מיין מסע הקודש קיין ארה"ק מחזק צו זיין די נאנחים ונאנקים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

מיין מסע הקודש קיין ארה"ק מחזק צו זיין די נאנחים ונאנקים

שליחה דורך איש עברי »

פון ווען די ערשטע איש עברי האט זיך אריינגעמישט ווען מען האט באקריוודעט יתרו'ס טעכטער און ווען דער איש מצרי האט געשלאגען דעם איד, איז די נאטור פון יעדע איש עברי נישט צו שטיין גלייכגילטיג צו אנדערע מענטשנ'ס יסורים און אונטערדריקונג.

דאס איז די סיבה וואס האט מיר געשטופט אונטער צו נעמען די רייזע, א רייזע קיין ירושלים עיר הקודש, נעמליך לראות בצרות אחיו וסבלותם, מיין געוויסן האט מיך געפייניגט אז איך זיץ מיר דא אזוי בתוך הגולה על סיר הבשר און איך באגענוג מיר מיט קרעכץ טוהן זעענדיג די שוידערליכע בילדער ווי מען פייניגט אונזערע ברודער אין ארצינו הקדוש, איך וועל נישט מאריך זיין אויך מיינע רוהלאזע טעג און שלאפלאזע נעכט אבער צום סוף בין איך געקומען צו די מסקנה אז איך מוז פיזיש אונטערווינירן, נעמליך אראפפארן קיין ירושלים צו די "נאנחים ונאנקים" און פרובירן מיט וואס מעגליך זיי צו לינדערן די שמערצן און גיסן אביסל חיזוק רייד אויף זייערע פארפייניגטע זעלער.

איך האב געזעהן ווי די רבנים שרייבן אז די שמועות ברענגען זיי אז זייערע בייכער ברויזען [ותרגז בטנינו] און עס כאפט זיי פלצות אטאקעס בלויז פון הערן וואס די אידן מאכן זיך מיט, האב איך באשלאסן אז אביסל מעג איך אויך אוועקגעבן פון זיך און אונטערנעמען די רייזע.

אומר ועושה, מיט א קעמפערישע גייסט האב איך מיך געגרייט אויף די נסיעה, איך האב אין מיין פאנטאזיע שוין געזעהן די צארטע איידעלע בני ירושלים המסולאים מפז וואס זייערע קעפ זענען צוביילט פון די קלגסי הרשעים הארורים, איך האב שוין געחלומ'ט ווי איך קום אהן ווי א מלאך המושיע און בלאז אריין אין זיי א פרישע גייסט.
ווי א טאג נענטער עס איז אנגעקומען די טאג פון די נסיעה האב איך גרונטליך שטודירט די פראבלעמען וואס פלאגן די יהדות הנאמנה, די רעשטלעך ברכיים אשר לא כרעו לבעל, די שארית הפליטה, איך האב גרונטליך געליינט די אויפשוידערנדע שילדערונגען אין די איד און אין די בלאט, און נישט ארויסגעלאזט די באריכטן אויף קול מבשר איבער די פיין וואס מען מאכט מיט נעבעך אינעם ישוב הישן.

עס ציטערט מיר נאך יעצט ווען איך דערמאן זיך יענעם אינדערפרי פארן ארויספארען, איך האב זיך געראנגעלט מיט מיין יצר הרע און מיין פלונית'טע וואס האבן געטענה'ט אז איך נעם אויף זיך א געוואגטע מיסיע, ווי מיין פלונית'טע האט געזאגט "די ציונים קענען דיר נאך חלילה פערטיג מאכן פאר די שטייגסט אויף אויפ'ן פליגער" אבער איך האב מיט הימלישע כוחות באוויזן צו בייקומען די אלע נסיונות און מיט א גרייטקייט אויף מסירת נפש בין איך אויפגעשטיגען אויפ'ן פליגער.... ויסעו....

די פליגער לאנדעט, די בויך איבעלט מיר אין די קישקעס דרייען זיך, די פחד פון די ציונים, און נאכדערצו די פלוידעריי פון די טמא'נע שפראך ארום מיר האבן געהאט א שווערע ווירקונג אויף מיר, אבער דאס איז אלץ געווען א ביישפיל צו די שוידער און סקרוך וואס איז מיר אריבער אין די ביינער ביים אריינקומען אין לופטהאפען, איך האב באשיינפערליך געזעהן ליידער די גרויסע הסתרת פנים ווי מעשה שטן הצליח און זיי האבן אויפגעבויט א פרעכטיגע לופט פעלד, איך האב געמורמלט פוי און געשפיגען שפייעכץ כדי נישט געכאפט צו ווערן.

פון די זייט פון מיין אויג האב איך געזעהן ווי די סאלדאט'ן די טמא'נע צה"ל'ניקעס לאקערן אויף מיר, ווייזט אויס אז זיי האבן זיך שוין דערוויסט די מטרה פון מיין נסיעה, דעריבער ווען די ציוני ביי די פאספארט-קאנטראל האט מיר מיט א געמאכטע תמימות און כיטרע שמייכל געפרעגט וואטס דע פורפעס אף יור וויזיט? האב איך זיך נישט דערשראקן און קלאר געענטפערט אז איך בין געקומען מחזק זיין די שארית הפליטה, און איך האב אים געשילדערט מיט אלע פארבן די רדיפות הדת וואס מען גייט אריבער, וואס זאל איך אייך זאגן מען האט געזעהן אז ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא, ער האט מיך אנגעקוקט מיט אזא מיטלייד אז עס איז אים כמעט געקומען טרערן אין די אויגן, איך ווייס נאר נישט פארוואס ער האט געמורמלט רפואה שלימה ביים זיגלען די פאס.

איך קום ארויס און זעץ מיך אריין אין די ערשטע טעקסי און איך בעט אים ירושלים, איך פאר אריבער די שטעט אין הייוועיס און עס גלייבט זיך נישט אז דא איז טאקע ארצינו הקדושה, מען זעהט באשיינפערליך ווי די ציונים האבן אויסגעליידיגט דאס לאנד פון קדושה, מען זעהט דארט מאדערנע בניינים און פארגעשריטענע שאסייען ממש ככל הגויים בית ישראל.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען די דרייווער זאגט מיר אז מיר זענען שוין אין ירושלים איך בין אויפגעשפרינגען פון פלאץ אין זיך צוגענאגלט צום פענסטער, איך האב שוין געוואלט זעהן אין עכט די שמאלע גאסן און הייליגע חצרות וואס האט אנגעצינדען מיין פאנטאזיע פון די קינדערישע יאהר'ן, אבער וואספארא שאק האב איך געכאפט זעענדיג דא אויך די זעלבע, א מאדערנע שטאט מיט אלע פיטשעווקעס, אבער איך האב געריכטעט מיין וועג צו די מאה שערים געגנט דארט ווי עס לעבן אין שאפן נאך עד היום הזה די לעגענדארישע נקיי הדעת, און דארטן יאווענען זיך קניען וואס האבן זיך נישט געביקט צום בעל, [געווענליך זענען אט די זעלבע קניען אויך נעבעך קאפוט פון ארומלויפן שנארן אין די גאנצע וועלט]

איה שוקל ואיה סופר די געפיהלן פון התרגשות ווען איך בין טאקע אריינגעפארן אין די שמאלע גאסן איך האב מיט די נאקעטע אויגן געזעהן די ריזיגע ליילעכער און געזעהן די קינדער מיט די ווייסע קאפלעך און ווייבער מיט די שווארצע טורבאנס איינגעהילט און פארשלייערט און פארפאקט ווי די אמהות שרה רבקה בלהה זלפה און הגר.
איך האב זיך גענומען צו די ציהל פון מין נסיעה איך בין געגאנגען אפירזוכן די מסירת נפש אידן, איך האב געזעהן אויפ'ן וואנט א מודעה אז באלד פארט ארויס א אויטאבאס קיין בית שמש זיך שלאגן מיט די בארבארישע ציונים וואס ווילן אויסגראבן שוכני עפר, איך האב זיך העעראאיש מצטרף געווען צום נסיעה ווי די איבריגע זענען געווען בחורים און עטליכע גרושים ויסעו....

המשך יבוא...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

העי.... דו לאזט אונז איבער ביים שפיץ....
Under influence
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ס'איז א עכטע מעשה איך בין יעצט אינמיטען וועג איך וועל ענק האלטן אפדעיטעד
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

ספעציעל צום לויה פונעם מלך ישראל וגואלו?
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

טו מיר א טובה זאג פאר די ווידיאו כאפער ביניהם, וואס לייגט ארויף די קליפס פון רציחה אויף יוטוב, ער זאל האלטן די קאמרע גראד די מאל. ס'שווער צו וואטשען מיט א קרומע קאפ. א דאנק פון פאראויס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איש עברי האט געשריבן:ס'איז א עכטע מעשה איך בין יעצט אינמיטען וועג איך וועל ענק האלטן אפדעיטעד

דו ביזט זייער שנעל קלוג געווארן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

כתר מלכות האט געשריבן:ספעציעל צום לויה פונעם מלך ישראל וגואלו?


איך הייב אהן ציטערן צו די האסטעך נישט גענומען צו מיינע ביינער, אויב יא פליז זיי מיר נישט מלבין ברבים קענסט מיר שרייבן אין אישי אדער קענסטו מיר זאגן אין מקוה ווי מיר גייען צוזאמען ערב שבת
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

האב נישט אזוי מורא, נעם עס נישט פערזענליך.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

גוד דזשאב ביז אהער, עברי. כלל ישראל קוקט ארויס אויף די הצלחה פון דיין נסיעה צו ראטעווען די שארית הפליטה הנאנחים...

נ.ב. א הערצליכע שלום עליכם פאר אייך. אייער געשמאקע פעדער און פליסיגע שפראך איז כמים קרים...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי: א גרויסן יישר כח פאר אראפלייגן דעם שוידערליכן מצב אין וועלכן אונזערע ברידער אין ארצינו הקדושה געפינען זיך. אלעס פונקטליך אזוי ווי דער איד און דער בלאט שילדערן עס. נאר איך האב אזוי שטארק (און הויעך) געלאכט אז מיין שכן איז געקומען צו לויפן זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. אן אלטער איד האט מיר פארציילט א מעשה. לאמיך עס איבערדערציילן. איין טאג קומט ער אריין אין די פעקטארי וואו ער האט געארבעט און זעהט אז זיין שכן, אן אלטער גוי וויינט בכיות נוראות. אויף זיין פראגע פארוואס ער וויינט האט דער גוי געענטפערט. אז זיין טאכטער, א בת יחידה דארף היינט אנקומען קיין ניו יארק. נו' פרעיגט איהם דער איד. וואס איז אזוי שרעקליך. זאגט דער גוי "וואס הייסט, דו ווייסט נישט?! אין ניו יארק שיסט מען מענטשן אויפ'ן גאס". אזוי האט ער געליינט אין זיין קאמוניסטישן צייטונג. :lol: :roll: :x :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי האט געשריבן:ס'איז א עכטע מעשה איך בין יעצט אינמיטען וועג איך וועל ענק האלטן אפדעיטעד

נאר ווען הגה"ק (לגזירה שוה) מהרז"ל שליט"א איז פאר א יאהר ווינטער געפאהרן קיין ארץ ישראל זיך באטייליגן (תרתי משמע) אינ'ם צער און רדיפות וואס די ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל מאכן מיט דורך די ממשלת הרשעה פון די ציונים האבן מיר באשיינפערליך געזעהן ווי די רשעים זענען זיך מכניע פאר'ן צאדיק. די רשעות'דיגע פאליציי האבן קאארדידנירט מיט די לאקלאע עסקנים (ס'איז ב"ה דא פון די סחורה אין א"י אויך) וויאזוי צו בלאקן דעם טרעפיק אויף אלע גאסן ארום אז דער רבי שליט"א און זיין סוויטע מיט די קעדדיס און לעלוס זאללן קענען גרינגער און שנעלער אנקומען צו די עצרת מחאה וואס די איידע הע-חריידעס האט אנגעגרייט לכבודם. אויך האבן די רשעים ארורים ימ"ש אהערגעשטעלט (פארשטייצעך פאר גוט באצאלט) א הערליכן גרויסן "שאטער" מיט שטארקע ספאטלייטס. ממש אזוי ווי אין אמעריקע. :roll: :lol: :P :oops:
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איש עברי האט געשריבן:ס'איז א עכטע מעשה איך בין יעצט אינמיטען וועג

די באס איז סטאק געבליבן? פארוואס נעמט די וועג אזוי לאנג?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

:) פרעג נישט מ'האט מיר אריינגעשליידערט אין די פינסטערע טורמע קעלער'ן,
איך וועל ממשיך זיין באלד אי"ה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וויאזוי שטייט נאר אין פסוק.... איש עברי לצחק (אותנו)...
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איש עברי האט געשריבן::) פרעג נישט מ'האט מיר אריינגעשליידערט אין די פינסטערע טורמע קעלער'ן,
איך וועל ממשיך זיין באלד אי"ה

שטותים. זייט די שטארק טראגעדיע האט מען נאכנישט ארעסטירט קיינעם אין אר"י. בפירוש'ע (נישט) קול מבשר.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
days
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך days »

עברי מ'ווארט צו הערן ווייטער... קיפ איט אפ דיין שריפט איז שפראכלאז..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

days האט געשריבן: דיין שריפט איז שפראכלאז..

וואס דען איז עס?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

לאמיר נישט ציען די עולם'ס נערווען, איך וויל אויך נישט מאריך זיין איבער די געהויבענע נסיעה וואס מיר האבן געהאט קיין בית שמש, וויפיל טייכן טרערן זענען געגאסן געווארן און וויפיל טאנען פאפיטעס זענען פארלענדעט געווארן, איך וויל אנקומען צו די פוינט.

איך וועל אויך נישט מאריך זיין צו פארציילן איבער די פאליציאנט וואס האט פרובירט זיך צו האלטן איידעל און נארמאל און האט מיט טרערן אין די אויגן זיך געבעטן ביי די פראטעסטירער זאלן אוועקגיין ווייל ער וויל נישט הייבן קיין האנט אויף א איד, און מען האט אים פראוואקירט און געשריגן נאצי, פון וואס ער האט פשוט אנגעהויבן וויינען [שמעתי מפי עד ראיה]

איך האב געשמועסט אביסל מיט די העראאישע קנאים איך האב געזעהן אז וויפיל איך האב געמיינט אז זיי זענען נאנחים ונאנקים איז זייער מצב נאך אסאך שווערער, זיי ליידן נעבעך פון א טוץ דיסארדערס וואס צוזאמען מיט ארבעטסלאזיגקייט און ליידיגייעריי האט דאס א שלעכטע ווירקונג אויף זיי, און דאס טרייבט זיי צו פירן די מלחמות ה' ברמה אין די גאסן, און נאך גרעסערע מלחמות אינדערהיים מיט זייערע נאנחות ונאנאקות.

איך האב געשמועסט מיט די נארמאלערע איינוואוינער פון בית שמש, זיי זענען נאנחים ונאנקים פון די צודרייטע קנאים וואס האבן געמאכט דאס לעבן אין שטאט פאר א גיהנום, די ירושלימע איינוואוינער וואס דארפן זיך דערשטיקען פון די ברענעדיגע מיסט'ען יעדע מאנטאג און דאנערשטאג ובכל עת שיעלה רצונו של רבי טוביה יתברך שמו.

די מסקנה פון מיין נסיעה: ליידער זענען אונזער ברודער אין ארץ ישראל נאנחים ונאנקים, זי ליידער נעבעך ביטערליך, אבער די שלטון הכופרים איז גאנץ א קליינע שותף אין די לייד, זיי ליידן פון וויסטע היץ קעפ וואס לעבן אויף פינסטערקייט ביטערקייט און זייען אהן טעראר און אנארכיע!

נ.ב.
טאמער האט איר זיך גערישט דא אויף שפאנענדע פארזעצונגען מיט פילפארביגע שילדערונגען, ביטע אנטשולדיגט מיר איך בין נישט גענוג א גוטע פאנטאזיסט, איך האב נישט מצליח געווען ווייטער צו שפינען די געשיכטע, דעריבער בין איך געגאנגען צום פוינט, והוא רחום יכפר עוון וינקום דם עבדיו השפוך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי: א גרויסן יישר כח. ווען מ'קען וואלט איך דיר געגעיבן א דאזן לייקס בבת אחת. דיין שילדערונג פונ'ם שרעקליכן מצב אין ארץ הקודש איז כמים חמים על נפש שקטה. (ווייל די צודרייטע היפאקריטן זאגן דאך אויף זייער שקריות'דיגע פאנטאזיעס און בלבולים אז ס'איז כמים קרים על נפש עייפה.) .נאר גיי פארצייל דיין עדות מפי הראי' ומפי השמועה פאר די שרייבער פונ'ם איד אדער פאר י.ל. יאקאב דער קארעספאנדענט פאר'ן בלאט. זיי לייגן עס דאך אראפ כאילו די פאליציאנטן זענען נאך ערגער פון די נאציס און די קראנקע ליידיגגייערס זענען "פרידליכע מוחים". :roll: :x :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נישט די קארעספעדאנט און נישט מיינסטענס ליינער מיינען באמת אזוי, ס'איז שוין היינט א באקאנטע סוד אז די פאליציי זענען פילפאכיג איידעלער ווי די ווילדע צולאזטע מוחים,
יעדער ווייסט שוין אז די ברכיים אשר לא כרעו לבעל האבן זיך יא געביקט צו די יצר הרע פון אלע מדות מגונות און ליידיגייעריי און שיעומום המביא לידי...
ס'איז נאר געבליבען אזא סארט אגענדע פון אראפמאלען די מצב היפאקריטיש, און רעדן פון צוביילטע קעפ, אינדערצייט וואס ביי די הפגנות ווערן אסאך אפטער אריינגעפירט פאליציאנטען אין שפיטאל ווי די מוחים.
ס'איז א שאד מאריך צו זיין בדברים, אבער עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס איז נישט אייביג אזוי געווען רבי עמרם בלוי איז געווען א איש צדיק וועלכע האט ליב געהאט א יעדן איד, און ער האט זיך באמת מוסר נפש געווען, אבער היינט איז שוין נישטא מער ווי געציילטע טיפשים וואס מיינען עס ערנסט און די איבריגע זענען סתם ליידיגגייער און אנארכיסטען
נישט אומזיסט ארבעטן אלע אדמורי"ם אין ארץ ישראל אפצושאקלען זייער עולם פון די סיקריקים, צווישן זיי האדמורים מתו"א תוא"י דושינסקי ועוד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נו, דערפאר זענען די היזיגע ברענטש פון ליידיגגיער און אנארכיסטן פארנומען מיט ווארפן פאשקווילן און מוחה זיין אקעיגן די חשוב'ע אדמורי"ם מתו"א, תוא"י און דושינסקי. נאכדעים וואס זיי זענען פארטיג געווארן (דערווייל) פון שרייען ימ"ש אויף הרב שטיינמאן שליט"א. ועוד ידם הרשעה נטויה. אבער די היפאקריטישע שרייבער און קארעספאנדענטן פון די היגע "אומאפהענגיקע אידישע ארגאנען" שטיצן זיי בפה (אדער קולמוס) מלא. :roll: :x :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

דאס איז ריין אמת אז די עסטאבלישמענט געבט א הסכמה פאר די אלע ווילדע שטיק, א געמיינדע וואס גיט ארויס טעראריסטען איז שאנד פלעק אויף די גאנצע געמיינדע, די זעלבע איז מיט די וועלכע טעראריזירן די מענטשהייט אין וויליאמסבורג ליגט די פאראנטוואטליכקייט אויף די פירער איך בין מעתיק וואס כ'האב געשריבען אין א דערנעבנדיגע אשכול
[justify]דאס זאגן אז צימערמאן וכת דיליה זענען א טראגישע אויסנאם, דערמאנט מיך ווי די אראבישע און מסולמענער זאגן אייביג אז איסלאם איז א פרידליכע רעליגיע נאר ס'איז דא אפאר אויסנאם פעלער
אלזא ס'זאל קלאהר זיין איינמאהל פאר אלעמאל, צימערמאן ער איז א טייערע אינגערמאן איך האב אים ליב אהבת נפש, ער מיינט נאר צו טוהן גוט'ס און זיין גאנצע עוולה איז אז ער שעמט זיך נישט צו טוהן זאכן וואס אנדערע האלטן זיך צוריק, סזאל זיין קלאהר צימערמאן איז א קרבן א וויקטים נישט קיין אנגרייפער, ער איז נעבעך א פראדוקט פון א חינוך סיסטעם און א שליח פון צינישע עסקנים וואס באהאלטן זיך אונטער אים, עס איז נישטא אזא זאך צימערמאן וכת דיליה, בשעת צימערמאן שטייט אויפ'ן פאדיום און שרייט ווי א צודרייטער שטייען אונטער די קוליסן צינישע רשעים וואס רייבן זיך די בייכער און מוטיגען אים אנצוגיין מיט זיינע הייליגע מערכות.
בארא פארק האט נישט געקענט ערצייגען קיין צימערמאן פלעטבוש אויך נישט, דאס איז נישט איינער וואס האט געכאפט א וואנזיניגקייט, טאמער יא וואלטן שוין די עסקנים אים אריינגעפירט אין שפיטאל, פשט איז אז וואס ער טוט איז אנגענומען, מען באטראכט אים פאר א מסירת נפש אינגערמאן נישט פאר א סייקא וואס געהערט אין בעלוויו
[/size][/size][/justify].
פארשפארט