איך אויך האט געשריבן:חזיר'ל וואס קוועטש דיר שוין ווייטער אין בויך?
דער איד פון די לעצטע דריי וואכען ווי זיי צונעמען די היטורי' פון דיין אדמו''ר און די דרשת הרבנים איבער'ן פריוו פון זיין צוברעכן די ערליכע קהילות וואס זענען נישט נהנה משלטון הציוני
נישט קיין מה נשתנה. שרייב וואס דו ווילסט. אבער מיט רעספעקט פאר א גדול, אפילו דו האלסט נישט פון יענעם. ס'איז אנטקעגן די תקנות דא. ווען יענער אטאקירט דיר איז עס שוין נאר נקמה ווייל דו רייצט אים אויף און דו רופסט דעם בער פון וואלד.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
יאנקל האט געשריבן:"דער איד" האט די וואך געמאכט אן "אויסנאם", און האט פובליצירט אן ענגלישן עדיטאריעל. עס איז א רחמנות ווי די רעדאקציע שעמט זיך נישט מפרסם צו זיין סאטמארער רעטאריק און לאגיק אין שלעכט-געשריבענער לשון העמים פול מיט טיפאגראפישע און גראמאטישע גרייזן.
אז מ'ווארפט אראנדזש שאלאכטץ אויפ'ן טיטשער און מ'רופט איהם אן א שגץ, שרייבט מען אזאלכע ענגליש עדיטאריעלס. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.
הילל האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן די גראמאטישע גרייזן, אבער דער אינהאלט איז טאקע געווען עקלדיג. איך האב געהאפט זיי וועלן זיין העכער ווי דעם פאוסט און טאקע שרייבן שארף אבער אויף א העכערן לעוול. דערווייל האבן זיי געשריבן ווי א ווילדער יונגער שרייבער וואס האט באקומען דעם פען אין האנט און איז עקסיידעט צו שרייבן אויף "ענגליש" און זוכט סתם זיך אויסצוגעבן און שרייען קללות נמרצות... די פארברעך פון דעם פאוסט איז געווען גענוג גרויס, פארוואס האט מען געדארפט אריינמישן די נאציס דא און פארגלייכן דעם פאוסט צו זיי,
זיי האבן געוואלט ווייזן אז זיי זענען מקיים די חוקי גודווין, להוציא מליבן של שונאיהן של ישראל וואס זאגן אז חסידישע אידן זענען נישט מקיים די גוי'אישע געזעצן.
ר' יחזקאל ראטה ערקלערט טאקע אז ובחוקותיהם לא תלכו גייט נישט אן דערביי וויבאלד מיר חסידישע אידן האבן באמת ערפינדן דעם געזעץ, נאר די גויים האבן עס ברוב רשעתם אוועקגעכאפט פון אונז און גע'טענה'ט אז ס'איז זייערס, פונקט ווי אפלטון און אריסטו און ניוטאן האבן געטון.