השגחה איז פון די יסודות הדת היהודי, אין די ראשונים איז דא א מחלוקת, ווי שטארק עס גייט, צו אויף יעדע פעולה וואס א פרטיתדיגע מענטש טוט, צו אפשר נאר באופן כללי, (זעה רמבן פרשת חיי שרה, אויף כי ידעתיו), צו אפילו אויף חיות אין בהמות אדער אפשר אפילו אויף יעדע שאקל פון א בלעטל גאר, הכל פנים אין עפעס א מין השגחה איז כולי עלמא מודי, און על פי דרך החסידות איז עס ביזן עקסטרעם פון השגחה פרטית אפילו אויף א דומם.
אין דו תורה ווערט דערמאנט השגחה פרטית אין פרשת משפטים. 'ואשר לא צדה והאלהים אנה לידו' , ד.ה. דער אייבערשטער האט גורם געווען אז איינער זאל הרגענען א צווייטן בטעות. רש"י פרעגט גראד אויפן פלאץ פארוואס? ווי קען זיי אז דער אייבערשטער איז גורם אז איינער זאל זיין א רוצח בטעות, און נאכדעם זאל ער ליידן פארדעם? און נאכמער, וואס האט דער נרצח נעבעך געזינדיגט, אז ס'קומט זיך עם מיתה פון בורא אליין? און ער ענטפערט דערויף מיט א לאנגע מעשה וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען אז ביידע זענען זיך טאקע ווערט געווען דאס געלט.
ווען איינער הארגעט איינעם במזיד, דארט איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו פרעגן אזא קשיא, דעס איז דאך פשוט אז א מענטש האט א בחירה, און דער אייבערשטער וועט נישט שטערן דעם רוצח פון אויספירן זיינע פלענער, אין אזא פאל, האבן מיר א חיוב, קעיר צו נעמען פונם פראבלעם, און זיך נוקם זיין אינעם רוצח, ובערת הרע מקרביך, און נישט ווארטן אויפן אייבערשטען.
וואס דארף מען טון אויב מווייסט נישט ווער דער רוצח איז, אויף דעם איז אויך דא א ספעציעלע פרשה אין די תורה, די פרשה פון עגלה ערופה, דו זקני העיר, דער מעיאר אין די אנדערע שטאטס פירערס ברויכן זיך צאמנעמען מאכן א פרעס קאנפרענס אין הויעך דערקלערן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, מיר זענען נישט שילדיג מיר פראבירן אז די סעפטי אינעם שטאט זאל זיין אויפן העכסטן שטאפל, מיר באגלייטן אפילו א גאסט ער זאל זיין סעיף ווען ער גייט אוועק. דאס וואס האט פאסירט האט גארנישט מיט אונז, עפעס א פרעמדער רוצח האט זיך דא אריינגעכאפט, און מיר בעטן דעם אייבערשטען, כפר לעמך ישראל, גיס נישט אויס דיין צארן אויפן גאנצן שטאט, ווייל מיר זענען אומשילדיג.
ווארנט אבער די תורה אן, ואתה תבער דם הנקי מקרבך, דו קענסט נישט סתם רעדן, דו מיזט עפענען א טעסק פארס, און פראבירן מיט אלע מיטלן צו כאפן דו פארברעכער, און נאר אזוי וועט אראפגיין דער חרון אף, אויב וועסטו טרייען צו שטופן זאכן אונטערן קארפעט, קענסטו אפהאקן וויפיל קעלבערנע קעפ דו ווילסט, דער חרון אף וועט פון ענק נישט אראפגיין.
ליידער איז אין אונזער שטאט, טאקע דא אין די ירושלים דאמעריקע,פארגעקומען אט אזא שרעקליכע מעשה רציחה. איך בין נישט קיין משוגענער, און באלאנג נישט אין משוגעים הויז, עס פאלט מיר נישט ביי אויף א רגע אז איינער משלנו איז שילדיג אין דעם, איך בין זיכער אז עפעס א שלעכטער גוי האט אים פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה דערהרגעט, צו ווייל ער איז עם געווען שילדיג געלט, צו ווייל ער איז געווען אן אומציפרידענער טעננענט, צו אפשר סתם א סיריעל קיללער, א גלאטער רוצח לשם תאוה, אן א פארוואס און און א פארווען. איך ווארט און האף אזוי ווי יעדער איינער , אז מען זאל טרעפן דעם פארברעכער, און אים באשטראפן מיטן הארבסטן, למען ישמעו ויראו.
איז דאך אלעס זייער פיין און וואויל. למשה אבער זעה איך ווי מער טעג עס גייט אריבער הייבן אן קורסירן קלאנגן אז מיר זענען שילדיג. יד ישראל גאר באמצע ר"ל. איך ווייל מיין סעל איז אפען צו קאווע שטיבל, מיין ווייב ווייל זי קוקט אויס שיין, און די ווייל דו האסט איר אנגעקוקט, יעדער איז שילדיג אינעם מארד. עס הייבן אן ארויסצושפראצן צעטלעך ווי שוואמען נאך א רעגן, רבותי נחפשה דרכינו ונחקורה, אסיפות התעוררות רבתי'ס און דער ברעסליבער בעל מחנך נפלא פון בית שמש, וועם מען האט אימפארטירט אהער וועגן די רבותינו נוחי גלובנציץ, און מסתם איז ער שטעקן געבליבן דא ווייל זיין פליגער קען זיך נישט הייבן צוליב די קעלט, ער האט אויך עפעס ספעציעל אונז איבערגעבן, א פערזענליכע מעסעזש פון גאט ברוך הוא אליין, פאר וואס ער האט דערהרגעט ר מנחם משלם'ן.
אבער רבותי, ווי איז דא דער אייבערשטער פלוצלונג געווארן א מחותן דא אונז צו שיקן מעסעזשעס? עס האנדעלט זיך נישט דא פון עפעס אן עקסידענט, פון א מענטש וואס איז פונקט געווען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט, דוגמת ר' יחזקא' שמש, עס רעדט זיך דא פון א אויסגערעכענטע מעשי רציחה פון צוויי בעלי בחירה, נו ווי קום איך דא אריין אין די פרשה? וואס עפעס דארף. איך מיך יעצט פארנעמען א גוטע זאך?
ווער עס קען, זאל מיך ביטע מסביר וואס גייט דא פאר.
א מעשה רציחה, א וואונק פון הימל?
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דו רירסט אן א יסודית'דיגער ענין, ידיעה ובחירה וויאזוי ס'גייט אינאיינעם. דאס אז א מענטש האט בחירה דאס מיינט נישט אז א שלעכטע פעולה וואס קומט ארויס מכח בחירה איז נישט געווען רצון השם . וויאזוי ארבייט דאס אינאיינעם? שטעל דיך אין די ליין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ווען איינער זאגט אז מען ווינקט פין הימעל, איז עס ווייל היות.דער רציחה רירט אונז אלע אהן, צושאקעלט אונז, איז דער חלק א ווינק. דער רבש"ע קען מאכען עס זאל אונז נישט נוגע זיין, נישט אנרירען, אלא מאי אונז ווערען צושאקעלט, איז דער צושאקלינג א ווינק.
דאס איז נאר לדעתם פין די ווינקערס, לדעתי איז דאס נישט קיין צרת רבים, און קוואלפיקירט נישט צו קיין ווינקינג פין הימעל.
דאס איז נאר לדעתם פין די ווינקערס, לדעתי איז דאס נישט קיין צרת רבים, און קוואלפיקירט נישט צו קיין ווינקינג פין הימעל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איחוד זאגט גוט, און איך האב עס געשריבן מער באריכות דא. דער חלק אז יעדער האט למעשה מיטגעפיהלט און מיטגעוויינט, עס האט בארירט יעדן אידיש הארץ, דאס מיינט אז דער אייבערשטער האט געוואלט רעדן טאקע צו יעדן אידיש הארץ.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- הילל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
- געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
שמערל, אמת טאקע עס איז געווען די אקט פון א בעל בחירה און ווי די ראשונים און אנדערע זאגן אז א בעל בחירה קען מיט די אייגענע הענט גיין שעדיגן זיך און יענעם, אבער למעשה אז עס איז אזוי געשען קען עס נאך אלץ זייןא טייל פון דעם גרעסערן בילד וואס האט געדארפט געשען, און עס זענען דא וואס האלטן אז כאטש עס איז טאקע געווען יענעמ'ס בחירה דאס צו טון, אבער אויב ער וואלט עס נישט געטון וואלט אפשר געווען א צווייטע אופן וויאזוי די ענד ריזאלט וואלט געווען די זעלבע.
דאס איז זיכער אז מיר פון אונזער פערספעקטיוו איז גוט נאך אזא געשעעניש צו מאכן א חשבון הנפש און קוקן וואס דאס קען מיינען פאר אונז, אפי' אויב זאלסט אננעמען אז מ'האט נישט דוקא געוואלט שיקן א מעסעדזש, ווייל נאך א ביטערע טראגעדיע איז די צייט צו קלערן וואס מ'קען זיך פארבעסערן און עפעס אויפטון פאזיטיוו אויף להבא, וויאזוי מ'קען ווערן א בעסערע איד, א בעסערע מענטש, און וויאזוי מ'קען מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ. עס איז נאר א סימן אז מיר האבן א הארץ און ווערן בארירט פון א צרה.
נאך יעדע סקול שיסעריי אדער אנדערע ביטערע טראגעדיעס קענסטו אויך זען ווי די באטראפענע משפחה אדער אפילו די גאנצע שטאט הייבט אן קוקן וועלכע זאכן מען דארף פארבעסערן אז עס זאל נישט נאכאמאל געשען, און אסאך מאל קענען זיי אפי' סתם אנהייבן א קאמפיין צו טון חסד וכדו' וואס האט נישט דוקא מיט די טראגעדיע, ווייל נאטורליך שפירט מען דעמאלט ענדערש דעם געפיל און מען דערמאנט זיך אז מען דארף עפעס טאן פאזיטיוו אויף די וועלט. עס איז נאר פארשטענדליך אז מיר אידן זאלן דאס אויך טון נאך אזא ביטערע געשיכטע און מען זאל מען טראכטן וויאזוי מ'קען עפעס פארבעסערן אויף די וועלט.
שטעל דיך פאר דו גייסט אין גאס ביינאכט און זעסט ווי איינער שפאצירט א פוס לעבן דיר און א סעקונדע דערנאך קומט א פליענדיגע קאר און האקט אים אראפ און יענער איז טויט אויפ'ן פלאץ. וואלסטו געפרעגט וואס האט עס מיט מיר און געגאנגען ווייטער און נישט געטראכט דערפון, אדער עס וואלט דיך טיף בארירט און וואלסט געטראכט חדשים דערפון (און אפשר אפילו אנגעהויבן א קאמפיין צו טראגן רעפלעקטארס)? דער איד וואס שפירט ווי א איד, און אידן שפירן ווי איין גרויסע משפחה, בארירט אים אזא טראגעדיע ביז'ן טיפן הארץ, ער נעמט עס פערזענליך און מאכט א חשבון הנפש ווי גלייך עס וואלט געשען צו זיין ברודער און נעמט זיך אפלו אונטער עפעס א גוטע זאך, און דאס איז א הערליכע מידה.

ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 547
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
במחילת כבודך:
אז דער רוצח און ארכי מערדער אדאלף היטלער האט אויסגעמארדעט 6 מיליאן קדושים, איז עס נישט קיין צייכן פון אויבן?
מ'קען זיך אפשר מתוכח זיין "וואס גענוי" ג-ט האט געוואלט פון אונז, און פארוואס ער האט אונז אנגעשיקט דעם רוצח. אבער אז דאס "מיינט" יעדן איד איז אינדרויסן פון יעדן צווייפל.
אית דין - ואית דיין. צי די מארד איז געווען בשוגג, באונס אדער ברצון חלילה.

ווען איך הער אז קים דזשאנג אן. דער צעדרייטער פירער פון נאורט קארעא האט גע'שחט'ן זיין פעטער. אדער איראן האט אויפגעהאנגען 10 מוסולמענער פרויען אדער א פליגער האט געקראכט אין קאמבאדיע האב איך א פיל שווערערן פראבלעם וויאזוי איך קען "אריינפיטן" א מעסעדזש פון באשטער צו אונז א האלבע וועלט אוועק.
ביי מנחם שטארק הי"ד האט ער געשלאגן מיך פערזענליך. דורך א גוי א רוצח.
וויאזוי איך דארף רעספאנדן, דאס וועל איך איבערלאזן פאר די וועלכע שוועבן אין די הימלען, און קענען דעשעפרירן די הימלישע קאודס.
ביי מנחם שטארק הי"ד האט ער געשלאגן מיך פערזענליך. דורך א גוי א רוצח.
וויאזוי איך דארף רעספאנדן, דאס וועל איך איבערלאזן פאר די וועלכע שוועבן אין די הימלען, און קענען דעשעפרירן די הימלישע קאודס.