסן פריינטליך ביים לאנטש למשל:

Tell me , is Moses Kaufman involved in 133 spencer LLC ?
Do you have a idea if he was a investor in that project ?
וועלענדיג וויסן צי דער משה קויפמאן האט נישט געפעלטשט די טעקס ריטורן מיטן נישט אריינשרייבן די אינפארמאציע.

אדער פרעגט ער, You know by any chance Moses Kaufman?
Where is his primary business location? In Queens or in Brooklyn?
אזוי ווערט ער געוואויר ווי מ'דארף אים נאכקוקן.

אדער, Do you have any knowledge if Moses Kaufman is a active board member of this Non profit organization?
ווי צו פרעגן נוצט ער נאר דעם קאנגרעגעישאן זיך צו פטרן פון טעקסעס.

וכהנה עוד רבות און נאך פיל מער תמימות אויסקוקענדיגע פראגן, וואס אונזער עסקן ענטפערט מיט א פעסטקייט אויף אלעם מיט די סברה אז ס'איז סייווי באקאנט די אינפארמאציע. איי ווען דו מיט די 80 קלענערע עסקנים אונטער דיר ענטפערן זיי נישט, בלייבט דער דעטעקטיוו אומוויסענד צו די אינפארמאציע? איז דאך אבער דער עסקן פרייליך ביזן הימל אז ער האט שוין ענדליך דעם לאנטש און ס'מויל גייט אים אן טראכטן די שוידערליכע קאנסוקווענצן. צומאל מוז דער דיטעקטיוו ניטאמאל צוקומען צו א לאנטש , נאר ער בעט פשוט פאר איינעם נידעריגער פון זיין פאזיציע זאל פרעגן די און די שאלה אימיטן א געשמאקע שמועס אזוי מסיח לפי תומו, און ווען דער אפיסער קומט צוריק צום אינספעקטאר מיטן געבעטענע אינפארמאציע ווייסט דער אפיסער אז דער אינספעקטאר איז יעצט העפי מיט אים, וואס דאס איז אים מער ווערט ווי 100 עסקנים צוזאמען. ס'האלט שוין אזוי ווייט אז די דעפארטמענט ווייסט שוין פונקטליך וועלעכע עסקן דרייט זיך ביי וועלעכע קרייזן און אין וועלכע שוהל, און וועלכע עסקן איז צוריסן מיט א צווייטן עסקן, און זיי גייען שוין גראד צום ריכטיגן עסקן לויט וועם זיי דארפן אינפארמאציע אויף.

רבותי! דאס איז מסירה וואס אינדערהיים האט מען געוויסט אז אזא איינער איז מחיוב מיתה!!!

בושנו מכל עם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיין מיינונג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:*געשריבן דורך א נידריגע אומפארגינערדיגע איד.


וועם איז דא שייך צו אומפארגינען? ב"ה אז איך האב נישט די תאווה צו זיין אין דעם מילב מוח עסקן'ס מצב. יעדער רעכטדענקענדער מענטש דארף די ערשיינונג פארדאמען און מודיע זיין פאר די חברה אז זיי האבן מער נישט קיין גרין לייט צו טון וואס זיי ווילן נאך מיטן טיטל "ליעזאן" צווישן די און די אגענטור מיט די אידישע געמיינדע.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

נאך איבער דעם טעמע

ס'ציטערט מיר הענט און פוס ווען איך שרייב איבער דעם פארווייטאגטע נושא.
איך בין נישט קיין גרויסער ידען אין די וועלט פון לעלא עסקנים, אבער איך פלעג אלץ האבן דעם שרעק אז די טאטע רייסערס האבן א לויז מויל און הייבן נישט אן צו וויסן אז זייער פלוידעריי מיט די פאליס ווערט אוועק געלייגט פאר א רעני דעי קעגן עני היימישער איד. אדער קען גאר זיין אז זיי ווייסן יא נאר עס גייט זיי נישט אן אבי צו קענען ארומלאכן מיטן סארדזשענט. אין איך האב שוין כמה פעמים באמערקט ווי מען לאכט ארום מיט פאליס באאמטע מיט אזא ביטול אויף אונזערע היימישע מענטשן ממש אן עקל און א גרויל.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען איך בין אמאל דורך געגאנגען אזא קופקע פון די פאליס מיט אונזערע לעלוס וואס דארפן הייסן אז זיי פארטרעטן אונזער קאמיונעטי ביים גוי, און זיי האבן ארומגעלאכט ווי סתם פראסטע גוים. אינמיטן איז דורך געגאנגען א היימישע פרוי מיט א שפיצעל אין אזוי איידל געוואקט מיט אירע קינדער און זיך אביסל ארומגעמוטשעט מיט בעגס און א קערידזש, בקיצור, א טיפיקעל היימיש ווייבל, עטס האטס געברויכט זען דאס געלעכטער וואס עס איז געווען אויף איר חשבון מצד די לעלוס און די פאליציי, מ'האט זיך געקוילערט פון דאס ווייבל’ס פאנאטישקייט. איך האב ממש געוואלט וויינען ווי מיר האלטן אין ווער עס רעדט אין אונזער נאמען.

אז דער גוי זעט ווי דער איד שפעט אפ פון אייגענע אידן וואס פארלאנגט מען שוין פון דעם גוי מיט זיין התנהגות כלפי אונז?

אין אנדערע ווערטער האט די פארשאלטענע אמעריקאנע סאסייעטי השפעה אויף אונזערע אינגעלייטלעך וואס ווייסן נאר פון שוואויל טאג און הייבן נישט אן צו וויסן אז מיר זענען אין גלות אין נישט די ענ וויי פי די וועט ברענגען די ישועה פאר אידן.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

שרייט אהער און שרייט אהין... איז דא א וועג ווי אזוי מען קען עס אפהאלטן? - פון שרייען אויפן אינטערנעט וועלן זיך נישט אפשטעלן די יונגע חברה וואס ווילן זיין נאנט מיט די חברה.

איז דא עפעס א זאכליכע עצה?
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

אפשר זיי אנהייבן געבן א קאלד שאלדער און זיי אויפהערן לויבן און רימען. אנשטאט דעם זיי פארהאלטן און מאכן שפירן אומבאקוועם.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

פי די עף
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך האב מורא אז מ'טרייבט אביסל איבער, סוף כל סוף זעמיר זייער א אייגנארטיגע קאמפליצירטע ציבור און מען מוז האבן מענטשן פון אינעווייניג זאלן קאאפערירן מיט די פאליציי, וואס זאל מען טוהן אז קלוגע און ערנסטע מענטשן זוכען נישט די סארט ארבעט?
אבער עס איז קלאהר אז זייענדיג אזא גרויסע ציבור איז שוין העכסט צייט אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אלע קהלות צוזאמען און עפענען א אפיציעלע פאבליק אפעירס גרופע וואס זאל אפיציעל פארטרעטן די היימישע ציבור, און איינער וואס וועט נישט קומען פון זיי וועט פשוט נישט האבן קיין לעגיטימאציע, און אינאיינוועגס וועט מען פטור ווערן פון די בזיונות אז יעדער ראצער לויפט צו א מידיע מייקראפאון אויסגיסן זיינע הגיגים, עס וועלן זיין עלעקוואנטע געשולטע פראפעסאנעלע ספאוקסמענס וואס וועלן איבערגעבן די מעסעדשעס, און אזוי אויך די פארבינדונגען מיט די אינסטאנצען וועט זיין דורך ערנסטע מענטשן וואס ווערן אויטאריזירט דורך די ארגאניזאציע
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

ס'איז אזא שאד... מיר זענען אזא גרויסע פראצענט מיט אזא שטארקע כח. מיר וואלטן געקענט אויפטון גדולות ונצורות, מיר וואלטן געקענט באשליסן ווער עס זאל זיין גאווערנער אין ניו-יארק. די מחלוקת און דאס אומפירערישקייט וואס עס איז פאראן ביי אונז, שוואכן אפ אונזער כח.

מען דארף עס פארריכטן.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אין מאנטריאל אויך , איינע פון די "עסקנים" וואס איז געווען הוקט אפ מיט די גרעניץ באאמטע , איינמאל האט ער געשפירט פאר זייער וויכטיג צו פארציילן אז ביי אונז קויפט צד החתן אלע דזשולערי , און היות רוב מאנטריאלע יונגעלייט קומען פון ניו יארק , שטעלן זיי אפ כמעט יעדע יונג פארל און מפראקט זיי אויס פון ווי די דזשולערי קומט און צו מהאט באצאלט טעקסעס , אלס אדאנק אוונזערע חשובע עסקאנעם
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין מיינונג: יישר כח. דו האסט אויף א מייסטערהאפטן אופן אראפגעלייגט דעם רעאליסטישן בילד וויאזוי ס'זעהט אויס דער מצב מיט אונזערע "געטרייע עסקנים" וועלכע ארבעטן אומערמידליך לטובת הכלל. נאר אריינגעווארפן א ביסל הומאר. אבער ס'איז ליידער א פאקט (וואס א סאך מאל ווילן מיר נישט קוקן דעם מציאות אין פנים) אז די אזויגערופענע "טובות" וואס די "עסקנים" שטעלן צו ארבעט ביידע וועגן. פונקט אזוי ווי זיי ברענגען אינפארמאציע, טראגן זיי נאכמער ביתר שאת וביתר עז ידיעות און אינפארמאציע איבער די פרטים פון טאג טעגליכן לעיבן פון אונזער אנ"ש. איך ווייס פאר א פאקט אז איינער פון די גאר סיניאר מאכערס און שוויצערס אין די היימישע געגנטן האט צוטריט צו פערזענליכע אינפארמאציע פון א יעדן יחיד אין ברוקלין. אמאל קענמען פאר די "טובות" צאלן גאר א הויכן פרייז. 8-) :roll: :x :P :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי האט געשריבן:איך האב מורא אז מ'טרייבט אביסל איבער, סוף כל סוף זעמיר זייער א אייגנארטיגע קאמפליצירטע ציבור און מען מוז האבן מענטשן פון אינעווייניג זאלן קאאפערירן מיט די פאליציי, וואס זאל מען טוהן אז קלוגע און ערנסטע מענטשן זוכען נישט די סארט ארבעט?
אבער עס איז קלאהר אז זייענדיג אזא גרויסע ציבור איז שוין העכסט צייט אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אלע קהלות צוזאמען און עפענען א אפיציעלע פאבליק אפעירס גרופע וואס זאל אפיציעל פארטרעטן די היימישע ציבור, און איינער וואס וועט נישט קומען פון זיי וועט פשוט נישט האבן קיין לעגיטימאציע, און אינאיינוועגס וועט מען פטור ווערן פון די בזיונות אז יעדער ראצער לויפט צו א מידיע מייקראפאון אויסגיסן זיינע הגיגים, עס וועלן זיין עלעקוואנטע געשולטע פראפעסאנעלע ספאוקסמענס וואס וועלן איבערגעבן די מעסעדשעס, און אזוי אויך די פארבינדונגען מיט די אינסטאנצען וועט זיין דורך ערנסטע מענטשן וואס ווערן אויטאריזירט דורך די ארגאניזאציע

דו ביסט בעצם גערעכט מיט דיין פארשלאג אז ס'זאלל זיין אן אפיציעלע קערפערשאפט וועלכע זאל פארטרעטן די אינטערעסן פונ'ם היימישן ציבור. אבער ס'איז פארבינדן מיט פארשידענע שוועריגקייטן. למשל, איין וועג איז צו דינגען א פי. אר. פירמע וועלכע זאל רעדן אין נאמען פון די קהילה. אבער דאס קאסט זייער א סאך געלט. א צווייטער וועג איז אז די ארגאניזאציע זאלל האבן אייגענע ספאוקס-מען און עסקנים. אבער וויבאלד דאס ווערט א היימישע זאך איז עס אויסגעשטעלט צו קארופשן. זיי וועלן מקיים זיין דעם פסוק אין פרשת וישב. "וילכו לרעות את צאן אביהם" זאגט רש"י פשט. "לרעות את עצמם". וכבר הי' לעולמים. אין בארא פארק איז אין די 'אכציגער יאהרן געווען אן ארגאניזאציע וועלכע האט זיך גערופן "ב.פ. קאמיוניטי קאונסיל". זיי האבן גענומען געלט פון די רעגירונג בשם כל ישראל. ס'איז געווען די תקופה פון ראנאלד רעיגען, וועלכער האט ממציא געווען אזא זאך ווי "בלאק-גרענטס" וואו די רעגירונג האט געגעיבן מיליאנען דאללער פאר קאמיוניטיס און זיי זאלן טון מיט דעים וואס דאס הארץ גלוסט. פארשטייצעך אז די מערסטע איז געגאנגען אין פרייוועט טאשן. חוץ די דריי אדער פיר יחידים וועלכע האבן עס אנגעפיהרט האט קיין איין איד נישט הנאה געהאט פון דעים. נאכמער. ווען א איד האט געדארפט עפעס א טובה און איז אריינגעקומען צו זיי אין אפיס, האט מען זיך באצויגן צו איהם מיט'ן ערגסטן ביטול. אזוי ווי די פריצים צו זייערע באדינערס אין אלטן אמאל. :roll: :cry: :oops: :shock: :twisted:
פארשפארט